דער אויפשטאנד אין סאָביבאָר

דער אויפשטאנד אין סאָביבאָר

Фото из открытых источников

(א פראגמענט פון דער דאָקומענטאלער דערציילונג)
מ’האָט ניט געטאָרט מער ווארטן אפילו קיין רגע.
בזשעצקי האָט געגעבן א סיגנאל, מע זאָל זיך אויסשטעלן. אלע זײַנען ארויסגעלאָפן פון די באראקעס. אין הויף איז ארײַנגעקומען מיט א זידלערײַ דער נאטשאלניק פונעם קאראול (זײַן פאמיליע-נאָמען געדענק איך ניט). לאנג זידלען זיך האָט אים דער אויפגערודערטער המון ניט געלאָזט, ס’האָבן א פינקל געטאָן אויף דער זון עטלעכע העק מיט א מאָל. אין אָט דעם שפּאנענדיקן מאָמענט האָט זיך צו אונדז דערנעענטערט די קאָלאָנע פונעם צווייטן סעקטאָר. איך האָב א געשריי געטאָן:

— חברים! צו די טויערן!
באָריס ציבולסקי האָט אויסגעשריִען ”הורא“, די איבעריקע האָבן אונטערגעכאפּט, און א מעכטיקער ווידערקול האָט אָפּגעקלונגען פון יענער זײַט דראָט-פארצוימונג און זיך אוועקגעקײַקלט צום וואלד.

אייניקע, וואָס האָבן ערשט איצט באגרײַפט, וואָס עס קומט פאָר, זײַנען זיך פאנאנדערגעלאָפן אין פארשיידענע עקן. די גרונט-מאסע האָט א שטראָם געטאָן צו די צענטראלע טויערן, א טייל מענטשן האָט זיך געלאָזט צו דעם סקלאד פון געווער. עס האָבן אָנגעהויבן צו שיסן צוויי קוילן-ווארפערס אויף די וואך-טורעמס און די סאָלדאטן, וועלכע האָבן פּאטרולירט צווישן די דראָט-פארצוימונגען. דער סטאָליער יאן האָט טרעפלעך אויסגעשאָסן, געטראָפן אין דעם וולאסאָוועץ אויפן וואך-טורעם. זײַן קוילן-ווארפער איז אנשוויגן געוואָרן. דער המון איז שוין צוגעגאנגען צו די צענטראלע טויערן און האָט אָפּגעווישט פונעם וועג די וואך. דער שלאָסער הענריך האָט געפּרוּווט אונטערשיסן דעם קוילן-ווארפלער פון צווייטן טורעם, נאָר ס’איז אים ניט געראָטן. דער קוילן-ווארפער האָט געהאלטן אין איין שיסן.
די אָפיצערן, וואָס האָבן אויסגעמיטן די האק, האָבן געפּרוּווט פארצוימען אונדז דעם וועג מיט אן אווטאָמאטן-פײַער, אָבער אויפהייבן אן אלגעמיינעם אליארעם האָבן זיי ניט באוויזן.

דער עולם האָט זיך געלאָזט לויפן לענגויס דעם ערשטן סעקטאָר. אייניקע האָבן גלײַך זיך א לאָז געטאָן אויף די מינען-פעלדער. א גרופּע, וואָס איז ספּעציִעל געווען אויסגעטיילט, האָט מיט שערלעך גענומען שנײַדן דאָס שטעכדראָט לעבן דעם אָפיצערישן שטיבל. אין א צווייט אָרט האָט מען געריסן דאָס דראָט מיט לאָפּעטעס.
לויטן פּלאן האָט מען די מינען-פעלדער באדארפט פארווארפן מיט שטיינער, מיט שטיקער האָלץ און מיט אלץ, וואָס עס וועט נאָר זיך טרעפן אונטער די הענט. דאָס וואָלט אנטשעדיקט די מינעס, נאָר אין דער גרויסער בהלה האָט קיינער דאָס ניט געטאָן. א סך זײַנען דאָ אומגעקומען, און מיט זייער טויט האָבן זיי דורכגעלייגט א וועג פאר אנדערע.
פון אלע עקן האָט געהילכט א שיסערײַ — פון ביקסן, אווטאָמאטן און קוילן-ווארפערס. עס האָבן זיך געריסן גראנאטעס און מינעס. די, וואָס האָבן ניט געהאט קיין געווער, האָבן געשלײַדערט אין די פאשיסטן שטיינער, פארשאָטן זיי די אויגן מיט זשמעניעס זאמד.

איך האָב זיך צוריק אומגעקערט אין באראק, כדי ארויספירן די, וואָס זײַנען נאָך דאָרט פארבליבן. לויפנדיק פארבײַ דעם אָפיצערן-שטיבל, האָב איך דערזען פרענצעלן, ער איז געשטאנען בײַ א צווייט שטיבל און פון אן אווטאָמאט באשאָסן דעם וועג, איבער וועלכן עס זײַנען געלאָפן די קאצעטניקעס. איך האָב צוויי מאָל אויסגעשאָסן אין אים, נאָר ניט געטראָפן, ס’האָט, זעט אויס, זיך געלאָזט פילן די נערוון-אָנשטרענגונג פארן טאָג. כ’האָב זיך ניט פארהאלטן, זיך אוועקגעלאָזט מיט נאָך עטלעכע מענטשן צוריק צום טויער, וווּ עס האָט נאָך אלץ געדויערט דער געראנגל. איך זע, ווי לייטמאן ברוש פון א גרויסער גרופּע פארנעמט אין א זײַט פון די צענטראלע טויערן און פּרוּווט זיך אויך צעהאקן די דראָט-פארצוימונג. זיי האָט שטארק באשאָסן דער קוילן-ווארפער פון דעם צווייטן וואך-טורעם.

איך האָב פארלאָזט דעם לאגער איינער פון די לעצטע. עטלעכע שעה בין איך געלאָפן דורכ וואלד. דאָס הארץ האָט געקלאפּט האסטיק און פיבערדיק, אָט ווערט עס צעריסן אויף שטיקלעך. די פיס זײַנען ווי אונטערגעהאקטע. די הענט און דאָס פּנים — צעדראפּעט, עס רינט דאָס בלוט, אָבער פון צעהיצטקײַט פיל איך ניט קיין ווייטעק.
ס’האָט מיך געפּײַניקט דער געדאנק: צי זײַנען אלע אוועק פון לאגער, וווּ זײַנען לייטמאן, ציבולסקי, ליוקע, לעאָן און אנדערע נאָענטע פרײַנד מײַנע?

כאָטש כ’האָב שוין אליין קוים געפּלאָנטערט מיט די פיס, האָב איך אונטערגעיאָגט די, וואָס זײַנען געלאָפן איניינעם מיט מיר. אין וואלד איז געוואָרן אלץ טונקעלער. די מידע פיס האָבן יעדע ווײַלע זיך פארטשעפּעט אין עפּעס א בערגל אָדער אין א פּניאָק. מיר האָבן אָבער זיך ניט אָפּגעשטעלט אויף קיין רגע. יעדערער האָט געוואָלט כאָטש נאָך א ביסל זיך דערווײַטערן פונעם טויט-לאגער און פונעם וואלד, וואָס איז געווען דורכגעזאפּט מיט די שרעקלעכע ריחות פון פארברענטע מענטשישע לײַבער.
מיר האָבן אינגאנצן זיך ארויסגעשלאָגן פון די כוחות. ס’איז געווען שווער צו קוקן אויף די אויסגעמאטערטע מענטשן, נאָר איך האָב געהאלטן אין איין אונטעריאָגן: גיכער! גיכער! איך האָב געהאט א גרונט צו קלערן, אז ווי נאָר ס’וועט אָנהייבן צו טאָגן, וועלן די היטלעריסטן זיך לאָזן אונדז זוכן.
לויט די שטערן האָבן מיר זיך אָריִענטירט, אין וואָס פאר א ריכטונג ווײַטער גיין. וועלדער, לאָנקעס, ריוון, פעלדער. פון אומעטום לויערט א טויט-געפאר. פּלוצלינג דערטראָגט זיך צו אונדז א שיסערײַ. ס’איז, דאכט זיך, גאָר נאָענט.

ס’האָט א ברי געטאָן אין מוח: ”שויטע וואָס דו ביסט, פארוואָס איז דיר עפּעס אײַנגעפאלן, אז די דײַטשן וועלן אָנהייבן אונדז זוכן ערשט באגינען… אָט האָט עס זיך שוין אָנגעהויבן…“ אָבער דאָס האָט, זעט אויס, זיך געלאָזט פילן די איבערמענטשלעכע אָנשטרענגונג פין איבערגעלעבטן. ס’האָט זיך אונדז בלויז אויסגעוויזן, אז די שיסערײַ איז נאָענט. אינגיכן איז אינגאנצן שטיל געוואָרן.

צו אונדזער גרופּע קומען צו נאָך און נאָך מענטשן. מיר זײַנען שוין בײַ די דרײַ צענדליק. איך פארזאמל דעם עולם ארום זיך און זאָג:
— דערווײַל גייט אלץ ווי עס באדארף צו זײַן. ס’איז אָבער ערשט דער אָנהייב, ניסיונות שטייען אונדז נאָך פאָר ניט ווייניק. מוזן מיר זײַן אָרגאניזירט. איך וועל גיין פון פאָרנט, איר אלע — נאָך מיר אין א קייטעלע. איינער דעם צווייטן זאָל ניט אריבעריאָגן. עס דארף זײַן אבסאָליוט שטיל. קיין שום רייד. אָן מײַן דערלויבעניש זאָל קיינער זיך ניט אָפּשטעלן. אויב דאָס איז אײַך קלאָר, בעט איך די, וואָס קענען, זאָלן איבערזעצן מײַנע ווערטער פאר די, וואָס פארשטייען ניט קיין רוסיש. און איצט וויל איך בײַ אײַך פרעגן: האָט עמעצער פון אײַך ניט געזען ליוקען און לייטמאנען?
קיינער האָט זיי ניט געזען.

מיר האָבן זיך געלאָזט גיין ווײַטער. ענדלעך זײַנען מיר ארויס פונעם וואלד. אן אומענדלעכער הוילער פּליין האָט זיך אוועקגעצויגן אין דער ווײַט. אפילו קיין קוסטארניק איז ניט געווען צו זען. נאָר מע מוז גיין ווײַטער, יעדע מינוט איז טײַער.

בלויז אויף א ווײַלע האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט איבערכאפּן דעם אָטעם. איך האָב פאראָרדנט:
— מיר גייען ווײַטער אויסגעצויגן אין א גראָדער ליניע. פון פאָרנט וועט גיין שאבאיעוו. ווי נאָר ער וועט צופאלן צו דער ערד, זאָלן אלע אים נאָכטאָן.
אינגיכן זײַנען מיר צוגעקומען צו עפּעס א קאנאל, וווּ מיר האָבן זיך באגעגנט מיט נאָך א גרופּע ברוש מיט ווײַצענען. איך האָב אים געפרעגט, צי האָט ער ניט געזען לייטמאנען.

— יאָ, כ’האָב אים געזען. ער איז געווען פארוווּנדעט אין א פוס. א קילאָמעטער דרײַ איז ער נאָך געלאָפן איניינעם מיט אונדז, דערנאָך האָט ער זיך ארויסגעשלאָגן פון די כוחות און איז אומגעפאלן. ער האָט זיך געבעטן בײַ אונדז, מיר זאָלן אים איבערלאָזן אין וואלד. נאָר ווער האָט אזוינס געקאָנט טאָן, עס האָבן אים אויף די הענט אוועקגעטראָגן מיט זיך די מענטשן פון דער גרופּע, וועלכע האָט געהאלטן איר וועג צו דער שטאָט כעלם. אין דער דאָזיקער גרופּע איז אויך געווען לעאָן.

— און ליוקען האָסטו ניט געזען? צי אפשר האָסטו עפּעס געהערט וועגן איר?

— וועגן ליוקען ווייס איך גאָרנישט ניט.
מיר זײַנען שוין איצט געווען פופציק מאן.


אלעקסאנדער פּעטשערסקי

Несломленные

14 октября 1943 года произошло восстание в лагере смерти Собибор

«Вечером, после работы, в столярной мастерской собрались Лейтман, Янек, старший портной Юзеф, сапожник Якуб, Леон и еще двое.

На вахту в первом секторе на разных концах были поставлены советские военнопленные Алексей Вайцен, Ефим Литвиновский, Борис Табаринский и Наум Плотницкий, не спускавшие глаз с ворот первого сектора. Они получили приказ сразу сигнализировать, если заметят что-нибудь подозрительное.

Беседу с ними я начал с того, что передал им предложение Бжецкого и спросил, следует ли принять его в нашу группу. Посоветовавшись, решили принять. Тогда я послал одного из собравшихся за Бжецким. Вскоре он пришел.

Первый план – бежать через подкоп – был уже ранее обсужден и отвергнут как негодный. Поэтому я познакомил собравшихся со вторым планом, выработанным мной и Лейтманом…

– Бежать надо всем, – сказал я, – уничтожив предварительно всех немецких офицеров, поодиночке и быстро, в течение одного часа, чтобы они не успели обнаружить исчезновения своих и поднять тревогу. Наша задача заключается в том, чтобы все организовать без шума, чтобы как можно дольше не привлекать внимание эсэсовцев и охраны. Уничтожать их надо в мастерских, куда они будут вызваны под разными предлогами», – так описывает вечер 12 октября 1943 года  Александр Печерский, организатор единственного в годы Второй мировой войны удачного восстания и побега из нацистского концлагеря. Рассказ Печерского и свидетельства других участников события вошли в книгу «Собибор. Восстание в лагере смерти», созданную тремя авторами –  С. Виленским, Г.Б. Горбовицким и Л.А. Терушкиным.

В марте 1942 года, в рамках операции

«Рейнхард», близ деревни Собибор (район Люблина, Польша) был создан лагерь уничтожения. Он прекратил свое существование

в конце 1943 года после восстания заключенных.

За это время в Собиборе было убито около 250 000 евреев.

За полтора года существования Собибора заключенные предпринимали несколько попыток побега. Некоторые из них были удачными, но затем нацисты в качестве устрашающей меры проводили массовые казни узников лагеря. В июле и августе 1943 года в лагере была организована подпольная группа под предводительством Леона Фельдхендлера, который ранее был главой юденрата в Золкиеве. Их план состоял в организации восстания и массового побега из Собибора. В конце сентября в Собибор из Минска прибыли советские военнопленные-евреи. В составе этой группы находился лейтенант Александр Печерский, который вошел в подпольную группу и стал ее командиром, в то время как Леон Фельдхендлер стал его заместителем. Группа планировала убить эсэсовцев, завладеть их оружием и вырваться из лагеря. Восстание произошло 14 октября 1943 года. Узникам удалось убить 11 эсэсовцев и нескольких украинских охранников.

Александр Печерский
Александр Печерский

На сайте мемориального комплекса истории Холокоста Яд Вашем, помимо документов, хранятся видеосвидетельства. Среди них – рассказ участника восстания в Собиборе Семена Розенфельда: «Значит, план, который они, лагерники, предложили Печерскому, был очень прост, но одновременно гениальный – пригласить на примерку в один из назначенных дней в сапожную, портняжную, кузнечную, по всем мастерским, где только можно заманить немцев, в течение одного часа по одному уничтожать, и один немец не будет знать, что другой уже убитый. И это была очень гениальная мысль. 14 октября, когда мы узнали о том, что  главный комендант лагеря уехал в отпуск, Вагнер уехал тоже в отпуск, назначили день восстания. Начали, значит, в четыре часа дня, везде знали о том, что нужно приглашать в четыре часа на примерку. На примерку в портняжную мастерскую пригласили Неймана – он шил себе китель – и бригадир портняжной мастерской пригласил его для примерки. В сапожной мастерской тоже пригласили одного из немцев для примерки сапог. В это время по этим мастерским были расставлены наши военнопленные с топором в  руках…

Семен Розенфельд
Семен Розенфельд

Печерский в этот день работал, специально его прислали к нам в столярную мастерскую для того, чтобы он видел, как идет восстание, и мы знали, что в четыре часа все начинается. После обеда он меня подозвал, Печерский, и говорит: «Зямка, ты бы мог убить человека топором?». Я говорю: «Человека нет, а вот эсэсовца с большим удовольствием»… К нам в столярную мастерскую должен был прийти Карл Френцель. Он должен был принять шкафы. Френцель – комендант первого лагеря. И мы знали, что он должен прийти 14-го в четыре часа. Он сказал: «Если шкафы будут не готовы, вы получите все по двадцать пять».  Двадцать пять плеток. У него, видно, счастье другое – он не пришел. Я говорю: «Саша, что делать, может я пойду искать его?» – «Нет, ты что? Из-за одного Френцеля погубить восстание? Ни в  коем случае»… Ровно в четыре часа мы видим, Нейман – а он разъезжал на территории лагеря  на лошади верхом – подъехал к портняжной мастерской, поставил лошадь. Она была привычная, стоит там и смотрит. Нам видно, как он вошел в портняжную мастерскую. Не прошло и пяти минут, вдруг лошадь встала на дыбы и заржала. Мы не знали, что там случилось. Вдруг выбегает один из портных, берет лошадь за узды и заводит между бараками – там был барак с сеном, туда лошадь заводит. К нам направляется один из портных, вынимает пистолет   и кладет Печерскому на стол: «Это пистолет Неймана».

В это время, это было прям возле меня, Шубаев выхватил пистолет, выстрелил вверх и крикнул: «За Родину! За Сталина! Вперед!».  Мы все пустились и направо повернули, к центральному входу, чтоб захватить центральные  ворота. В это время на вышках поняли –  в лагере что-то неладное. И когда мы стали приближаться к центральному входу, они стали стрелять в нас. В это время Карл Френцель, которого я должен был убить, пришел, увидел суматоху, понял, что что-то неладное делается. А мы должны были захватить оружейный склад и раздать оружие. Он понял, что если мы захватим оружейный склад, будет совсем плохо. Он стал стрелять вдоль оружейного склада, не давал нам  подойти. Он был с автоматом и стал нас отсекать. И мы пошли в сторону караульного помещения, кое-кто пошел в сторону центральных ворот. Мы знали, что там сзади караульного помещения всего один ряд колючей проволоки. Я стал перелезать через колючую проволоку, на мне комбинезон – лохмотья от моего комбинезона. Когда я уже с той стороны очутился, я понял, что надо перебежками, короткими перебежками идти к лесу, а там было где-то метров триста до леса. Мы знали, что минное поле есть. Я стал смотреть, чтоб не попасть на мины, я же понимал, чем это грозит. И падал, поднимался, короткими перебежками бежал до леса по минному полю. И добежал. Многие подорвались на минном поле, многие попали под пули пулеметов, а я добежал до леса».

Примерно 300-м заключенным удалось бежать, но большинство из них впоследствии погибли. Узники, которые не присоединились к побегу, были убиты. Около 50 сбежавших заключенных пережили войну.

По материалам сайта

http://www.yadvashem.org/yv/ru/education/projects/phoenix/video5.asp

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

18 − один =