״טאָ לערנט זיך שױן ייִדיש!״

״טאָ לערנט זיך שױן ייִדיש!״

״איװ איאָכנאָװיץ איז אַ טײַערע קאָלעגע מיט װעמען איך לערן ייִדיש בײַם אַרבעטעררינג במשך צען יאָר, – דערציילט ניקאָלײַ באָראָדולין. – . זי איז אַ מבֿינטע אױף ייִדישע מאכלים, אײנע פֿון די הױפּטעקספּערטן װעגן דעם ענין, סײַ פֿונעם פּראַקטישן צוגאַנג, סײַ פֿונעם אַקאַדעמישן קוקװינקל״.

איוו האָט פֿאָרמעל זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין 1983 און איז געוואָרן פֿאַראינטערעסירט אין די אופֿנים ווי אַזוי ייִדן קאָכן. זי האָט לכתּחילה פּלאַנירט צו ווערן אַ קולינאַרע־היסטאָריקערין, אָבער נאָכן לייענען אַן אַרטיקל פֿון ברײַנדל־קירשנבלאַט גימבלעט האָט זי באַשלאָסן צו ווערן אַן ענטנאָגראַפֿקע און איז געגאַנגען זיך לערנען אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. דאָ לייגט מען פֿאָר אַן אינעטרוויו מיט איוו איאָכנאָוויץ, וואָס זי האָט אים געגעבן אונדזער מחבר ניקאָלײַ באָראָדולין

 

נ. ב.: איװ, זײַ אַזױ גוט און דערצײל װעגן דײַן קומען צו ייִדיש.

 

איװ: איך בין אַ ייִדיש לערערין במשך פֿון מער װי 20 יאָר. איך האָב זיך געלערנט ייִדיש װי אַ דערװאַקסענע אין אוניװערסיטעט. איך האָב געהערט ייִדיש אין דער הײם אָבער מען האָט ניט גערעדט קײן ייִדיש. מײַן טאַטע און דער טאַטעס זײַט פֿון דער משפּחה האָבן גערעדט ייִדיש און איך האָב אַ מאָל געפֿרעגט בײַם טאַטן פֿאַר װאָס איך רעד ניט קײן ייִדיש? איך בין געװען דעמאָלט זײער קלײן, פֿאַרשטײט זיך, און ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז קינדערלעך רעדן ניט קײן ייִדיש. איך האָב דאָס דעמאָלט געגלױבט. איך געדענק, אַז אַ מאָל האָט דער טאַטע מיך מיטגעבראַכט צו אַ ייִדישער אונטערנעמונג.  איך בין ניט זיכער פֿאַר װאָס. אפֿשר האָט די מאַמע געדאַרפֿט האָבן אַ ביסל פֿרײַע צײַט. דאָרטן האָב איך זיך געטראָפֿן צום ערשטן מאָל מיט די שעכטער־קינדער: מיט בנימין, עטל, גיטל און רחל. זײער טאַטע, דר. מרדכי שעכטער, איז געװען אַן אָנערקענטער פֿילאָלאָג, אַ הײסער, איבערגעגעבענער ייִדישיסט און די מאַמע – טשאַרנע שעכטער, אױך אַ פֿאַרברענטע ייִדישיסטקע און אַ מוזיקאַלאָג. בנימין איז געװען אַ ביסל עלטער פֿון מיר און די מײדלעך – עלעגאַנטנע צענערלינגען, אַזױ האָט מיר געדאַכט. איך האָב געזען צום ערשטן מאָל װי די קינדער רעדן ייִדיש צװישן זיך. האָב איך געפֿרעגט בײַם טאַטן פֿאַר װאָס זײ רעדן ייִדיש און איך – ניט, און ער האָט מיר געזאָגט, אַז זײ האָבן אַלע זיך אַריבערגעצױגן אין אַ ספּעציעל אָרט אין בראָנקס, װאָס מען רופֿט בײנברידזשיװקע, כּדי די קינדער זאָלן קענען רעדן ייִדיש צװישן זיך. איך האָב אים געזאָגט אַז מיר זאָלן זיך אַריבערציִען דאָרט אױך, אָבער דאָס האָט ניט אינטערעסירט מײַנע עלטערן. מיט יאָרן שפּעטער, װען איך בין אַלײן געװאָרן אַ ייִדיש רעדנער און אַ ייִדישיסטקע, האָב איך זיך װידער געטראָפֿן מיט די שעכטער־קינדער. זײ האָבן מיך ניט געדענקט, װײַל די ערשטע באַגעגעניש האָט אױף מיר געמאַכט אַזאַ גרױסן אײַנדרוק – זיך צו באַקענען מיט די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, אָבער פֿאַר זײ איז דעמאָלט ניט געװען קײן גרױסער חידוש זיך צו באַקענען מיט אַ קינד, װאָס רעדט ניט קײן ייִדיש. דערפֿאַר אפֿשר האָבן זײ געמײנט, אַז מיר טרעפֿן זיך צום ערשטן מאָל.

איך לערן ייִדיש און די קולינאַרישע עטנאָגראַפֿיע, וועלכע דערקלערט, װאָס די ייִדן עסן, טראַכטן און שרײַבן װעגן די מאכלים, װאָס זײ עסן. איך פֿיר אָן צוזאַמען מיט דער רעדאַקטאָרשע פֿון ״פֿאָרװערטס״ שֹרה-רחל שעכטער די װידעאָ-פּראָגראַם ״עסט געזונטערהײט״ בײַ איר אין דער הײם. ייִדישע מאכלים אינטערעסירן מיך זײער שױן במשך פֿון אַ סך יאָרן. עס קלינגט אפֿשר װי אַ פּאַראַדאָקס, אָבער די ייִדישע מאכלים זײַנען אַלע מאָל נענטער צום ניט־ייִדישן עסנװאַרג פֿונעם זעלבן לאַנד אין פֿאַרגלײַך מיט די ענלעכע ייִדישע מאכלים פֿון אַנדערע לענדער. למשל, די ייִדן אין פּױלן האָבן געגעסן בלינצעס און פּיראָגן, װאָס זײַנען זײער ענלעך צו די פּױלישע נאַלעשניקי און פּיראָגי און גאַנץ פֿאַרשידן פֿון ספֿרדישע אָדער ייִדיש־אַפֿריקאַנער, ייִדיש־אינדישע אָדער ייִדיש־איטאַליענער מאכלים פֿונעם זעלבן מין. אַלע מאָל, װען מען פֿאַרגלײַכט ענלעכע ייִדישע מאכלים פֿון פֿאַרשידענע לענדער, ס׳עקזיסטירט אַן אונטערשײד אָדער אין רעצעפּט, אָדער אין װאָס דאָס עסן באַדײַט. אַ מאָל קען מען עסן די זעלבע שפּײַז, אָבער פֿאַרשטײן זי אין גאַנצן אַנדערש.

נ. ב.: לעצטנס האָט זיך דערשינען דײַן איבערזעצונג פֿונעם װעגעטאַריש־דיעטישן קאָכבוך, װאָס מען האָט אַרױסגעגעבן אין װילנע אין 1938. קענסט דערצײלן װעגן דעם?

 

איװ: דאָס בוך פֿון פֿאַני לעװאַנדאַ האָב איך געזען צום ערשטן מאָל אין 1994, װען פּראָפֿעסאָרשע ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט האָט מיר געבראַכט אַ פֿאָטאָקאָפּיע. דעמאָלט בין איך געװען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אינעם ענין פֿון װעגעטאַרישן עסן. מיט צװאַנציק יאָר שפּעטער איז דערשינען די איבערזעצונג פֿונעם גאָר טשיקאַװן און ניצלעכן בוך. פֿאַני לעװאַנדאָ איז געווען אַ בעל־הביתטע פֿון אַ באַקאַנטן וועגעטאַרישן רעסטאָראַן אין ווילנע. אין איר רעסטאָראַן איז עס געווען אַ ״באַזוכער־בוך״, וואָס גיט איבער באַגריסונגען, באַמערקונגען און לויב־ווערטער פֿון באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און קינסטלער, אַזעלכע ווי איציק מאַנגער, יהושע פּערלע, אַלטער קאַציזנע, מאַרק שאַגאַל, זלמן מײַזנער, יודל מאַרק, נח פּרילוצקי, דער טונקעלער און יאָנאַס טורקאָוו. זי האָט אויך געלערנט קאָכקלאַסן אינעם װילנער פֿרױען־פֿאַרײן, װי אױך אױף דער כּשרער שיף ״באַטאָרע״, װאָס איז געפֿאָרן קײן ניו־יאָרק און צוריק. דאָס איז געװען די פּױלישע שיף, אָבער מיט גענוג ייִדישע פּאַסאַזשירן. זי האָט געװאָלט, אַז די ייִדישע פֿרױען זאָלן קאָכן װעגעטאַרישע מאכלים, װײַל דאָס איז בעסער פֿאַרן געזונט. זי איז געװען אױך אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין צער־בעלי־חיים, װײַל דאָס איז אַ ייִדישער פּרינציפּ פֿון רחמנות אױף אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש.

איר קאָכבוך אַנטהאַלט 400 רעצעפּטן פֿון ייִדישע מאכלים (אויך עקזאָטישע), איר שיטה פֿון צוגרייטן עסן איז געווען אַ מאָדערנע, פאַר איר וועגעטאַריש איז געווען אַ סינאָנים פאַר געזונט. איך דאַרף באַטאָנען, אז דאָס קאָכבוך הייסט דיעטיש, אָבער די רעצעפּטן אין אים זײַנען פול מיט פּוטער, קעז, סמעטענע, פֿעט און צוקער. אַזעלכע אינגרידיענטן וועלן מיר נישט געפֿינען אין הײַנטיקע דיעטישע קאָכביכער.

נ.ב.: חוץ דײַן אינטערעס אין קולינאַריע פֿאַרמאָגסטו אַנדערע אינטערעסן און פֿערדלעך. װאָס זײַנען זײ?

 

איװ: איך בין אַ גרױסע ענטוזיאַסטקע און אָנהענגערין פֿון װעלאָסיפּעדן. איך קעמף פֿאַר די רעכט פֿון װאָלאָסיפּעדיסטן. איך פֿאָר מיט מײַן גאַנצער משפּחה אױף די װעלאָסיפּעדן. מיר פֿאָרן אַרום די בערגלעך און טאָלן פֿון ניו־יאָרק און אַנדערע שטאַטן פֿון אַמעריקע. איך בין שטאָלץ, װאָס איך טרײַב דװקא דעם ייִדישן ביציקל, אױף װעמען עס שטײט געשריבן ״טאָ לערנט זיך שױן ייִדיש!״. די קאַליגראַפֿישע אױפֿשריפֿט האָט געמאַכט שיפֿרה װײַטמאַן, אַ טאָכטער פֿון דער אָנגעזעענער לערערקע פּערל טײטלבױם. װוּ זאָל איך ניט פֿאָרן, רעקלאַמיר איך אומעטום אַז עס איז שױן צײַט זיך לערנען ייִדיש. איך האָב אױך שטאַרק ליב די חיהלעך, ספּעציעל ציגעלעך און איך בין אַ הײסער אָנהענגער פֿון דער אָרגאַנישער אַגריקולטור. מײַנע באָבע־זײדע זײַנען געװען פֿאַרמערס און אין דער צײַט פֿון דער צווייטער װעלט־מלחמה האָבן זײ געקױפֿט אַ פֿאַרם אין שטאַט ניו־יאָרק, װײַל זײ האָבן געװאָלט צו קולטיװירן און האָדעװען דאָס עסן, כּדי צו שטיצן אַמעריקע אין דער צײַט פֿונעם קריג. װען איך בין געװען אַ קינד זײַנען מיר אַהינגעפֿאָרן זומערצײַט, אַ מאָל אױף אַ סוף־װאָך, און דאָרטן האָבן מיר געהאַט די קאָך־אַלײן בײַדלעך און אונדזערע לאָקאַטאָרן זײַנען געװען ליובאַװיטשער חסידים, װאָס האָבן גערעדט ייִדיש צװישן זיך.  דאָס איז געװען אַ ייִדיש פֿאַרם און איצט איז דאָס אָרט נאָך אַ מאָל געװאָרן אַ ייִדיש פֿאַרם. צװײ יונגע־לײַט, נפֿתּלי אײַדלמאַן און ישֹראל באַס האָבן געשאַפֿן אױף אונדזער פֿאַרם, װאָס איז אין גאָטשין, ניו־יאָרק, אַ דערציִערישע אינסטיטוציע, װוּ מע לערנט ייִדיש אינטענסיװ און װוּ מען פֿאַרנעמט זיך אין דער זעלבער צײַט מיט דער אָרגאַנישער אַגריקולטורער אַרבעט. די צװײ אָנפֿירערס זײַנען זײער ענטוזיאַסטיש און באַגײַסטערט פֿונעם פּראָיעקט און די סטודענטן פֿון פֿאַרשידענע עלטער און ערטער קומען זיך לערנען ייִדיש און אַרבעטן אַ מאָל אױף אַ װאָך, אַ מאָל אױפֿן גאַנצן זומער.

איך בין אױך אַ טענצערין, כ׳בין ממש משוגע פֿון טענץ. יעדן טאָג טאַנץ איך מיט מײַן מאַן, פֿישל. איך האָב זײער ליב ייִדישע טענץ, װי אױך די טענץ פֿון אַנדערע לענדער און קולטורן, און פֿאַרשטײט זיך, טאַנגאָ. איך געדענק, אַז װען די ליובאַװיטשער זײַנען געװען בײַ אונדז אױף דער פֿאַרם, האָב איך אַ ביסל זיך אָנגעהױבן לערנען קלעזמער־מוזיק און ייִדישע טענץ. נאָך דעם האָב איך זיך געלערנט ייִדישע טענץ בײַ מײשקע אַלפּערטן אױף דער ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם. איצט טאַנצן מיר אומעטום. ייִדיש האָט אַ סך אינטערעסאַנטע אױסדרוקן װעגן טענץ, למשל: טאַנצן װי אַ מױז איבערן צימבל, הײסט טאַנצן זײער װילד, װײַל אַ צימבל איז אַן אינסטרומענט, װאָס מע קלאַפּט אױף אים מיט קלײנע העמערלעך, און אַ מױז זאָל זײער גיך אַרומלױפֿן איבערן צימבל, כּדי ניט װערן צעקלאַפּט. אָדער נאָך אַן אױסדרוק פֿון טאַנצן װילד: טאַנטצן װי דער מחותּן (ניט װי די כּלה), װײַל דער פֿרײלעכסטער מענטש אױף דער חתונה איז דער מחותּן, װאָס האָט אױסגעגעבן זײַן טאָכטער. און נאָך שטאַרקער איז: טאַנצן װי דער מחותּן בײַ דער מיזינקע, װײַל דאָס איז דער גליקלעכסטער מענטש אױף דער װעלט, אַ טאַטע, װאָס האָט אױסגעגעבן די לעצטע טאָכטער.

נ.ב.: אױף װאָסער פּראָיעקט אַרבעטסטו איצט?

 

איװ: איך פֿאַרנעם זיך איצט מיט איבערזעצן מרדכי קאָסאָװערן װיכטיק װערק ״ייִדישע מאכלים״, װאָס איז אַ לעקסיקאָן און אַ שטודיע פֿון קולטורעל־געשיכטע פֿון דער שפּראַך־פֿאָרשונג װעגן די ייִדישע װערטער פֿאַר עסנס, װאָס מען מאַכט איבער זײ די ברכות, עסנס געמאַכט פֿון מעל, אָבער זײַנען ניט קײן ברױט, אַזעלכע װי בײגל, בלינצעס, קנישעס, פּיראָגן, פֿלאָדן און הונדערטע אַנדערע.

נ.ב.: װאָס זײַנען די הױפּט־אונטערשײדן צװישן אַשכּנזישן און ספֿרדישן עסן?

 

איװ: אױף אײן פֿוס װאָלט איך געזאָגט, אַז אַשכּנזיש עסן איז זײער ענלעך צו דער קולינאַריע פֿון די שכנים פֿון אַשכּנזישע ייִדן, דאָס הײסט רוסיש, פּױליש, טשעכיש, אוקראַיִניש, ליטװיש עסן. די עסנס, װאָס די שכנים האָבן געגעסן. דער אונטערשײד צװישן ייִדישע און גױיִשע עסנס איז קודם-כּל כּשרות און אױך אָנװאַרעמען די מאכלים אום שבת, בײ אַשכּנזישע ייִדן – טשאָלנט, בײַ די ספֿרדישע – חמין.  דער מנהג פֿון קאַלטע פֿיש איז גאָר אינטערעסאַנט: קאַלטע געפֿילטע פֿיש בײַ אַשכּנזים און קאַלטע געפּרעגלטע פֿיש בײַ די ספֿרדישע ייִדן. אַגבֿ, עס זײַנען געװען די ספֿרדישע ייִדן פֿון אַמסטערדאַם, װאָס האָבן אַרײַנגעפֿירט געפּרעגלטע פֿיש אין ענגלאַנד, װען זײ זײַנען צוריק אין ענגלאַנד אין דער צײַט פֿון אָליװער קראָמװעל. דאָס איז געװאָרן די באַרימטע ״פֿיש און טשיפּס״, אײנע פֿון די פּאָפּולערסטע מאכלים אין ענגלאַנד.

נ.ב.: װי אַזױ ביסטו געקומען צו דער טעמע ״קאָכן״?

 

איװ: דאָס איז אַלע מאָל געװען מײַן הױפּט־אינטערעס. װען איך בין געװען זײער קלײן, האָב איך כּסדר געװאָלט זען, װי די מענטשן קאָכן און זײ פֿרעגן, װאָס זײ קאָכן און עסן און פֿאַר װאָס. װען איך האָב אָנגעהױבן לײענען, זײַנען צװישן די ערשטע ביכער מײַנע געװען די קאָך־ביכער. און אַפֿילו װען איך האָב ניט געקענט לײענען, האָב איך שױן געקוקט אין די מאַמעס קאָך־ביכער, געזען אַלע קאָך־פּראָגראַמען אױף דער טעלעװיזיע. אַ מאָל האָב איך געלײענט די מעמואַרן פֿון מערי מאַקאַרפֿי, אַן אַמעריקאַנער שרײַבערין, ״די זכרונות פֿון קאַטױלישער מײדלשאַפֿט״. זי האָט געהאַט אַ ייִדישע באָבע און זי שרײַבט װעגן דעם באָבנס קאָכן אַזױ פּרטימדיק און אינטערעסאַנט. עס האָט מיך שטאַרק געכאַפּט. מיט צענדליקער יאָר שפּעטער האָב איך געפֿונען דאָס קאָכבוך פֿון 1925 פֿון סיִעטל, װאָס מאַקאַרפֿי האָט באַשריבן אין איר בוך, װען זי האָט דערצײלט װעגן איר באָבעס רעצעפּטן. דאָס איז געװען פֿאַר מיר װי אַ טעלערל פֿון הימל.

נ. ב.: די פּראָגראַם ״עסט געזונטערהײט״, װאָס דו פֿירסט מיט רחל שעכטערן, ציט צו אַ גרױסן עולם. קענסט זאָגן אַ פּאָר װערטער װעגן דער פּראָגראַם?

 

איװ: מיר פּראָבירן מאַכן די פּראָגראַם אײן מאָל אַ חודש און זײ זײַנען אַלע סײַ אױף ״פֿאָרװערטס״ װידעאָ־קאַנאַל, סײַ אױף ״יו־טיוב״. מען האָט שױן פֿילמירט אַרום 40 פּראָגראַמען.

נ.ב.: װאָס קומט פֿאָר, װען די פֿילמירונג פֿון דער פּראָגראַם ענדיקט זיך? װער עסט דעם מאַכל?

 

איװ: מיר, די אָנפֿירערס פֿון דער פּראָגראַם מיט אונדזערע משפּחות עסן אַלץ אױף.

נ.ב.: אַ שײנעם דאַנק איװ. אַ סך הצלחות אין דײַן שאַפֿערישער אַרבעט!

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

14 − шесть =