כאבענסקי און לאמבערט שפּילן אין א פילם וועגן דעם אויפשטאנד אין סאָביבאָר

כאבענסקי און לאמבערט שפּילן אין א פילם וועגן דעם אויפשטאנד אין סאָביבאָר

אין גרונט פונעם פילם ליגט דאָס בוך פון איליא וואסיליעוו ”אלעקסאנדער פּעטשערסקי: א דורכרײַס אין אומשטערבלעכקײַט“

די אקטיאָרן קאָנסטאנטין כאבענסקי און קריסטאָפער לאמבערט נעמען אָנטייל אין די פילמירונגען פונעם קינאָבילד ”די לעגענדע וועגן אנטלויפן“, וואָס איז באגרינדעט אויף די רעאלע געשעענישן, וועלכע זײַנען פאָרגעקומען אין די יאָרן פון דער צווייטער וועלט-מלחמה אינעם נאצישן טויט-לאגער סאָביבאָר (פּוילן).

די אידיי פונעם פּראָיעקט איז אויפגעקומען בײַ דעם קולטור-מיניסטער פון רוסלאנד וולאדימיר מעדינסקי, עס האָבן זי אונטערגעהאלטן די אויפפירערס עלמיר אײַנולאָוו און נאטאליא דאָראָשקעוויטש. דעם סצענארי צו דעם פילם האָט אָנגעשריבן אלעקסאנדער אדאבאשיאן, אלס רעזשיסיאָר האָט מען אײַנגעלאדן אנדריי מאליוקאָוון. אין גרונט פונעם פילם האָט מען געלייגט דאָס בוך פון איליא וואסיליעוו ”אלעקסאנדער פּעטשערסקי: א דורכרײַס אין אומשטערבלעכקײַט“.

”עס האָט אונדז אינספּירירט די פּערזענלעכקײַט פון אלעקסאנדער פּעטשערסקי, וועלכער איז אימשטאנד געווען ארויסווײַזן א ווידערשטאנד דער נאצישער טויט-מאשין, אָרגאניזירן דעם איינציקן דערפאָלגרײַכן אויפשטאנד אין קאָנצלאגער פאר דער גאנצער צווייטער וועלט-מלחמה, — זאָגן די אויטאָרן פונעם פילם. — ס’איז פּאראדאָקסאל: אויף מערב האָט מען געשאפן א סך פילמען און ביכער וועגן דעם אויפשטאנד אין סאָביבאָר, אָבער אין רוסלאנד ווייסט מען פּראקטיש גאָרניט וועגן אָט דער העלדישער געשיכטע“.

דער לייטענאנט פון דער סאָוועטישער ארמיי אלעקסאנדער פּעטשערסקי איז אין 3491 יאָר ארײַנגעפאלן אינעם קאָנצלאגער. לויט דעם סיוזשעט ס’האָט זיך אים צוזאמען מיט דער גרופּע סאָוועטישע קריגס-געפאנגענע אײַנגעגעבן נאָר פאר דרײַ וואָכן צו אָרגאניזירן און פארווירקלעכן דעם אויפשטאנד פון די געפאנגענע פון פארשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער.

קאָנסטאנטין כאבענסקי וועט שפּילן די הויפּט-ראָל אינעם פילם, און דער פראנצויזישער אקטיאָר קריסטאָפער לאמבערט וועט שפּילן די ראָל פונעם קאָמאנדאנט פון סאָביבאָר אָבערשארפיורער קארל פרענצעל. עס שפּילן אויך אינעם פילם די רוסלענדישע אקטריסע מאריא קאָזשעווניקאָווא, די אייראָפּעיִשע אקטיאָרן פעליסע יאנקעל, דײַניוס קאזלאוסקאס, מיכאלינא אָלשאנסקא, וואָלפגאנג טשערני, פיליפּ ריינהארדט און אנדערע.

דער הויפּט-טייל פון די פילמירונגען וועט דורכגיין אין ליטע. דאָרטן האָט מען אויפגעבויט די דעקאָראציעס פונעם קאָנצלאגער לויט די צייכענונגען, וואָס עס האָבן געמאכט די אָנטיילנעמערס פון די פאנאנדערגראָבונגען אין סאָביבאָר. מע פּלאנירט צו פארענדיקן דעם פילם פרילינגצײַט 7102יאָר.

Хабенский и Ламберт – в фильме о лагере смерти Собибор

В основу фильма положена книга Ильи Васильева «Александр Печерский: прорыв в бессмертие»

Актеры Константин Хабенский и Кристофер Ламберт приступили к съемкам в картине «Легенда о побеге», основанной на реальных событиях, произошедших в годы Второй мировой войны в нацистском лагере смерти Собибор на территории Польши. Об этом ТАСС сообщили прокатчики ленты.
«Идея проекта возникла у министра культуры РФ Владимира Мединского, ее поддержали продюсеры Эльмира Айнулова и Наталия Дорошкевич («Герой»), – отметили прокатчики. – Сценарий к киноленте написал Александр Адабашьян («Неоконченная пьеса для механического пианино», «Пять вечеров», «Солнечный удар»), в качестве режиссера приглашен Андрей Малюков («Мы из будущего», «Матч», «Грозовые ворота», «Диверсант»). В основу фильма положена книга Ильи Васильева «Александр Печерский: прорыв в бессмертие».
«Нас вдохновила личность Александра Печерского, который смог противостоять нацистской машине смерти, организовать единственное успешное восстание в концлагере за всю историю Второй мировой, – привели в компании слова продюсеров фильма. – Как ни парадоксально, но на Западе о восстании в Собиборе и его руководителе создано множество фильмов и книг, а в России об этой героической странице истории практически не знают».
Согласно сюжету, лейтенанту советской армии Александру Печерскому, попавшему в плен и оказавшемуся в концлагере, всего за три недели удалось вместе с группой советских военнопленных спланировать и осуществить восстание заключенных из разных европейских стран.
Главную роль в ленте исполнит Константин Хабенский (фильмы «Географ глобус пропил», «Ночной дозор», сериал «Метод»). Коменданта Собибора, обершарфюрера СС Карла Френцеля сыграет французский актер Кристофер Ламберт, известный по голливудским лентам «Сицилиец», «Смертельная битва» и сериалу «Горец». В других ролях – российская актриса Мария Кожевникова, европейские актеры Фелисе Янкелль, Дайнюс Казлаускас, Михалина Ольшанска, Вольфганг Черни, Филипп Рейнхардт и многие другие.
Основные съемки пройдут в Литве, где были выстроены декорации концлагеря по чертежам, сделанным участниками археологических раскопок в Собиборе. Создатели планируют выпустить фильм весной 2017 года, прокатчиком картины станет компания «Каропрокат».
Источник: ТАСС

Комментарий “כאבענסקי און לאמבערט שפּילן אין א פילם וועגן דעם אויפשטאנד אין סאָביבאָר”

  1. .[וועגן סאביבאר און פעטשערסקין האט זייער פרעכטיק אנגעשריבן דער יידישער שרייבער מישע לעוו [זייל
    О лагере смерти Собибор и А. Печерском блестяще написал еврейский писатель Мише Лев (з»л).

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *