ווען וואַלדהיים איז געווען קירמאַ

ווען וואַלדהיים איז געווען קירמאַ

לעאָן טאַלמי

(אַ קאַפּיטל פֿונעם בוך ״אויף רויער ערד״)

אַז קירמאַ איז קירמאַ – דאָס האָבן מיר זיך דערוווּסט ערשט העט שפּעטער, ווען מיר האָבן פֿאַר איין וועגס זיך אויך דערוווּסט, אַז נאָר בקרובֿ וועט דער ייִשובֿ באַקומען אַ ייִדישן סאָוועט, אַ ייִדישע קינדער־שולע און אַ ייִדישן נאָמען: וואַלדהיים. דעמאָלט אָבער, ווען מיר האָבן דעם ייִשובֿ באַזוכט, האָט מען אים נאָר גערופֿן כודזינאָווקע, – אַ נאָמען, ווי מען האָט אַונדז דערציילט, נאָך איינעם, וואָס האָט עס נישט פֿאַרדינט. נאָר פֿאַרוואָס און פֿאַר ווען – דאָס האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן זיך צו וויסן.

נאָך צוויי שוה פֿאָרן האָבן מיר געלאָזט הינטער זיך די צוועלף קילאָמעטער וועג, וואָס פֿון טיכאָנקע, און מיר זײַנען ארײַנגעפֿאָרן צווישן צוויי לאַנגע רייען הײַזער מיט ביימער אין דער מיט. רעכטס, צו דרום־צו, האָט זיך געהויבן וואַלד. לינקס האָבן הינטער די הײַזער זיך געשפּרייט גערטנער און פֿעלדער און ווידער וואַלד.

מיר זײַנען פֿאַרבײַגעפֿאָרן אַ צענדליק נאָך־ניט־פֿאַרענדיקטע הײַזער און זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַ געבײַדע, וואָס איז שוין געווען אָפּגעצאַמט מיט אַ פּלויט. דאָ האָבן מיר צוגעבונדן די פֿערד, איבערגעלאָזט די וואָגנס און באַלד זיך באַקענט מיט אַ גרופּע איבערוואַנדערער, וואָס זײַנען צוגעקומען אַונדז באַגעגענען.

מיר האָבן זיך פֿאַנאַנדערגעשמועסט און זיך דערוווּסט, אַז אָט די ערשטע איבערוואַנדערער, וואָס מיר האָבן דאָ באַגעגנט, זײַנען פֿונעם קאָלעקטיוו ״וואָסטאָק־זאַריאַ״

(מיזרח־זון־אַויפֿגאַנג). דאָס איז אַ קאָלעקטיוו פֿון זיבן פֿאַמיליעס – זעקס סמאָלענסקער און איין מינסקער. געקומען קיין ביראָ־בידזשאַן זײַנען זיי נאָך פֿאַראַיאָרן און זיך באַזעצט אין ראַיאָן פֿון בירעפֿעלד. האַיאָר האָבן זיי זיך  אַריבערגעקליבן ״אויף כודזינאָווקע״, ווײַל דאָ איז די ערד אַ בעסערע און געהילץ איז פֿאַראַן דערבײַ – קאָסט דאָס בויען זיך אַ סך ביליקער. זיי האָבן זיך שוין אַלע אויסגעבויט הײַזער, און פֿיר מיטגלידער פֿון זייער קאָלעקטיוו האָבן שוין אַראָפּגעבראַכט די פֿאַמיליעס – זײַנען זיי איצט צוזאַמען 22 מענטשן. זיי וווינען באַזונדער – יעדע פֿאַמיליע אין איר הויז. נאָר דער שטאַל מיט די בהמות און דער שײַער מיט מאַשינען און געצײַג זײַנען בשותפֿותע, און זיי אַרבעטן אַלע צוזאַמען.

די געשיכטע זייערע: אַלע זײַנען זיי פֿריִער געווען סוחרים, הענדלער. האָבן זיי זיך פֿאַראַיאָרן פֿאַרשריבן פֿאַר איבערוואַנדערער, זײַנען געקומען קיין ביראָ־בידזשאַן, דורכגעמאַכט דאָ די ערגסטע צײַט – דעם פֿאַראַיאָריקן שווערן זומער, וואָס וועט דאָ אַלעמען לאַנג בלײַבן אין זכרון, און איצט – זיי ווײַזן מיט שטאָלץ אויף די הײַזער, וואָס זיי האָבן אויסגעבויט, די פֿעלדער, וואָס זיי האָבן אויסגעקאָרטשעוועט, אויפֿגעאַקערט און פֿאַרזייט די גערטנער, וואָס זיי האָבן פֿאַרפֿלאַנצט און וואָס האָבן זיך פֿאַנאַנדערגעוואַקסן מיט דער גאַנצער רײַכער פֿאַרשיידנאַרטיקייט און פֿאַרביקײט, וואָס מען געפֿינט דאָ אומעטום.

אַ קוק טאָן אויף זיי, איז שווער צו גלייבן, אַז דאָס זײַנען באמת געוועזענע הענדלער. עפּעס בינדט זיך נישט זייער אויסזען און היילעך מיט דער פֿאָרשטעלונג פֿון מנחם־מענדלס: אָפּגעברענטע פּנימער, גלײַכע פּלייצעס, פֿעסטער טראָט, מיושבדיקע באַוועגונגען, זיכערער בליק. עס דאַכט זיך, אַז זיי זײַנען דאָ אויפֿגעהאָדעוועט געוועאָרן אין דער טײַגע, אַז זיי האָבן זיך דאָ אײַנגעלעבט מיט דער ווילדער נאַטור, אַז זיי קענען זי און ווייסן גוט, ווי אַזוי זי גובֿר צו זײַן.

מיר האָבן באַזוכט איינס פֿון זייערע הײַזער, וואָס איז דערווײַל געווען פֿאַרענדיקט נאָר פֿון דרויסן. אינעווייניק האָט דאָס הויז מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין גרויסן צימער מיט אַן אַרײַנגאַנג פֿון אַ צוגעבויטן פֿירהויז. דעם גרויסן צימער האָט מען נאָך געדאַרפֿט ערשט צעטיילן אין קלענערע חדרים. דערווײַל, האָבן זיי דערציילט, ווערט ער נישט גענוצט, און די אײַנוווינער שלאָפֿן אויפֿן בוידעם.

מיר האָבן זיך נאָך דורכגעשפּאַצירט איבערן גאָרטן, וואָס הינטער דעם הויף, באַקענט זיך מיט איינער פֿון די מאַשינען, וואָס זיי נוצן פֿאַר קאָרטשעווען ביימער, און אריבערגעקראָכן אַ נידעריקן פּלויטל אין אַ שכנישן גאָרטן.

דער הויכער, פֿעסט־געבויטער באָרוועסער בחור מיט אַ צעשויבערטן שוואַרץ־געקרויזטן קאָפּ האָר, וועלכן מיר האָבן דאָ געפֿונען צווישן די בײַטן, האָט אונדז דערקלערט, אַז אָט־דער גאָרטן געהערט דעם קאָלעקטיוו ״עמעס״, און אַז דאָס איז דער ערשטער קאָלעקטיוו, וואָס האָט זיך אריבערגעקליבן קיין כודזינאָווקע. ער אליין איז גראָד נישט קיין מיטגליד פֿונעם קאָלעקטיוו. געקומען איז ער נאָר צו־גאַסט צו אַ ברודער זײַנעם. איז ער שוין אַזוי דאָ פֿאַרבליבן און זינט פֿרילינג העלפֿט ער אַרויס דעם קאָלעקטיוו אין דער גאָרטן־אַרבעט. מחמת ער איז אַליין אַ געניטער גערטנער און ער שטאַמט פֿון אַ משפּחה פֿון גערטנער אין ווײַסרוסלאַנד.

קיין אַגראָנאָמישע קורסן, גיט ער צו, האָט ער קיינמאָל נישט געענדיקט. קיין טעאָריע ווייסט ער נישט. אָבער ער קען זיך אויף דער ערד און אירע פֿלאַנצן. פֿון פּראַקטיקע קען ער זיי. און ער ווײַזט טאַקע באַלד אַרויס זײַן בקיאות אין דער נאַטור פֿון די פֿאַרשיידענע גאָרטן־געוויקסן און אין דעם אופֿן ווי אַזוי מען דאַרף זיך מיט זיי באַגיין.

–       נישט שייך, – זאָגט ער, – צו זאָגן. די ערד איז דאָ אַ סך אַ בעסערע, ווי אין ווײַסרוסלאַנד, און וואַקסן וואַקסט דאָ אַלץ זייער גוט. נאָר וווּהין, – פֿרעגט ער, – וועלן מיר דאָס אַלץ פֿאַרקויפֿן, אַז קיין כאַבאַראָווסק איז מי — יודע ווי ווײַט, און דאָ אַרום האָט יעדערער זון אייגענעם גאָרטן?

–       דערווײַל זײַנען צוגעקומען נאָך אייניקע איבערוואַנדערער, און דער צעשויבערטער בחור באַקענט אונדז מיטן פֿאָרזיצער פֿון קאָלעקטיוו, – אַ געזונטער, געלער, שווײַגנדיקער יונגערמאַן, וואָס ענטפֿערט זייער נישט גערן אויף פֿראַגן. עס גייט אויך צו אַ יונג מיידל אין אַ בלויען קלייד און אַ באָרוועסע. איך האָף, אַז בײַ איר וועל איך מער דערגיין און פֿאַרפֿיר מיט איר אַ שמועס. נאָר אויף אַלע מײַנע פֿראַגן פֿאַררויטלט זי זיך און ענטפֿערט נישט. דער צעשויבערטער בחור דערקלערט מיר דעמאָלט, אַז זי פֿאַרשטייט נישט קיין ייִדיש: אַ סיביריאַטשקע איז זי און זי קען נאָר רוסיש.

איך גיי אריבער אויף רוסיש, און דאָס מיידל באַשטעטיקט, אַז זי איז טאַקע אַ געבוירענע אַ סיבערער. פֿון קאַנסק קומט זי.

דאָס האָט פֿאַראַינטערעסירט.

–       זײַנען זיי דאָ אַ גאַנצע גרופּע סיביריאַקעס?

ניין, זי איז דאָ אַליין; זי איז די פֿרוי פֿונעם פֿאָרזיצער פֿון קאָלעקטיוו.

–       וואָס־זשע, איז דער פֿאָרזיצער אויך אַ סיבירער?

–       ניין, ער איז פֿון ווײַסרוסלאַנד.

איז דאָס עפּעס נישט נאָר קלאָר. נאָר אַזוי ווי דאָס מיידל האָט געענטפֿערט אויף אַלץ זייער שעמעוודיק, האָב איך זי אָפּגעלאָזט.

שפּעטער אַ ווײַלע, ווען מיר האָבן שוין געהאַלטן בײַ געזעגענען זיך, פֿרעגט זי, צי וואָלט איך נישט געווען אַ בעלן אָנקוקן זייער שטוב. איך האָב אָנגענומען די אײַנלאַדונג און זי האָט מיך ארײַנגעפֿירט אין הויז, וואָס איז ענלעך געווען אויף די אַנדערע: דרויסן פֿאַרענדיקט און אינעווייניק אַ גרויסער צימער, וואָס דאַרף נאָך צעטיילט ווערן אין באַזונדערע חדרים. דאָ איז אָבער שוין געווען אַ ביסל אײַנריכטונג, חגם זייער באַשיידן, לאַגערמעסיק: צונויפֿגעלייגטע ברעטער אויף נידעריקע געשטעלן אָנשטאָט אַ בעט, אַ הילצערן טישל איבערגעדעקט מיט אַ צעראַטע, אַ פּאָר הילצערנע טאַבורעטן שטאָט שטולן.

זי בעט מיך צו זעצן, אָפּרוען, און דערווײַל באַקלאָגט זי זיך, אַז ס׳איז דאָ זייער אומעטיק און ניט־אינטערעסאַנט. אָ, אין קאַנסק איז אַ סך אינטערעסאַנטער און לעבעדיקער. אַ גרויסע שטאָט אָט־די קאַנסק. איר גאַנצע פֿאַמיליע וווינט דאָרט. דער פֿאָטער איז אַן אָנגעשטעלטער, די ברידער – אַרבעטער.

און ווי אַזוי קומט זי אַהער? – נו, איך ווייס דאָך שוין: זי האָט חתונה געהאַט פֿאַרן פֿאָרזיצער פֿונעם קאָלעקטיוו און געקומען איז זי אַהער ערשט מיט צוויי וואָכן צוריק.

איך אַנטשולדיק זיך, נאָר איך וואָלט פֿונדעסטוועגן געוואָלט וויסן, ווי אַזוי זי קומט פֿון קאַנסק אַזש צום פֿאָרזיצער פֿון היגן קאָלעקטיוו? – אָ, דאָס איז זייער פּשוט. ער, דער איצטיקער מאַן אירער, איז געקומען קיין קאַנסק אײַנקויפֿן בהמות פֿאַרן קאָלעקטיוו. נו, האָבן זיי זיך דאָרט געטראָפֿן, באַקענט זיך, און דאָס איבעריקע ווייס איך שוין. אָט דאָס איז די גאַנצע מעשה. און ווײַטער וואָלט דאָ אַפֿשר געווען נישט שלעכט, ווען ס׳וואָלט דאָ כאָטש געווען עפּעס אַ געזעלשאַפֿטלעך לעבן – נו, אַ שולע, אַ קלוב, אַ קאָאָפּעראַטיוו. אָבער ס׳איז נאָך דאָ גאָרנישט. בלויז שווערע אַרבעט, און אַז מען דאַרף עפּעס קויפֿן, מוז מען פֿאָרן קיין טיכאָנקע.

האָבן מיר זיך צעזעגנט, און איך בין אַרויס אין גאַס. דרויסן איז געווען הייס. ס׳האָט געשײַנט אַ העלע אָנגעגליטע זון און געשפּרייט אַ מידע שטילקייט אַרום, אין וועלכער עס האָט זיך באַזונדערס שטאַרק אויסגעטיילט דאָס געזשומעריי פֿון די דערקוטשענדיקע מאָסקיטאָס.

אַנטקעגן, אָנגעשפּאַרט אָן אַ פּלויט, איז געשטאַנען אַ נידעריקער דאַרער בחור, מיט צוגעקעמטע שוואַרצע האָר, וואָס האָבן אונטערגעשטראָכן זײַן בלייכן, אַ ביסל קריינקלעכן פּנים. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט און מיר האָבן זיך פֿאַנאַנדערגערעדט. ער דערציילט:

געקומען איז ער אַהער מיט נאָך חברים פֿון באַקו. אַליין איז ער פֿון פּוילן. אַנטלאָפֿן פֿון דאָרט בעת דעם בירגער־קריג. דערנאָך געוווינט אין באַקו, וווּ ער האָט זיך פֿאַרנומען מיט שנײַדעריי. איצט איז ער דאָ – אַ מיטגליד פֿון קאָלעקטיוו. אַכט זײַנען זיי געווען. זײַנען צוויי געוואָרן טראַקטאָריסטן און זיי אַרבעטן אין בירעפֿעלד. איינער איז אַוועק אין כאַבאַראָווסק, און נאָך צוויי האָבן זיך אומגעקערט אַהיים. זײַנען זיי געבליבן דרײַ. האָבן זיי גענומען אַן ״אוטשאַסטאָק״ דאָ, אין כודזינאָווקע, און איצט בויען זיי זיך. זייער קאָלעקטיוו, פֿאַרזיכערט ער, וועט זיך אַוודאַי פֿאַרגרעסערן. אָבער ס׳איז דאָ שווערלעך. און נישט אַזוי וואָס ס׳איז שווער, נאָר ס׳פֿעלט אָרגאַניזאַציע. אָט, ווען ס׳וואָלט אַלץ געווען ווי געהעריק אָרגאַניזירט, וואָלט געווען אַ סך גרינגער און מען וואָלט געקאָנט פֿיל מער אויפֿטאָן. איז זאָלן מיר האָבן אין זינען, אַז מען דאַרף דאָ נויטיק אָרגאַניזאַציע.

אַזוי ווי אין אָט־די שמועסן האָב איך דערווײַל פֿאַרלאָרן די אַנדערע מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע, מוז איך שוין גיין זיי זוכן. מען זאָגט מיר, אַז זיי זײַנען אַוועק הינטער דעם ייִשובֿ אָנקוקן דאָרט די פֿעלדער. איך לאָז זיך אין יענער ריכטונג. נאָר נאָענט בײַם סוף פֿון ייִשובֿ טרעף איך לאָנדאָנען, וואַטענבערגן און קונצן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַ הויז, וואָס האַלט זיך אין בויען.

אייניקע פֿון די בויער זײַנען געווען פֿאַרנומען מיט זעגן אַ דיקן קלאָץ. אַנדערע – אויפֿן דאַך. דאָס זײַנען אַלץ געווען יונגע בחורים, מיטגלידער פֿון בוי־אַרטעל. זיי האָבן אַלע געענדיקט די ספּעציעלע בוי־קורסן, וואָס דער אָזעט האָט אָרגאַניזירט טאַקע דאָ געפֿאַ אין כודזינאָווקע. די אַרבעט ווערט געטאָן אינגאַנצן מיט די הענט און, ווי זיי גיבן איבער, באַקומען זיי פֿאַר זייער אַרבעט בערך צו פֿיר הונדערט רובל פֿון אַ הויז.

מיר האָבן נאָך פֿאַרבראַכט מיט די בויער אַ שטיקל צײַט. דעם שמועס האָט געפֿירט נח לאָנדאָן, וועלכער האָט זיך אינטערעסירט מיט אַלע פּרטים וועגן דעם קאָסט פֿון אויפֿבויען אַ הויז און זאָרגעוודיק פֿאַרשריבן בײַ זיך אין ביכעלע אַלע ציפֿערן. דערווײַל זײַנען אונטערגעקומען העריס, בראַון און די אַנדערע פֿון אונדזער גרופּע, און מיר האָבן זיך געלאָזט צוריק צום צענטער פֿונעם ייִשובֿ.

איידער מיר האָבן פֿאַרלאָזט דעם ייִשובֿ, האָבן מיר זיך נאָך אָפּגעשטעלט אויף אַ ווײַלע בײַ די בויער־קורסן, אַ ביסל אין אַ זײַט פֿון דער הויפּט־גאַס. ווען מיר זײַנען אַהין צוגעקומען, האָבן מיר געטראָפֿן אייניקע קורסאַנטן אין אַן איבערגעדעקטן דרײַ־ווענטיקן שײַער, אין וועלכן ס׳זײַנען געווען אויסגעשטעלט לאַנגע טישן און בענק. די ווענט זײַנען געווען באַהאַנגען מיט פּלאַקאַטן. דאָס איז געווען – עס־צימער און קלוב. אַנטקעגן האָבן מיר געפֿונען אַ גרויסן באַראַק און עטלעכע לײַוונטענע בײַדלעך.

מיר זײַנען אַרײַן אין באַראַק. צוויי רייען בעטלעך האַרט איינע בײַ די אַנדערע, מיט קנאַפּע אָנצוהערענישן אויף ריינלעכקייט. איינער פֿון די קורסאַנטן האָט אונדז באַגלייט אין דעם האַלבפֿינצטערן באַראַק. ער האָט אונדז צוגעפֿירט צו אַ ווינקל און אונדז געוויזן אייניקע פֿון זייערע מכשירים: האַנט־זעגן, האַמערס, העק. ער האָט אויפֿגעהויבן אַ קליינעם האַנט־הובעל און מיט איראָנישער צערעמאָנישקייט פֿאָרגעשטעלט:

—        אָט דאָס זײַנען אונדזערע ״אינסטרומענטן״…

דרויסן האָבן מיר שוין געטראָפֿן אַ גאַנץ היפּשן עולם קורסאַנטן. פֿון די שמועסן מיט זיי האָבן מיר גיך אויסגעפֿונען, אַז זיי זײַנען נישט שטאַרק צופֿרידן. די קורסן זײַנען צוויי־חדשימדיקע, וואָס גיבן אַ קליינע קוואַליפֿיקאַציע. מען אַרבעט מיט פּרימיטיווע האַנט־אינסטרומענטן. דער געהאַלט פֿאַר דער צײַט, וואָס זיי לערנען אויף די קורסן, איז אַ קליינער: פֿופֿצן רובל אַ חודש חוץ עסן און שלאָפֿן.  איז אָבער דאָס עסן און דאָס שלאָפֿן איז אין אָט־די באַראַקן.

אינגאַנצן זײַנען זיי דאָרט צו יענער צײַט געווען זעכציק קורסאַנטן, יונגוואַרג אַלץ, פֿון אַלע עקן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. מערסטנס זײַנען זיי אַהער געקומען צופֿעליק – אַזעלכע, וואָס האָבן צוליב פֿאַרשיידענע סיבות נישט געקאָנט אָנקומען אויף די טראַקטאָר־קורסן אָדער זיך אײַנאָרדענען בײַ אַן אַנדער אַרבעט. איז דאָס אויך אַ סיבה פֿון אומצופֿרידנקייט.

מיר זײַנען דערפֿאַר געווען אַ ביסל אַיבערראַשט, ווען מיר האָבן אויסגעפֿונען אַז די צאָל אוועקגעפֿאָרענע איז פֿאַרגלײַכלעך זייער אַ קליינע – בײַ 52 פֿון 021. אַ פֿערציק בחורים האָבן שוין געענדיקט די קורסן און זיי אַרבעטן אין אַרטעל. אינגאַנצן  זעלבשטענדיק אַרבעטן קאָנען זיי אָבער נאָך נישט. זיי מוזן נאָך אַלץ זײַן אונטער דער אויפֿזיכט פֿון אַן אינסטרוקטאָר. די איבערגעבליבענע קוראסאַנטן וועלן שוין ווי עס איז ענדיקן – אַרבעט וועלן זיי האָבן גענוג. זיי פֿאַרשטייען: ס׳איז אַן אָנהייב און – זיי וועלן נאָך בויען.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *