אויף א הויכן ניוואָ

אויף א הויכן ניוואָ

אינעם מאָסקווער ייִדישן קהילה-צענטער אין מארינא ראָשטשא האָבן זיך געעפנט די קורסן אין דער ייִדישער שפּראך. ”די לימודים פּלאנירט מען דורכפירן אין צוויי גרופּעס — פאר אָנהייבערס און פאר די, וועלכע האָבן שוין אייניקע קענטענישן אין דער שפּראך“, — האָט געזאָגט מרדכי ווײַסבערג. די סטודענטן וועלן זיך פארנעמען איין מאָל א וואָך. מע באהאנדלט אויך א געלעגנהײַט פון לערנען ייִדיש אָנלײַן.

אָנפירן מיט די קורסן וועט אנא סאָראָקינא, אן ארויסלאָזניצע פונעם רוסישן מלוכה-אוניווערסיטעט פאר הומאניסטיק. פארשרײַבן זיך אויף די קורסן קאָנען אלע, ווער עס וויל.

— די אידיי צו שאפן די שפּראך-קורסן איז אויפגעקומען שוין לאנג. די באזוכערס פונעם מאָסקווער ייִדישן קהילה-צענטער פלעגן רעגולער זיך ווענדן צו די מיטארבעטערס פונעם קהילה-צענטער מיט א ביטע צו אָרגאניזירן אזעלכע קורסן. די קורסן אין דער העברעיִשער שפּראך זײַנען נישט קיין זעלטענע זאך, אָבער גאָר אנדערש איז מיט ייִדיש, — האָט געזאָגט אנא סאָראָקינא. — איצט האָבן מיר, לסוף, די מעגלעכקײַט צו עפענען מיט א מאָל צוויי גרופּעס.

סאָראָקינא דערציילט, אז זי וועט באקענען די סטודענטן סײַ מיט ליטערארישע, סײַ מיט רעליגיעזע טעקסטן. די מעטאָדיק איז אויסגערעכנט אויף סאמע פארשיידענע עלטער-קאטעאָריעס, קורץ גערעדט, אדאנק איר מעטאָדיק קאָן מען שטודירן ייִדיש אויף א הויכן אקאדעמישן ניוואָ.

В МЕОЦе открыли курсы идиша

В Московском еврейском общинном центре в Марьиной роще открылись курсы по изучению идиша

На данный момент планируется две группы – для начинающих и уже знакомых с основами языка, рассказал директор МЕОЦ Мордехай Вайсберг. Занятия будут проводиться раз в неделю. Обсуждается возможность дистанционного обучения.
Вести группы по изучению языка будет Анна Сорокина, выпускница Центра библеистики и иудаики РГГУ. Записаться на курсы могут все желающие. «Идея создания групп по изучению идиша созрела давно. Посетители МЕОЦа регулярно обращались к координаторам центра с просьбой организовать такие курсы – ведь с ивритом недостатка нет, а вот идиш не преподавался вовсе, – сказала Сорокина. – Сейчас, наконец, появилась возможность открыть сразу две группы».
По словам Сорокиной, ее «преподавательская методика включает знакомство, как с литературными, так и с религиозными текстами. Она рассчитана на самые разные возрастные категории и может быть охарактеризована как неформальное обучение на высоком академическом уровне».
Источник: Jewish.ru

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *