בריוו פונעם ווײַטן מיזרח

בריוו פונעם ווײַטן מיזרח

א כינעזישער רעזשיסאָר האָט געזוכט אין בלאגאָוועשטשענסק צווישן די אָרטגעבירטיקע ייִדן די אקטיאָרן פאר זײַן נײַעם פילם. ”א בריוו פונעם ווײַטן מיזרח“ — אזוי רופט זיך אָן א טעלעוויזיע-פּראָיעקט, וואָס וועט דערציילן וועגן דעם גורל פון ייִדן, וועלכע זײַנען אטלאָפן פון די נאציס אויפן ווײַטן מיזרח און קיין כינע. די פילמירונגען וועלן זיך אָנהייבן שוין אין אפּריל

דער רעזשיסאָר לין כאי האָט שוין געשאפן פיר פּראָיעקטן. אינעם יסוד פון זײַן נײַעם פּראָיעקט ליגט דאָס בוך פונעם כינעזישן אויטאָר, דעם פּרינציפּאל פונעם פּאָליטישן אינסטיטוט טשזשאן סין קע, וועלכער האָט באשריבן אין זײַן גרעסערער דערציילונג די געשעענישן פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען ייִדן האָבן געזוכט א רעטונג פון די נאציס דורך אנטלויפן קיין כינע.

דער הויפּט-העלד פון דער האנדלונג איז א 01יאָריק ייִנגל, וואָס איז איבער די פארפאָלגונגען געוואָרן א יתום און איז געבליבן פּנים-אל-פּנים מיט אלע שוועריקייטן. כדי צו געפינען א קינד אויף דער הויפּט-ראָלע איז דער רעזשיסאָר געקומען צו פאָרן קיין בלאגאָוועשטשענסק, נעמלעך — אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. לין כאי קלײַבט אויך צו צווישן די מענטשן פון ייִדישן אָפּשטאם די אקטיאָרן אויף אנדערע ראָלעס פאר זײַן פילם. א פּרוּוו טאָן דאָס גליק זײַנען אין בלאגאָוועשטשענסק געקומען ארום 03 מענטשן.

— פון מײַנע באקאנטע האָב איך זיך דערוווּסט, אז ס’פאָדערט זיך פארן פילם א פרוי אין עלטער פון 53-04 יאָר, מיט ייִדישע וואָרצלען. דורכן איבערזעצער האָב איך גערעדט מיט דער רעזשיסאָר-גרופּע. די כינעזישע קינעמאטאָגראפיסטן האָבן מיך געפרעגט וועגן מײַן פּראָפעסיע, צי האָב איך א פאָרשטעלונג וועגן שפּילן אויף דער בינע, צי קען איך רעדן אויף ייִדיש אָדער העברעיִש. ווי איך האָב פארשטאנען, טויג איך נישט פאר דער ראָלע, — האָט דערציילט די אײַנוווינערן פון בלאגאָוועשטשענסק אנאסטאסיע.

פריִער איז דער אָפּקלײַב פון אקטיאָרן דורכגעגאנגען אין שאנכײַ. אויף דער הויפּט-ראָלע האָט מען נאָך קיינעם ניט באשטעטיקט. מיט זײַן קאָמאנדע פּלאנירט דער רעזשיסאָר זוכן די אקטיאָרן אין דער ייִדישער אווטאָנאָמער געגנט, אין מאָסקווע און ישראל. די פילמירונגען זײַנען אויסגערעכנט אויף פיר חדשים און וועלן זיך אָנהייבן אין אפּריל, אָבער מע ווייסט נאָך ניט, וווּ זיי וועלן פאָרקומען — אין שאנכײַ, כארבין אָדער אין דער פּראָווינץ כענאן. דעם פילם פון 04 סעריעס פּלאנירט מען ווײַזן אין כינע אויפן צענטראלן טעלעוויזיע-קאנאל סוף 7102 יאָר — אָנהייב 8102 יאָר.

Письмо с Дальнего Востока

Китайский режиссер искал в Благовещенске актеров на главную роль в сериале о жизни евреев. «Письмо с Дальнего Востока» – так называется телевизионный проект, который расскажет о судьбе евреев, бежавших от нацистов на Дальний Восток и в Китай. Съемки начнутся уже в апреле

На счету режиссера Линь Хай четыре проекта, в основу этого легли события Второй мировой войны, когда евреи бежали от нацистов в Китай. Режиссер собирается экранизировать произведение китайского автора – ректора политического института Чжан Синь Кэ.

Главный герой – 10-летний еврейский мальчик, который в результате гонений лишился родителей и остался один на один с трудностями. Чтобы найти ребенка, который справится с этой ролью, режиссер приехал в Благовещенск.

Режиссера интересуют не все дети, а только еврейской национальности. Поэтому кастинг не получил огласки, а проводился при сотрудничестве с амурской еврейской диаспорой.

Также режиссер присматривает актеров на роль матери, отца и врача. Кастинги состоялись на прошлой неделе – в среду и четверг. Попытать удачу в Благовещенске пришли около 30 человек.

«Через знакомых я узнала, что на роль в сериале требуется женщина с еврейскими корнями 35–40 лет. Я позвонила, и мне сказали прийти на кастинг. Через переводчика я общалась с режиссёрской группой. Китайские кинематографисты спрашивали о моей профессии, имею ли я понятие об игре на сцене, умею ли я говорить на иврите или идише. Записали мои параметры, сфотографировали и все. Но, как я позже поняла, для этой роли я вряд ли подойду – требуется женщина исхудавшая, а я не такая», – рассказала благовещенка Анастасия.

До Благовещенска кастинг проходил в Шанхае. Но пока главная роль остается незанятой. Со своей командой режиссер планирует поискать актеров в Еврейской автономной области, Москве и Израиле. Съемки начнутся в апреле и займут 4 месяца. Где они будут проходить, пока неизвестно. В списке потенциальных мест – Шанхай, Харбин или провинция Хэнань.

Режиссер снимет 40 серий, которые планирует показать в конце этого года или начале следующего на центральном телевидении Китая.

Текст и фото: amur.info

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *