די גאָלדענע פּאווע

די גאָלדענע פּאווע

איז די גאָלדענע פּאווע געפלויגן, געפלויגן.
און די נאכט האָט געעפנט די גאָלדענע אויגן,
ליכטיקער מײַנער, שלאָף אײַן.

די נאכט האָט געעפנט די גאָלדענע אויגן,
בין איך פידל געוואָרן און דו דער בויגן.
אומרויִקער מײַנער, שלאָף אײַן.

בין איך פידל געוואָרן און דו דער בויגן.
און דאָס גליק איבער אונדז האָט פארליבט זיך געבויגן.
צערטלעכער מײַנער, שלאָף אײַן.

און דאָס גליק איבער אונדז האָט פארליבט זיך געבויגן,
געלאָזט אונדז אליין און פארפלויגן, פארפלויגן.
טרויעריקער מײַנער, שלאָף אײַן.

דאָס שיינע און רירנדיקע וויגליד ”די גאָלדענע פּאווע“ איז ברייט באוווּסט אין דער אויספילונג פון דער ישראלדיקער זינגערין חוה אלבערשטיין און אנדערע זינגערס. א סך מענטשן האָבן אמתע פארגעניגן פון הערן דאָס ליד, אָבער ווייניק ווער, צום באדויערן, אינטערעסירט זיך, ווער האָט אָנגעשריבן אזעלכע שיינע פערזן

דאָס ליד געהערט דער אויסערגעוויינלעכער פּאָעטעסע, איינער פון די בעסטע ייִדישע פּאָעטעסן אננא מארגאָלינא, און איז זייער פארבונדן מיט איר לעבן.
דער אמתער נאָמער פון דער פּאָעטעסע איז ראָזע לעבנסבוים. זי איז געבוירן געוואָרן אין 7881 אין בריסט-ליטאָווסק, וואָס איז דעמלט געווען א טייל פון דער רוסלענדישער אימפּעריע. איר טאטע איז געווען א זשעני, א גרויסער אינטעלעקטואל, א הייסער משכיל און א ציוניסט.
אננא האָט געקראָגן איר דערציונג אין דער אָדעסער גימנאזיע, וואָס הייסט, אז זי האָט זיך געלערנט אויף רוסיש. זי האָט זייער גוט געקענט ייִדיש, רוסיש, רוסישע ליטעראטור און רוסישע געשיכטע.

אין 6091 פאָרט זי קיין אמעריקע צו איר מומע. די מומע נעמט זי אויף ווי אן אייגן קינד, אָבער אננא איז געווען זייער אן ענערגיש מיידל, עס ווערט זי נימאס בײַ דער מומע און זי גייט וווינען נאָך מיט דרײַ מיידלעך. זי ארבעט זייער שווער, פארדינט נאָר אויף ברויט און וואסער און ווערט כמעט אנטוישט. אָבער אין דעם מאָמענט קומט זי צו א לעקציע פון אן אידעאָלאָג פון דער ייִדישער שפּראך חיים זשיטלאָווסקי, וועלכער איז געווען זייער פּאָפּולער אין אמעריקע אין יענער צײַט. אננא האָט זיך תיכף פארליבט אין אים. שוין אין א וואָך ארום איז אננא געוואָרן בײַ אים א סעקרעטארשע און… זײַן געליבטע.

ער האָט זי באמת זייער ליב געהאט, כאָטש ער איז געווען עלטער פון איר טאטע. אָבער אננא איז געווען נאָך יונג און זי האָט ניט געוואָלט חתונה האָבן מיט אים.
זי האָט געארבעט אין עטלעכע ייִדישע צײַטונגען ווי א זשורנאליסטקע, ספּעציעל פאר דער ”פרײַער ארבעטער-שטימע“.

אין 9091טן, נאָך דרײַ יאָר אין אמעריקע, פאָרט זי אין אייראָפּע, בלײַבט א ביסל אין לאָנדאָן, נאָך דעם — אין פּאריז. אין 1191 יאָר פאָרט זי קיין ווארשע, ווערט אן אָפטער גאסט בײַ יצחק לייבוש פּרצן, וועלכער האָט געהאט א סאלאָן, און טאקע דאָרט טרעפט אננא משה סטאווסקין א העברעיִשן פּאָעט.

זיי האָבן חתונה געהאט, פארלאָזט פּוילן און געפאָרן קיין ארץ ישראל . אין עטלעכע חדשים ארום ווערט בײַ זיי געבוירן א קינד, א ייִנגל, וואָס שפּעטער ווערט א מיליטערישער גובערנאטאָר פון גאליל. אָבער דער שידוך צווישן אננא און סטאווסקי איז געווען נישט קיין געראָטענער און זי האָט פארלאָזט דעם מאן און — נישט צו גלויבן — איר קינד, וועמען זי וועט קיין מאָל נאָך נישט זען.

א סך ייִדישע ליטעראטור-קענער און פאָרשער זײַנען זיכער, אז דאָס ליד ”די גאָלדענע פּאווע“ איז די מעשה פון אננא מיט איר קינד. זי רופט איר קינד — אומרויִקער מײַנער, צערטלעכער מײַנער, טרויעריקער מײַנער… דאָס איז אוודאי א וויגליד צו איר זון…

זי פאָרט נאָך א מאָל אין ווארשע און נאָך דעם, אין 4191, — צוריק קיין אמעריקע וווּ זי האָט זיך פארבליבן ביזן סוף פון איר לעבן.
דאָרטן טרעפט זי ערשט א יונגן דיכטער גאָרדאָן, האָט מיט אים חתונה, אָבער נאָך א מאָל נישט א געלונגענע.

אין 9191 טרעפט זי דעם מאן, וואָס שפּילט א גוואלדיקע ראָלע אין איר לעבן, — איינעם פון די גרינדערס פון דער באוועגונג ”די יונגע“ ראובן אײַזלאנד. ער איז געוואָרן איר דריטער מאן. ראובן אײַזלאנד האָט שפּעטער ארויסגעגעבן דאָס בוך, וואָס הייסט ”פון אונדזער פריליג“. דאָס זײַנען די ליטערארישע זכרונות און פּאָרטרעטן פון אלע פּאָעטן און שרײַבערס, וואָס האָבן געהערט צו דער גרופּע ”די יונגע“.
אין 0291טן האָבן אָנגעהויבן זיך באוויזן די לידער פון עפּעס אננא מארגאָלין. און אלע ראפינירטע פּאָעטן האָבן געמיינט, אז דאָס איז נישט קיין פרוי, נאָר א מאן, וועלכער באהאלט זײַן אמתן נאָמען אונטער א פּסעוודאָנים: אזוי סובטיל און אזוי קלוג זײַנען געווען אננאס לידער. און נאָר שפּעטער האָט זיך אנטפּלעקט דער סוד, אז דער אויטאָר פון די לידער איז טאקע א פרוי.

אין דער זעלבער צײַט איז אננא געווען א מיטארבעטרן פון דער צײַטונג ”דער טאָג“.
אננא מארגאָלין האָט ארויסגעגעבןנאָר איין בוך. און די פּובליקאציע פונעם ערשטן (און דעם לעצטן) זאמלבוך איז געוואָרן א טראגעדיע פאר דער פּאָעטעסע. אירע לידער זײַנען געווען פאר דער צײַט. די מענטשן האָבן זיי ניט פארשטאנען, ס’האָט זיך אָנגעהויבן א גרויסע קריטיק. דאָס איז געווען פאר איר שטארקער ווי א פיזישער פּאטש, און זינט 4391 און ביז איר טויט האָט זי געשוויגן. דערפאר קען מען זאָגן, אז זי איז געווען באגראָבן לעבעדיקערהייט.
זי איז געשטאָרבן אין 2591 יאָר. די עפּיטאף אויף איר מצבה — דאָס איז אננאס ליד.

Читайте об Анне Марголин здесь:

http://dnevniki.ykt.ru/plus/443587

 

http://yiddishkayt.org/view/anna-margolin/

 

http://bookre.org/reader?file=1299942

 

http://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc208331/margolin-a-lider

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *