י.־ל. פּרץ

י.־ל. פּרץ

אַ גאַנץ יאָר שיכּור – פּורים ניכטער

עס איז אַ ייִדיש ווערטל, און מען דאַרף וויסן, פֿון וואַנען עס קומט.

אין ר׳ חיים וויטאַלס צײַטן איז אין צפת געווען אַ יונגער־מאַן, וואָס איז, נישט פֿאַר אונדז געדאַכט, נישט קיין גאַנץ יאָר נאָך דער חתונה, אַן אַלמן געוואָרן, גאָטס וועגן זענען נישט צום פֿאַרשטיין און אַזוינע זאַכן טרעפֿן זיך. דעם יונגן־מאַן האָט זיך אָבער געדאַכט, אַז די וועלט איז אים אונטערגעגאַנגען, אַז איין זון איז פֿאַראַן אין הימל און איין אשה איז געווען זײַן ווײַב. גייט ער און פֿאַרקויפֿט די סחורה פֿון קלייטל מיטן גאַנצן כלי־בית פֿון שטוב און גיט אַוועק דאָס גאַנצע געלט דעם צפתער ראָש־ישיבֿה, מיט אַ תּנאַי, מען זאָל אים צורעכענען צו דער ישיבֿה ארײַן און שפּײַזן גלײַך מיט אַלע און אָפּגעבן אים אַ באַזונדער חדר, וווּ ער זאָל זיצן און לערנען ביחידות.

דער ראָש־ישיבֿה האָט צוגענומען די ״אַפּותּיקי״ אויף דער ישיבֿה, און דעם יונגן־מאַן האָט מען מיט עטלעכע ברעטער אָפּגעצוימט אַ באַזונדער חדרל אין אַ ווינקל פֿון בית־חמדרש־בוידעם, מען האָט אים אַרײַנגעטראָגן אַ זאַק מיט שטרוי, כּלים צום וואַשן, און דער יונגער־מאַן האָט זיך אַוועקגעזעצט לערנען. אויסער שבת ויום־טוב, ווען ער פֿלעגט פֿאַרבעטן ווערן צו באַלעבאַטים, האָט ער פֿאַר זיך קיין לעבעדיקע בריאה נישט געזען; עסן אַ גאַנצע וואָך און אַ העמד לכבוד שבת ויום־טוב פֿלעגט מען אים ארויפֿטראָגן פֿון שמש. און אַז ער האָט דערהערט טריט אויף די טרעפּ, פֿלעגט ער זיך איבערדרייען צו דער וואַנט, און אַזוי שטיין מיטן פּנים צו דער וואַנט, ביז מען איז נישט ארויסגעגאַנגען און פֿאַרמאַכט הינטער זיך די טיר.

מיט איין וואָרט: ער איז געוואָרן אַ פּרוש.

אין אָנהייב האָט מען געטראַכט, ער וועט לאַנג נישט אויסהאַלטן, ווײַל פֿריִער איז ער בטבע אַ לעבעדיק מענטשל געווען; עס איז אָבער אריבערגעגאַנגען אַ וואָך נאָך אַ וואָך, דער פּרוש זיצט און לערנט, האַלבע נעכט הערט מען זײַן וויינענדיק לערנען־קול איבער דער גאַס, אָדער מען זעט אים שטיין בײַם בוידעם־פֿענצטערל און ארויפֿקוקן מיטן בלייכן פּנים אין הימל אַרײַן, – האָט מען אָנגעהויבן צו האַלטן דערפֿון, און צו האָפֿן, אַז פֿון פּרוש וועט אַמאָל אַרויסוואַקסן אַ גדול בישראל און אפֿשר אַ מקובל, אַ בעל־מופֿת. מען האָט עס דערציילט ר׳ היים וויטאַל, האָט ער אויסגעהערט, געשאָקלט מיטן קאָפּ, און געזאָגט: הלוואַי ער זאָל אויסהאַלטן…

דערווײַל איז געשען אַ קליין מופֿתל: דעם שמשס קליין מיידעלע, וואָס פֿלעגט אים דעם פּרוש, ארויפֿטראָגן עסן, איז איינמאָל אײַנגעפֿאַלן, אַז זי מוז דעם פּרוש כאָטש איינמאָל זען באַשײַנפּערלעך. וואָס טוט זי? טוט זי אויס די שיך און זאָקן און טראָגט אים אַרויף די גריץ באָרוועס, און אַזוי שטיל, אַז זי הערט איר אייגן האַרץ קלאַפּן. האָט זי זיך אָבער פֿאַר איר אייגן האַרץ־קלאַפּן דערשראָקן, איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די האַלבע טרעפּ און איז אָפּגעלעגן אַ פּאָר חדשים. אין דער היץ האָט זי די גאַנצע מעשֹה דערציילט, האָט דער עולם אָנגעהויבן נאָך שטאַרקער צו גלייבן אינעם פּרוש, און נאָך אומגעדולדיקער צו וואַרטן, ער זאָל נתגלה ווערן.

מען האָט עס ווײַטער דערציילט ר׳ חיים וויטאַל. ער האָט ווײַטער געשאָקלט מיטן קאָפּ און דערצו אָפּגעקרעכצט און געזאָגט: הלוואַי ער זאָל גובֿר זײַן! און אַז מען האָט אים מפֿציר געווען, ער זאָל פֿאַרטײַטשן די ווערטער, האָט ער געזאָגט: אַז ווײַל די ערשטע כּוונה פֿון אים איז נישט געווען לשם־שמים, דעריבער וועט ער האָבן גרויסע מניעות פֿון יענעם צד, און הלוואַי ער זאָל נישט שטרויכלען…

––––––

און ר׳ חיים וויטאַל זאָגט נישט פֿון דער העלער הויט!

איינמאָל זיצט ער, דער פּרוש, פֿאַרטראַכט איבער אַ ספֿר, דערהערט ער פּלוצעם, ווי עפּעס פּיקט אין דער טיר, פֿאַלט אויף אים אָן אַן אימה. עס פּיקט אָבער ווײַטער און ווײַטער, הייבט ער זיך אויף, פֿאַרגעסט דערווײַל צו פֿאַרמאַכן דעם ספֿר און גייט עפֿענען די טיר. עפֿנט ער די טיר, קומט אַרײַן אַן אינדיק. לאָזט ער ארײַן דעם אינדיק. קומט אים אויף דער מחשבֿה, אַז עס איז גלײַך צו האָבן אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש אין שטוב. זײַן אשה פֿלעגט האַלטן זינגענדיקע פֿייגעלעך אין שטוב… גייט דער אינדיק פֿאַר אים פֿאַרבײַ און זעצט זיך שטילערהייט טיף אין אַ ווינקעלע. און דער פּרוש קלערט, וואָס דאָס קאָן באַדײַטן, און זעצט זיך צוריק צום ספֿר. אַזוי זיצנדיק, פֿאַלט אים אײַן: עס איז נישט ווײַט פֿון פּורים, האָט מען אים אין זכות פֿון זײַן תּורה אַן אינדיק געשיקט. וואָס וועט ער טון מיטן אינדיק? עס וועט אים – טראַכט ער – עמעץ פֿאַרבעטן אויף פּורים צו דער סעודה, און אפֿשר וועט עס נאָך זײַן אַן אָרעמאַן, וועט ער פּורים אַהין שיקן דעם אינדיק, וועט ער אויך טועם זײַן דערפֿון. זײַט זײַן אשה איז נפֿטר געוואָרן, האָט ער נאָך קיין בשר־אוף נישט פֿאַרזוכט. אַזוי קלערנדיק, הייבט ער אָן מיטן מויל צו ״סמאָקיווען״, און ער באַקומט אַ פֿול מויל מיט וואַסער, וואַרפֿט ער אַ בליק אויפֿן אינדיק, זעט ער, אַז דער אינדיק קוקט אויף אים פֿרײַנדלעך, גלײַך ער וואָלט געוווּסט זײַן מיין, און הנאַה געהאַט דערפֿון, אַז ער וועט דעם זכות האָבן געגעסן צו ווערן פֿון פּרוש. קאָן ער זיך שוין נישט אײַנהאַלטן און רײַסט אַלע ווײַלע אָפּ די אויגן פֿון ספֿר, און קוקט צום אינדיק, און עס הייבט זיך אים אָן דאַכטן, אַז דער אינדיק שמייכלט צו אים. אַ ביסל דערשרעקט ער זיך דערפֿאַר, דאָך האָט ער הנאַה דערפֿון, וואָס עס שמייכלט צו אים אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש…

דאָס ייִנגעלע איז געווען בײַ מנחה־ומעריב. אין מיטן שמונה־עשרה קאָן ער זיך בשום־אופֿן נישט אײַנהאַלטן, און רײַסט אַלע מאָל אויף די אויגן און קוקט צום אינדיק, און דער שמייכלט אַלץ און שמייכלט, פּלוצעם הייבט זיך אים אָן דאַכטן, אַז דעם שמייכל קען ער שוין פֿון לאַנג… אַז דאָס האָט דער רבונו־של־עולם, וואָס האָט אים צוגענומען זײַן אשה, צוריקגעשיקט אים איר ליבלעכן שמייכל, ער זאָל אים טרייסטן אין זײַן איינזאַמקייט, און ער הייבט־אָן ליב צו קריגן דעם אינדיק, און ער טראַכט, אַז עס וואָלט אַ יושר געווען, עס זאָל אים פֿאַרבעטן אויף פּורים צו דער סועדה אַן עושר, כדי דער אינדיק זאָל לעבן…

און ארויסגעזאָגט האָט ער עס אין אַ גוטער רגע, ווי מיר וועלן ווײַטער זען, דערווײַל אָבער ברענגט מען אים, ווי דער שטייגער איז, אַ שיסעלע גריץ מיט אַ שטיקל ברויט, וואַשט ער זיך און מאַכט זיך גרייט צום עסן.

נאָר אַזוי ווי ער נעמט דאָס ברויט אין האַנט אַרײַן און וויל אָפּבײַסן פֿון אים – רוקט זיך דער אינדיק ארויס פֿון ווינקל און הייבט זיך אָן צו פּיקן פּיק פּיק, בלשון בקשה, ווי דאָס וואָלט הייסן: ער איז אויך הונגעריק, און שטעלט זיך פֿאַר אים בײַם טישל. טראַכט זיך דער פּרוש: זאָל ער בעסער עסן, וועל איך אָן אים קיין היזק נישט האָבן… נעמט ער דאָס שיסעלע גריץ מיטן שטיקל ברויט און שטעלט אַראָפּ אויף דער פּאָדלאָגע און דער אינדיק זופּט און עסט.

אויף מאָרגן גייט דער פּרוש אַריבער צום ראָש־ישיבֿה, און זאָגט אים, באשר־בכן ער האָט באַקומען אַ מיט־עסער; ער פֿלעגט שטענדיק איבערלאָזן פֿון דער גריץ, און הײַנט – גלײַך ער וואָלט פֿון איר נישט טועם געווען… זעט דער ראָש־ישיבֿה פֿאַר זיך אַ הונגעריק פּנים, זאָגט ער, אַז ער וועט דערפֿון מודיע זײַן ר׳ חיים וויטאַל, ער זאָל מתפּלל זײַן, דער שד זאָל זיך פֿון אים אָפּטון, און דערווײַל וועט ער אָנזאָגן, מען זאָל אים שיקן צוויי שטיקלעך ברויט און צוויי שיסעלעך גריץ, עס זאָל זײַן פֿאַר ביידן גענוג. ר׳ חיים וויטאַל אָבער, וועלכן מען האָט דערציילט אין ראָש־ישיבֿיהס נאָמען וועגן דעם מיט־עסער, האָט נאָר געשאָקלט מיטן קאָפּ און אָפּגעקרעכצט, אַז עס הייבט זיך ערשט אָן!

דערווײַל באַקומט דער פּרוש טאָפּלטע פּאָרציעס, און ער איז זאַט, און דער אינדיק איז זאַט. דער אינדיק ווערט אַפֿילו פֿעט. און אין אַ משך פֿון אַ פּאָר וואָכן ווערט ער, דער פּרוש, אַזוי צוגעבונדן צום אינדיק, אַז יעדן טאָג בעט ער גאָט, ער זאָל אויף פּורים פֿאַרבעטן ווערן צו אַן עושר, כדי ער זאָל נישט קומען צו קיין נסיון.

און ווי געזאָגט, איז ער אין דעם פֿאַל צו קיין נסיון נישט געקומען. איינער פֿון די גרעסטע באַלעבאַטים האָט אים פֿאַרבעטן אויף פּורים. און עס איז געווען נישט נאָר אינדיק־פֿלייש, נאָר אַלערליי מאכלים טובים און משקה כּיד־המלך. און אויך זענען פֿײַנע פּורים־שפּילער געקומען משמח צו זײַן דעם גביר מיט זײַן משפּחה מיט אַלע געסט, וואָס זענען צו אים געקומען נאָך זייער סעודה אין דער היים. און אונדזער פּרוש האָט זיך אונטערגעלענט דאָס האַרץ, ער האָט געגעסן און געטרונקען, אפֿשר מער געטרונקען ווי געגעסן, ווײַל דער ווײַן איז געווען אַ זיסער און אַ שמעקעדיקער און די וואַרעמקייט פֿון אים איז זיך צוגאַנגען אין אַלע אברים.

עס האָט זיך אָנגעהויבן דאָס אחשורוש־ואסתר שפּיל… ושתי וויל נישט טון דעם מלכס רצון און ארײַנקומען ווי גאָט האָט זי באַשאַפֿן… אסתר האָט באַלד דערנאָך נושא־חן געווען… מען גיט זי איבער הגי דעם שומר הנשים. און זעקס חדשים בשמן המור, און אַנדערע זעקס חדשים מיט אַנדערע בשמים. און אונדזער פּרוש איז פּלוצעם הייס געוואָרן אין אַלע גלידער, און פֿינצטער פֿאַר די אויגן, און ענג אין האַרץ, און אין דער פֿינצטערניש זענען פֿאַר אים געפֿלויגן רויטע בענדער, פֿײַערדיקע צונגען, און עס איז אים באַפֿאַלן אַ וווּנדערלעך שרעקלעך בענקעניש אַהיים און אַהיים. צום בוידעם אויפֿן בית־המדרש, צו זײַן חדר, צום שטילן ווינקעלע… צום אינדיק… און ער האָט עס נישט אויסגעהאַלטן און איז פֿאַרן בענטשן אויפֿגעשפּרונגען און אַהיימגעלאָפֿן.

ער קומט אַרײַן, קוקט אויף ווינקעלע, וווּ דער אינדיק שטייט, און ווערט נבהל ונשתומם: דער אינדיק איז מגולגל געוואָרן אין אַן אשה, אין אַן אשה אַ יפת־תאר, וואָס די וועלט זעט עס נישט, און ער הייבט אָן ציטערן אויפֿן גאַנצן לײַב, און די אשה גייט צו אים צו, און נעמט אים אַרום מיט ווײַסע וואַרעמע און נאַקעטע הענט דעם האַלדז, און דער פּרוש ציטערט נאָך מער, און הייבט זיך אָן בעטן: נאָר נישט דאָ, נאָר נישט דאָ,עס איז אַ מקום־קדוש, הייליקע ספֿרים ליגן. רוימט זי אים אײַן אין אויער, אַז זי איז די מלכה שבא, אַז זי האָט דאָ נישט ווײַט פֿון בית־המדרש, בײַם טײַכל, צווישן די הויכע סטראָסטינעס, איר קריסטאָלענעם פּאַלאַץ, וואָס שלמה המלך האָט איר נאָך געשענקט… און זי ציט אים, ער זאָל מיט איר גיין, אַהין צום קריסטאָלענעם פּאַלאַץ.

און ער וואַקלט זיך און גייט, און גייט…

אויף מאָרגן – דער פּרוש איז נישטאָ! מען גייט צו ר׳ חיים ײוויטאַל, הייסט ער אים זוכן בײַם ברעג פֿון טײַך. געפֿינט מען אים אין אַ זומפּ צווישן די סטראָסטינעס, נישט טויט, נישט לעבעדיק…

מען האָט אים דעראַטעוועט, נאָר פֿון דעמלט אָן האָט ער אָנגעהוין טרינקען…

און ר׳ חיים וויטאַל האָט געזאָגט, אַז דאָס קומט פֿון גרויס בענקעניש צו דער מלכה שבא, אַז ער טרינקט, זעט ער זי, און מען זאָל אים לאָזן טרינקען, אַ גאַנץ יאָר. נאָר נישט פּורים, ווײַל פּורים וועט זי האָבן אויף אים אַ גרויסע שליטה.

און פֿון דעם טאַקע וואַקסט דאָס ווערטל: ״אַ גאַנץ יאָר שיכּור, פּורים ניכטער״…

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *