אבאָרטן — פון חווהען ביז הילארי קלינטאָן

אבאָרטן — פון חווהען ביז הילארי קלינטאָן

מיט 08 יאָר צוריק איז אין ראטן-פארבאנד אָנגענומען געוואָרן דער געזעץ, וואָס פארווערט די אבאָרטן. דאָס ”קרימינאליזירן“ אבאָרטן איז געווען אן היפּוך-אקט צו דעם געזעץ פון 0291, וואָס האָט פארקערט, דערלויבט צו מאכן אבאָרטן אין די שפּיטעלער אונטערן אויפזיכט פון א דאָקטער. ארויסלאָזנדיק אזא דעקרעט, איז די יונגע סאָוועטישע רעפּובליק געוואָרן די ערשטע אין דער וועלט מלוכה, וואָס האָט אָפיציעל דערלויבט צו מאכן אבאָרטן.

אָדם און חווה זײַנען אינעם סאָוועטישן גן-עדן געוואָרן גלײַכע פּארטנערס. איין קלייניקייט: בײַ אָדמען האָבן זיך באוויזן צו פיל קאָנקורענטן, און חווה האָט באקומען די זעלבע רעכט אויסצוקלײַבן, מיט וועמען צו דרייען א ליבע, און מיט וועמען נישט. דער פרײַער שפּרונג פון יחיד צום קהל, אנדערש געזאָגט, דער נײַער פּרינציפּ פון א סאָציאל לעבן — א קאָלעקטיוו, א קאָמונע, א קאָלכאָז, א פאריין, וווּ אלע זײַנען גלײַך — האָט באשטעטיקט דעם גורל פון אן אינדיוויד, וואָס טאָר זיך נישט אויסטיילן און מוז שטרענג פאָלגן די באשלוסן פון די חברים.
אין יענע יאָרן האָט די נײַע עמאנסיפּירטע פרוי זיך געשעמט צו זײַן א פרוי, ווי איר מוטער איז געווען. דווקא אין יענע יאָרן האָט די ייִדישע דיכטערין חנה לעווין געשריבן:

אפילו דער ציגאר, וואָס אָרעם מאכט אזוי
די ווינקלען פון מײַן מויל,
איז דאָך אויך דערפאר,
וואָס איך שעם מיך ענלעך זײַן אויף זיך
און אויף דער מאמעס דעקטוך.

שוין אין די ערשטע עטלעכע יאָר איז די צאָל אבאָרטן אזוי הויך געשטיגן, אז דאָס געזונט-מיניסטעריום האָט אין 4291 געמוזט ארויסלאָזן א צירקולאר, וואָס האָט אין א געוויסער מאָס באגרענעצט דאָס מאכן אבאָרטן. לויט דער סטאטיסטיק זײַנען צום יאָר 4391 געבוירן געוואָרן 342 טויזנט קינדער בײַ די דאָרפישע פרויען; אין דער זעלבער צײַט האָבן 223 טויזנט פרויען איבערגעריסן זייער טראָגן.

ווי באוווּסט, איז די ”פרײַע ליבע“ אין די צײַטן פון אָדם און חווהען, באשטראָפט געוואָרן זייער שטרענג. מעגלעך, ווען דער אייבערשטער וואָלט דעמאָלט דערלויבט אבאָרטן, וואָלט חווה פּטור געוואָרן פון איר בכור, קין, נאָך איידער ער איז געבוירן געוואָרן. ווער ווייסט, אפשר וואָלט זי דערמיט אויסגעמיטן די שרעקלעכע ברידערלעכע מלחמות, וואָס גייען אָן ביזן הײַנטיקן טאָג.

די דעמאָגראפישע ירידה האָט אָבער בכלל, און אין יענע יאָרן בפרט, א מער אָביעקטיווע דערקלערונג. דווקא אין דעם צײַט-אָפּשניט צווישן 0291 און 6391 זײַנען אין ראטן-פארבאנד פאָרגעקומען בצוואנג די ריזיקע ענדערונגען ווי קאָלעקטיוויזאציע, אינדוסטריאליזאציע, כלערליי מאסן-“רייניקונגען“ און ווי א רעזולטאט — ”גולאגיזאציע“ פונעם גאנצן לאנד. דער שרעקלעכער הונגער אין פארשיידענע טיילן פונעם לאנד, באזונדערס אין אוקראיִנע, האָט אָפּגעשלאָגן דעם חשק צו האָבן קינדער, וועלכע וואָלטן געקראָגן ”א ליכטיקע צוקונפט“ נאָר אין חלום. דערמיט דערקלערט זיך, קודם-כל, דער ריזיקער וווּקס פון אבאָרטן.

памятка_zapreschenii_abortovדאָס אײַנפירן דעם געזעץ פון קרימינאליזירן אבאָרטן אין 6391 איז געוואָרן נאָך איין הויכפּונקט פון סטאלינס טיראנישער פירערשאפט. ריכטיק, גלײַך נאָכן אָננעמען דעם געזעץ איז די צאָל אבאָרטן מיטאמאָל געפאלן, אחוץ די אבאָרטן, געמאכט צוליב מעדיצינישע סיבות; און די געבורטיקייט איז געשטיגן, אָבער אויף א זייער קורצן פּעריאָד. נאָך מער: דאָס פארווערן אבאָרטן האָט געבראכט צו א כוואליע אומלעגאלע אבאָרטן און טראגישע טייטלעכע פאלן און קינדערמאָרד.

ווי עס האָט זיך שטענדיק געפירט אין סאָוועטן-פארבאנד, איז די פּארטיי און דאָס פאָלק געווען געאייניקט און איינשטימיק. דאָס האָט געמיינט צו זאָגן נאָר איין זאך — אלע באשלוסן פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי נעמט דאָס פאָלק אָן איינשטימיק. די ”איינשטימיקייט“ פלעגט זיך בדרך-כלל אויסדרוקן דורך טויזנטער פארזאמלונגען און מיטינגען — אין שטעט און דערפער, פאבריקן און קאָלווירטן, אוניווערסיטעטן און שולן, מיט איין וואָרט, דאָס גאנצע פאָלק איז אין דעם פארטאָן געווען, און די פּרעסע האָט עס גענוי אָפּגעשפּיגלט אויף אירע שפּאלטן.

דאָס ייִדישע קול וועגן דעם געזעץ האָט ארויסגעבראכט די מאָסקווער ייִדישע צײַטונג ”עמעס“, וואָס האָט אָפּגעדרוקט די מיינונגען פון די ביראָבידזשאנער אײַנוווינערן — עכט ייִדישע שטימען, וועלכע האָבן זיך ארײַנגעגאָסן אינעם אל-פארבאנדישן אינטערנאציאָנאלן ברודער-כאָר. אָט הערט זיך די שטים פון דער ארבעטאָרין מאניע פּריבלודע:
”מיט גרויס פרייד האָב איך באטראכט דעם געזעץ-פּראָיעקט. איך בין צופרידן דערמיט, וואָס מ’פארווערט די אבאָרטן. איך שטאָלציר, וואָס איך בין א מוטער פון צוויי קינדער. זיי דערווארט א גליקלעך און ליכטיק לעבן“.

די ארבעטאָרין וווּלפאָוויטש האָט געזאָגט אזוי:
”ווען איך האָב געוווינט אין דער בורזשואזער ליטע, האָבן די קינדער אָפט געהונגערט. מיר פלעגן ארבעטן 31 שעה א מעת-לעת און ניט געהאט וואָס צו געבן עסן די קינדער. די צוויי יאָר, וואָס מיר וווינען אין ביראָבידזשאן זײַנען ליכטיקע יאָרן אין מײַן לעבן. די קינדער האָבן די מעגלעכקײַט צו וואקסן און צו אנטוויקלען זיך, זײַנען פריידיק און גליקלעך“.

און אָט וואָס ס’האָט געזאָגט די ארבעט-אויפזעערין גאָרליצקי, אליין א ראטמאן אין ביראָבידזשאנער שטאָט-ראט. זי איז געקומען אויף איינער פון די פארזאמלונגען, וווּ מ’האָט דיסקוטירט דעם געזעץ-פּראָיעקט, מיט א קינד אויף די הענט: ”דאָס איז מײַן דריטע קינד, און איך בין שטאָלץ דערמיט. איך בין אנציקט פון דעם געזעץ-פּראָיעקט“.

צום סוף, גיט די צײַטונג צו: ”אמת, עס זײַנען דאָ אויך קעגנערישע מיינונגען, אָבער זיי שטעלן מיט זיך פאָר א קליינע מינדערהייט“.

דער אנטי-אבאָרט געזעץ איז אָנגעגאנגען אין סאָוועטן-פארבאנד פון 6391 ביז 5591 יאָר, ווען ניקיטא כרושטשאָוו האָט אים אָפּגעשטעלט. שוין אין פינף יאָר ארום האָבן קינסטלעך איבערגעריסן דאָס פארגיין אין טראָגן 6 מיליאָן פרויען — א מין אייגארטיקע וועלט-רעקאָרד.

די טעמע אבאָרטן אין די פאראייניקטע שטאטן איז מער פארבונדן מיט די רעליגיעזע קאנאָנען. זי ווערט אויך אויסגענוצט, ווי א רויטע שמאטע בעת אן אָקסן-קאמף, צווישן דער דעמאָקראטישער און רעפּובליקאנער פּארטייען, בפרט בשעת די וואלן. פארשטייט זיך, אז אין דעם הײַיאָריקן קאנדידאטן-געיעג האָט די טעמע פארנומען שיִער נישט דעם אויבן אָן אין די דעבאטעס.

אין ישראל זײַנען די אבאָרטן אָפיציעל דערלויבט. ס’רוב סיבות פון ווענדן זיך צום גינעקאָלאָג איבערצורײַסן דאָס פארגיין אין טראָגן זײַנען אין די לעצטע יאָרן געווען אויסערהייראטלעכע באציִונגען — %25. די סיבה פון כמעט %11 פאלן איז פארבונדן מיטן עלטער פון דער מאמען — ייִנגער פון 71 און עלטער פון 04 יאָר.
ווי עס זאָל נישט זײַן, וועלן די דיסקוסיעס און וויכוחים ארום אבאָרטן אָדער פּלאנירטער געבורטיקייט געפירט ווערן בײַ אלע מלוכה-רעזשימען און סיסטעמען; און ווי די פּארטיי-פונקציאָנערן זאָלן נישט פּרוּוון מיט דעם רעגולירן אָדער מאניפּולירן, געפינט זיך פאָרט די פראגע פון געבורטיקייט אין די הענט פון פרויען — פון חווהען ביז דער פרוי, וואָס ליגט אין קימפּעט אָט די מינוט…


באָריס סאנדלער

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *