״אין אַלץ וואָס איך טו״

״אין אַלץ וואָס איך טו״

ד»ר שבֿע צוקער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש, מחבר פֿון ייִדיש־לערן־מאַטעריאַלן און איבערזעצער, איז דער אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן, אױפֿן שװעל. זי איז אײנע פֿון די אָנגעזעענסטע און בכּבֿודיקסטע ייִדיש־לערערס אױף דער װעלט. הונדערטער אױב ניט טױזנטער מענטשן לערנען זיך ייִדיש מיט דער הילף פֿון איר צװײ-בענדיקן לערנבוך ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור.

צװישן די הונדערטער סטודענטן װאָס האָבן געהאַט אַ זכות זיך צו לערנען ייִדיש מיט שבֿען זײַנען צוויי מענטשן פֿון ביראָבידזשאַן – דער רעדאַקטאָר פֿון ״בש״ יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ און ניקאָלײַ באָראָדולין, וועלכער וווינט מער פֿון צוואַנציק יאָר אין ניו־יאָרק און איז שוין אַליין אַ בכּבדיקער ייִדיש־לערער. שבֿע האָט מסכּים געווען צו ענטפֿערן אויף ניקאָלײַס פֿראַגעס אינעם אינטערוויו פֿאַר אונדזער צײַטונג.

נ. ב.: װי אַזױ זײַט איר געקומען צו ייִדיש? דערצײלט װעגן אײַער משפּחה.

ש. צ.: פֿאַר געוויסע מענטשן איז אַ מאָל אַ חידוש פֿון װאַנען ס’איז צו זײ געקומען דער אינטערעס אין ייִדיש אָבער איך מײן אַז אין מײַן פֿאַל איז עס געקומען גאַנץ נאַטירלעך, כאָטש אַ סך מענטשן האָבן אַן ענלעכע ביאָגראַפֿיע און זײ האָבן זיך ניט גענומען צו ייִדיש. איך בין אױפֿגעװאַקסן אין א ייִדיש־רעדנדיקער הײם אין װיניפּעג, קאַנאַדע. מײַן זײדע, דער מאַמעס טאַטע האָט געדאַרפֿט אַגבֿ פֿאָרן קײן גאַלװעסטאָן, טעקסעס, און ער האָט טאַקע געהאַט אַלע פּאַפּירן צו פֿאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אָבער אין לאָנדאָן האָט מען אים אָפּגעהאַלטן צוליב די אױגן און ער האָט פֿאַרשפּעטיקט זײַן שיף און באַשלאָסן צו פֿאָרן קײן װיניפּעג וווּ ער האָט געהאַט אַ לאַנדסמאַן. און דערנאָך זײַנען אָנגעקומען 6 ברידער און שװעסטער. מיר זײַנען ״פֿאַראַנטװאָרטלעך״ פֿאַר 200 מענטשן װאָס װױנען הײַנט צו טאָג אין װיניפּעג.

אין מײַנע צײַטן האָט מען גערופֿן װיניפּעג ״ירושלים פֿון קאַנאַדע״. ס׳איז געװען זײער אַ ייִדישלעכע שטאָט מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַרום 20000 ייִדן. װען איך בין געגאַנגען אין דער ייִדישער טאָגשול דאָרטן, די י.־ל. פּרץ־פֿאָלקשול, האָבן מיר געהאַט אַ 600 קינדער! הײַנט איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין װיניפּעג געװאָרן קלענער –  אפֿשר אַ 15000. ייִדן פֿאָרן אַװעק מערסטנס קײן טאָראָנטע אָדער װאַנקוּװער, אָבער די ייִדישע קהילה פֿאַרבעט ייִדן פֿון אַנדערע לענדער און עס זײַנען אָנגעקומען אַ צאָל ייִדן פֿון אַרגענטינע און רוסלאַנד.

מײַן מאַמע איז אַ קאַנאַדער געבױרענע. זי איז ניט פֿון אײראָפּע, אָבער זי איז געװען דאָס ערשטע קינד פֿון אן אימיגראַנטישער משפּחה, װאָס איז געקומען פֿון װײַסרוסלאַנד קײן קאַנאַדע אין אַרום 1910. זי האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער טאָגשול און די װיניפּעגער ייִדן גרײסן זיך אַז זײ האָבן געהאַט דעם ערשטן ייִדיש־רעדנדיקן קינדער־גאָרטן אױפֿן צפֿון־אַמעריקאַנער קאָנטינענט און מײַן מאַמע איז טאַקע געװען אינעם ערשטן קינדער־גאָרטן. זי האָט זיך געלערנט אין טאָגשול און דערנאָך אין מיטלשול און אין העכערע קורסן. דער טאַטע איז געװען אַ פּליט, אַ מענטש װאָס האָט געדאַרפֿט אַנטלױפֿן פֿון זײַן לאַנד. ער איז געבױרן געװאָרן אין פּױלן, אין אַ שטעטל איזשביצע, אין לובלינער קאַנט. באַשעװיס שרײַבט אַ סך װעגן דער געגנט, אױך י.־ל. פּרץ און יעקבֿ גלאַטשטײן. אָט די גרױסע שרײַבערס קומען אַלע פֿון די מקומות. איז דער טאַטע אױפֿגעװאַקסן, פֿאַרשטײט זיך, אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער הײם. ער איז אַרײַן אין בונד װען ער איז געװען אַ יונגער־מאַן. כאָטש דער זײדע איז געװען פֿרום איז ער געװאָרן אױס פֿרום װען דער טאַטע איז געװען אַן ערך 10 יאָר אַלט. דער טאַטע האָט געהאַט אַן עלטערע שװעסטער און זי איז שױן געװען אין בונד. איז דער טאַטע אַרײַן צו ערשט אין דער בונדיסטישער יוגנט אָרגאַניזאַציע ״מאָרגנשטערן״ װען ער איז געװען אַ צענערלינג און ער איז געבליבן אַ ייִדישער סאָציאַליסט ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּױלן די ערשטע װאָך אין סעפּטעמבער 1939 און זיך געראַטעװעט קודם דורך יאַפּאַן מיט דער הילף פֿון יאַפּאַנישן קאָנסול סוגיהאַראַ, װאָס איז אײנער פֿון די חסידי־אומות־העולם.

ער האָט אַרױסגעגעבן טױזנטער װיזעס כּדי ייִדן זאָלן קענען אַרױספֿאָרן פֿון פּױלן און ליטע. דער טאַטע האָט אָפּגעלעבט כּמעט 7 יאָר אין שאַנכײַ. סוף־כּל־סוף איז ער געקומען קײן װיניפּעג, װוּ ער האָט געהאַט אַ מומע. ער האָט זיך דאָרטן געטראָפֿן מיט דער מאַמען און האָט מיט איר חתונה געהאַט. איז אַזױ אַרום האָבן מיר געהאַט אַ ייִדיש־רעדנדיקע הײם. כ׳װאָלט ניט געזאָגט אין גאַנצן אױף ייִדיש, װײַל איך האָב מערסטנס געענטפֿערט אויף ענגליש אָבער די עלטערן האָבן גערעדט צו מיר און מײַן עלטערער שװעסטער אױף ייִדיש.

נ. ב.: צי געדענקט איר אײַער ערשטן ייִדיש לערער?

ש. צ.: מײַן ערשטע משפּיעדיקע לערערין אין 2טן, 3טן און 4טן קלאַס איז געװען די לערערין אסתּר קאָרמאַן, אַ דערציִערין פֿון דער אַלטער שול מיט שטרענגער דיסציפּלין און מיר האָבן זיך געלערנט אַ סך גראַמאַטיק מיט אַ סך רשימות, די אַלע זאַכן װאָס מען זאָגט איצט אַז קינדער קענען דאָס ניט באַנעמען. איך מײן אַז זי איז געװען אַ װילנערין און אַז זי האָט פֿאַרלאָרן אַ קינד אין דער מלחמה. מיר האָבן עפּעס געהאַט אַ געפֿיל אַז מיר זײַנען אירע קינדער. שפּעטער איז מײַן װיכטיקסטער לערער געװאָרן ד”ר מרדכי שעכטער און איך האָב זיך געלערנט בײַ אים יאָרן און יאָרן. ער האָט געהאַט זײער אַ גרױסע השפּעה אױף מיר.

נ. ב.: פֿאַר װאָס האָט איר באַשלאָסן צו װערן אַ ייִדיש־לערערין?

ש. צ.: איך בין געגאַנגען אין אַ ייִדישער טאָגשול. אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען ניט געװען קײן ייִדישע טאָגשולן, אָבער אין קאַנאַדע זײַנען יאָ געװען, אױך אין מעקסיקע און אַרגענטינע. איך בין געגאַנגען אין דער י.־ל. פּרץ פֿאָלקשול. אַ האַלבן טאָג האָבן מיר געלערנט אַלע לימודים אױף ייִדיש און אױך אױף עבֿריתּ װײַל די שול איז געװען אַ ציוניסטישע. און אין דער צװײטער העלפֿט טאָג האָבן מיר זיך געלערנט די אַלגעמײנע לימודים: מאַטעמאַטיק, װיסנשאַפֿט, ענגליש, פֿראַנצײזיש, פֿיזקולטור און אַזױ װײַטער. עס זײַנען הײַנט ניטאָ קײן סך מענטשן װאָס האָבן געהאַט אַזאַ ייִדישע דערציִונג. אָן דעם װאָלט איך זיכער ניט געװאָרן קײן לערערין פֿון ייִדיש. פֿאַר דעם האָב איך געװאָלט װערן אַ טענצערין אָבער איך האָב באַלד געזען אַז איך װעל ניט זײַן מצליח. בין איך געפֿאָרן קײן ניו־יאָרק און זיך געלערנט אין אַן אינסטיטוציע װאָס עקזיסטירט שױן נישט. זי האָט געהײסן דער „ייִדישער לערער סעמינאַר/הרצליה״. ס׳איז געװען אַ קלײנער קאָלעדזש אױף בענק־סטריט, אַ ספּעציעלע שול אױסצושולן לערערס פֿון ייִדיש און עבֿריתּ. זײער װײניק מענטשן האָבן הײַנט צו טאָג אַזאַ געלעגנהײט זיך צו לערנען אַלצדינג אױף ייִדיש אָדער העברעיִש. קײן ענגליש האָבן מיר דאָרטן אין גאַנצן ניט גערעדט.

איך האָב אָנגעהױבן לערנען אין דער צײַט אין דער אַרבעטער־רינג קינדערשול און דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קײן װיניפּעג און געלערנט דאָרטן אין דער ייִדישער טאָגשול. איך האָב באַלד פֿאַרשטאַנען אַז דאָס לערנען קינדער איז ניט פֿאַר מיר. זײ זײַנען געווען אַ סך קליגער פֿון מיר און איך האָב באמת ניט געקענט האַלטן קײן דיסציפּלין און די קינדער האָבן מיך משוגע געמאַכט. אפֿשר הײַנט װאָלט איך געװען שטרענגער און וואָלט אָנגעהאַלטן די דיסציפּלין. אָבער דעמאָלט האָב איך באמת ניט געװוּסט װי צו האַלטן אַ קלאַס עס זאָל ניט װערן עפּעס קײן רעװאָלוציע דאָרטן. איך האָב פֿאָרט געװאָלט עפּעס טאָן מיט ייִדיש און איך מײן אַז אַ דאַנק די קינדער האָב איך טאַקע געקראָגן אַ דאָקטאָראַט װײַל איך האָב אײַנגעזען אַז אױב איך קען ניט אַרבעטן מיט קינדער דאַרף איך פּרובירן אַרבעטן מיט דערװאַקסענע. איך האָב באַקומען אַ מאַגיסטער פֿון קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט און אַ דאָקטאָראַט אין דער פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור מיטן טראָפּ אויף ייִדיש. איך לערן שױן מער װי 20 יאָר נאָך אנאַנד אין דער אוריאל װײַנרײַך־זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ.

https://www.yivo.org/Summer-Program

איך האָב אַ לאַנגע צײַט געװױנט אין ניו־יאָרק ביז איך האָב חתונה געהאַט און מײַן מאַן האָט מיך פֿאַרשלעפּט אין גלות אין צפֿון־קאַראָלײַנע אין שטאָט דורעם Durham. מיר האָבן צװײ טעכטער װאָס זײַנען שױן אױסגעװאַקסן, אָבער זײ זײַנען געװען די אײנציקע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין אונדזער שטאָט און אפֿשר אינעם גאַנצן שטאַט.

נ. ב.: װאָס איז די ייִדיש־ליגע און װאָס איז אײַער אַרבעט דאָרטן?

 

http://www.leagueforyiddish.org/ 

 

ש. צ.: די ייִדיש־ליגע איז אַן אָרגאַניזאַציע װאָס ד”ר מרדכי שעכטער האָט פֿאַרלײגט ד”ה עטאַבלירט אין 1979. פֿריִער איז עס געװען אַ מער פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע, די פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע, װאָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט זוכן אַ טעריטאָריע פֿאַר ייִדן ערגעץ אױף דער װעלט װוּ ייִדן זאָלן קענען לעבן בשלום און פֿירן זײער לעבן אױף ייִדיש. אין 1979 האָבן זײ פֿאַרשטאַנען אַז דער חלום איז שױן אױסגעשפּילט. האָט מען פֿאַרמאַכט די ״פֿרײַלאַנד־ליגע״ און געשאַפֿן די ייִדיש־ליגע, אַן אָרגאַניזאַציע איבערגעגעבן ייִדיש, מיט דער האָפֿענונג אַז ייִדן און ניט־ייִדן איבער דער װעלט װאָס האָבן ליב די שפּראַך װעלן זיך פֿאַראײניקן אונטער דער פֿאָן. אײנער פֿון אונדזערע נײַע פּראָיעקטן איז דאָס אַרויסגעבן אַ סעריע פֿילמען ״אַ װעלט מיט װעלטעלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס״. מיר האָבן לעצטנס אַרױסגעגעבן אַ פֿילם װעגן חוה ראָזענפֿאַרב, זײער אַן אָנגעזעענע שרײַבערין, ספּעציעל באַקאַנט מיט אירע חורבן־ראָמאַנען. פֿאַר דער ״ייִדיש־ליגע״ האָב איך צוזאַמען מיט חנה גאַווענדאַ (פֿון שלום־עליכם־קאָלעדזש אין אויסטראַליע)  רעדאַקטירט שלום-עליכמס ״מאָטל־פּײסע דעם חזנס״ פֿאַרקירצט און באַאַרבעט פֿאַר סטודענטן מיט געניטונגען, גלאָסאַרן און אַ קלאַנג־רעקאָרדירונג:

http://www.leagueforyiddish.org/motlpeyse.html

מיר האָבן אױך אַ װעכנטלעכע רובריק אױף אונדזער פֿייסבוק־זײַטל ווערטער פֿון דער וואָך. דאָרטן קענט איר געפֿינען יעדע װאָך אַ נײַע רשימה װערטער אױף פֿאַרשידענע טעמעס.

https://www.facebook.com/yidishlige/

נ. ב.: דערצײלט אַ ביסל װעגן אײַער אַרבעט אין ״אויפֿן שװעל״. װאָס איז אײַער באַליבסטער נומער?

ש. צ.: איך אַרבעט שױן 13 יאָר אינעם זשורנאַל ״אויפֿן שװעל״ װאָס װערט אַרױסגעגעבן פֿון דער ״ייִדיש־ליגע״ און מיר זוכן אַלע מאָל נײַע לײענערס װאָס איז זײער װיכטיק. דער זשורנאַל קומט אַרױס אין ייִדיש 2 מאָל אַ יאָר און דאָס איז דער אײנציקער רעגולערער זשורנאַל אין דער ניט־חרדישער װעלט. דער פֿאָקוס פֿון ״אויפֿן שװעל״ איז קולטורעל און ליטעראַריש. אַלע נומערן זײַנען רײַך מיט כּל־המינים אינטעלעקטועלע מאַטעריאַלן און שײנע אילוסטראַציעס. גאַנץ אָפֿט האָט דער זשורנאַל אַ ספּעציעלע טעמע. למשל, געװידמעט דער מעדיצין אָדער איבערזעצונג, אָדער די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און אַזױ װײַטער. מיר האָבן אַרױסגעגעבן אַ נומער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור װאָס מענטשן שאַפֿן הײַנט. ״אויפֿן שװעל״ פֿאַרמאָגט אַלע מאָל 2 אַרטיקלען װאָס האָבן אַ גלאָסאַר, װײַל מיר װײסן אַז ניט אַלע מענטשן װאָס װילן לײענען אַ ייִדיש זשורנאַל קענען 100% פֿליסיק ייִדיש, װילן מיר העלפֿן אַ ביסל די לײענערס. מײַן באַליבסטער נומער ״אויפֿן שװעל״ איז דער וואָס האָט געהײסן ״חורבן און װאָגלעניש״.

דאָרטן האָבן מיר אָפּגעדרוקט זעלטענע זאַכן פֿון געװיסע לעבנס־געבליבענע פֿון חורבן און צװישן זײ די בריװ װאָס מײַן טאַטע האָט געשריבן פֿון שאַנכײַ צו זײַן מומע און שװעסטערקינד אין װיניפּעג. דער נומער פֿאַרמאָגט אַ סך װיכטיקע היסטאָרישע דאָקומענטן װי אױך זײער פּערזענלעכע מאַטעריאַלן פֿון מײַן טאַטן. ס’איז טאַקע אַ זעלטענער און היסטאָריש וויכטיקער נומער. איז אױב מע װיל האָבן אַזאַ מין זשורנאַל איז זײער װיכטיק אים צו אַבאָנירן.

http://www.leagueforyiddish.org/afnshvel.html

 

נ. ב.: װי אַזױ איז צו אײַך געקומען דער געדאַנק אָנצושרײַבן לערנביכער פֿאַר די װאָס װילן זיך לערנען ייִדיש?

ש. צ.: איך האָב אָנגעשריבן צװײ לערנביכער װאָס אַ סך מענטשן האָבן זיך שוין געלערנט און לערנען זיך ווײַטער פֿון זײ. איך געדענק ניט גענױ װי עס איז געשען. אײן טאָג האָט אַ גרופּע לערערס גערעדט אַז מע דאַרף האָבן עפּעס נײַס און מײַנער אַ חבֿר, משה ראָזענפֿעלד, האָט מיר געזאָגט: ״שבֿע, דו דאַרפֿסט עס טאָן!״. האָב איך געטראַכט: ״פֿאַר װאָס ניט?״ ניט װײַל ״קאָלעדזש ייִדיש״ איז ניט געװען גוט אָבער ס׳איז מיר פּשוט שױן אַ ביסל נימאס געװאָרן פֿון לערנען אַזױ פֿיל יאָרן מיט ״קאָלעדזש ייִדיש״, האָב איך געװאָלט שאַפֿן עפּעס נײַס און אָנגעשריבן אָט די צװײ ביכער. אין דער אמתן האָב איך געשאַפֿן נאָר אײן לערנבוך, אָבער װען דער אַרבעטער־רינג האָט אַ קוק געטאָן און געזען װי גרױס עס איז האָבן זײ זיך דערשראָקן און געזאָגט: ״אױ װײ! װי קענען מיר דאָס אַלץ אַרױסגעבן אױף אײן מאָל?״ איז סע קומט זײ אַ דאַנק װײַל אָנשטאָט אײן בוך האָט מען געמאַכט צװײ ביכער.

 

נ. ב.: איר האָט אַרױסגעגעבן אַ װיכטיק קאָמפּאַקטל ״די גאָלדענע פּאַװע: דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער״. װאָס פֿאַר אַ קאָמפּאַקטל איז דאָס?

 

http://shevazucker.com/

ש. צ.: איך האָב אָנגעזאַמלט די קולות פֿון 10 ייִדישע שרײַבער װאָס לײענען פֿון זײערע אײגענע װערק, סײַ פּראָזע, סײַ פּאָעזיע. אַ סך פֿון די מאַטעריאַלן האָב איך געפֿונען אין ייִװאָ, אַנדערע אין דער מאָנטראַלער ייִדישער ביבליאָטעק און אַנדערע האָב איך געקראָגן פֿון די שרײַבערס גופֿא. פֿיר פֿון די שרײַבערס האָבן דעמאָלט נאָך געלעבט. מע קען הערן די שטימען פֿון שלום־עליכמען, יעקבֿ גלאַטשטײנען, ציליע דראַפּקינען און נאָך. דאָס קאָמפּאַקטל ווערט באַגלייט פֿון צװײ ביכלעך װוּ איר קענט לײענען די טעקסטן, ס׳איז אויך דאָ אַ װאָקאַבולאַר אױף ענגליש, רוסיש און עבֿריתּ. איך מײן אַז איך בין אַלע מאָל אַ לערערין אין אַלץ װאָס איך טו.

פֿון צײַט צו צײַט פֿיר איך אָן מיט אינטענסיװע סוף־װאָכן אין דער הײם אָדער בײַ חבֿרים, װוּ מע רעדט נאָר אױף ייִדיש און װוּ מע האָט ספּעציעלע פּראָגראַמען אױך אױף מאַמע־לשון.

נ. ב.: װי געפֿעלט אײַך אײַער לעבן אין ניו־יאָרק איצט?

ש. צ.: עס געפֿעלט מיר זייער. מיר האָבן זיך געדאַרפֿט צוגעוווינען צו לעבן קליין, ד”ה אין אַ קלערנער דירה מיט ווייניקער ביכער, אָבער ס’איז גוט ניט צו זײַן „אין גלות”, צו זײַן נאָענט צו אַלטע פֿרײַנד און נעענטער, פֿאַרשטייט זיך, צו דער ייִדיש־ייִדשער וועלט.

נ.ב.: איר זײַט געװען אין ביראָבידזשאַן און געזען די שטאָט מיט די אײגענע אױגן. װאָס וואָלט איר געװוּנטשן די ביראָבידזשאַנער תּושבֿים?

ש. צ.: נו, דאָס וואָס איך ווינטש די תּושבֿים פֿון אַלע ערטער: געזונט, גליק, פּרנסה, נחת פֿון קינדער… אָבער אַזוי ווי ביראָבידזשאַן האָט אַזאַ אוניקאַלע געשיכטע ווינטש איך אײַך אויך אַז איז זאָלט מער קיין מאָל ניט דאַרפֿן איבערלעבן אַזעלעכע שרעקלעכע צײַטן ווי פֿריִער און אַז די וואָס ווילן דאָס, און כּן ירבו, זאָלן געפֿינען אין דער אויטאָנאָמער געגנט אַן אָרט וווּ די ייִדישע שפּראַך און קולטור זאָלן זיך קענען אַנטוויקלען און בליִען.

נ. ב.: וואָס איז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש?

ש. צ.: מע טאָר ניט פֿאַרגעסן אַז די צאָל ייִדיש־רעדערס אויף דער וועלט וואַקסט. דאָס איז אַ דאַנק די גאָר פֿרומע וואָס רעדן ייִדיש און האָבן, קיין עין־הרע, אַ סך קינדער. וואָס פֿאַר אַן עפֿעקט דאָס האָט אָדער וועט האָבן אויף מײַן לעבן און דאָס לעבן פֿון מײַנע קינדער איז איצט שווער צו זאָגן. דערווײַלע ניט קיין סך, אָבער די צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך איז פֿאַרזיכערט דערמיט, צי זיי לייענען שלום־עליכמען אָדער אַנע מאַרגאָלינס פּאָעזיע צי ניט. מיט אָדער אָן די חסידים מיין איך אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש זעט אויס בעסער ווי זי האָט מיט 20 יאָר צוריק. ייִדיש איז אַרײַן אין דער הויפּטשטראָם פֿון דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן (איך וועל נאָר רעדן וועגן אַמעריקע ווײַל דאָס איז מיר מער באַקאַנט). אַ מאָל זײַנען די פֿאַראינטערעסירטע אין ייִדיש בדרך־כּלל נאָר געווען פֿון די 2 עקסטרעמען, ד”ה אָדער זייער וועלטלעך, די „יסטן”, קאָמוניסטן, סאָציאַליסטן, אַנאַרכיסטן אאַז”וו אָדער די גאָר פֿרומע. הײַנט קומען צו צו דער שפּראַך יונגע מענטשן פֿון אַלע טיילן פֿונעם ייִדישן לעבן (און אַ מאָל ניט־ייִדישן לעבן אויך). מע זעט אַ סך מער טעאַטער־ספּעקטאַקלען, אויסשטעלונגען, און אַפֿילו ביכער וואָס זײַנען ניט אויף ייִדיש גופֿא נאָר „אינפֿאָרמירט” פֿון ייִדיש. דאָס קענען ייִדיש האָט זיי דערמעגלעכט און באַרײַכערט. ס’איז דאָ אַ נײַער דרך־ארץ פֿאַר דער שפּראַך. דאָס קען זיכער ניט איבערוועגן דעם טרויעריקן פֿאַקט אַז דער עלטערער דור געבוירענע ייִדיש־רעדערס פֿון מיזרח־אייראָפּע שטאַרבט, צום באַדויערן, באַלד אָפּ און די צאָל פֿאַראינטערעסירטע אין דעם נײַעם דור קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן צו דעם, אָבער פֿון דעסט וועגן זע איך אַ שאַפֿערישע צוקונפֿט.

די נײַע טעכנישע מיטלען קענען שאַפֿן אַ מין נאָענטקייט צווישן מענטשן. ס’איז איצט מעגלעך אַז מענטשן פֿון עטלעכע קאָנטינענטן זאָלן זיך לערנען אין איין קלאַס צוזאַמען. אויב מע זוכט אַ לערער אָדער עמעצן מיט וועמען צו שמועסן אָדער לייענען די ייִדישע ליטעראַטור קען מען גיין מחוץ די גרענעצן פֿון דער אייגענער שטאָט, און דאָס איז ספּעציעל גוט פֿאַר מענטשן וואָס וווינען ניט אין קיין אָרט מיט אַ סך ייִדיש־קענערס. מע דאַרף זיך מער ניט פֿילן איזאָלירט. עס זײַנען דאָ מענטשן מיט וועמען צו רעדן און זיי זײַנען צוטריטלעך. דאָס איז אַ וווּנדערלעכע זאַך!

נ. ב.: טײַערע שבֿע, מיר װינטשן אײַך אַ סך הצלחות אין אײַער שװערער אָבער בכּובֿדיקער אַרבעט, אַ סך קלוגע און איבערגעגעבענע סטודענטן און סך נחת פֿון אײַער מי!

 

http://shevazucker.com/blog/

afn-shvel-342-343-farkerte-velt-artikl

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *