אַ גליקלעכער מענטש

אַ גליקלעכער מענטש

אינטערװיו מיט דזשאַש װאַלעצקין

דזשאַש וואַלעצקי איז אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקײט אין דער ייִדישער קולטור הײַנט צו טאָג. אַ מענטש, װאָס איז געשטאַנען בראָש פֿון דער באַנײַאונג פֿון כּלי־זמר מוזיק אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן ‏און איז הײַנט אַ פֿירנדיקער שרײַבער־קאָמפּאָזיטאָר פֿון נײַע ייִדישע זינג־לידער. דזשאַש איז געװען אַ מיט־גרינדער פֿון דער באַװוּסטער כּלי־זמר גרופּע ״קאַפּעליע״. ער איז אַ טאַלאַנטירער רעזשיסיאָר, האָט רעזשיסירט און רעדאַגירט די פֿילמען Image before my eyes (‏״דאָס בילד ‏פֿאַר מײַנע אױגן״) און Partisans of Vilna (‏״װילנער פּאַרטיזאַנערס״), װי אױך רעדאַגירט דעם ,,עמי”־פּרעמירטן פֿילם,  Itzhak Perlman: in the Fiddler’s House (‏יצחק פּערלמאַן: בײַם פֿידלער אין הױז). צװישן אַנדערע אױסצײכענונגען האָט דזשאַש אױך געװוּנען דעם זילבערנעם דוקאַט אױפֿן מאַנהײַמער אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל פֿאַר‏דאָס ביל, װי אױך דעם ערשטן פּריז אױפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיװאַל א”נ אַנטראָפּאָס פֿאַר פּאַרטיזאַנערס. אונדזער אויטאָר אין ניו־יאָרק ניקאָלײַ באָראָדולין אינטערוויויִרט דזשאַש וואַלעצקין

http://www.partisansofvilna.org/

נ. ב.: טײַערער דזשאַש, דערצײל אַ ביסל װעגן זיך און דײַן משפּחה.

דזש.װ.: איך באַרעכן זיך פֿאַר אַ גליקלעכן מענטשן אַ דאַנק מײַנע עלטערן און זײערע חבֿרים, װײַל צוליב זײ האָב איך זיך אַלע מאָל געפֿילט װי אַ ניט אָפּגעריסענער פֿאָדעם פֿון דער ייִדישער קולטור. די װעלטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע האָבן געגעבן אַזאַ מין מעגלעכקײַט און איך בין שטאָלץ װאָס איך בין אַ טײל פֿון דער גרופּע, פֿון דער באַװעגונג.

 די מאַמע, צירל װאַלעצקי ,איז  געבױרן געװאָרן ‏אין 1921 אין  ברוקלין. אירע עלטערן‏ ‏זענען ‏  געקומען קיין אַמעריקע פֿון גאַליציע. איר משפּחה איז געווען טראַדיציִאָנעל־פֿרום אָבער זי איז געווען סעקולער. מײַן  טאַטע, שלום, ‏איז געװען אַ װוּנדערלעכער זינגער מיט אַ גרױסן רעפּערטואַר (און האָט רעקאָרדירט קינדער־לידער פֿאַר די װעלטלעכע פֿאָלק־שולן). זײַן פֿאָטער, מײַן זײדע משה, ‏ איז געווען אַקטיוו אין דער ייִדישער װעלטלעכער באַוועגונג. ער האָט אונטערגעשטיצט ייִוואָ, קעמפּ ״בויבעריק״ און דעם שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט.

צירל איז געװען אַ קינסטלערין. אין איר יוגנט איז זי געװען אַן אױפֿפּאַסער אין װעלטלעכן ייִדישן קעמפּ ״בױבעריק״, װאָס איז געװאָרן זײער אַ װיכטיק טײל פֿון מײַן לעבן. מײדלװײַז האָט זי זיך געטראָפֿן מיטן טאַטן אין יוגנט־פֿאַראײן פֿונעם שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט, אַן אָרגאַניזאַציע, װאָס האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נעץ קינדער־שולן און קעמפּ ״בױבעריק״, צװישן אַנדערע פֿונקציעס. די מאַמע איז געװען זײער פֿעיִק אין קונסט, געשאַפֿן הונדערטער פּאַפּיר־שניטן אױף כּלערלײ טעמעס. זי איז געװען אַ גוטע פֿרײַנד מיט בינה װײַנרײַכן, אַן אָנגעזעענע פֿאָלקלאָר־פֿאָרשערין פֿון ייִװאָ. מײַן מאַמע איז אַ מאָל געזעסן אין בינהס ביוראָ און געזען אַ טראַדיציאָנעלן ייִדישן פּאַפּיר־שניט פֿון אַ מאָל. איז איר אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק פּראָבירן אַלײן צו מאַכן אַזעלכע פּאַפּיר־שניטן. געזאָגט און געטאָן. זי האָט געשאַפֿן הונדערטער װוּנדערלעכע פּאַפּיר־שניטן. אַ סך פֿון זײ האָט מען געניצט אין חנה און יאָסל מלאָטעקס בענד פֿון ייִדישע לידער, אַרױסגעגעבן פֿון דער אַרבעטער־רינג, װאָס זײַנען באַקאַנט איבער דער גאַנצער װעלט. אַלע פֿילצאָליקע אילוסטראַציעס, װאָס געפֿינען זיך אין די זאַמלונגען זײַנען פֿון מײַן מאַמען. זי האָט אױך אילוסטרירט אַ צאָל קאַרטלעך פֿאַר ימים־טובֿים און שֹימחות מיט די באַגריסונגען אױף ייִדיש.

נ. ב.: װוּ לערנסטו מענטשן זינגען און שאַפֿן די ייִדישע לידער?

דזש. װ.: אײנע פֿון די ערנסטע פּראָגראַמען איז אין װײַמאַר, דײַטשלאַנד. דאָרטן האָב איך אָ‏נגעפֿירט מיט אַ װאַרשטאַט װי צו שאַפֿן די נײַע לידער. ‏די לעצטע עטלעכע יאָר פֿיר איך אָן װײַטער בײַ “ייִדיש ניו־יאָרק” )אונטער דער השגחה פֿון דעם צענטער פֿאַר טראַדיציִאָנעלער מוזיק און טענץ (CTMD ‏‏מיטן געזאַנג־וואַרשטאַט.  אין מיטן  1990קער יאָרן האָב איך אָנגעהױבן צו שרײַבן נײַע לידער אױף ייִדיש. איך האָב דעמאָלט שױן געהאַט אױפֿגעהאָדעװעט צװײ קינדער אױף ייִדיש, געהאַט גענוג לעבנס־דערפֿאַרונגען אױף ייִדיש און געװאָלט שאַפֿן פֿרישע לידער, װאָס זאָלן האָבן אַ שײַכות מיטן ‏ הײַנט.  ‏אַזױ, ‏ איז עס שױן מער װי  20 יאָר, װאָס מײַן ציל איז א צו שאַפֿן נײַע לידער אױף ייִדיש, סײַ די װערטער, סײַ די מוזיק, און צו דערמוטיקן די אַנדערע, װאָס שרײַבן אױף מאַמע־לשון מע זאָל ניט נאָר ניצן די אוצרות פֿון ‏ דער ‏פֿאַרגאַנגענהײַט. ניט צוליב דעם װאָס מיר שעמען זיך מיט זײ, זײ זײַנען דאָך פֿון די שענסטע ייִדישע לידער, נאָר מײַן גלױבן איז, אַז יעדער דור זאָל שאַפֿן נײַע לידער. למשל, אינעם נײַעם דור, שאַפֿט די נײַע און פּרעכטיקע לידער דניאל קאַהן. ס׳איז זײער װיכטיק צו שטיצן און דערמוטיקן יונגע טאַלאַנטן, כּדי װײַטער צו ציִען און פֿאַרשפּרײטן די גאָלדענע קײט פֿון דער ייִדישער קולטור אױף מאַמע־לשון.

נ.ב.: װאָסער ראָלע שפּילט פֿאַר דיר די פֿילם־פּראָדוקציע?

דזש. װ.: דער פֿילם איז געװען יאָרן לאַנג דער װיכטיקסטער טײל פֿון מײַן ‏פּראָפֿעסיִאָנעלן ‏  לעבן, מײַן הױפּט־פּרנסה. דער לעצטער פֿילם, װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַר דער טעלעװיזיע איז געװען מיט יצחק פּערעלמאַן, דעם װעלט־באַװוּסטן  פֿידלער. צװישן די פֿילמען, װאָס איך האָב רעזשיסירט אָדער רעדאַגירט, זײַנען אַ סך ייִדישע, אָדער אױף ייִדישע טעמעס, אָדער דװקא אין ייִדיש. איך האַלט איצט בײַם ענדיקן דעם פֿערטן פֿילם פֿון דער סעריע  ״אַ װעלט מיט װעלטלעך: שמועסן מיט ייִדישע שרײַבערס״ װעגן יוני פֿײַן, אַ ייִדישן פּאָעט און קינסטלער פֿון ניו־יאָרק. אַלע פֿיר פֿילמען װײַזט מען מיט די ענגלישע ‏אונטערקעפּלעך. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז לעצטנס האָט מען צוגעגעבן צום פֿילם װעגן דער שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב  אױך די פּױלישע ‏אונטערקעפּלעך.

נ. ב.: װי אַזױ האָסטו געאַרבעט אױפֿן פֿילם ״דאָס בילד פֿאַר מײַנע אויגן״?

דזש. װ.: ס׳איז געװען אַ לאַנגער פּראָצעס. דער ייִװאָ האָט פֿריִער געהאַט אָרגאַניזירט די אױסשטעלונג פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דער געשיכטע פֿון פּױלישע ייִדן בתוכם מיט די אַמאַטאָרישע הײם־געמאַכטע פֿילמען. איך בין נאָר װאָס אַרױס פֿון דער פֿילם־שול. איך האָב דעמאָלט געמאַכט אַ ייִדישן פֿילם ״מזל״ מיט געװעזענע קעמפּערס פֿון ״בױבעריק״, באַזירט אױף אַ פֿאָלקס־מעשֹה. די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם ייִװאָ האָט געזען דעם פֿילם און מיך געבעטן צו פֿילמירן די אױבן דערמאָנטע אױסשטעלונג. האָב איך זײ אײַנגערעדט צו פֿאַרגרעסערן דעם פּלאַן, געפֿינען און פֿאַרבעטן די מענטשן (עקספּערטן און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר), װאָס קענען קאָמענטירן און דערקלערן, װאָס איז אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס. און אַזױ האָט עס זיך אָנגעהױבן. דאָס בוך מיטן זעלבן נאָמען האָט מען געגרײט אין דער צײַט, װען מען האָט געשאַפֿן דעם פֿילם. זײ זײַנען דערשינען אײנצײַטיק, װי אַ צװילינג. איך האָב געהאַט אַ ריזיקן זכות צו אַרבעטן צוזאַמען מיט לוציאַן דאָבראָשיצקי, דעם גרױסן היסטאָריקער פֿון דער געשיכטע פֿון פּױלישן ייִדנטום אינעם ייִװאָ. ער איז געװען מײַן אמתער װעגװײַזער, װײַל איך בין געװען יונג, און ניט קײן סך געװוּסט און געקענט. ער האָט מיר געגעבן אַ סך ניצלעכע און פּראַקטישע עצות: װעמען צו אינטערװיויִרן, װעלכע פֿראַגעס צו שטעלן, װי אַזױ צו אָרגאַניזירן די מאַטעריאַלן בעסער וכדומה.

נ.ב.: קעמפּ ״בױבעריק״ שפּילט גאָר אַ װיכטיקע ראָלע אין דײַן לעבן. האָבן די קינדער גערעדט צװישן זיך אױף ייִדיש?

http://www.popmatters.com/review/image-before-my-eyes-dvd/

דזש.װ.: ערשטנס װיל איך זאָגן אַ פּאָר װערטער װעגן דעם קעמפּ־גרינדער. לײבוש לעהרער, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון קעמפּ ״בױבעריק״ (אַן אױסגעטראַכט לאָקאַל אין שלום־עליכמס ראָמאַן ״טבֿיה דער מילכיקער״ – נ.ב.), װאָס איז געבױרן געװאָרן אין מיזרח־אײראָפּע, אַ װיכטיקער פּעדאַגאָג, האָט געבראַכט מיט זיך די װיזיע װי אַזױ איבערצוגעבן די קינדער די אוצרות און װערטן פֿון דער רײַכער און פֿילפֿאַרביקער ייִדישער קולטור אָן רעליגיע. אַ דאַנק דעם האָבן מיר געהאַט אין קעמפּ און אין שול אַן אידענטיטעט מיט דער ייִדישער טראַדיציע. די שפּראַך, די ליטעראַטור, די לידער װאָס מיר פֿלעגן זינגען און רעציטירן זײַנען געװען אַ לעבעדיקע זאַך. איך, װי אַ מוזיק-דירעקטאָר אין קעמפּ ״בױבעריק״, למשל, האָב געדאַרפֿט שרײַבן נײַע לידער אױף ייִדיש יעדן זומער און דאָס איז געװען אַ נאַטירלעכע זאַך פֿאַר מיר.

אין מײַנע יאָרן, 1950קער און 1960קער הײסט עס, איז די טאָג־טעגלעכע שפּראַך אין קעמפּ געװען ענגליש. פֿאַר דער מלחמה איז געװען אַנדערש. ייִדיש איז געװען אַ קולטורעלע שפּראַך אין מײַן צײַט. װאָס מײנט דאָס? אַ סך טערמינען װאָס מיר האָבן געניצט אין קעמפּ, די נעמען פֿון די אַקטיװיטעטן, די נעמען פֿון ערטער אין קעמפּ זײַנען געװען די ייִדישע װערטער, װאָס זײַנען אַרײַן אין דער ענגלישער שפּראַך פֿון די קעמפּערס. די לידער, װאָס מיר האָבן געזונגען, זײַנען אַלע געװען אױף ייִדיש. זײ זײַנען געװען זײער אַ װיכטיקער טײל פֿון לעבן אין קעמפּ. די קינדער האָבן געהערט צו די פֿאַרשידענע גרופּעס לױט זײערע עלטער און די גרופּעס האָט מען גערופֿן נאָר אױף ייִדיש: ״די ייִנגסטע״, ״די מיטעלע״, ״די עלטסטע״ און אַזױ װײַטער. אױב איר װעט רעדן מיט עמעצן פֿון ״בױבעריק״ װעלן זײ אַלע זיך באַניצן מיט אָט די ייִדישע װערטער  ‏(פֿאַר זײ: ייִדישע לײַװערטער װאָס זײַנען אַרײַן אין זײער ענגלישן לשון).  אומפֿאַרגעסלעך פֿאַר אַלע קעמפּערס און דערװאַקסענע איז געװען דער יערלעכער פֿעלקער־יום־טובֿ, וואָס לייבוש לעהרער האָט אײַנגעפֿירט אונטער דער השפּעה פֿון דער “פֿעלקער־ליגע”, װוּ אַלע גרופּעס האָבן פֿאַרטראָטן װי אַ באַזונדער פֿאָלק: ייִדן, רוסן, פּאָליאַקן, יאַפּאַנער, שװעדן און אַזױ װײַטער. מען האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס באַזונדערע פֿאָלק מיט די קאָסטיומען פֿונעם לאַנד, מען האָט געטאַנצט די טענץ פֿון דעם פֿאָלק. אַלע לידער פֿון די פֿאַרשידענע פֿעלקער האָט מען געזונגען אױף ייִדיש און מען האָט יעדעס יאָר צוגעגעבן נײַע לידער.

נ.ב.: מיט װאָס פֿאַרנעמסטו זיך הײַנט?

איך האָב לעצטנס אַרױסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל ״פּאַסאַזשירן״ מיט  6 נײַע יידישע לידער, װאָס איך האָב געשאַפֿן במשך פֿון עטלעכע לעצטע יאָרן. אײנע פֿון זײ, ״בלינדער טױב״, האָב איך געװידמעט מײַן ברודער ניל, װאָס האָט ‏, מיט דער צײַט, ‏פֿאַרלױרן די ראיה , און איז ‏צו פֿרי געשטאָרבן.

איך נעם אַן אָנטײל בײַם פֿעסטיװאַל ״ייִדיש ניו־יאָרק״, װוּ איך פּראָביר דערמוטיקן און באַגײַסטערן די יונגע כּוחות ‏  צו שאַפֿן נײַע לידער און מוזיק. איך לערן די ייִדישע לידער־װאַרשטאַט בײַם ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם, װאָס איז אײנע פֿון די עלטסטע פּראָגראַמען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און ס׳איז טשיקאַװע, װאָס איך האָב מיט עטלעכע צענדליקער יאָר צוריק געלערנט דאָס געזאַנג דאָרט און איצט קום איך צוריק צו דעם.

נ.ב.: פֿון װאַנען קריגסטו מער דײַן פּרנסה — פֿון פֿילמען אָדער פֿון לידער?

ייִדישע לידער זײַנען געװען מײַן הױפּט־ פּרנסה זײער אַ קורצע צײַט. אין אַלגעמײן ס׳איז  אַ קלײנער טײל  פֿון דער חיונה. די מוזיק איז געװען און בלײַבט אַלע מאָל אױף דער זײַט, װײַל װי ס׳איז גוט באַװוּסט, װערן די כּלי־זמרים ניט גוט באַצאָלט. ס׳איז שװער צו קריגן די פּרנסה נאָר פֿון מוזיק, כאָטש הײַנט זײַנען פֿאַראַן מענטשן, װאָס זײַנען מצליח אין דעם און עס פֿרײט מיך זײער.

נ.ב.: מיר איז אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק דיך צו פֿאַרבעטן  אין ביראָבידזשאַן, װײַל דאָרט קענסטו נאָך אַלץ געפֿינען די פֿאַרכאַפּנדיקע מאַטעריאַלן פֿונעם ייִדישן לעבן פֿון אַ מאָל און הײַנט. װאָס זאָגסטו?

דזש. װ.:  איך בין גרײט צו אַלע רײזעס!

נ.ב.: אַ גרויסן דאַנק פֿאַר אונדזער אינטערוויו!

https://www.waletzky.com/music/

“Yaninke” Performed by Josh Waletzky

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

девять − 3 =