מיטן וועג פונעם לעבן

מיטן וועג פונעם לעבן - דאָס בוך פון שמואל מאנסקי

דאָס בוך פון שמואל מאנסקי

די טעג זײַנען צו גאסט אין ביראָבידזשאן געווען דוד מאנסקי און שירה זינגער — די אמעריקאנער, וועלכע מאכן זייער א לאנגע (כמעט צוויי חדשים), אינטערעסאנטע און גלײַכצײַטיק טרויעריקע רײַזע. דודס משפּחה (זײַן קינפטיקער פאָטער, פעטער, מומע און באָבע) האָט זיך געראטעוועט פונעם דריטן חורבן א דאנק דעם יאפּאנישן דיפּלאָמאט טשיִונע סוגיהארא, וועלכער האָט זומער-צײַט 0491 יאָר געגעבן זיי די טראנזיט-וויזעס. דורך סאָוועטן-פארבאנד קיין יאפּאן און פון דאָרטן קיין אמעריקע — מיט אזא מארשרוט, מיט אזא וועג פונעם לעבן האָבן אין דער צײַט נאָכגעפאָלגט מער פון 0002 ייִדישע פּליטים…

טשיִונע סוגיהארא

בעתן קורצן אָפּשטעל אין ביראָבידזשאן האָט דוד דערציילט אונדזער צײַטונג זײַן געשיכטע.

דודס פאָטער, שלמה מאנסקי, איז געבוירן געוואָרן אין 8291 יאָר אין דער שטאָט לידא, דאן — מיזרח-אייראָפּע, איצט — ווײַסרוסלאנד. דודס זיידע איז אוועקגעפאָרן פון לידא קיין אמעריקע אין 7391 יאָר, און אין 9391טן, ווען ס’האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט-מלחמה, זײַנען דודס באָבע מיט דרײַ קינדער אוועקגעפאָרן פון לידא קיין איישישקעס (ליטע), וווּ עס האָבן געוווינט זייערע קרובים. זומער 0491 איז דודס באָבע געפאָרן קיין קאָוונע, וווּ עס האָט געלעבט און געארבעט דער יאפּאנישער דיפּלאָמאט טשיִונע סוגיהארא. נישט געקוקט אויף די אינסטרוקציעס פון זײַן רעגירונג האָט ער אויסגעגעבן די ייִדן מער פון צוויי טויזנט טראנזיט-וויזעס און מיט דעם האָט ער זיי געראטעוועט פונעם דריטן חורבן. דודס באָבע און איר קינדער זײַנען געווען צווישן די, וועמען עס איז געלונגען צו באקומען די וויזעס.

דעצעמבער 0491 זײַנען זיי שוין געווען אין מאָסקווע. מיט דער באן — דורכן גאנצן ראטן-פארבאנד — האָבן זיי זיך דערקליבן ביז וולאדיוואָסטאָק און פון דאָרטן, מיטן ים, — קיין יאפּאן. בײַ פיר חדשים האָבן זיי געוווינט אין קאָבע און אין אפּריל 1491 זײַנען זיי אוועקגעפאָרן קיין אמעריקע.
פון יענער צײַט אָן איז קיינער פון דודס משפּחה קיין איין מאָל נישט געווען אין מיזרח-אייראָפּע.

נאָכן טויט פון זײַן פאָטער און מוטער האָט דוד באשלאָסן בזוכן די היימשטעט פון זײַנע עלטערן און נאָכפאָלגן מיט זייער וועג פון ליטע קיין אמעריקע. אין דער רײַזע באגלייט דודן זײַן ווײַב שירה.

— מיר האָבן אָנגעהויבן אונדזער נסיעה פון פּוילן, פון וואנען שטאמט די משפּחה פון מײַן מאמע — פון די שטעט ראדאָם און קאָנסקע. שירהס זיידע איז געבוירן געוואָרן אין ביאליסטאָק. מיר האָבן זיך געלאָזט אין די שטעט, זיך דערוווּסט מער וועגן זייער געשיכטע, זײַנען געווען אין די היגע ארכיוון, — האָט דערציילט דוד.

דער בירגער-מײַסטער פון צורוגא באגעגנט זיך מיט דוד מאנסקי און שירה זינגער.

דערנאָך זײַנען אונדזערע רײַזנדע געפאָרן קיין ווײַסרוסלאנד, אין דער היימשאָט פון דודס פאָטער, לידא. דאָרטן האָבן זיי אָפּגעזוכט די ייִדישע שול, וווּ דער פאָטער האָט זיך געלערנט, זײַנען געווען מיט דער עקסקורסיע אין דעם שטאָטישן מוזיי, וווּ מע פארהיט דעם אָנדענק וועגן די ייִדן פון לידא. דוד האָט געשאָנקען דעם מוזיי א בוך פון זײַן פעטער ”מיט גאָטס הילף”, וואָס ער האָט עס אָנגעשריבן אין 0991 און וווּ ער האָט דערציילט די געשיכטע פון ראטעווען זיך.

איוואטא טאקאיאָשי (ער שטייט) און נישיקאווא אקינאָרי אינעם מוזיי ”פּאָרט פון מענטשהייט“.

אין ליטע, אין קאָוונע האָבן דוד און שירה באזוכט דעם מוזיי ”סוגיהאראס הויז“ — אין דעם הויז האָט סוגיהארא געלעבט און געארבעט. צוזאמען מיט די אמעריקאנער געסט איז אינעם מוזיי געווען די גרויסע גרופּע פון די יאפּאנישע שילערס, און דוד האָט זיי דערציילט די געשיכטע פון זײַן משפּחה.
דערנאָך האָבן אונדזערע רײַזנדע זיך אָפּגעשטעלט אויף דרײַ טעג אין מאָסקווע, און פון דאָרטן זיך געלאָזט אין וועג מיט דער אײַזנבאן. קראסנאָיארסק, אירקוטסק, אולאן-אודע, ביראָבידזשאן, וולאדיוואָסטאָק — דוד און שירה האָבן איבערגעשניטן רוסלאנד פון מערב אויף מיזרח.

— בעת אונדזער רײַזע האָבן מיר זיך דערוווּסט א סך וועגן רוסלאנד, איר נאטור, אירע פעלקער, איר קולטור. ביז אונדזער רײַזע האָב איך ווייניק געוווּסט וועגן אָט דעם לאנד, איצט פארשטיי איך רוסלאנד בעסער. א גרויסן אײַנדרוק האָבן אויף מיר געמאכט די באמיִונגען און קרבנות פונעם סאָוועטישן פאָלק בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. מע דארף מער ארומרײַזן און אָנעמען די געסט פון פארשיידענע לענדער. דער באריר צווישן די מענטשן העלפט אונדז פארשטיין בעסער איינער דעם אנדערן.

דוד און שירה דערציילן וועגן זייערע אײַנדרוקן אויף די זײַטלעך פון זייער בלאָג. דאָרטן קען מען זען די שיינע פאָטאָגראפיעס פון אלע עקן וועלט, וועלכע זיי האָבן באזוכט, און לייענען די רײַזע-נאָטיצן.

דאָס בוך וועגן דער געשיכטע פון די ייִדישע פּליטים אין קאָבע.

”מיר זײַנען געקומען צו פאָרן קיין יאפּאן, כדי צו באזוכן די ערטער, וווּ מײַן פאָטער און זײַן משפּחה זײַנען געווען אין משך פון זייער רײַזע פון פּוילן קיין אמעריקע, און כדי צו זען די מוזייען, געווידמעט דעם דיפּלאָמאט סוגיהארא.

אינעם מוזיי ”פּאָרט פון מענטשהייט“ (אין צורוגא), לכבוד די ייִדישע פּליטים, וועלכע זײַנען אָנגעקומען פון מיזרח-אייראָפּע אין 0491-1491.

מיר האָבן זיך ערשטנס אָפּגעשטעלט אינעם פּאָרט קאָבע, וווּהין די ייִדישע פּליטים, דערין מײַן פאָטער און זײַן משפּחה, האָבן אָנגעהויבן אָנקומען פון אייראָפּע. אין קאָבע האָבן זיי צײַטווײַליק געוווינט איידער אוועקפאָרן אין זייערע ציל-פּונקטן — די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אויסטראליע, דרום-אמעריקע, אָדער — צײַטווײַליק — קיין שאנכײַ.

צו זײַן אין קאָבע, אין די ערטער, וווּ מײַן טאטע, פעטער, מומע און באָבע האָבן געוווינט א געוויסע צײַט, וווּ זיי האָבן באקומען אן אמתע פרײַהייט, איז פאר מיר געווען איינע פון די סאמע רירנדיקע איבערלעבונגען בעת אונדזער רײַזע.

טאקאיאָשי איוואטא, אונדזער גיד אין קאָבע, איז 01 יאָר געווען א לערער פון געשיכטע אינעם אָרטיקן אוניווערסיטעט. ער האָט געמאכט אן ערנסטע פאָרש-ארבעט וועגן די ייִדישע פּליטים אין קאָבע און אויפן יסוד פון זײַנע פאָרשונגען האָט דאָ ניט לאנג ארויסגעגעבן א בוך אין דער יאפּאנישער שפּראך. דער בוך דארף אין אָקטאָבער אויך ארויסגיין אין ענגליש.

אין 5491 יאָר האָבן די פארייניקטע שטאטן אקטיוו באָמבירט קאָבע, דערפאר איז קיין איין געבײַדע אין קיטאנאָ, דעם ראיאָן אין קאָבע, וווּ די פּליטים האָבן געלעבט, נישט גאנץ געבליבן. א סך דאָקומענטן זײַנען אויך פארניכטעט געוואָרן. פונדעסטוועגן, האָט טאקאיאָשי איוואטא געמאכט א ריי אינטערוויוען מיט די באיאָרנטע אײַנוווינערס פון קאָבע, וועלכע געדענקען די פּליטים. ער האָט אויך געארבעט א סך אין די ארכיוון, כדי צו פארדאָקומענטירן אָט די געשיכטע פון קאָבע.
אין 1491 יאָר זײַנען 0051 ייִדישע פּליטים געווען אין קאָבע. די הײַזער, וווּ זיי האָבן צײַטווײַליק געלעבט, האָבן זיך געפונען אין אייבער-קאָבע. דאָס איז געווען א ייִדישער ראיאָן — די ערשטע ייִדישע סוחרים האָבן זיך באזעצט אין דער שטאָט אין 1681 יאָר.


דאָס הויז פון ראמהאָ סאסאָן, וועלכער האָט א סך געהאָלפן די ייִדישע פּליטים (0491 — 1491).

איוואטא האָט דערציילט, אז די יאפּאנישע רעגירונג האָט זיך באצויגן צו דער ערשטער ייִדישער קהילה אין קאָבע (MOCWEJ), אָן קיין פאָרורטיילן. קיין אנטיסעמיטיזם איז אין קאָבע נישט געווען. איוואטא האָט געזאָגט, אז די יאפּאנישע באפעלקערונג האָט ווארעם באגעגנט די ייִדישע פּליטים. MOCWEJ, אין וועלכן זײַנען געווען ארום 03 משפּחות, האָט באזאָרגן יעדן פּליט מיט עסנווארג, קליידונג, וווינונג און זיכערקייט א דאנק דער פינאנציעלער הילף פון TNIOJ.

איוואטא האָט אויך דערציילט, אז די אשכענזים אין קאָבע,וועלכע האָבן געשטאמט פון מיזרח-אייראָפּע, האָבן נישט געוואָלט, אז די דײַטשישע ייִדישע פּליטים זאָלן וווינען אין דער שטאָט. דערפאר האָט מען זיי אײַנגעאָרדנט אין יאָקאָהאמא. די ספרדישע ייִדישע אײַנוווינערס פון קאָבע, וועלכע האָבן געשטאמט פונעם מיטל-מיזרח און צפון-אפריקע, האָבן ווייניק געמאכט, כדי צו העלפן די פּליטים. אן אויסנאם איז געווען ראהמאָ סאסאָן, א רײַכער ייִדישער סוחר, וועלכער האָט געוווינט אין קאָבע אין 6391-4691. ער האָט געגרינדעט און געבויט אין אָט דער שטאָט די שול פאר דער ספרדישער קהילה, אָהל שלמה, אָנגערופן אזוי לכבד זײַן פאָטער. אפשר מײַן טאטע שלמה, וועלכער איז אלט געוואָרן 31 יאָר אין קאָבע, האָט פארבראכט זײַן בר-מיצווה אין אָט דער שול אין אפּריל 1491?“.

די רײַזע פון דוד און שירה גייט ווײַטער. דוד איז איינער פון 05 טויזנט אָפּשטאמלינגען פון די ייִדישע פּליטים, וועלכע זײַנען געווען געראטעוועט מער ווי 07 יאָר צוריק דורכן יאפּאנישער דיפּלאָמאט טשיִונע סוגיכארא.

דאָס זײַטל האָט צוגעגרייט יעלענא סאראשעווסקאיא

די בילדער פון דוד מאנסקי און פונעם משפּחה-ארכיוו פון דוד מאנסקי

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *