דער זינגער אוטיאָסאָוו און דאָס ליד ”ווײַסע שיף”

דער זינגער אוטיאָסאָוו און דאָס ליד ”ווײַסע שיף”

ס’איז מסתמא נישטאָ הײַנט אזא שאָו-זינגער אָדער זינגערין, וואָס זאָל נישט האָבן געמאכט, כאָטש פון איין ליד זייערס א ”קליפּ“ — א מין קורצער פילם מיט אן אייגענעם סיזשעט. דאָס ענגלישע וואָרט ”PILC”, מיינט אויף ייִדיש קלעמערל. אינעם אמעריקאנער ייִידש טרעפט זיך דער זאָג, ”קליפּ-און-קלאָר“ — א מין פּאראפראזע פון דעם פארשפּרייטן ייִדישן זאָג, ”קורץ-און-שארף”. לאָמיר אָבער זיך אומקערן צום ”מוזיקאלישן קליפּ“ — פארשיידענע קורצע עפּיזאָדן, אָנגעשניטן און ”צוזאמענגעקלעמערט“ — האָט זיך באוויזן אין די פאראייניקטע שטאטן אין די אָנהייב 0591ער יאָרן.

אָבער דווקא נישט די אמעריקאנער ”שאָו“ אויף דער טעלעוויזיע, נאָר די סאָוועטישע אגיטאציע-פילמען, האָבן געלייגט דעם ערשטן שטיין אין דער איצטיקער קליפּ-אינדוסטריע. דער ערשטער מוזיקאלישער קליפּ האָט זיך באוויזן אין די קינאָס און קלובן פון סאָוועטן-פארבאנד אין די אָנהייב 0491ער. דער מוזיקאלישער פילם האָט געהייסן קליפּ-און-קלאָר: ”קאָנצערט אויפן עקראן“, און האָט אײַנגעשלאָסן פארשיידענע טעאטראלע, מוזיקאלישע עפּיזאָדן, אויסגעפירט פון די בעסטע און פּאָפּולערסטע ארטיסטן און מוזיקער פון יענער צײַט. עטלעכע לידער אין דעם פילם האָט געזונגען דער באליבסטער זינגער און אקטיאָר לעאָניד אוטיאָסאָוו. נאָך דער מוזיקאלישער קינאָ-קאָמעדיע ”פריילעכע יאטן“ (4391), וווּ אוטיאָסאָוו שפּילט איינע פון די הויפּט-ראָלן, איז ער געווען אין סאמע שפּיץ פון דעם סאָוועטישן עסטראדע-אָלימפּ.

אינעם פילם ”קאָנצערט אויפן עקראן“, זינגט און שפּילט אוטיאָסאָוו אויס דרײַ לידער, וועלכע זײַנען גיך געוואָרן שלאגערס. צווישן זיי איז אויך געווען דאָס ליד ”שיף”. באשאפן האָבן עס צוויי מחברים: דער קאָמפּאָזיטאָר ניקאָלײַ מינך און דער פּאָעט א. ד’אקטיל. ווייניק באקאנט אין יענער צײַט, ווערן זייערע נעמען אין אונדזערע טעג דערמאָנט, א דאנק טאקע זייער בשותפותדיקער ארבעט מיט לעאָניד אוטיאָסאָוון.

ניקאָלײַ מינך, וואָס זײַנע אָבות שטאמען אָפּ פון דײַטשלאנד, איז געבוירן געוואָרן אין דער רוסישער שטאָט סאראטאָוו. באקומען זײַן מוזיקאלישע בילדונג אין די שטעט פּענזע און לענינגראד, האָט מינך במשך פון לאנגע יאָרן (9291 — 0491) געארבעט אין אוטיאָסאָווס דזשאז-אָרקעסטער, ווי א פּיאניסט. דעריבער איז נישט קיין חידוש, וואָס גראָד מינך האָט אָנגעשריבן די מוזיק פון דעם ליד. זײַן ווײַטערדיקע קאריערע האָט מינך געמאכט ווי אן אָרקעסטער-דיריגענט אויף דעם לענינגראדער ראדיאָ און שפּעטער — אָנגעפירט מיטן אָרקעסטער בײַם צענטראלן טעאטער פון סאָוועטישער ארמיי אין מאָסקווע.

דער פּאָעט מיטן מאָדנעם נאָמען א. ד’אקטיל האָט אָנגעשריבן ספּעציעל פאר לעאָניד אוטיאָסאָוון נישט איין ליד. פון דעסטוועגן, איז ער אין זײַן צײַט בעסער באקאנט געווען ווי א מחבר פון פעליעטאָנען, סאטירישע לידער און פּאראָדיעס אויף די ווערק פון אנדערע סאָוועטישע פּאָעטן. דאָס אונטערשרײַבן זיך נישט מיטן אמתן נאָמען, נאָר מיט א פּסעוודאָנים, איז נישט קיין נאָווינע אין דער שאפערישער סביבה.

אין די יאָרן נאָך דער רעוואָליוציע איז אין סאָוועט-רוסלאנד געווען באזונדערס פארשפּרייט אָט די שיטה, צוליב פארשידענע סיבות: אייניקע האָבן געוואָלט דערמיט פארדעקן זייער נישט-פּראָלעטארישן ייִחוס, די אנדערע — האָבן זיך געפילט שאפעריש פרײַער, באהאלטנדיק זיך אונטער א פּסעוודאָנים (אין דער הײַנטיקער ווירטועלער וועלט איז עס געוואָרן א מגפה, און ניט נאָר צוליב דערווערבן ”א שאפערישע פרײַהייט“); עס זײַנען געווען אויך אזעלכע, וואָס האָבן געהאלטן, אז זייער נישט גענוג-קלינגעוודיקער נאָמען (אָדער פארקערט — צו גרילצנדיקער נאָמען) פּאסט נישט פאר א רוסישן מחבר.

יעדנפאלס דער אמתער נאָמען פונעם שרײַבער א. ד’אקטיל איז געווען נתן-נחום פרענקעל. געבוירן איז ער אין דער סיבירער שטאָט אירקוטסק, אין דער משפּחה פון אן אפּטייקער אברהם פרענקעל און דער מוטער ווערע מאיראָוויטש. פארענדיקט די גימנאזיע, איז דער יונגער-מאן אוועקגעפאָרן קיין ניו-יאָרק. נאָך פיר יאָר זיך לערנען אין א קאָלעזש, איז נתן-נחום געקומען צוריק קיין רוסלאנד, וווּ ער האָט שטודירט יוריספּרודענץ אין טאָמסקער און דערנאָך אין סאנקט-פּעטערבורגער אוניווערסיטעטן. אין פּעטערבורג הייבט זיך אָן זײַן ליטערארישע קאריערע אין פארשיידענע סאטירישע אויסגאבעס. נאָך דער אָקטאָבער-רעוואָליוציע ארבעט א סך א. ד’אקטיל ווי א ”טעקסטאָוויק“, וואָס מיינט, א פּאָעט פון טעקסטן פאר געזאנגען, מיט באקאנטע לידער-קאָמפּאָזיטאָרן, בדרך-כלל ייִדן: אײַזיק דונאיעווסקי, דמיטרי פּאָקראס, זינאָווי קאָמפּאנעיעץ און אנדערע. קענענדיק גוט ענגליש, זעצט ער איבער אויף רוסיש לויִס קעראָלס ”אליסע אין וווּנדער-לאנד“, דערציילונגען פון אָ’גענרי און דזשעק לאָנדאָן.
לעאָניד אוטיאָסאָוו איז, דאכט זיך, צווישן די געציילטע זינגערס, וואָס זאָל זײַן אזוי פּאָפּולער ביזן הײַנטיקן טאָג אין רוסלאנד. ווייניק ווער געדענקט די מחברים פון זײַן רעפּערטואר, ווײַל די געזאנגען זײַנען ארײַן אין די קאנאָנען פון דער סאָוועטישער מוזיק-געשיכטע, ווי ”אוטיאָסאָווס לידער“. ער האָט פארמאָגט כלערליי טאלאנטן — אן אקטיאָר, זינגער, אָנפירער פונעם ערשטן דזשאז-אָרקעסטער אין סאָוועטן-פארבאנד, א גלענצנדיקער דערציילער, א מענטש מיט א זעלטענעם חוש פאר הומאָר — און די אלע טאלאנטן זײַנע האָבן זיך איבערגעפלאָכטן אין זײַן גרעסטן טאלאנט — צו שאפן פון א געזאנג אן עכטן לעבנס-עפּיזאָד. דער פּאראדאָקס אָבער באשטייט אין דעם, אז קיין שטימע פון א פּראָפעסיאָנעלן זינגער האָט אוטיאָסאָוו נישט געהאט. ער האָט אפילו צוליב דעם נישט איין מאָל געליטן, אויסהערנדיק מיאוסע פארוווּרפן פון די פּארטיי-פונקציאָנערן פון מוזיק און די מוזיק-קריטיקער פון זייער בראנדזשע: ”א זינגער אָן א קול!“, ”א דיריגענט אָן א מוזיקאלישער בילדונג!“ — וכדומה. אין כרושטשאָווס צײַטן זײַנען אלע לידער אין דעם פּאָפּולערסטן קינאָפילם מיט זײַן באטייליקונג ”פריילעכע יאטן“, וואָס נישט איין דור איז אויף זיי געוואקסן, געווען טאָניפיצירט מיט אן אנדער קלאנג, פון א פּראָפעסיאָנעלן זינגער. שטעלט זיך פאָר, ווען די לידער פון די באקאנטע פראנצויזישע שאנסאָן-זינגערס, אָדער לויִ ארמסטראָנגס אוניקאלע ”הייזעריקע שטימע“, וואָלטן אָפּגעווישט געוואָרן פון די זעלטענע פילמען מיט זייער באטייליקונג.
ווי עס האָט זיך אָבער ארויסגעוויזן, דארף מען א ליד זינגען מער מיטן הארץ, איידער מיט א שיינער שטימע, דווקא פאר דעם הארציקן זינגען האָט דאָס פאָלק אזוי ליב געהאט לעאָניד אוטיאָסאָווס געזאנגען.

געבוירן געוואָרן אין דער בארימטער שטאָט אָדעס אין דער משפּחה פון יוסף און מלכה ווײַסביין, האָט דעם יונגן לייזער ווײַסביין, אפּנים, מער געשמעקט דער ראָמאנטישער נאָמען אוטיאָסאָוו. ”אוטיאָס“, מיינט אויף רוסיש ”ברעגפעלדז“. מיט אזא קלינגעוודיקן נאָמען האָט ער שוין אָפּגעלעבט זײַן לאנג לעבן ביז דער עלטער פון 78 יאָר.

און דאָך, שטעקט זײַן היימישער דרומדיקער ייִדיש און דער ייִדישלעכער נוסח פון זינגען ארויס פון ס’רוב זײַנע לידער, נישט געקוקט אויפן רוסישן טעקסט און סאָוועטישע אטריבוטן. אוטיאָסאָוו האָט זיך קיין מאָל נישט געשעמט מיט זײַן ייִדישן אָפּשטאם. ווען אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן ארויסצוגיין דער זשורנאל ”סאָוועטיש היימלאנד“ פלעגט ער נישט איין מאָל אהין ארײַנקומען, טאקע צוליב כאפּן א שמועס אויף זײַן באליבט מאמע-לשון.

אינעם טעאטראליזירטן ליד ”שיף”, וואָס דויערט 2 מינוטן און 55 סעקונדעס, שפּילט אוטיאָסאָוו אכט ראָלן, אכט פארשיידנארטיקע פּערסאָנאזשן, מיט זייער אייגענעם אויסזען און כאראקטער. אין רגעס שאפט זיך א געשטאלט פון א דיריגענט אין שפּיץ פון א פײַערלעשער-אָרקעסטער; א פארליבטער פּאסאזשיר, א פישער, א שיפס-קאפּיטאן און א פּשוטער מאטראָס, א דאמע, וואָס גייט אראָפּ פון דער שיף, און א מיידל, וואָס איז געקומען צו באגעגענען איר אָנגעקומענעם בחור.
ניקאָלײַ מינכס מוזיק פונעם ליד ”שיף” איז אזוי ייִדישלעך, אז כ’האָב זיך נישט אײַנגעהאלטן און איבערגעזעצט א. ד’אקטילס טעקסט אויף ייִדיש. דעם ”נײַעם“ קליפּ האָט געמאכט נחום קויפמאן, וואָס האָט אויך אויף ס’נײַ אראנזשירט דאָס ליד פאר זײַן פרוי, דער זינגערין ריטא קויפמאן. נחום האָט לאנגע יאָרן אָנגעפירט אין דער שטאָט בעלץ מיטן וואָקאל-אינסטרומענטאלן אנסאמבל ”אָריאָן“. זײַן פרוי, ריטא קויפמאן, איז גוט באקאנט געווען אין מאָלדאָווע, ווי די זינגערין אינעם אנסאמבל ”בוקוריא“, בײַ דער מאָלדאווישער פילהארמאָניע. אין די פאראייניקטע שטאטן וווינען זיי זינט 0991. נחום ארבעט אין ”פאָרווערטס“, ווי א ווידעאָ-אינזשענער, און צוזאמען מיט זײַן פרוי טרעטן זיי אָפט אויף מיט קאָנצערטן.

אין ייִדישן וואריאנט פונעם קליפּ הייסט דאָס ליד ”ווײַסע שיף”, און איידער עס הייבט אָן צו שפּילן, האָט איר די מעגלעכקײַט צו הערן אן אויסצוג פונעם באקאנטן ייִדישן פאָלקסליד ”ווי אזוי עס לעבט א קסיר“, געזונגען אויף ייִדיש פון לעאָניד אוטיאָסאָוון.


באָריס סאנדלער

Добавить комментарий

Ваш адрес email не будет опубликован. Обязательные поля помечены *