צום אָנדענק פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ

צום אָנדענק פֿונעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ

דער 19טער אַפּריל איז פֿאַראײביקט װי אַן אָנגעזעענע דאַטע פֿון ייִדישער העלדישקײט און גבֿורה, װאָס איז סימבאָליש ענג פֿאַרבונדן מיט פּסח – דעם יום־טובֿ פֿון באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ און פֿרײַהײט. אײנער פֿון די װיכטיקסטע און טײַערסטע סימבאָלן פֿונעם װאַרשעװער געטאָ אױפֿשטאַנד איז דאָס ליד ״פּאַרטיזאַנער הימען״ (״זאָג ניט קײן מאָל אַז דו גײסט דעם לעצטן װעג״). מען האָט עס געשאַפֿן אין װילנער געטאָ, עטלעכע טעג נאָכן אױפֿשטאַנד אין װאַרשע. דאָ קענט איר הערן און לײענען װי שמערקע קאַטשערגינסקי, דער פּאָעט און קעמפֿער פֿון װילנער געטאָ דערצײלט, װי אַזױ ער האָט צום ערשטן מאָל געהערט דאָס ליד. אַודיאָ איז פֿונעם קלאַנג־אַרכיװ פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער.

שמערקע קאַטשערגינסקי דערצײלט:

אָפֿט מאָל טראַכט איך בײַם דערמאָנען דעם אױפֿשאַנד אין װאַרשעװער געטאָ אָדער בײַ ליקװידאַציעס צי אױפֿשטאַנדן בײַ אַנדערע געטאָס און קאָנצענטראַציע לאַגערן: װאָס דאַרף מען טאָן אין אַזאַ שעה? װאָס זאָל מען רעדן און װאָס זאָל מען זינגען און װאָס זאָל מען דערצײלן. אפֿשר װאָלט געװען די בעסטע זאַך שװײַגן? שװײַגן מוז אונדז אַריבערטראָגן אין יענע װעלטן, אין יענע צײַטן, זיך פֿאָרשטעלן װי אַזױ זײ זײַנען געשטאָרבן, װי אַזױ זײ זײַנען אומגעקומען, װי אַזױ זײ האָבן געקעמפֿט.

דערמאָן איך זיך אָבער, אַז אױך אין די געטאָס האָט מען דאָך געפֿײַערט פֿאַרשידענע געדענקען־טעג און געפּראַװעט יום־טובֿים. כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן, װי דעם 2טן מײַ 1943, האָבן מיר זיך אױפֿגעקליבן אין דער װילנער געטאָ אױף אַ פֿײַערונג, װאָס האָט געטראָגן דעם נאָמען ״אומשולדיק: דער פֿרילינג אין דער ייִדישער ליטעראַטור״. אָבער מיר האָבן געװוּסט, אַז ניט װעגן פֿרילינג װעלן מיר איצטער רעדן, כאָטש ס׳איז פֿרילינג אױפֿן גאַס, כאָטש די הימלען זײַנען אַזױ צעבלױט, כאָטש די זון איז אַזױ צעשײַנט, אָבער ניט פֿאַר אונדז זײַנען הימלען איצטער. מיר זעען זײ ניט, װײַל איבער די זיבן שמאָלע געטאָ־געסעלעך לױכטן אַרײַן פֿון אױבן נאָר זיבן שמאָלע פּאַסן ליכט, אַזױ װי מיר װאָלטן אונטער גראַטעס געװען און אַזױ װי די זיבן פּאַסן ליכט װאָלטן אין גראַטעס אַרײַנגעשײַנט. מיר האָבן צוזאַמענגעקליבן דאָרטן אין דער קאַפֿע, אױף דעם אָװנט, געװידמעט דעם פֿרילינג אין דער ייִדישער ליטעראַטור, האָבן מיר געזען, מיר האָבן געפֿילט, אַז [דאָס, װאָס] מיר פֿײַערן הײַנט, קען זײַן די לעצטע דאַטע, דער לעצטער געדענק־טאָג, װאָס איז נאָך מעגלעך צו פֿײַערן פֿאַר אונדז, נאָך דערװײַל לעבעדיקע.

דעם 2 מײַ, 1943סטן יאָר, האָט זיך געשטעלט דער פֿאָרזיצער פֿון אָט דער פֿאַרזאַמלונג אין װילנער געטאָ און האָט געזאָגט אַזױ: ״אונדזער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע אין געטאָ האָט באַקומען געהײמע באַריכטן, אַז אין װאַרשעװער געטאָ איז אױסגעבראָכן געװאָרן אַן אױפֿשטאַנד.

װיל איך פֿאַרענדיקן מיט אַן עפּיזאָד, װי אַזױ אױף יענעם אָװנט … איז צוגעקומען צו מיר אַ יונגער פּאָעט, אַן 18־יאָריקער בחורל, הירשקע גליק … און געזאָגט: ״קאַטשערגינסקי, כ׳האָב אָנגעשריבן אַ ליד, װילסט הערן?״ זאָג איך: ״הירשקע, קום צו מיר מאָרגן״…

און הירשקע איז געקומען אױף אין דער פֿרי, און האָט צוערשט אױסגעלײענט און דערנאָך האָט ער איבערגעריסן דאָס לײענען און אָנגעהױבן זינגען דאָס ליד, װאָס איז געװאָרן אַ צװײטע ״התּקוה״ פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, ״זאָג ניט קײן מאָל, אַז דו גײסט דעם לעצטן װעג״. און װען הירשקע גליק האָט אָנגעהאָױבן אױסזינגען פֿאַר מיר דאָס ליד איז פֿאַ מיר פֿאַרבײַגעפֿלױגן אַזױ װי פֿאַר אַלע אַנדערע, װער האָבן עס דערנאָך געזונגען און שפּעטער און הײַנט, און מאָרגן װעלן זײ זינגען… הירשקע גליקס ליד האָט אונדז אױך שטאָלץ געמאַכט, װײַל ער האָט פֿאַראײביקט אין אָט די פֿיר סטראָפֿעס ניט נאָר דעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, נאָר האָט פֿאַראײביקט דעם חורבן, דעם אומקום און די גבֿורה און דעם אױפֿקום פֿון די ייִדן אין די געטאָס, אין די לאַגערן און אין די װעלדער.

די רעדאַקציע דאַנקט ניקאָלײַ באָראָדולינען (ניו־יאָרק) פֿאַרן גרייטן דעם מאַטעריאַל

פּאַרטיזאַנער הימען

הירש גליק

זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג,
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה,
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זײַנען דאָ!

פֿון גרינעם פּאַלמען־לאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי.
און וווּ געפֿאַלן ס’איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט!

עס וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הײַנט
און דער נעכטן װעט פֿאַרשװינדן מיטן פֿײַנט,
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר,
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.

דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ
ס’איז ניט קײן לידל פֿון אַ פֿױגל אױף דער פֿרײַ
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *