די פֿרייד פֿון ייִדיש

די פֿרייד פֿון ייִדיש

אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש

אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש (1913–2004) – אַ ייִדישער שרײַבער. איז געבױרן געװאָרן אין װילנע אין 3191, אין אַ ליטעראַרישער משפּחה. זײַן טאַטע, משה קאַרפּינאָװיטש איז געװען דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער, זײַן ברודער מלך – אַ שרײַבער און זשורנאַליסט, און זײַנע שװעסטער, דינה און ריטע – אַקטריסעס פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

אַבֿרהם האָט זיך געלערנט אין דער װילנער רעאַל-גימנאַזיע, װוּ צװישן די לערערס זײַנען געװען דער אָנגעזעענער ייִדישער מחבר משה קולבאַק און דער באַדײַטנדיקער ליטעראַרישער קריטיקער מאַקס עריק. קאַרפּינאָװיטש איז פֿון די יונגע יאָרן געװען באַגײַסטערט פֿונעם ייִדישן סאָציאַליזם, פֿון בונד, און געװען אַ מיטגליד פֿון דער בונד־יוגנט־אָרגאַניזאַציע ״צוקונפֿט״.

אַבֿרהם האָט איבערגעלעבט די צװײטע װעלט־מלחמה אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין 4419 האָט ער זיך אומגעקערט קײן װילנע און אַװעקגעפֿאָרן פֿון דאַנען קײן בעלגיע. אין 1946 איז ער געװאָרן אײנער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער אומלעגאַלער עליה קײן ארץ־ישֹראל. מען האָט אים אינטערנירט אין אַ פֿילטראַציע־לאַגער אין ציפּרעס, װוּ ער איז געװען זײער אַקטיװ אין קולטורעלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿונעם לאַגער.

אַבֿרהם האָט פּרובירט צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער, אָבער מען האָט אים געכאַפּט און פֿאַרמשפּט צו 5 יאָר תּפֿיסה, פֿון װאַנען מען האָט אים באַפֿרײַט אין 1949, און ער איז אָנגעקומען קײן ארץ־ישֹראל. דאָרט האָט ער געאַרבעט במשך פֿון מער װי 30 יאָר װי אַן אַדמיניסטראַטאָר פֿונעם פֿילאַרמאָנישן אָרקעסטער. אין דער זעלבער צײַט האָט ער זיך געלערנט און כּסדר געשריבן די אַרטיקלען און דערצײלונגען אין די פֿאַרשידענע פּעריִאָדישע אױסגאַבעס איבער דער װעלט.

אין 1951 איז אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש געװאָרן דער מיטגליד פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע ״יונג ישֹראל״ בראָש פֿון אַבֿרהם סוצקעװערן. ער האָט אַרױסגעגעבן זײַן ערשטן ראָמאַן ״דער װעג קײן סדום״ אין 1959. די צענטראַלע טעמע פֿון זײַן שאַפֿונג פֿאַרנעמט זײַן הײמשטאָט װילנע. אַבֿרהם איז געװען פֿאַרליבט אין װילנע און האָט אײַנגעזאַפּט אין זיך אַלע פּיטשעװקעס פֿון װילנער לעבן, סײַ אינטעלעקטועלע, סײַ פּשוטע. ספּעציעל האָט ער געקאָנט אינטים די װילנער אונטערװעלט, געװען פֿאַרליבט אין װילנער ייִדיש, און באַזונגען די פּראָסטע און אָפֿט מאָל נידעריקסטע שיכטן פֿון דער װילנער ייִדישע געזעלשאַפֿט, װײַל זײ זײַנען געװען אַן אינטעגראַלער,  אומצעשעדלעכער טײל פֿון װילנער ייִדן. ער האָט דערקלערט, אַז װעגן די גרױסע װילנער ייִדן װעט מען סײַ װי סײַ שרײַבן און דערמאָנען, אָבער די נידעריקסטע, די אונטערװעלט װעט ער באַשרײַבן זײ צו פֿאַראײביקן און פֿאַרגעדענקען, װײַל זײ זײַנען אױך אומגעקומען אין פּאָנאַר. אין פּאָנאַר זײַנען זײ אַלע געװען גלײַך און קאַרפּינאָװיטש איז געװען אײנער פֿון די לעצטע װאָס האָט זײ אַזױ קינסטלעריש פֿאַראײביקט.

אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש איז געשטאָרבן אין 2004, צװײַ חודשים פֿאַר זײַן 91סטן געבורטסטאָג.

האַרבסט 1991 יאָר האָט אַבֿרהם קאַרפּינאָוויט אין משך פֿון אַ חדוש געוווינט אין ביראָבידזשאַן, וווּהין ער איז געקומען פֿון ישֹראל – ער איז געשיקט געוואָרן דורך דעם אוניווערסיטעט פֿון בר־אילן צו געבן לעקציעס אין ביראָבידזשאַנער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט (איצט – דער אוניווערסיטעט אויף שלום־עליכמס נאָמען). אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש איז דאַן געווען אַ רעדאַקציע־מיטגליד פֿון דער תּל־אָביבער טאָג־צײַטונג ״לעצטע נײַס״. בעת זײַן וויזיט קיין ביראָבידזשאַן האָט קאַרפּינאָוויטש געאַרבעט אין דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ און פּובליקירט אויף אירע בלעטער זייער אינטערעסאַנטע אַרטיקלען, אָנגעפֿילט מיט טיפֿסטער ליבע צו דער ייִדישער שפּראַך.

 

דאָ לייגן מיר פֿאָר אײַער אַכטונג זײַן אַרטיקל, וואָס איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין ״בש״ דעם 3טן אָקטאָבער 1991 יאָר.

די פֿרייד פֿון ייִדיש

 אַ.  קאַרפּינאָוויטש

איר זאָלט פֿרעגן אַן ענגלענדער, צי האָט ער פֿרייד פֿון ריידן ענגליש, וועט ער אײַך אָנקוקן ווי אַ משוגענעם, וואָס הייסט האָבן אַ פֿרייד פֿון ריידן אַ שפּראַך? מע רעדט און מען טראַכט זיך גאָרנישט אַרײַן. מע קריגט זיך מיט דער ווײַב, מע דערקלערט זיך אין ליבע, מע בעט העכערן דעם לוין פֿאַר דער אַרבעט, מע זידלט דעם פּרעמיער־מיניסטער – אַלץ אין דער זעלבער שפּראַך. מע טראַכט גאָרנישט דערבײַ, צי האָט מען פֿרייד, ווען מע טוט עס אַלץ אין ענגליש, צי פֿראַנצייזיש, צי יאַפּאַניש, צי אַפֿילו אין טערקיש. יעדעס פֿאָלק מיט זײַן לשון.

מיט ייִדיש, אָבער, איז עס לײַדער ניט אַזוי. גרויסע טיילן פֿון אונדזער פֿאָלק נוצן די לאַנד־שפּראַכן, וווּ זיי וווינען און ריידן ייִדיש איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ באַזונדערן יום־טובֿ, פֿון וועלכן מיר דאַרפֿן געניסן אַ באַזונדערע פֿרייד. אַ פֿרייד, וואָס פֿאַרייניקט אונדז אין איין משפּחה. אָט בין איך אַ ייִדישער שרײַבער און פֿיל זיך פֿאַרבונדן מיט אַלע ייִדן אין גאָרער וועלט, ווי מיט ברידער און שוועסטער, ווי מיט נאָענטע קרובֿים. אָט זיץ איך אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״, שרײַב אַן אַרטיקל און פֿיל זיך פֿאַרבונדן מיט דעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן שבֿט דורך הונדערטער אומזעבאַרע פֿאָדעם פֿון אָפּשטאַם אַון בענקשאַפֿט צו אַלץ, וואָס איז חורבֿ געוואָרן און פֿאַרשניטן געוואָרן דורך דער שווערד פֿון די רוצחים אין אונדזער חורבן. מע זאָל  אונדז פֿאַרוואַרפֿן אויף אַ ווײַטן ברעג, ערגעץ אין אַ מידבר, וועלן מיר נאָך איין טאָג זײַן צוזאַמען און זיך פֿילן ווי קרובֿים. וועט מען פֿרעגן פֿאַרוואָס? ווײַל נאָך דעם, וואָס מיר האָבן איבערגעלעבט – נאָך די געטאָס, נאָך די לאַגערן, נאָך די מלחמות, נאָכן פֿאַרלירן אונדזערע טײַערסטע.  נאָך דעם, ווי מע האָט צעבראָכן אונדזערע היימען – נאָך אָט דעם ים פֿון פֿאַרלוסטן, וואָס בויגן אונדז דעם קאָפּ בעתן דערמאָנען זיך וועגן זיי – איז אין אָט דעם פֿינצטער ים פֿון זכרונות וועגן  יענער צײַט, האָבן מיר איין ליכטיק אינדזעלע, וואָס גיט אונדז אַ טראָפּן פֿרייד. דאָס אינדזעלע הייסט ייִדיש־לשון.  און וואָס מער מיר שפּאַנען אויף דעם שטיקל באָדן,  וואָס די כוואַליעס פֿון דער צײַט ווילן אים דערטרינקען, אַלץ מער פֿרייד ברענגט אונדז דער מינדסטער אָפּקלאַנג פֿון ייִדיש אין אַלע זײַנע פֿאַרביקע נואַנסן און שאַטירונגען. ווײַל  ייִדיש איז די היים, די היים פֿון טאַטע־מאַמע. ייִדיש איז דאָס שטעטל, פֿון וואַנען מיר שטאַמען. דאָס איז דער ניגן פֿון אונדזערע זיידעס. ייִדיש איז דאָס מעשֹה־ביכל, וואָס די באָבע האָט געלייענט. ייִדיש איז די טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. שבת נאָך מיטיק האָט מען דאָרט געזונגען אויף דער בינע לידער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן איבערקומען אַ שווערן ארבעטס־טאָג אין דער וואָכן. אונדזערע קינדער דאַרפֿן וויסן, אַז מיר האָבן גענוצט ייִדיש ניט בלויז אינעם טאָגטעגלעכן לעבן, נאָר אויך צו דערפֿרייען די נשמה שבת און יום־טוב. מע דאַרף זיי דערציילן וויפֿל פֿרייד ליגט אין אונדזער ייִדיש לשון. זאָלן זיי וויסן, אַז דאָס וואַרעמע ייִדישע פֿידעלע, וואָס האָט אויפֿגעהערט שפּילן אויף דער ייִדישער גאַס, איז דערפֿאַר, ווײַל מערדער האָבן צעריסן זײַנע סטרונעס.

מע וועט זאָגן, אַז ייִדיש איז שוין מער ניט קיין אײַנגעהער אין אונדזערע הײַזער, ווי עס איז געווען אַמאָל. ס׳איז אמת; אָבער אויב ייִדיש איז ניט פֿאַראַן אין אונדזערע שטיבער, איז זי פֿאַראַן אין אונדזערע הערצער, און אין אַ האַרץ, ווי באַוווּסט, פֿאַרהיט זיך אַלץ בעסער. אין האַרץ קאָן זיך פֿאַרקריצן דאָס ייִדישע וואָרט און מאַכן ציטערן אונדזער געמיט. אין דרוק פֿון דער צײַט האָט מען פֿאַרגעסן, אַז ייִדיש איז דאָס איינציקע לשון אויף דער וועלט, וואָס איז געשטאַנען קעגנאיבער דעם מאַשין־געווער פֿון אונדזער גרויזאַמסטן שֹונא! ייִדיש איז ניט אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווײַל אירע באַנוצער האָבן אים פֿאַרוואָרפֿן. ייִדיש איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווײַל מע האָט אירע באַנוצער אומגעבראַכט! די קעגנער פֿון ארופֿזעצן צוריק אויפֿן קאָפּ פֿון אונדזער לשון ייִדיש די פֿאַרדינטע קרוין, פֿאַרגעסן, אַז נאָך איווריט איז ייִדיש די צווייטע שפּראַך, וואָס באַניצט זיך מיט דעם פֿירקאַנטיקן אות פֿון דער תּורה און דעריבער דאַרף זי זײַן הייליק בײַ אונדז, אַזוי ווי דאָס לשון פֿון דער תּורה. אונדזערע נאָענטסטע האָבן געשעפּטשעט אין דער לעצטער רגע פֿאַר זייער אומקום ייִדישע ווערטער. זיי זײַנען אַוועק אין זייער לעצטן וועג מיט ייִדיש אויף די ליפּן. אין אוישוויץ האָט מען ניט גערעדט קיין איווריט.

מע קאָן צו אונדז קומען מיט טענות, אַז ייִדן האָבן גערעדט אויך אנדערע שפּראַכן. אָבער מע פֿאַרגעסט דערבײַ צו מאַכן אַ פֿאַרגלײַך, וואָס וועט געשאַפֿן ייִדיש און וואָס וועט געשאַפֿן אַן אַנדער אומגאַנג־שפּראַך בײַ ייִדן. פֿאַרשטענדלעך, אַז דאָ רעדט מען נישט וועגן דעם הײַנטצײַטיקן איווריט, וואָס האָט וויכטיקע דערגרייכונגען אין קולטור און אין ליטעראַטור.

דעריבער דאַרף אונדז די ייִדיש־ירושה ברענגען נישט נישט בלויז פֿרייד, נאָר אויך קענען שטאָלצירן אויף דעם גרויסן רײַכטום פֿון אָט דער ירושה. שלום־עליכם, מענדעלע מוכר־ספרים, שלום אַש, איציק מאַנגער, – אָט די אַלע גיגאַנטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס אַ גאַנצע וועלט באַוווּנדערט זיי ביז הײַנטיקן טאָג – זיי האָבן דאָך געשאַפֿן די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור. די גאַנצע וועלט עסט די פֿרוכט פֿון אָט די אַלע שאַפֿונגען. די וועלט האָט גענומען אונדזער טעוויען, שלום־עליכמס טעוויע דער מילכיקער אין אים פֿאַרוואַנדלט אין ״אַ פֿידלער אויפֿן דאַך״. די וועלט נאַשט פֿון אונדזער ייִדישער פֿרייד און דער יונגער דור אין מדינת־ישֹראל לעקט די פֿינגער פֿון איציק מאַנגערס ״פּורימשפּיל״ און אַנדערע שפּילערײַען, וווּ דאָס ייִדישע וואָרט גלאַנצט אין אַלע זײַנע חנען און אין זײַן גאַנצער פֿרייד.

איז ווער וועט זיך אָפּזאָגן פֿון אַזאַ ירושה? פֿון פֿריידיקער ירושה ווי דאָס איז ייִדיש? וועלכעס פֿאָלק מיט געזונטע אינסטינקטן וועט אָפּוואַרפֿן פֿון זײַן געשיכטע דאָס דערהובענע קאַפּיטל ייִדיש. אויף ייִדיש האָט מען דאָך געשילדערט ארץ־ישֹראל איידער מע האָט נאָך געוווּסט, אַז דאָרט וועט זיך קאָנצענטרירן דאָס ייִדישע לעבן און פֿון ארץ־ישֹראל וועט ווערן מדינת־ישֹראל. האָט דאָך ניט קיין אַנדערער, ווי אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען געבראַכט אויף דער ייִדישער בינע די לידער וועגן ציונס בערג. ער האָט דאָך אויך געבראַכט צו דער ייִדישער בינע דעם העלד בר כוכבא, וועלכער האָט געקעמפֿט קעגן די רוימער, און גערעדט פֿון דער בינע אַראָפּ הייסע רייד וועגן אַ ייִדישער מלוכה. אָט דעם בײַשטײַער צום מוטיקן ייִדישן וואָרט, וואָס האָט געבראַכט אַזוי פֿיל פֿרייד אונדזערע עלטערן, האָט געהאַט מער ווערט, ווי הונדערט טרוקענע רעדעס.

שלום־עליכמס דערציילונג ״זיך פֿאַרבענקט אַהיים״, אָדער די דערציילונגען פֿון שלום אַש ״אַ טאַלאַנט פֿאַר ארץ־ישֹראַל״ האָט מער צערודערט דעם ייִדישן געמיט, ווי אַלע באָמבאַסטישע לאָזונגען.

מיר, דער ייִדיש דור, דאַרף דאַס דערמאָנען בײַ יעדער געלעגנהײַט. אויב עס איז אויפֿגעקומען אַ דור, וואָס קאָן ניט באַנעמען די פֿרייד פֿון ייִדיש, דאַרף מען אויסרופֿן צו אָט דעם דור־דרך־ארץ פֿאַר ייִדיש.

איז אָט קומען מיר צום עיקר:

יעדער שבֿט אין אונדזער פֿאָלק האָט זײַנע באַזונדערע יום־טובֿים. די ייִדן, אָפּשטאַמיקע פֿון די אַראַבישע לענדער, פֿײַערן איין מאָל אין יאָר אַ יום־טובֿ, וואָס הייסט ״מימונה״. זיי זאַמלען זיך בײַם געדענק־שטיין פֿון אליהו הנביא, אין די כרמיאל־בערג, און פֿײַערן זיך מיט זײַן אָנדענק.

אַן אַנדער ייִדישער שבֿט זאַמלט זיך איין מאָל אין יאָר אין צפֿת, אין גאַליל פֿון ישֹראל, כדי זיך פֿרייען מיט אַ געשעעניש פֿונ אונדזער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט.

דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אַן אַלגעמיינעם יום־טובֿ – דעם יום־טובֿ שמחת־תורה, ווען מע פֿרייט זיך מיט דער תורה, וואָס איז אונדז געגעבן געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק.

דעריבער איז געקומען די צײַט פֿון פּראָקלאַמירן אַ יום־טובֿ, וואָס זאָל דערפֿרייען די הערצער פֿון אַלע פֿאַרליבטע אין ייִדיש, אָן אונטערשייד פֿון אָפּשטאַם. דער יום־טובֿ דאַרף הייסן שמחת־ייִדיש.

איין מאָל אין יאָר זאָלן אַלע ייִדן פֿון דער גאָרער וועלט זיך צונויפֿזאַמלען מיט זייערע משפּחות, יעדע משפּחה בײַ איר טיש און פֿײַערן דעם יידיש־יום־טובֿ אין וואָרט, אין ליד און אין זכרונות. און זאָל מען אין דעם טאָג ריידן ייִדיש און זאָגן די אייניקלעך – דײַן זיידע האָט גערעדט אויף אָט דעם לשון!

די פֿרייד פֿון ייִדיש קאָן נאָך הײַנט צעברויזן די געמיטער פֿון טויזנטער  און טויזנטער.

אין אונדזער לעבן, פֿול מיט אידיייִשע און פּאָליטישע ענדערונגען און שטרויכלינגען, ווי אין דער וועלט, ווי אין דער ייִדישער מדינה, נייטיקן מיר זיך אין אָט דער פֿרייד.


חשובֿע לייענערס, טײַערע ליבהאָבערס פֿון ייִדיש! ביטע, לאָזט איבער אײַערע קאָמענטאַרן – וואָס טראַכט איר וועגן פּראָקלאַמירן אַ יום־טובֿ פֿון ייִדיש? אין

וועלכן טאָג, לויט אײַער מיינונג, זאָלן מיר פֿײַערן שמחת־ייִדיש?


 

https://archive.org/search.php?query=karpinowitz

 

Комментарий “די פֿרייד פֿון ייִדיש”

  1. Мне посчастливилось провести это время в Биробиджане с Авромом Карпиновичем. Навсегда запомнились его добрые глаза, интеллигентные манеры и волшебно-чарующий идиш. Огромное спасибо за статью!

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

4 × один =