ווידער אויפן בארג-אָפּריס

ווידער אויפן בארג-אָפּריס

Фото Олега Черномаза

יעווגעני יעווטושענקאָ

— דאָס דאָזיקע יינגל איז ניט קיין ייִד?

— ניין? קיין ייִד.

— פארוואָס זשע שרײַבט ער אין זײַן אווטאָביאָגראפיע וועגן דעם באבי יאר? — אזא חשד איז געפאלן אויף אנאטאָלי קוזנעצאָוון, א יונגן זשורנאליסט פון קיִעוו, מחמת זײַן ”ניט-געזונטן אינטערעס“ צו דער טראגעדיע אין באבי יאר. דעמלט איז שוין דורכגעגאן א יאָר נאָך סטאלינס טויט, די ”דאָקטוירים-מערדער“ האָט מען פון לאנג רעאביליטירט, דער אנטיסעמיטיזם אָבער האָט אפילו ניט געטראכט צו פארשווינדן. מע זעט עפּעס ניט, ער זאָל הײַנט אויך ניט זײַן. אין זיבן יאָר ארום, ווען איך בין אין 1691 געקומען קיין קיִעוו, איז קוזנעצאָוו געווען מײַן ערשטער גיד אין באבי יאר, דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט מיר דערציילט אויספירלעך וועגן דעם, וואָס עס איז דאָ געשען. ביז דעמלט, אמת, האָב איך געלייענט לעוו אָזעראָווס גלענצנדיקע, ניט-פארדינט פארגעסענע ליד אין זײַן בוך ”שלאקסרעגן“: איך בין געקומען צו דיר, באבי יאר, הייסט עס, אז דער אומגליק פארמאָגט אן עלטער, — הייסט עס, אז איך בין אומגלייבלעך א;ט — אויף יאָרהונדערטער ציילן — ניט איבערצוציילן“. דער גורל פון קוזנעצאָווס קינפטיקן ראָמאן ”באבי יאר“ און פון אים אליין איז פארקריפּלט געוואָרן, ווי די צײַטאליין, — איבער דעם ראָמאן האָט זיך איזדיעקעוועט די צענזור. קוזנעצאָוו איז מיט א מיקראָפילם פונעם פולן טעקסט געלאָפן קיין אויסלאנד מיטן תרוץ, אז ער דארף ארבעטן איבער א בוך וועגן לענינען אין לאָנדאָן. דאָרט איז ער זיך מודה געווען אין זײַן ”ווידוי פון א מסור“, וואָס איז געווען אָפּגעדרוקט אין ”אָבסערווער“, אז ער האָט געשריבן מסירות אין קאגעבע אויף קאָלעגן לויט דער קונסט — דערונטער אויך אויף מיר. דערמיט האָט ער, מעגלעך, געוואָלט ארויסרופן צו זיך מיטגעפיל אויפן מערב, אָבער ארויסרופן האָט ער בלויז עקל, איזאָלירט געוואָרן און אומגעקומען אין רעזולטאט פון אן אומגעפאל (?).

צי האָב איך זיך געקאָנט פאָרשטעלן, אז אזוי וועט געשען? פארשטייט זיך, אז ניין. ווען איך בין געשטאנען אויפן בארג-אָפּריס איבערן באבי יאר, איז די טראגעדיע פון דער פאשיסטישער איזדיעקענישאיבער אזוי פיל מענטשלעכע לעבנס, אין וועלכער איך בין געווען ניט שולדיק, געוואָרן גלײַך אויך מײַן שולד. גראָד דאָס געפיל פון שולד איז די גרונט-סיבה פון אָט דער ליד. דער אלמענטשלעכער מאסשטאב פון דער טראגעדיע — אָט וואָס עס האָט זיך צונויפגעלייגט אין אָט דער שולד. און אן און פאר זיך איז געקומען די ערשטע שורה: ”אין באבי יאר קיין דענקמאָלן איז ניטאָ“. אין דער זעלבער נאכט האָב איך אָנגעשריבן די ליד, אויפן אנדערן טאָג האָב איך זי געלייענט מײַנעיוגנט-פרײַנד — איוואן דראטשן, וויטאלי קאָראָטיטשן. איבער קיִעוו האָבן זיך צעטראָגן קלאנגען וועגן מײַן ”באבי יאר“, דעמלט אָבער איז די דאָזיקע טעמע געווען נאָך גראטא.

אין עטלעכע טעג ארום האָט געדארפט פאָרקומען אן אָוונט אינעם אָקטיאבער-לאָקאל אויףקרעשטשאטיק. אפישן האָט מען אָפּגעדרוקט, אָבער ניט פאנאנדערגעקלעפּט. א לערערן פון איינער א שול, צוזאמען מיט שילער-ענטוזיאסטן, האָט אליין גענומען אויף זיך דאָס פאנאנדערקלעפּן זיי.

דער זאל איז געווען איבערגעפולט. ווען איך האָב געלייענט ”באבי יאר“, האָב איך נאָך ניט געוווּסט, אז אונטער דער סצענע פונעם אָקטיאבער-זאל געפינען זיך געהיימע קעלערס פון דער קאגעבע, וווּ עס זײַנען פארפּײַניקט געוואָרן אזוי פיל מענטשן. ס’איז א סימבאָל פון דער געשיכטע, אז לידער וועגן בלוט, וואָס עס איז אמאָל פארגאָסן געוואָרן אין באבי יאר, האָבן צום ערשטן מאָל געקלונגען אויף דער סצענע, וועלכע האָט זיך געוויגט, ווי א זיך-קרישלדיקער פּליט אינעם גענעם, אויף אן אנדער, נאָך ניט פארגליווערט בלוט.

פון דעמלט אָן זײַנען מײַנע ארויסטרעטונגען אין קיִעוו אָפּגעשטעלט געוואָרן אויף גאנצע 82 יאָר (!). איך האָפּב געהאט א מעגלעכקײַט ארויסטרעטן אפילו אין דער פראנקיסטישער שפּאניע, אין דער סאלאזארישער פּאָרטוגעזיע, אָבער ניט אין קיִעוו בשת עס האָבן בעל-הבתעוועט שעלעסט אָדער שטשערביצקי. סיבות זײַנען געווען צוויי — דאָס, וואָס איך האָב געוואגט דערמאָנען וועגן דער שאנד, וואָס אין קיִעוו איז ניטאָ קיין דענקמאָל פאר די קרבנות פון באבי יאר, און די צווייטע, א צוגאָבלעכע — איז דאָס, וואָס איך האָב אָנגעשריבן א בריוו אויף צו באשיצן דער פארפאָלגטן איוואן דזיובא — דעם אויטאָר פון דעם אליין ארויסגעלאָזטן עסיי וועגן דער ווילקירלעכער רוסיפיקאציע אויף אוקראיִנע. לויט דער מיינונג פון די אוקראיִנישע פּארטיי-פירער, בין איך געקראָכן ניט אין מײַן זאך. ניט צופעליק האָבן גראד זיי ”ניט געראטן“ באָריס גמיריאן ניט זינגען די סאָלאָ-פּארטיע אויף דער פּרעמיערע פון שאָסטאקאָוויטשעס 31-ער סימפאָניע אין 2691. ניט צופעליק איז די ערשטע אויספילונג פון אָט דער סימפאָניע אין כארקאָוו פאָרגעקומען בלויז אין 9891 יאָר, אין 72 יאָר (!) ארום נאָך דער פּרעמיערע. אָבער גראָד די דאָזיקע סינפאָניע איז געוואָרן דער ערשטער ווינקלשטיין פון יענעם דענקמאָל, וועלכער איז טאקע אויפגעשטעלט געוואָרן אין קיִעוו. די ערשטע שורה פון דער ליד היט נאָך עד-היום אָפּ די אקטועלקײַט, ווײַל דער דענקמאָל איז אויפגעשטעלט געוואָרן ניט אויף דעם זעלבן אָרט, וווּ עס זײַנען אומגעקומען טויזנטער קרבנות. אויף דער ליד און אויף שאָסטאקאָוויטשעס סימפאָניע האָט מען זיך ארויפגעוואָרפן מיט די סאמע ברוטאלסטע שאָוויניסטישע אָנפאלן. ”וואָס פאר אן עכטער רוס ביסטו, אויב דו האָט פארגעסן דײַן אייגן פאָלק“, — דאָס איז איינער פון די קאָמפּלימענטן אין מײַן אדרעס. די דאָזיקע גאנצע פּאָלעמיק אָבער איז געבליבן א פארמעגן בלויז פון דער ליטעראטור-געשיכטע, און די 31-טע סימפאָניע איז געוואָרן א פארמעגן פון דער געשיכטע, אלס אזעלכע. די ליד איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף 27 שפּראכן.

דער ניט-לײַכטער פאר אן אויסלענדישער אויסשפּראך נאָמען ”באבי יאר“ איז באוווּסט געוואָרן אין דער גאָרער וועלט. מעמאָריאלן פונעם באבי יאר זײַנען פאראן סײַ אין דענווער, סײַ אין יערושלים. אין כארקאָוו איז פאראן אן אייגענער באבי יאר, אָבער דאָ רופט מען אים דראָביצקער. אין וואָס זשע שטעקט דער ביטערער לימוד פונעם באבי יאר פאר אונדז אלעמען?

באבי יאר איז געווען א פארברעכן פונעם פאשיזם. אָבער דאָס, וואָס מיר האָבן אין משך פון פיל יאָרן פארשוויגן דעם פרעמדן פארברעכן, איז געוואָרן אן אייגענער פארברעכן. דאָס פארשווײַגן איז אויך א מאָרד, א מאָרד פונעם זכרון. וואָס איז געווען דער פּסיכאָלאָגישער יסוד פונעם פארשווײַגן? דאָס ניט-וועלן ארויסרופן מיטגעפיל צו די קרבנות-ייִדן. אזוי ארום האָט מען צבוּיאקיש זיך קעגנגעשטעלט, אז אין די אויפשריפטן אויף די מעמאָריאלן זאָל, גאָט באהיט, זיך ניט דורכשמוגלען דאָס וואָרט ”ייִד“. מע האָט געהאלטן פאר בעסער דעם אויסדרוק ”קרבנות פון פאשיזם“, כדי ניט העראָיִזירן דאָס וואָרט ”ייִד“, אניט קאָן דאָס צוניץ קומען פאר אן אָרדנטלעכען אויפברויז פון אָנגעזאמלטער פארביסנקײַט. קיינער האָט קלאָר ניט געקאָנט דערקלערן דעם רעזשיסאָר אסקאָלדאָוון, פאר וואָס עס איז גאנצע פינף און צוואנציק יאָר געווען פארבאָטן זײַן געניִאלער פילם ”דער קאָמיסאר“.דערפאר , ווײַל וועגן ייִדן — מיט ליבע, מיט ווייטיק… פאר וואָס האָט מען מײַן באבי יאר ניט איבערגעדרוקט אין פססר 12 יאָר? ווײַל דאָס וואָלט געקאָנט אָפּשוואכן מיט סענטימענטאלקײַט די קינפטיקע ריטער פון ”פּאמיאט“, אין וועמעס מעגלעכקײַט ”זיך איבערקאָווען“ — איך ווייס טאקע ניט פאר וואָס — עס איז געווען אזוי אײַנגעגלייבט, לויט זײַן בריטטקײַט פון דער נשמה, באָריסניקאָלײַעוויטש.

דער אנטיסעמיטיזם איז ניט אזוי א פּאָליטישע דערשײַנונג, ווי א פיזישע, דאָס איז א באקוועמער צוגאָב צו דער אָנגעזאמלטער פארביסקײַט, וואָס איז א פּראָדוקט פונעם קאָמפּלעקס פון מינדערווערטיקײַט. דער אנטיסעמיטיזם איז ניט קיין פּאָזיציע, נאָר א מאסקאראד. בײַם צאריזם איז דער אנטיסעמיטיזם געווען א פערטער באשטאנדטייל פון דער פאָרמולע ”זעלבסטהערשונג, פּראָוואָסלאוויע, פאָלקישקײַט“. בײַ די קאָמוניסטן, וואָס האָבן פארניכטעט דעם צאריזם, איז דער אנטיסעמיטיזם שפּעטער ווידער צוניץ געקומען: לאָמיר כאָטשבי דערמאָנען די ”צעשמעטערונג פון די קאָסמאָפּאָליטן“, דעם ”דאָקטוירים-ענין“. דעם אנטיסעמיטיזם אָבער האָבן אויסגעניצט אויך די שונים פונעם קאָמוניזם — די נאציסטן. דער אנטיסעמיטיזם טויג בכלל פאר א באליביקן האס, פאר א באליביקער אנטימענטשלעכקײַט, וועלכע מאסקעס זי זאָל ניט אָנטאָן אויף דעם פּאָליטישן מאסקאראד. דער הײַנטיקער שאָוויניזם — דאָס איז אן איבלדיקער געמיש פון מאָנארכיזם, סטאליניזם, פאשיזם מיט אן איין-און-איינציקן עלעמענט אויף צונויפקלעפּן זיי דעם אנטיסעמיטיזם.

שאָוויניזם — דאָס איז א פאלשע מאסקע פון פּאטריאָטיזם. שאָוויניזם איז אנטיפּאטריאָטיש, ווײַל ער גראָבט אונטער דעם פּרעסטיזש פון דער נאציע מיט אנטיהומאנישקײַט בנוגע אנדערע נאציעס.

די פראנצויזישע אנטיסעמיטן, וועלכע האָבן פארשוועכט ייִדישע קבורים, האָבן דערמיט גופא פארשוועכט דעם כבוד פון זייער נאציע, און מיטעראן, וואָס האָט בעת אן אנטיפאשיסטישער דעמאָנסטראציע אָנגעטאָן אויפן ארבל א געלן מגן-דוד, האָט געראטעוועט דעם דאָזיקן כבוד. דאָס איז א גוטער בײַשפּיל פאר אונדזערע פּאָליטישע לידערס. און אָט אזא לאנגע אומבאשטראָפטע עקזיסטענץ פון אנטיסעמיטיזם, וועלכן אייניקע פּערזאָנען האלטן פאר א באווײַז פון פּאטריאָטישע געפעלן, האָט געגעבן א שלעכטן בײַשפּיל דער מענטשהײַט. שינאה פון א באליביקן פאָלק צו אן אנדער פאָלק איז געגליכן לויט דער אמאָראלישקײַט צו אנטיסעמיטיזם. אפילו אן עמבריִאָנעלער געפיל פון א פאָרצוג פון איין נאציעאיבער אן אנדערער — דאָס איז עמבריִאָנעלער פאשיזם.

אצינד איז ניט נאָר דאָס סאמע נארישע, נאָר אויך דאָס סאמע שרעקלעכע, אויב דער ”פּאראד פון אומאָפּהענגיקײַטן“ וועט זיך פארוואנדלען אין א ”פּאראד פון נאציאָנאליזמען“. מיר וועלן אוועקשלײַדערן זיך אליין אין דער פארגאנגענהײַט, אויב מיר וועלן אָנהייבן אויף די רעשטלעך פון דער בערלינער וואנט בויען פײַנטלעכע נאציאָנאליסטישע ווענט צווישן אונדזערע פעלקער. עס איז שוין צײַט דערציִען איינעם אינעם אנדערן דעם איינציקן מענטשלעכן נאציאָנאליזם — דעם נאציאָנאליזם פון דער גאנצער מענטשהײַט.

צי ניט דאָס לערנט אונדז דער ביטערער לימוד פון באבי יאר? איצט פארמאָג איך אזא געפיל, אז איך געפין זיך ווידער אויפן בארג-אָפּריס…

ייִדיש — ב. גערשמאן
”די ”ייִדישע גאס“ נומ.5, 5991

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *