דאָס ליכט פֿון ליבע

דאָס ליכט פֿון ליבע

הירש אָשעראָוויטש איז אַ ייִדישער פּאָעט, וועלכער איז כּמעט אומבאַקאַנט די לייענערס אויף אַנדערע שפּראַכן. מע האָט אים כּמעט נישט איבערגעזעצט, און פֿאַר אַ ייִדישן ליטעראַט איז דאָס אַן ערנסטע טראַגעדיע.

ער איז געווען אַ גוטהאַרציקסטער, זייער באַשיידענער, טיף דענקענדיקער מענטש, אַ מיטשפּרעכער פֿון אַ הויכער קולטור. זײַן פּאָעזיע איז ביטער און לײַכט, זי רייניקט אָפּ, פֿאַרטיידיקט און פֿאַרשטאַרקט די נשמה.

הירש אָשעראָוויטש איז געשטאָרבן דעם 6טן יוני 1994 יאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, און געבוירן איז ער געוואָרן דעם 25טן יוני 1908 אין דער ליטווישער שטאָט פּאנעוועזשיס (פּאָנעוועזש). די לידער האָט ער געשריבן פֿון קינדווײַז אָן, אָבער פּובליקירן זיך האָט ער אָנגעהויבן נאָר אין 1934 יאָר, באַלד נאָכן פֿאַרענדיקן דעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿונעם קאָוונער אוניווערסיטעט. דער גאַנצער טיראַזש פֿון זײַן ערשטן גרויסן זאַמלבוך ״באַגינען״ איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס און געווען פֿאַרניכטעט.

מיט זײַן קינפֿטיקן ווײַב ריװקע (איר מיידל־פֿאַמינילע־נאָמען איז שמוקלער) האָט הירש זיך באַקענט אין גימנאַזיע – איר משפּחה איז אויך געווען פֿון פּאַנעוועזשיס. אין אָנהייב פֿון דער מלחמה זײַנען די וועגן פֿון הירש און ריווקע זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען: די אָשעראָוויטשס האָבן זיך עוואַקויִרט קיין אַלמאַ־אַטאַ (קאַזאַכסטאַן), און ריווקע מיט איר שוועסטער פֿרומע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין דער קאָוונער געטאָ. ריווקען האָבן געראַטעוועט צוויי אירע חבֿרטעס, צוויי נאַטאַשעס (פֿאָגעלעוויטשוטע און יעגאָראָוואַ) און פֿרומען – די דײַטשקע העלענאַ האָלצמאַן (1891–1968), די קינסטלערין, לערערין פֿון צייכענען און פֿון דער דײַטשישער שפּראַך.

די באַקאַנטע ישֹראַלדיקע זשורנאַליסטקע און שרײַבערין שולמית שליט האָט אַזוי געשריבן וועגן אָשעראָוויטשן:

״אין 1944 יאָר, צוריקוועגס פֿון עוואַקואַציע קיין ליטע, האָט אָשעראָוויטש פּאָפּאַדיעט קיין מאָסקווע. דאָ האָט ער אָנגעשריבן זײַן ״שמשון״ (סעפּטעמבער – אָקטאָבער 1944) – די ערשטע פֿון די פּאָעמעס אויף ביבלישע טעמעס. אין 1945 יאָר האָט ער אָנגעשריבן די פּאָעמע ״שאול״, אין 1962 – ״פּיראַמידן־בויער״, אין 1970 – נאָכן ליד וועגן קין קערט ער זיך אום צו אָ־דער טעמע און שרײַבט די פּאָעמע ״קין, נבך…״.

אַוודאַי נישט קיין ביבלישע טעמע, נישט איר באַזיניקן אין שײַן פֿון די שפּעטערע געשעענישן אינעם לעבן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק האָבן נישט געקאָנט געפֿינען די אָפּשפּיגלונג אינעם ערשטן און איינציקן בוך אויף דער רוסישער שפּראַך, וואָס איז אַרויסגעגאַנגען אין איבערזעצונגען פֿון אַרסעני טאַרקאָווסקי (רוסישער דיכטער און איבערזעצער פֿון מיזרח־שפּראַכן) אין 1962 יאָר. דאָס בוך האָט זיך אָנגערופֿן ״מײַן גוטער קליאָן“ און איז זייער גיך געוואָרן אַ ראַריטעט״.

שולמית שליט באַשרײַבט איר ערשטע באַגעגעניש מיט אָשעראָוויטשן:

״מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט אָ־דער משפּחה, מיטן דיכטער ה. אָשעראָוויטש און זײַן ווײַב ריווקע, איז פֿאָרגעקומען אין 1966 יאָר. צוזאַמען מיט מײַן חבֿרטע דאַליע עפּשטיין האָבן מיר איבערגעזעצט פֿון דער ליטווישער שפּראַך אויף רוסיש די דערציילונגען פֿונעם ייִדישן מחבר מאיר עלין ״פֿאַר איין נאַכט״. און ריווקע האָט זיך אַרויסגעוויזן פֿאַר אַ גוטער מאַשיניסטקע. ווען ריווקע האָט געדרוקט, איז אין צימער אַרײַנגעגאַן הירש אָשעראָוויטש. (…) איך בין נישט ווילנדיק געוואָרן אַן אָביעקט פֿון זײַן אינטערעס. ״אַ ייִדיש מיידל זעצט איבער דעם ייִדישן שרײַבער פֿון ליטוויטש…״, – מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער האָט עס געזאָגט מיט טרויער.

שפּעטער האָט מאיר עלין אָנגערופֿן אָשעראָוויטשן ״אײַזבאַרג״. ״פֿאַר וואָס?״ – האָב איך געפֿרעגט און, מיינענדיק זײַן וווּקס, זיך צעלאַכט. ״ווײַל מיר ווייסן נאָר זײַן זעיקע טייל״, – האָט געענטפֿערט עלין. און, כּדי זיך נישט פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע, האָט צוגעגעבן: ״אַ ביסל שרײַבט ער בײַ טאָג, אַ ביסל – בײַ נאַכט״.

דער זינען פֿון די ווערטער איז צו מיר דערגאַנגען אין צענדליקער יאָר אַרום. אין דעם זעלבן יאָר, ווען אין מאָסקווע איז אַרויסגעגאַן זײַן זאַמלבוך פֿון לירישע לידער, האָט ער בײַ נאַכט, נישט וויסנדיק, צי מע וועט עס אַ מאָל פֿאַרעפֿנטלעכן, געשריבן זײַן פֿול מיט ווייטיק און פֿלאַמיקן כּעס פּאָעמע ״מלוך״. יאָ, דאָס איז געווען אין 1962.

דעם אמת געזאָגט, האָט מען אײַנגעשלאָסן אָ־די פּאָעמע אין דער איבערזעצונג פֿון יאַנינאַ ווײַטשונײַטע אינעם ליטווישן זאַמלבוך פֿון 1964 יאָר (״האָניק פֿון דערקענטעניש״, ווילנע, ״וואַגאַ״ פֿאַרלאַג).

די ליטווישע פּאָעטן, די סאַמע באַקאַנטע – ע. מעזשעלײַטיס, יו. מאַרצינקיאַוויטשוס, אַ. באַלטאַקיס – האָבן אים איבערגעזעצט, כ׳ווייס נישט, צי מיט גרויס ליבע, אָבער, כ׳בין זיכער, – מיטן גרויסן דרך־ארץ. זייער פּאָפּולער – סײַ בײַ די לייענערס, סײַ בײַ די קריטיקערס – איז געווען זײַן פּאָעמע ״ספּאַרטאַק״.

דעם 2טן יולי 1949 יאָר האָט מען אים אַרעסטירט פֿאַר ״אַנטיסאָוועטישער נאַציאָנאַל־ציוניסטישער טעטיקייט״, און אין 1950 פֿאַרמישפּט אים צו צען יאָר לאַגערן. נאָך דער באַפֿרײַונג זומער 1956 יאָר האָט ער זיך אומגעקערט קיין ווילנע.

אין 1971 יאָר האָבן די אָשעראָוויטשס עליה געווען. אין ישֹראל זײַנען ארויסגעגאַנגען הירשס זאַמלביכער: ״צווישן בליץ און דונער״ (1973), פּאָעמע ״מײַן פּאָנעוועזש״ (1974 – צוזאַמען מיט דער איבערזעצונג אויף איווריט פֿון אַבֿרהם שליאָנסקי). אין 1976 יאָר איז אַרויסגעגאַן פֿון דרוק זײַן זאַמלבוך לידער אויף איווריט – אין איבערזעצונג פֿון פֿאַרשיידענע פּאָעטן״.

די זשורנאַליסטקע שעלי (טאַטיאַנע) שרײַמאַן האָט דערציילט וועגן הירש און ריווקע:

״הירש – אַ באַרימטער פּאָעט, וועלכער שרײַבט אויף ייִדיש. ריווקע איז זײַן ווײַב און אַ געטרײַער פֿרײַנד אין משך פֿון אַ סך יאָרצענדליקער.

זיי, שוין געעלטערטע מענטשן, האָבן נישט געקאָנט פֿאַרבײַגיין, ווען אויף דער בן־יהודה־גאַס האָבן די נײַע רעפּאַטריאַנטן פֿון דער ווײַטער אוקראַיִנע אויסגעלאָדן באַגאַזש, – הירש און ריווקע האָבן זיי אומבאַדינגט געהאָלפֿן. ווען זיי האָבן געהערט, אַז עמעצער רעדט רוסיש אין דרויסן, האָבן זיי נישט געקאָנט נישט פֿאַרבעטן די אומבאַקאַנטע מענטשן צו זיך צום וואַרמעס, כאָטש זיי האָבן געלעבט נישט רײַך. ריווקע האָט שטענדיק געהאָלפֿן די נײַע רעפּאַטריאַנטן אַלס איבערזעצערין. די אָשעראָוויטשס האָבן זיך צעטיילט מיט די נײַגעקומענע מיט אַלץ, וואָס זיי האָבן געהאַט, – אַפֿילו מיט שאַמפּון און ציינפּאַסטע״.

די לעצטע יאָרן האָט הירש אָשעראָוויטש אַ סך געקרענקט. אָבער ריווקע איז געשטאָרבן די ערטשע. ער האָט נישט געקאָנט לעבן אָן איר. ״ער האָט געלעבט נאָך איר נישט לאַנג, – האָט דערציילט ריווקעס קרובֿה גוטיע פֿיש. – ער איז געווען אַ גאָלדענער מענטש, אַ גוטער, ער האָט געהאָלפֿן אַלעמען. אָבער זיי זײַנען געווען די פֿאַרשלאָסענע, ניט־באַריידעוודיקע, זיי איז געווען גענוג די אייגענע קאָמפּאַניע״. ריווקע האָט אים אָפּגעהיט, און אַלס פּאָעט – פֿאַרגעטערט.

״עטל קאָווענסקי, די ייִדישע אַקטריסע, איז געקומעם מקבֿל־חולה זײַן הירשן אין שפּיטאָל, – שרײַבט שולמית שליט. – ער איז געווען זייער מיד. פֿאַרן אַוועקגיין האָט זי געזאָגט: ״איצט פֿאַרמאַכט די אויגן און רוט אָפּ אַ ביסל״. ווען זי איז געקומען אַהיים, האָט איר געקלונגען אַ מעדשוועסטער: ״איר ווייסט, ווי נאָר איר זײַט אַוועקגעגאַנגען, האָט ער פֿאַרמאַכט די אויגן און איז געשטאָרבן״…

״ווען ריווקע און הירש זײַנען געגאַנגען מיט דער גאַס, האָבן די מענטשן זיך אומגעקוקט אויף זיי, – דערציילט שולמית שליט. – אפֿשר איבער דעם אונטערשייד אין וווּקס (ריווקע איז געווען העכער) האָבן זיי אויסגעזען אַ מאָדנע פּאָרפֿאָלק, אָבער מיר האָט זיך געדאַכט, – ווײַל זיי האָבן אויסגעשטראַלט אַ שטיל ליכט – דאָס ליכט פֿון ליבע. זיי האָבן ליב געהאַט און אָפּגעהיט איינער דעם אַנדערן פֿון קינדווײַז אָן און ביז דער טיפֿער עלטער. איך האָב שטענדיק געטראַכט, פֿאַר וואָס זעצט מען נישט איבער אָשעראָוויטשן אויף דער רוסישער שפּראַך? זײַן שפּראַך איז קלאַסיש פּשוט און פֿאַרשטענדלעך, די טעמאַטיק פֿון זײַן שאַפֿונג איז נישט געעלטערט געוואָרן, נאָך מער – זי איז זייער אַקטועל הײַנט. ער איז קלוג, און דערפֿאַר וווּנדערשיין אַפֿילו אין וואָרט־בײַ־וואָרט־איבערזעצונג. כ׳האָף, אַז די איבערזעצונג פֿון ״מלוך״, געמאַכט דורך עלאַ גרײַפֿער, איז אַ גוטער סימן פֿון אַומקערן פֿונעם פּאָעט צו די לייענערס״.

Ошерович. Стихи на русском языке

https://archive.org/details/nybc200647

https://archive.org/details/nybc205996

http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Osherovitsh_Hirsh

https://openlibrary.org/books/OL3214774M/Baym_ets-ha-daas%CC%80

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

17 − 15 =