אַז די, װאָס װעלן בלײַבן לעבן

אַז די, װאָס װעלן בלײַבן לעבן

אונדזער צײַטונג האָט שוין דערציילט וועגן אַנאַ שטערנשיס (זעט ״בש״ נומ. 45, 2017 ״ווען אַנאַ האָט געטראָפֿן ייִדיש״,דער מחבר – ניקאָלײַ באָראָדולין ניו-יאָרק) אַנאַ איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אינעם טאָראָנטער אוניװערסיטעט, אַ מחבר פֿון ״סאָװעטיש און כּשר: פּאָפּולערע ייִדישע קולטור אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד,   1923 – 1939״ (2006) און ״װען סאָניאַ האָט געטראָפֿן באָריסן: די בעל-פּה-געשיכטע פֿון ייִדישן לעבן אונטער סטאַלינען״ (2017) און פֿון אַ סך אַרטיקלען װעגן סאָװעטישע ייִדן בשעת דער צװײַטער װעלט-מלחמה. 

ווען אַנאַ האָט געטראָפֿן ייִדיש

אַנאַ האָט אויך דערציילט אין דעם אַרטיקל, אַז איר האָט אָפּגעגליקט צו אַרבעטן מיט אוניקאַלע אַרכיוו-מאַטעריאַלן פֿון די צײַטן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. דאָ ברענגען מיר אַ פֿראַגמענט פֿון דעם אַרטיקל:

״מיט עטלעכע יאָרן צוריק, – האָט דערציילט אַנאַ, – װען איך האָב געאַרבעט אױף מײַן בוך אין קיִעװ, האָב איך גאָר צופֿעליק באַקומען דעם צוטריט צום אמתן אוצר – די דאָקומענטן, װעלכע האָבן פֿריִער געהאַט געהערט צום אָפּטײל פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס-מוזיק בײַם אינסטיטוט פֿון דער פּראָלעטאַרישער ייִדישער קולטור אין קיִעװ. עס האָבן זיך אָפּגעפֿונען הונדערטער לידער, געשאַפֿענע בשעת דער צװײטער װעלט-מלחמה. זײ האָבן אָפּגעשפּיגלט אַלע אַספּעקטן פֿונעם דעמאָלטיקן לעבן. אַלע אָנגעשריבענע מיט דער האַנט. אָט די לידער האָט געזאַמלט משה בערעגאָװסקי, דער עטנאָמוזיקאָלאָג בײַ דעם פֿריִער דערמאָנטן אינסטיטוט. ס׳איז װיכטיק צו באַטאָנען, אַז ס׳רובֿ לידער קומען טאַקע פֿון פֿאָלקס-מױל. און דווקא די פֿרויען האָבן געשאַפֿן אַ סך פֿון זײ.

װען די מלחמה האָט זיך אױסגעבראָכן, האָט משה בערעגאָװסקי פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן שליחות איז אָנצוקלײַבן און פּרעזערװירן אַלע שטיקלעך פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס ער האָט נאָר געקאָנט. ס׳איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן, אַז די ייִדן, װאָס מע האָט זײ דערמאָרדעט בעתן חורבן, האָבן געװאָלט, אַז די, װאָס װעלן בלײַבן לעבן, זאָלן װיסן, װאָס איז געשען. און זיי האָבן געטאָן אַלץ, כּדי דאָס ליד זאָל דערגרײכן די מענטשן. דערפֿאַר האָט בערעגאָװסקי געקאָנט אָנזאַמלען אַזױ פֿיל לידער. מיר װײסן, אַז אָנדערטהאַלבן מיליאָן ייִדן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין צענטראַל-אַזיע. אַ פֿערטל מיליאָן פֿון זיי זײַנען געווען די פּױלישע ייִדן. בערעגאָװסקי האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז די קנופּיקע צײַט אין דער ייִדישער געשיכטע, אין דער געשיכטע פֿון מענטשהײט בכלל, און ער האָט געטאָן אַלץ, כּדי צו ראַטעװען די קולטור פֿון זײַן פֿאָלק.

אַ סך לידער האָט מען געשאַפֿן נאָענט צום סוף און גלײַך נאָך דער מלחמה. די לידער האָבן אָנגעטראָפֿן אַ גרױזאַמן גורל: מע האָט אַרעסטירט בערעגאָװסקין צוזאַמען מיט זײַן אַרכיװ. בערעגאָװסקי און אַלע זײַנע קאָלעגן האָבן געמײנט, אַז מע האָט צו נישט געמאַכט די גאַנצע קאָלעקציע לידער. און אַפֿילו זײַנע קינדער, זײנע טעכטער, האָבן געגלײבט, אַז מע האָט חרובֿ געמאַכט אַלע מאַטעריאַלן. ס׳איז באמת אַ נס, װאָס מע האָט אַנטדעקט די זאַמלונג.

איך האָב אָנגעהױבן אַרבעטן מיטן מוזיקאָלאָג און לינגװיסט פּסױ קאָראָלענקאָ, כּדי צו ברענגען די לידער צום לעבן – ניט װי אַרכיװ-מאַטעריאַלן, נאָר דװקא װי לעבעדיקע לידער. מיר האָבן צוזאַמענגעשטעלט אַ חפֿלדיקע פּראָגראַם ״ייִדיש גלאָרי״, װאָס מע האָט אַזױ וואַרעם אויפֿגענומען אין טאָראָנטאָ. ס׳איז זײער װיכטיק פֿאַר אונדז, אַז די לידער זאָלן געפֿינען דעם עולם, װײַל סטאַלינס רעזשים האָט פֿאַרפֿאָלגט די פֿאָרשערס און כּמעט פֿאַרניכטעט די שאַפֿונגען, װאָס זײ האָבן צונױפֿגעזאַמלט מיט לײַב און לעבן. בערעגאָװסקי האָט מסרות-נפֿשדיק געקליבן די לידער אין אוקראַיִנע און אַנדערע טײלן פֿונעם געוועזענעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד. מיר האָבן ניט געװוּסט, אַז די ייִדן, װעלכע האָבן געקעמפֿט אין דער רױטער אַרמײ, אָדער געלעבט אין עװאַקואַציע אין מיטל-אַזיע, אָדער די, װאָס מע האָט זיי דערהרגעט, האָבן אַלע געשריבן לידער אױף ייִדיש. דאָס איז געװען באמת אַ חידוש.

ס׳איז אַן אומגלײבלעכער פֿענאָמען: פֿאַר דער צווייטער װעלט-מלחמה האָבן אַ סך ייִדן אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד אױפֿגעהערט רעדן ייִדיש און געניצט רוסיש װי זײער הױפּט-שפּראַך. ס׳איז געװען ממש אַ סענסאַציע, װען מיר האָבן געפֿונען אַזױ פֿיל לידער אױף ייִדיש (אַרום 1000). מיר, די פֿאָרשערס פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור, האָבן ערנסט געמײנט, אַז די ייִדן זײַנען אַריבער אויף רוסיש בעת דער מלחמה, אַז די קולטור האָט עקזיסטירט דעמאָלט נאָר אױף רוסיש, אַפֿילו אױב ס׳איז דאָך געװען די ייִדישע קולטור…

איצט האָבן מיר איבערגעזעצט די לידער אױף ענגליש און רוסיש און אַ סך מענטשן האָבן באַקומען דעם צוטריט צו די ביז דאָ ניט לאַנג באַהאַלטעלע און געליטענע מאַטעריאַלן. אָבער ס׳איז געװען אַ גרױסע פּראָבלעם – בערעגאָװסקי האָט ניט אױף אַלע לידער געשריבן, װאָסער מוזיק מע דאַרף ניצן פֿאַר זיי. אַ מאָל האָט מען צוגעטראַכט די מעלאָדיע, װאָס פּאַסט זיך צו צום טעקסט. אַ מאָל זעט מען בערעגאָװסקיס נאָטיץ, אַז דאָס ליד זינגט מען צו אַ מעלאָדיע פֿון אַ באַקאַנט ליד. אַזױ, למשל, גלינקאַס ליד ״דער לאַרך״, װאָס דער באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר האָט אָנגעשריבן אין 1840, איז געװען זײער פּאָפּולער בשעת די מלחמה-יאָרן. די מענטשן האָבן אפֿילו ניט געװוּסט דעם מחבר, מײנענדיק, אַז דאָס איז אַ פֿאָלקס-ליד. עס לײגט זיך אױפֿן שֹכל, װײַל גלינקאַ האָט געשאַפֿן אַ סך פֿאָלקס-מעלאָדיעס און אַפֿילו דעם ציקל פֿון ייִדישע מוזיקאַלישע װערק.

נאָך אַן אינטערעסאַנטער און קאָמפּליצירטער ענין איז די איבערזעצונג: זי בײַט אַ מאָל אין גאַנצן דעם באַטײַט פֿונעם ייִדישן טעקסט. אין איין ליד געפֿינען מיר, צום בײַשפּיל, די װערטער, אַז ״איר, דײַטשן, טראַכט, װאָס איר זײַנט די בעסטע קצבֿים, אָבער מיר, סאָװעטישע סאָלדאַטן, װעלן אײַך שנײַדן ניט ערגער, װי איר שטעכט די אַנדערע פֿעלקער״. אינעם ייִדישן טעקסט ניצט מען דאָס װאָרט ״קײַלער״ – אַ קצבֿ, װאָס שעכט ניט-כּשר פֿלײש. אַ קײַלער שינדט פֿעל פֿון חיות, װאָס מע רופֿט נבֿלה. װי אַזױ זעצט מען דאָס איבער אױף אַן אַנדער שרפּאַך? ס׳איז אַן אַמתער אַרױסרוף.

צום באַדויערן, װײסן זייער ווייניק מענטשן דערװײַלע װעגן דער זאַמלונג. איך האָב געמאַכט אַ פּאָר פּרעזענטאַציעס װעגן דעם פּראָיעקט אין רוסלאַנד, אָבער ס׳האָט צוגעצױגן אַ קנאַפּן אינטערעס. איך מײן, אַז אַ סך מער מענטשן אין קאַנאַדע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן זײַנען באַקאַנט מיטן פּראָיעקט, װי אינעם געװעזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. איך האָף, אַז סוף-כּל-סוף װעט דער אוצר דערגרײכן די לענדער, װוּ מע האָט אָנגעשריבן די לידער, און די מענטשן װעלן דאָס אָפּשאַצן״.

אָט זײַנען דאָ די דרײַ לידער פֿון דער אוניקאַלער קאָלעקציע.

ווערטער: קלאַראַ שייניס, אַ שנײַדערין פֿון אָדעס, 25  יאָר אַלט. רעקאָרדירט – הערש קליינער, טשעבאָקסאַרי, 1944 יאָר.

מוזיק: פֿאָלקס-ליד, מיט די פֿראַגמענטן פֿון ״אַמורסקיע וואָלני״ (1903) פֿון מאַקס קיוס (1874– 1942) און ״סיני פּלאַטאָטשעק״ (1942) פֿון יעזשי פּעטערבורגסקי (1895–1979).

מיר זײַנען ערשט נעכטן געגאנגען

(געזעגנס-ליד)

– מיר זיינען ערשט נעכטן געגאנגען

יאגעדעס קלײַבן אין וואלד.

געזונט זײַ מײַן ליבע, מײַן שיינע,

כ׳גיי אפן פראָנט אוועק באלד…

– מיר האבן אין וואלד געשפּאצירט,

קווייטן געריסן, און בלומען,

אוי, טײַערער מײַנער און ליבער,

געזונט פונעם פראָנט זאָלסטו קומען…

– ס׳הייבט שוין אָן ,ליבע, צו טאָגן,

עס ווערן פארלאָשן די שטערן.

היטלערן וועל איך דערשלאָגן

נאכדעם אהיים זיך אומקערן…

– אָט איז שוין די זון אויפגעגאנגען,

ליכטיק וועט ווערן דער וועלט.

נויקעם זיך אין די פאשיסטן

ז׳קום מיט אנ׳אָרדען מײַן העלד…

– קומען וועל איך מיט אן אָרדען,

און מיטן ענדגילטיקן זיג…

טײַערס! גענוג מיך בייגלייטן,

קער זיך אהיים שוין צוריק.

– אהיים וועל איך שוין זיך אומקערן

און דיר א געטרײַער פארבלײַבן,

נאָר טײַערע מײַנער און ליבער,

אָפט זאָלסטו בריוועלעך מיר שרײַבן…

 

ווערטער: וועלי שאַרגאָראָדסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, 42 יאָר אַלט. רעקאָרדירט – שלום קופּערשמידט, זומעצײַט 1944 אין קראַסנאָגוואַרדייסקאָיע, אוזבעקיסטאַן.

מוזיק: אויפֿן ניגון פֿון ״אויפֿן הויכן באַרג״ פֿון אַלעקסאַנדער קריין (1883–1951).

אפן הויכן בארג

אפן הויכן בארג און אפן גרינעם גראָז

שמייען זיך די דײַטשן אראָפּגעלאָזט די נאָז.

– װאס האט עס געטראָפן, דײַטשעלע בארים?

– אך, מ’האט אונדז געגעבן דאָס װעגעלע פון קרים.

– זײַט-זשע ניט בארויגעז, זײַט-זשע ניט אין קאס,

װאָס איז מיט קאװקאז און װאָס איז מיט דאָנבאס?

– נו, ס’האט דאָרטן היטליר געפּלאנעװעט געשעפט:

אויסגראָבן די קוילן, אויספּאָמפּן דעם נעפט.

נו, ס’האט אונדז דעם װעג פארמאכטעװעט דער רוס,

האבן מיר פון דאָרט זיך אָפּטראָגן געמוזט.

– זאָג, אוקראיִנע װאָס זײַנט איר אװעק?

– מיר האָבן אויך דאָרט קײן האָניק ניט געלעקט.

– װאס-זשע פאר װאיאקעס זײַנט איר דאס אצינד?

– עך, פון אלע זײַטן איז אונדז װיי און װינד.

דאָ ניט שטײ און דאָ ניט גיי – עס איז ניט גוט

דייטשלאנד איז אף צאָרעס, היטליר איז קאפוט.

ווערטער: בערטע פֿלאַקסמאַן, זשיטאָמיר ס׳אַיז געווען פּובליקירט אין ש. קופּערשמידס ״פֿאָלקסלידער וועגן דער פֿאָטערלענדישער מילכאָמע״, מאָסקווע, מעלוכע-פֿאַרלאַג ״דער עמעס״, 1944.

מוזיק: אויפֿן ניגון פֿון ״לאַרך״ (1840) פֿון מיכאַיִל גלינקאַ.

פון דער הײַנטעקער מילכאמע װעל איך לידער זינגען

פון דער הײַנטעקער מילכאָמע װעל איך לידער זינגען,

אז סע זאָל די גאנצע װעלט מיט די לידער קלינגען,

װי ס’איז פאָרגעקומן דאָרט מיט יאשקע דעם אָדעסער,

אז ער האָט געשלאָגן זיך מיטן דײַטש אף מעסער.

װי ער האָט דערזען פאר זיך די מערדערישע צורעס,

האָט ער באלד געשװױרן זיך: זיי קורץ מאכן די שורעס.

איי, דײַטשוקעס, װאָס איר האלט זיך פאר א וואזשנער קיילע!

פּאסעס װעט מען פון אײַך שנײַדן, װי פון א נעוויילע.

פאר די זויג-קינדער, וואָס איר האָט לעבעדיק באגראָבן

וועט איר, טרייפע היצלעס, אײַער אויסקומעניש האָבן.

ווײַל איר האָט די שיינע שטאָט וויסט געמאכט און כאָרעוו

פארן לעבן אײַערן בין איך זיך ניט אָרעוו.

דרײַ מעסלעס געהאָגלט האָט דורכאנאנד מיט פײַער,

יאשקע האָט ניט אויסגעלאָזט אָן א קויל זײַן שפּײַער.

ער האָט די פאשיסטן – אָך! גענעריקט אָן א שטייגער,

אף דער ערד געפאלן איז א פּייגער לעם א פּייגער.

יאשקע האָט דאָך נאָר געוואָלט זײַן פאָטערלאנד באשיצן,

האָט ער אָן ראכמאָנעס זיך צערעכנט מיט די פריצן –

היטלערן א מוסער דאָ זיך אראָפּצונעמען,

יאשקעס נאָמען וועט אף אייביק רימען זיך און שעמען.

The lost Songs Of World War II

 

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

9 − четыре =