״איך װיל װערן אַ ליטװאַק״

״איך װיל װערן אַ ליטװאַק״

שײן בײקער איז אײנער פֿון די אינטערעסאַנטסטע, טאַלאַנטירסטע און טשיקאַװסטע ייִדישיסטן אױף דער װעלט. אַלײן ניט קײן ייִד רעדט ער אַזאַ געשמאַקן ייִדיש אַז עס איז צו לעקן די פֿינגער פֿון זײַן לשון, װאָס איז פֿול מיט אידיאָמאַטישע אױסדרוקן, העבראַיִזמען און סובטילן הומאָר. ער האָט דאָס געירשנט פֿון די באַװוּסטע ייִדישע אַקטיאָרן און דער עיקר אַקטריסעס ליובאַ קאַדיסאָן און מינאַ בערן.

שײן איז שױן יאָרן לאַנג דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס און אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקײט פֿון קולטורעלן ייִדישן לעבן איבער דער גאָרער װעלט. ער איז טאַקע אַרומגעפֿאָרן כּמעט אַלע קאָנטינענטן מיט זײַנע װאָרט-קאָנצערטן, װאָס באַגײַסטערן דעם עולם. ער שפּילט די הױפּט־ראָלעס אין ״נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער״, זעצט איבער פּיעסעס פֿון ענגליש אױף ייִדיש, פּראָדוצירט זײַנע אײגענע פֿאָרשטעלונגען אױף ייִדיש אױף דער בינע און אױפֿן װידעאָ־קאַנאַל פֿון ״פֿאָרװערטס״, פֿירט אָן מיט אַ טעאַטער־װאַרשטאַט בײַם ייִװאָ זומער־פּראָגראַם און לערנט די ייִדישע ליטעראַטור אין פֿאַרשידענע לערן־אַנשטאַלטן.

שײן איז אַ טײַערער קאָלעגע און האָט מיר ניט געקענט אָפּזאָגן אין פֿירן מיט אים אַן אינטערװיו.

נ. ב.: שײן, זײַ אַזױ גוט, דערצײל אַ ביסל װעגן זיך און װעגן דײַן קומען צו ייִדיש.

ש.ב.: גוט. איך בין ניט קײן געבױרענער ייִדיש־רעדער, איך בין אױך ניט קײן ייִד, דאָס הײסט פֿון די עומות־העולם. איך בין געבױרן געװאָרן אין קענזאַס־סיטי, װאָס געפֿינט זיך אין מיצקע דערינען אין אַמעריקע. אױב מע מאַכט אַן X  דורך אַמעריקע איז אין צענטער פֿון אַזאַ X  װעט מען געפֿינען קענזאַס-סיטי. ס׳איז ניט קײן ייִדישע שטאָט, אָבער עס זײַנען דאָרטן דאָ ייִדן. מיר זײַנען למשל געװען די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער צוליבן שװימבאַסײן. מסתּמא האָב איך דאָרטן געהערט ייִדיש אָבער איך געדענק עס ניט. אפֿשר דאָס ערשטע ייִדישע װאָרט, װאָס איך האָב אַ מאָל געהערט בײַם מאַקס ברידער פֿילם, איז געװען שנאָרער. װען דער עולם האָט זיך צעלאַכט האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען װאָס איז דאָ אַזױ קאָמיש. האָב איך אַ שטורכע געטאָן דעם טאַטן: ״טאַטע, טאַטע, װאָס איז אַזױ קאָמיש אַ שנאָרער, װאָס איז אַזױנס אַ שנאָרער?״ זײַענדיק אַ פֿרומער קריסט פֿון קענזאַס־סיטי האָט דער טאַטע געגעבן דעם אײנציקן ענטפֿער, װאָס ער האָט געקענט אָפּצוגעבן, אַז עס איז אַן אױסגעטראַכט װאָרט, װאָס האָט ניט קײן באַדײַט. שפּעטער האָב איך זיך דערװוּסט אַז דאָס איז ניט נאָר אַ װאָרט, עס איז דאָ אַ גאַנץ לשון.

אפֿשר האָב איך געלײענט עפּעס װעגן ייִדיש אין די געשיכטעס פֿון טעאַטער. איך װײס אַז ייִדיש האָט אַ חשובֿ אָרט אין דער געשיכטע פֿונעם װעלט־טעאַטער און בפֿרט דעם אַמעריקאַנער טעאַטער, װאָס גיט אָפּ אַ ספּעציעלן כּבֿוד דעם ייִדישן טעאַטער. סטעלאַ אַדלער איז געװען אַ גרױסע אַקטריסע און געהאַט אפֿשר אַ גרעסערן דערפֿאָלג אױף דער ייִדישער בינע װי אױף דער ענגלישער. זי איז דאָך גוט באַװוּסט װי אַ לערער פֿונעם טעאַטער, זי איז געװען אַ לערערין פֿון מאַרלאָן בראַנדאָ, האָט אים געלערנט װי צו שפּילן טעאַטער, װי צו זײַן אַן אַקטיאָר.  אַזױ, ביסלעכװײַז איז געװאַקסן דער אינטערעס צו ייִדיש. איך געדענק װי איך האָב געלײענט בערנאַרד מאַלאַמוד אין מיטלשול. ער איז אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער מחבר װאָס שרײַבט אױף ענגליש װעגן די ייִדן פֿון מיזרח-אײראָפּע, אָדער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן אָפּשטאַם. מיר איז זײער געפֿעלן געװאָרן זײַן שרײַבן. ער ניצט אַ ייִדיש װאָרט דאָ און דאָרט. איך געדענק אַז אין אײנער אַ דערצײלונג פֿרעגט מען עמעצן װי עס גײט, זאָגט ער שװער. האָב איך געקוקט אין עפּעס אַ ייִדישן לעקסיקאָן מיט לאַטײַנישע אותיות און געפֿונען אַז ״שװער״ מײנט father-in-law тесть . אין דער דערצײלונג איז געװען גאָר אַן אַנדער באַדײַט: hard, difficult трудно. האָב איך דעמאָלט ניט פֿאַרשטאַנען. אָבער װען איך בין געקומען קײן ניו-יאָרק צו װערן אַן אַקטיאָר, האָב איך געזען אַז עס זײַנען דאָ די געלעגנהײטן זיך צו לערנען די שפּראַך. איך האָב אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש פּריװאַט מיט אַ מאַן װאָס איך האָב אים געקענט פֿון אוניװערסיטעט. ער האָט מיר געגעבן גאָלדינס לערנבוך ״דער ייִדישער לערער״ און אַזױ האָב איך זיך אױסגעלערנט דעם אַלף־בית. װען איך האָב געענדיקט מיטן ביכל האָט מען מיר געגעבן ״קאָלעדזש ייִדיש״ און איך האָב דורכגעמאַכט דאָס לערנבוך װי אױטאָדידאַקט, אַ מאָל געפֿרעגט פֿראַגעס װעגן דעם בוך בײַ די מענטשן פֿון אוניװערסיטעט. איך האָב שױן געקענט גוט לײענען און שרײַבן ייִדיש, ניט ליטעראַריש, פֿאַרשטײט זיך, נאָר איך האָב געקענט צונױפֿשטעלן אַ זאַץ. אָבער איך האָב נאָך אַלץ ניט געקענט רעדן די שפּראַך. עס האָט מיר געפֿעלט אַ סבֿיבֿה, די מענטשן. בײַם אָנהײב פֿון מײַן קאַריערע דאָ אין ניו־יאָרק בין איך אױך געגאַנגען אין ייִדישן טעאַטער, די ״פֿאָלקסבינע״ אָנגעפֿירט פֿון דער באַװוּסטער ציפּורה שפּײַזמאַן, אַ ייִדישע אַקטריסע פֿון לובלין, עליה־השלום. איך האָב געזען ״מירעלע אפרת״ און צװישן די אַקטיאָרן זײַנען געװען מינאַ בערן, ציפּורה שפּײַזמאַן, שפֿרה לערער, פֿעליקס פֿיביך. אַלע זײַנען שױן אױפֿן עולם־האמת, אױף יענער װעלט און זאָלן האָבן אַ ליכטיקן גן-עדן. די פּיעסע האָט שטאַרק געװירקט אױף מיר אָבער איך האָב ניט געקענט פֿאַרשטײן װאָס מע זאָגט. דעמאָלט האָט מען געהאַט אַזעלכע גלײַכצײַטיקע איבערזעצונגען, אַזױ װי אין UN.

אַן אַנדער מאָל האָב איך געזען אַ מעלדונג אַז עס רעדט אױף דער קאָנפֿערענץ אין JTS מינאַ בערן און איר רעפֿעראַט האָט געהײסן ״אַ ייִד אָדער אַ פֿרױ״. ער איז געװען אײגנטלעך װעגן די פֿרױען אין דער סעקולערער ייִדישער װעלט. איך בין אױף דער קאָנפֿערענץ געװען צװישן אײנצלנע מענער און אפֿשר דער אײנציקער מאַנספּאַרשױן, אַ קריסט. מען האָט געקוקט אױף מיר, זיך געחידושט, געקראַצט אין קאָפּ און מיך געפֿרעגט צוליב װאָס איך בין געקומען.  האָב איך זײ געזאָגט אַז איך בין דאָ צו הערן מינאַ בערן. האָט מען מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר מינאַ בערן, אַז דאָ איז פֿאַראַן אַ יונגערמאַן װאָס לערנט זיך ייִדיש און װיל זי הערן. איך האָב זי דעמאָלט ניט געװוּסט, בלױז געזען זי שפּילן אױף דער בינע און געלײענט איר קורצינקע ביאָגראַפֿיע, װאָס מע גיט די צוקוקערס בײַ דער פֿאָרשטעלונג. מיר האָבן געכאַפּט אַ שמועס און דאָס האָט געמאַכט אױף איר אַ גרױסן רושם, אַז אַ יונגער מענטש, ניט קײן ייִד דערצו לערנט זיך ייִדיש. װען זי איז אַרױפֿגעגאַנגען צו רעדן פֿאַרן עולם האָט זי געזאָגט, אַז אײגנטלעך האָט מען זי געבעטן רעדן אױף ענגליש, נאָר אַז עמעצער איז געקומען און ער לערנט זיך ייִדיש גײט איר אין לעבן אַרײַן אַז זי זאָל רעדן װעגן איר לעבן אין ייִדיש, אױף איר באַליבטער שפּראַך. טאָמער דער עולם איז מסכּים װעט זי רעדן אױף ייִדיש און אױב עמעצער פֿאַרשטײט ניט זאָל מען אױפֿהײבן די האַנט. האָט זי טאַקע גערעדט װעגן איר לעבנסגעשיכטע אױף ייִדיש און מיר זײַנען געװאָרן גוטע פֿרײַנד. זי האָט מיך פֿאַרבעטן אָפֿט צו זיך און איך פֿלעג גײן צו איר. זי פֿלעגט מיר אָנרופֿן: ״שײן טײַערער, ס׳האָט זיך אױסגעלאָשן דאָס לעמפּל בײַ מיר אין שטוב און איך דאַרף אַ לאַנגן לאָקש, װאָס זאָל קומען אױסבײַטן דאָס לעמפּל״. בין איך געגאַנגען צו איר אין דירה און ס׳זײַנען שױן געװען אױסגעשטעלט אױפֿן טיש הערינג, אַ בולקע מיט פּוטער און נאָך עפּעס. איך האָב ערשט געגעסן הערינג מיט בולקע און פּוטער, דערנאָך אַ שיסל הינער־זופּ און דערנאָך די ראָגעלעך און אַ גלאָז טײ. ערשט דערנאָך האָב איך אױסגעביטן אַ לעמפּל. אַזױ האָבן מיר פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן אָװנט און גערעדט אַלע מאָל נאָר אױף ייִדיש. ס׳איז געװען פֿאַר מיר ממש אַ גליק און אַ יאָרצענדליק האָבן מיר אַזױ פֿאַרבראַכט, צװײ־דרײַ אָװנטן אַ װאָך.

איך האָב זיך אױך באַקענט מיט ליובאַ קאַדיסאָן, אַ געװעזענע אַקטריסע פֿון װילנער טרופּע, און פֿאַרבראַכט מיט איר אַ סך צײַט און אַזױ אַרום האָב איך זיך אױסגעלערנט רעדן ייִדיש װי אַ מענטש, ניט װי מיט אַ הײסן קאַרטאָפֿל אין מױל.

אַז איך האָב אָנגעהױבן זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַ װעלט פֿון ייִדיש האָב איך ערשט געאַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿונעם ״אַלגעמײנעם זשורנאַל״ אַלס קאָרעקטאָר און דאָס איז געװען זײער אַ ניצלעכע אַרבעט פֿאַר מיר, װײַל מע דאַרף באַקוקן יעדעס װאָרט באַזונדערס און ס׳איז גוט צו האָבן עמעצן, װאָס לײענט ניט אַזױ פֿליסיק, פּאַמעלעך און קען כאַפּן אַ מאָל מער גרײַזן װי אַ געניטער לײענער. דאָס איז געװען זײער אַ גוטע פּראַקטיק און איך האָב געקראָגן די װיכטיקע דערפֿאַרונג און אַנטװיקלט מײַנע לײענען פֿעיִקײטן.

דערנאָך האָב איך געפֿונען אַרבעט בײַם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, װאָס איז אַ װעלטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציע. דאָרטן האָב איך געקענט אַרבעטן דעם גאַנצן טאָג אױף ייִדיש און זיך אױסגעלערנט נאָך אַ סך ייִדישע װערטער און אױסדרוקן, ספּעציעל די װערטער פֿאַר דער אַדמיניסטראַטיװער אַרבעט װאָס די אָרגאַניזאַציע האָט זיך באַניצט אַ סך מיט זײ. למשל: אַ רעגיסטראַטאָר (file cabinet, картотека), אַ גומקע (rubber band, резинка)  און אַזױ װײַטער. מען האָט געדאַרפֿט פֿירן די ביוראָ אױף ייִדיש, װײַל מיר האָבן געהאַט אַ שטאַב פֿון 90-יעריקע און 80־יעריקע מענטשן און אחוץ דעם אַ צאָל מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן מיט װעלכע מיר האָבן געקענט רעדן נאָר אױף ייִדיש.

דערנאָך האָב איך געטראַכט אַז אפֿשר זאָל איך װערן אַ פּראָפֿעסאָר פֿאַר אַ קאַריערע. כ׳האָב באַקומען אַ מאַגיסטער דיפּלאָם אין ייִדיש פֿונעם טעקסעסער  אוניװערסיטער אין אָסטין אָבער די אַקאַדעמישע װעלט איז ניט געװען אַזױ צום האַרצן. בין איך צוריקגעקומען אין ניו־יאָרק צו אַרבעטן מיט דער לעבעדיקער יידישער קולטור אינעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, װוּ איך פֿיר אָן מיט פֿאַרשידענע ייִדישע אונטערנעמונגען. איך שפּיל טעאַטער, לערן ייִדיש בײַם אַרבעטער־רינג און ייִדיש טעאַטער בײַם ייִװאָ זומער־פּראָגראַם.

נ.ב.: װוּ געפֿינסטו מאַטעריאַלן פֿאַר דײַנע הומאָריסטישע שטיק?

ש. ב. מע דאַרף זוכן מיט ליכט. איך האָב אַ רשימה פֿון װיצן, ביכער מיט װיצן און איך זע אַז מע ניצט זײ אין פֿאַרשידענע אױסגאַבעס. אין ייִדישן ״פֿאָרװערטס״ דרוקט מען װיצן. איך דאַרף ניט זוכן אַלע מאָל נײַע הומאָריסטישע שאַפֿונגען װײַל צו זײַן אַן אמתער אַקטיאָר מײנט ניט צו שפּילן אַלע מאָל די נײַע זאַכן פֿאַרן עולם נאָר שפּילן די זעלביקע זאַכן פֿאַר פֿאַרשידענע מענטשן, געפֿינען אַ נײַעם עולם. ס׳איז דאָ נאָך אַ סך ערטער, װוּ איך קען פֿאָרן מיט מײנע הומאָריסטישע פֿאָרשטעלונגען.

נ. ב.: דײַן ייִדיש איז אַזױ געשמאַק. מיט װעמען רעדסטו מאַמע־לשון אין טאָג־טעגלעכן לעבן?

ש. ב. הײַנט צו טאָג – מיט די פֿיר װענט. אַ מאָל איז געװען אַזאַ מעגלעכקײט און איצט איז אַ ביסל שװערער. די מענטשן, װאָס האָבן מיך אױסגעלערנט דאָס ביסל װאָס איך קען זײַנען שױן אַװעק. איז צום באַדױערן רעד איך ניט קײן ייִדיש טאָג־טעגלעך. אַ מאָל באַמיט מען רעדן אױף ייִדיש מיט קאָלעגן בשעת די פֿאָרשטעלונגען, מיט חוה לאַפּינען אַװדאי און מיט נאָך אַ פּאָר.

נ. ב.: איך האָב געזען ״װאַרטן אױף גאָדאָ״ און עס האָט געמאַכט אױף מיר אַ גרױסן רושם. פֿאַר װאָס שטעלט מען אױף די קלאַסישע פּיעסעס פֿון אַנדערע שפּראַכן אױף ייִדיש?

ש.ב.: „װאַרטן אױף גאָדאָ‟ דינט ווי אַ הײַנטצײַטיקער מוסטער פֿון אַן ערנסטער טעאַטראַלישער אויפֿפֿירונג, וואָס וועט העלפֿן אונטערצוהאַלטן די ייִדישע רעפּערטואַר־סצענע. אין בעקעטס פּיעסע אין אַ נאָכמלחמהדיקער וועלט, באַוווינט מיט די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, האָבן די אַרטיסטן אויסגענוצט דעם חורבן־סימבאָליזם אויף אַ ווייניקער דירעקטן אופֿן; זייער ייִדיש־רעדנדיקע פּערסאָנאַזשן דערמאָנען דאָס אַש פֿון מיליאָנען טויטע און דערפֿאַר מאַכט די פּיעסע אין ייִדיש גאָר אַ שטאַרקן אײַנדרוק אױפֿן עולם.

נ.ב.: װאָס טוט דער ייִדישער קולטור-קאָנגרעס איצט?

ש.ב.: מע ראַנגלט זיך פֿאַרן לעבן. פֿונדעסטװעגן פּראָבירן מיר אַרױסצוגעבן אַ פּראָגראַם יעדן חודש אָדער כּמעט יעדן חודש. לעצטנס האָבן מיר אָפּגעמערקט דעם 70סטע יאָרצײַט פֿון שלמה מיכאָעלסן מיט אַ רײַכער פּראָגראַם פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן:  https://yiddishbranzhe.com/

דאָס איז געװען זײער אַ געלונגענע אונטערנעמונג.

דעם 19טן אַפּריל האַלטן מיר יעדעס יאָר אין ריװערסײַד פּאַרק אַן אונטערנעמונג אין אָנדענק פֿונעם אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, און דעם 12טן אױגוסט — לזכּרון פֿון די אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבער פֿון סאָװעטן-פֿאַרבאַנד.

נ.ב.: צי פֿילסטו זיך װי אַ ייִד?

ש. ב.: בײַם אָנהײב װען מען האָט מיך ניט אַזױ גוט געקענט, פֿלעג איך קומען אױף די אונטערנעמונגען פֿון אַרבעטער-רינג, װאָס מען האָט אָנגעפֿירט מיט זײ אױף דער 33סטער גאַס מיט יאָרן צוריק. למשל, איך בין בײַגעװען אױף אַ כּמו-חתונה פֿון שטעטל, כּדי מע זאָל זען װי מען האָט אַ מאָל געמאַכט אַן עכטע חתונה. אַלע מאָל פֿלעגן צו מיר קומען צװײ פֿרױען פֿון געװיסע יאָרן, ניט אַלע מאָל די זעלביקע, נאָר אַלע מאָל אַ פּאָר און אָנגעהױבן אַ שמועס אַזױ:

״נו, װאָס מאַכט מען?״

״גוט.״

״און װאָס טוט איר דאָ?״

״איך בין געקומען צו פֿאַרברענגען.״

״איר זײַט אַ ייִד?״

״נײן, איך בין ניט קײן ייִד.״

״איר האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער טאָכטער? אָדער איר האָט אַ ייִדישע חבֿרטע?״

״נײן.״

״איר גײט זיך מגײר זײַן?״

״נײן.״

פֿלעגן זײ קראַצן דעם קאָפּ און אַװעקגײן. שפּעטער האָט שיקל פֿישמאַן, עליו-השלום, אַ חשובֿער ייִדישער סאָציאָ-לינגװיסט מיר געזאָגט אַז זײ זײנען צוגעקומען צו מיר צוליב אַ שידוך. ער אַלײן האָט געמײנט אַז איך בין אַ ייִד. ער איז געװען מײַן לערער און עס איז געװען פֿאַר מיר אַ גרױסער כּבֿוד, אַז שיקל פֿישמאַן, אַ גרױסער געלערנטער זאָל מײנען אַז איך שטאַם פֿון דער ליטװיש ייִדיש-רעדנדיקער הײם. נו, איך פֿלעג אַ מאָל ענטפֿערן אַז איך װיל ניט װערן קײן ייִד, איך װיל װערן אַ ליטװאַק.

נ.ב.: פֿון װאַנען קומט דײַן אינטערעס צו ייִדיש, דײַן צוגעבונדנקײט צו דער שפּראַך?

ש. ב.: פֿאַרשטײט זיך, אַז בײַם אָנהײב האָב איך גאָרניט געװוּסט. דאָך איז עס מיר געפֿעלן געװאָרן. װי זינגט אַהרן לעבעדעװ: ״אַז מע פֿאַרזוכט און ס׳איז גוט, װיל זיך נאָך אַ מאָל.״ די מענטשן װאָס איך האָב געטראָפֿן אין דער װעלט פֿון ייִדיש זײַנען געװען מיר זײער צום האַרצן, די אַקטיאָרן און אַקטריסעס, די לערערס װאָס איך האָב געהאַט האָבן מיך זײער אינספּירירט, צװישן זײ אַװדאי מרדכי שעכטער, װאָס האָט געהאַט זײער אַ גרױסע השפּעה אױף מיר. ער האָט אין מיר אײַנגעשטעקט זײַן ענטוזיאַזם פֿאַר דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך און קולטור און איך האָב אױך געװאָלט אױפֿהײבן די פֿאָן און זיך באַטײליקן אין קאַמף פֿאַר ייִדיש. ייִדיש איז געװאָרן בײַ מיר אַ טײַערע, אײגענע זאַך. די ייִדישע ליטעראַטור, װאָס איך האָב אָנגעהױבן צו לײענען איז מיר זײער געפֿעלן געװאָרן. װוּ קען מען געפֿינען אַזעלכע מחברים װי משה לײב האַלפּערן, באַשעװיס, חיים גראַדע, פּרץ מאַרקיש? געװאַלדיקע ריזן, װאָס איך האָב פֿריִער ניט געהאַט די געלעגהײט זײ צו לײענען.

נ.ב.: טײַערער שײן. אַ האַרציקן דאַנק דיר און אַ סך דערפֿאָלגן אין דײַן באַדײַטנדיקער און שאַפֿערישער אַרבעט!

ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *