ליאלקע, שטיין און פּודעלע

ליאלקע, שטיין און פּודעלע

Фото Натана Брандмана

וועגן שרעקלעכע געשעענישן קאָנען א מאָל דערציילן די סאמע געוויינלעכע זאכן. באזונדערס, אויב זיי געהערן דעם געוועזענעם אָסיר פון אוישוויץ
די אייניקלעך פון שרה סאָראָקא, וועלכע איז אין איר קינדער-יאָרן ארײַנגעפאלן אין אוישוויץ, האָבן געפונען אין איר שטוב א פּודעלע מיט די מאָדנע זאכן אינעווייניק — א ליאלקע און א שטיין. נאָר אָט דאָס אומגעוויינלעכע געפינס האָט זי געצוווּנגען צו דערציילן אירע אייניקלעך, וואָס פאר א גיהנום האָט זי אויסגעפּרוּווט אויף זיך, ווען זי איז געווען א קליין מיידעלע.
די דאָזיקע געשעענישן זײַנען אויסגעטראכטע, אָבער זיי קאָנען זיך גלײַכן מיטן היסטאָרישן אמת. די פּיעסע מיט אזא סוזשעט האָבן געשאפן און געשטעלט מיט אייגענע כוחות די שילערס און לערערס פונעם ביראָבידזשאנער ”ליצעום נומ.32 מיט עטנאָקולטורעלן (ייִדישן) קאָמפּאָנענט“. די פּרעמיערע פונעם ספּעקטאקל ”קינדער-דערמאָנונגען, אָדער די געשיכטע פון א פּודעלע“ האָבן זיי געווידמעט דעם אינטערנאציאָנאלן טאָג פון אָנדענק פון די חורבן-קורבנות.
די האנדלונג פונעם ספּעקטאקל גייט אין צוויי צײַט-אָפּשניטן: אין קעגנווארט, וווּ עס לעבן, ווייסנדיק ניט קיין צרות, די אייניקלעך פון שרה, און אין פארגאנגענהײַט, וווּ עס האָט געבושעוועט די צווייטע וועלט-מלחמה, וועלכע האָט דערחרגעט די מיליאָנען מענטשן. די געשיכטע, וואָס עס דערציילט די הויפּט-העלדן פון דער אויפפירונג, די באָבע שרה, — דאָס איז סײַ די פּערזענלעכע געשיכטע, סײַ די געשיכטע פונעם גאנצן דור.
כדי רעאליזירן די שאפערישע אידיי, האָט מען געשאפן אינעם ליצעום א טעאטער אין מיניאטור: מיט דעקאָראטאָרן, בינע-באלײַכטערס, קאָסטיומערן, סצענאריסטן, אקטיאָרן. און, פארשטייט זיך, מיט רעזשיסאָרן — זיי זײַנען געוואָרן די פּעדאגאָגן מארינע קאָסטראָווא און וויקטאָריע סנעגיריאָווא. צוזאמען האָבן זיי געזוכט די אקטיאָרן, די דעקאָראציעס א.א.וו. אָבער מער אינטערעסאנט און שווער איז פאר זיי געווען דאָס זוכן פון אזעלכע דעטאלן, וועלכע וואָלטן געקאָנט איבערגעבן אויף דער שפּראך פון סימבאָלן די היסטאָרישע עפּאָכעס און לעבנס-עטאפּן פון דער הויפּט-העלדן.
די ליאלקע — די מתנה פונעם ”בעסטן טאטע אין דער גאנצער וועלט“ — סימבאָליזירט אינעם ספּעקטאקל די גליקלעכע קינדהײַט פון שרה. אינעם קאָנצענטראציע-לאגער איז דאָס איינציקע שפּילכל פונעם קליינעם מיידעלע געוואָרן א שטיין. די אלטיטשקע שרה באהאלט די ביידע זאכן אין א פּודעלע, און זיי זײַנען אויף אייביק די טראגישע ירושה פון איר משפּחה, איר אייביקער זכרון.
די לערערן פון ייִדיש און ייִדישע טראדיציעס טאטיאנע מעסאמעד, די אויספילערן פון דער ראָל פון דער אלטער שרה, האָט געזאָגט, אז דער ספּעקטאקל איז געווען די מעגלעכקײַט צו רעדן וועגן דעם חורבן, אויסצודריקן די אייגענע באציונג צו דער טראגעדיע.
— אינעם ספּעקטאקל האָבן אָנטיילגענומען די קינדער פון פארשיידענע עלטערס. דורך אזא ארבעט קאָנען זיי בעסער פארשטיין די שווערע און טראגישע טעמע פון שואה, — איז זיכער טאטיאנע מעסאמעד.
איינמוטיק זײַנען געווען אין זייערע קאָמענטארן די יונגע ארטיסטן.
— איין זאך איז צו לייענען אָדער צו הערן וועגן דעם חורבן, און גאָר אן אנדער זאך איז א פּרוּוו טאָן — כאָטש אויף דער בינע — צו פארשטיין די גרויליקײַט פון די מלחמה-יאָרן. א סך פון אונדז האָבן געוויינט הינטער די קוליסן. מיר אלע האָבן טיף איבערגעלעבט די טראגעדיע, די דערפארונג פון דער געשיכטע דארף העלפן די מענטשן מאכן די וועלט בעסער און לעבן אין פרידן.
אויף ספּעקטאקל האָט מען אײַנגעלאדן די וועטעראנען פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, די געוועזענע אסירים פון געטאָ און קאָנצענטראציע-לאגערן, דעם רב פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט און א סך אנדערע געסט. די ערשטע שאפערישע דערפארונג פון די שילערס פונעם ליצעום האָט מען אָפּגעשאצט, די מענטשן פון פארשיידע דורות — דורך דער געשיכטע פון שרה סאָראָקא — האָבן גערעדט וועגן דער געשיכטע, וואָס מע טאָר נישט פארגעסן.
סטאניסלאוו קלימענקאָ

***

סאָפיע בוראָווסקא (האָראָוויץ) האָט איבערגעגעבן אָט די ליאלקע, וואָס איז געווען געמאכט אין די דרײַסעיקער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט, דעם אמעריקאנער חורבן אייראָפּע מוזיי. אָט די ליאלקע איז געווען מיט סאָפיע אין צוויי געטאָס — אין דער וואָלברומער געטאָ און אין דער קראקעווער געטאָ. סאָפיעס משפּחה האָט אָפּגעגעבן די ליאלקע און אייניקע אנדערע זאכן זייערע פרײַנד. מע האָט דעפּאָרטירט סאָפיע אינעם ארבעטס-לאגער פאר ייִדן (הינטער קראקע), אינעם לאגער סקראזשיסקאָ-קאמענא (אויך אין פּוילן), און דערנאָך — אינעם קאָנצענטראציע-לאגער בוכענוואלד (אין דײַטשלאנד), וווּ זי איז געווען באפרײַט. נאָך דער מלחמה איז זי צוריקגעקומען קיין פּוילן און האָט געפונען איר ליאלקע.
לעמבערג, 3491. איטע קעלער לעבן דעם הויז פונעם פּאָליאק טאדעוש קאָבילקאָ. איטע קעלער איז געבוירן געוואָרן יולי-חודש 9391 אין א שטעטל הינטער לעמבערג. בײַ איר זײַנען געווען טאטע, מאמע, באָבע און מומע פאניע. ווען די דײַטשן האָבן אָקופּירט לעמבערג, האָט די מומע פאניע זיך באקענט מיט טאדעוש, וועלכער האָט פאָרגעלייגט באהאלטן זי בײַ אים און אויסגעבן זי פאר זײַן ווײַב. דער פּריסטער האָט זי ארויסגעגעבן די פאלשע דאָקומענטן. דערנאָך איז אין שטעטל געווען אן אָבלאווע. איטעס מאמע און באָבע האָט מען דעפּאָרטירט אינעם קאָנצענטראציע-לאגער בעלזשעץ, וווּ זיי זײַנען אומגעקומען. וועגן איר פאָטער ווייסט מען גאָרנישט.
פאר דער אָבלאווע האָט איטעס מאמע באהאלטן איר טאָכטער אינעם קעלער. טאדעוש האָט געפונען איטע, באהאלטן זי אין א זאק און אוועקגעפירט מיט זיך. ביזן סוף פון דער מלחמה האָט איטע געוווינט אין דער משפּחה פון קאָבילקאָ ווי זייער טאָכטער. דאן איז בײַ טאדעוש און פאניע געבוירן געוואָרן דער זון. נאָך דער מלחמה האָט טאדעוש געוואָלט אוועקפאָרן קיין פּאלעסטינע צוזאמען מיט פאניע, אָבער מע האָט אים ניט ארויסגעגעבן א דערלויבעניש. די מומע פאניע איז אוועקגעפאָרן מיט די קינדער און האָט אים מער קיינמאָל ניט געזען. פאניע איז געשטאָרבן אין 2991 יאָר. איטע און איר ברודער וווינען אין ישראל.

Кукла, камень и коробка

Об ужасающих событиях могут порой поведать самые обычные, казалось бы, вещи. Особенно если вещи эти принадлежат бывшему заключенному Аушвица

Коробку с весьма странным содержимым – куклой и камнем – совершенно случайно обнаружили в доме бывшей малолетней узницы Освенцима Сары-Сороки ее внуки. Примерно их возраста была маленькая Сара, когда попала в концлагерь. Лишь эта необычная находка заставила ее спустя много лет впервые рассказать внукам о том, через какой ад ей довелось пройти.
Описанные выше события – канва сценария, авторский вымысел, который, впрочем, не уступает в реалистичности исторической правде. Пьесу с таким сюжетом создали и поставили своими силами учащиеся и преподаватели биробиджанского Лицея № 23 с этнокультурным (еврейским) компонентом. Премьерный показ спектакля «Детские воспоминания, или История одной коробки» лицеисты приурочили ко Дню памяти жертв Холокоста.
Сценическое действо охватывало два временных пласта: настоящее, в котором, не ведая беды, живут внуки Сары, и прошлое, где свирепствует Вторая мировая война, а дети становятся узниками Освенцима. История, рассказанная главной героиней постановки, бабушкой Сарой, – это и история одного человека, и история целого поколения.
Для воплощения творческого замысла в лицее был создан театр в миниатюре: с декораторами, осветителями и художниками по костюмам, сценаристами и актерами. И с режиссерами, конечно, (педагоги Марина Кострова и Виктория Снегирева), на которых держалось буквально все – работа с актерами, смена декораций, подбор реквизита и многое другое. Однако самым сложным и интересным для создателей постановки был все же поиск деталей, способных на языке символов проиллюстрировать смену исторических эпох и жизненных вех главной героини.
Кукла, подаренная любимым и «самым лучшим папочкой на свете», символизирует в спектакле счастливое детство маленькой девочки Сары. В лагерной жизни игрушкой Сары становится камень – он и единственная возможная в тех условиях кукла, и связь с прошлой жизнью, и воспоминания о ней. И камень, и кукла хранятся у пожилой Сары в одной коробке, и эти вещи – навсегда теперь память рода.
Учитель идиша и еврейских традиций Татьяна Месамед, исполнившая роль взрослой Сары, отметила, что театральная постановка была для участников проекта – преподавателей и учеников, людей разных поколений – возможностью сказать о Холокосте, выразить свое отношение к трагедии и быть услышанными.
– В спектакле были задействованы учащиеся начальной школы, среднего и старшего звена. Через подобную работу, будь то написание сценария или исполнение роли на сцене, дети лучше понимают такую сложную тему, как Холокост, – уверена Татьяна Марковна.
Комментарии актеров-детей были единодушными:
– Читать или слышать о Холокосте – это одно, – признались юные артисты. – Попытаться прожить этот ужас – пусть лишь несколько минут и на сцене – это другое. Многие из нас плакали за кулисами… Сцена заставляет чувствовать, осознавать, что именно испытывали дети военных лет. Мы все смогли это прочувствовать, а значит, каждый из нас сделает все возможное, чтобы не допустить повторения такой трагедии.
На премьерный показ были приглашены ветераны Великой Отечественной войны, бывшие малолетние узники гетто и концлагерей, дети войны, раввин ЕАО, представители общественных организаций города и области. Первый творческий опыт лицеистов был оценен, понятный каждому диалог состоялся, люди разных поколений – через историю Сары-Сороки – говорили об истории и историях, которым не место в коробках.
Станислав Клименко, учащийся лицея № 23

***

София Буровска (Хоровиц) передала эту куклу, созданную в тридцатых годах прошлого века, Мемориальному музею Холокоста США. Родители подарили Софии эту куклу перед войной, и она взяла ее с собой сначала в Вольбрумское, а потом в Краковское гетто (в Польше). Ее семья оставила куклу и некоторые другие вещи на хранение друзьям-неевреям. София была депортирована в трудовой лагерь для евреев возле Кракова, в лагерь Скаржиско-Каменна (также в Польше), а затем в концентрационный лагерь Бухенвальд (в Германии), где она и была освобождена. После войны она вернулась в Краков и нашла свою куклу.
— US Holocaust Memorial Museum – Collections

Львов, 1943.
Итта Келлер у дома прятавшего ее
поляка Тадеуша Кобылко.

Итта Келлер родилась в июле 1939 года в штетле недалеко от Львова. У нее были мама, папа, бабушка и тетя Фаня. Когда немцы заняли Львов, в разгар облав, тетя Фаня волею случая познакомилась с Тадеушем, и он предложил спрятать ее у себя под видом жены.
Поженивший их священник справил тете Фане фальшивые документы.
Потом была новая облава в штетле, и маму и бабушку Итты отправили в концлагерь Белжец, где они и погибли. Судьба ее отца неизвестна.
Перед облавой мама Итты успела спрятать ее в подвале с запасом воды и еды и отправить тете Фане записку, и спустя несколько дней Тадеуш нашел Итту, засунул в мешок и увез с собой. До конца войны Итта жила в семье Кобылко, как их дочь Ира.
Тогда же у Тадеуша и Фани родился сын Адам.
После войны Тадеуш хотел уехать вместе с Фаней в Палестину и даже принять гиюр, но ему не дали разрешения на выезд.
Тетя Фаня уехала одна с детьми и больше никогда не видела Тадеуша.
Одна она не смогла содержать детей, и их пришлось отдать в интернат.
Тетя Фаня умерла в 1992 году, Итта и Адам живут в Израиле.

Источник: toh-kee-tay.livejournal.com

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *