די אוניקאַלע קאָלעקציע – דער אײנציקער קאָמפּלעקט אױף דער װעלט!


אין 1994, װען איך האָב געאַרבעט אינעם ייִװאָ װי אַ ביבליאָטעקאַר און אַ ייִדיש לערער, האָבן צו מיר זיך געװאָנדן די פֿאָרשטײערס פֿון דער האָלענדישער פֿירמע IDC Publishers (װאָס מע רופֿט זי איצט Brill) מיט אַ בקשה, איך זאָל זײ אַרױסהעלפֿן צונױפֿצושטעלן אַלע פּובליקאַציעס װעגן ביראָבידזשאַן, װאָס די ייִװאָ־ביבליאָטעק פֿאַרמאָגט, כּדי זײ צו מיקראָפֿילמירן. איך בין געװען אױפֿן זיבעטן הימל פֿונעם פֿאָרשלאָג, װײַל דאָס האָט מיר געגעבן אַ מעגלעכקײט זיך צו באַקענען פּערזענלעך מיט אַ  שלל מאַטעריאַלן װעגן דער געשיכטע פֿונעם אָרט, װוּ איך בין געבױרן געװאָרן און דערצױגן. בשעת דער אַרבעט האָט מען צוזאַמענגעשטעלט און מיקראָפֿילמירט אױף 941 מיקראָפֿישן און 31 מיקראָפֿילמען אַ ריזיקע קאָלעקציע פֿון 266 טיטלען פֿון ביכער, פּאַמפֿלעטן און פּעריאָדישע אױסגאַבעס.

אַ דאַנק דעם פּראָיעקט האָב איך געפֿונען עטלעכע באמת אוניקאַלע און זעלטענע מאַטעריאַלן. מײַן סאַמע פֿאַרכאַפּנדיק געפֿינס איז געװען דער קאָמפּלעקט פֿון וואַנט־צײַטונגען (בולעטינען) פֿון דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ פֿאַרן יאָר 1933. מע האָט זיי געמאַכט אויף אַזאַ אופֿן: די האַנט־געשריבענע אָדער דרוק־טעקסטן האָט מען צוגעקלעפּט צום גרױסן בױגן צײַטונגפּאַפּיר. מען האָט אַרױסגעגעבן אַזעלכע וואַנט־צײַטונגען אין אײנציקן עקזעמפּלאַר.

איז מען קען זיכער באַטאָנען, אַז אָט דער קאָמפּלעקט איז דער אײַנציקער אױף דער װעלט. װען איך האָב אים אָפּגעפֿונען אינעם ייִװאָ מיט מער װי 20 יאָר צוריק, האָב איך זיך ניט געפֿרעגט פֿון װאַנען האָבן אָט די װאַנט־צײַטונגען זיך אַרױסגעװיזן אין ניו־יאָרק. לעצטנס האָב איך געװאָלט צו באַקענען די לײענערס פֿון ״בֿיראָבידזשאַנער שטערן״ מיטן אוניקאַלן געפֿינס.

דער קװאַליטעט פֿון מירקראָפֿילם איז געװען שװאַך, מילד געזאָגט, און איך האָב געבעטן די דערלױבעניש אַ קוק צו טאָן אינעם אָריגינעלן קאָמפּלעקט. ליודמילאַ שאָלאָכאָװאַ, די דירעקטאָרשע פֿונעם ייִװאָ־אַרכיװ און פֿון דער ביבליאָטעק האָט געגעבן דעם רשות. מיט דער הילף פֿונעם אַרכיװיסט גאַנער בערג האָב איך פֿאָרזיכטיק, מיט גװאַלדיקער נײַגעריקײט איבערגעבלעטערט כּמעט צעפֿאַלענע ריזיקע קאָפּיעס פֿונעם בולעטין. דער קאָמפּלעקט געפֿינט זיך אין אַ געפֿערלעכן צושטאַנד: די צײַטונגפּאַריר איז זײער דין און פֿאַרגעלט, זי צעפֿאַלט זיך פֿאַר די אױגן און די געדרוקטע און צוגעשריבענע װערטער פֿאַרלירן דעם קאָליר און פֿאַרשװינדן.

בלעטערנדיק די נומערן האָב איך באַמערקט אױף עטלעכע פֿון זײ, אױף דער הינטערשטער זײַט, דעם שטעמפּל מיטן אױפֿשריפֿט: ״געזאַמלט דורך גרשון עפּשטײן, פּאַריז״. גאַנער בערג האָט מיר געבראַכט אַ פּאָר דאָקומענטן, װאָס באַשטימען, אַז גרשון עפּשטײן האָט יאָ איבערגעגעבן אינעם ייִװאָ דעם קאָמפּלעקט צוזאַמען מיט אַ סך אַנדערע דאָקומענטן. קײן דאַטע און אָרט איז ניט געװען פֿאַרשריבן. איך האָב אָנגעהױבן פֿילן זיך װי אַ דעטעקטיװ. צו מײן מזל דאַרף מען קײן שערלאָק האָלמס ניט זײַן הײַנט צו טאָג. די ראָל פֿונעם גרעסטן דעטעקטיװ שפּילט רב גוגל!

אַ דאַנק גוגל האָב איך אױסגעפֿונען, אַז גרשון עפּשטײן (1895–1962) איז יאָרן לאַנג געװען אַ װיכטיקער פֿאָרשטײער און זאַמלער פֿאַר דעם ייִװאָ אין פֿראַנקרײַך. ער האָט פֿון דעצעמבער 1946 ביז מאַרץ 1947 איבערגעגעבן דעם ייִװאָ 360 דוקומענטן, די געראַטעװעטע מאַטעריאַלן פֿון אַבֿרהם סוצקעװערן און זײַנע מיטאַרבעטער פֿון דער פּאַפּיר־בריגאַדע! מאַקס װײַנרײַך, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִװאָ, האָט ״געמאַכט אַ שידוך״ צװישן בײדע און פֿאַרזיכערט סוצקעװערן, ער קען זיך פֿאַרלאָזן אױף עפּשטײנען. עפּשטײן, פֿון זײַן זײַט, איז געװען אונטערן קאָלאָסאַלן רושם, װען ער האָט געזען די מאַטעריאַלן, װאָס סוצקעװער און די מיטגלידער פֿון דער ״פּאַפּיר־בריגאַדע״ האָבן געראַטעװעט אין װילנער געטאָ: בריװ פֿון װיכטיקע פּערזענלעכקײטן, אוצרות פֿון װילנער ייִװאָ און סטראַשון ביבליאָטעק, אַלטע ספֿרים, טאָג־ביכער און נאָך און נאָך. מען האָט געקענט אױספֿילן גאַנצע קעסטלעך מיט זײ.

איך האָב געפֿונען אָט די אינפֿאָרמאַציע אינעם בוך פֿון דוד פֿישמאַנען ״די ביכער שמוגלערס: פּאַרטיזאַנער, פּאָעטן און דער פֿאַרמעסט אָפּצוראַטעװען די ייִדישע אוצרות״, אַרױסגעגעבן אין 2017. אַגבֿ, דוד איז געװען דער ערשטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש פֿון אַמעריקע, װאָס איך האָב זיך באַקענט מיט אים אין 1989 אין מאָסקװע, בשעתן ערשטן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערערס פֿונעם געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אַ קלײנע װעלט! איך האָב זיך תּיכּף פֿאַרבונדן מיט דודן, אים דערצײלט װעגן דער ״װאַנט־צײַטונג״ פֿון ביראָבידזשאַן און גרשון עפּשטײען און געפֿרעגט זײַן מײנונג װעגן דעם ענין. ער האָט געזאָגט, אַז ס׳איז גאַנץ מעגלעך (ניט 100% באַשטימט), װאָס אָט דער קאָמפּלעקט האָט געהערט צו דעם ייִװאָ, װאָס האָט געזאַמלט די מאַטעריאַלן אױף ייִדיש איבער דער גאַנצער װעלט.

עס קען זײַן, אַז צװישן די אָפּגעראַטעװעטע אוצרות, װאָס סוצקעװער האָט איבערגעגעבן עפּשטײנען, האָבן זיך געפֿונען די ״װאַנט־צײַטונגען״ פֿון ביראָבידזשאַן. איך בין געװאָרן באַנומען מיטן געדאַנק אָפּצוזוכן דעם לאַנגן, סכּנדיקן װעג פֿון די ביראָבידזשאַנער װאַנט־צײַטונגען פֿונעם װײַטן מיזרח פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אַזש ביז ניו־יאָרק. דערװײַלע האָב איך נאָר אײן פֿאָדעם, אָבער איך פֿאַרליר ניט די האָפֿענונג צו געפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע װעגן דער פֿאַרכאַפּנדיקער געשיכטע.

װאָס שײך די ״װאַנט־צײַטונגען״ גופֿאַ האָט מען זײ אַרױסגעגעבן סײַ אױף ייִדיש, סײַ אױף רוסיש. מע קען זען כּמעט אין אַלע נומערן דעם נאָמען פֿונעם פֿאַראַנטװאָרטלעכן רעדאַקטאָר, הענעך קאַזאַקעװיטש, װאָס איז דעמאָלט געװען דער הױפּט־רעדאַקטאָר פֿון ״בֿיראָבידזשאַנער שטערן״. אין אַ סך נומערן קען מען געפֿינען די אינפֿאָרמאַציעס װעגן די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע געשעענישן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און אין קאַפּיטאַליסטישן אױסלאַנד. אַזעלכע נײַעס קען מען געפֿינען אין אַלע סאָוועטישע צײַטונגען און אױף אַלע שפּראַכן, װאָס מען האָט גערעדט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

צװישן די איבערחזרנדיקע רובריקן זעט מען: ״אין קאַפּיטאַליסטישן אױסלאַנד״, ״מלוכישע הלװאה קאַמפּאַניע פֿאַרן פֿינף־יאָר פּלאַן״, ״ביראָבידזשאַן נײַעס״, ״פֿאַרזײ קאַמפּאַניע״ און אַזױ װײַטער. ס׳איז גאָר אינטערעסאַנט צו זען די היגע אינפֿאָרמאַציע, למשל, װעגן די איבערװאַדערערס פֿון כּלערלײ ערטער און לענדער, װאָס קומען אין פֿאַרשידענע קאָלװירטן,  אַזעלכע װי ביראָפֿעלד, װאַלדהײם, אַמורזעט, סאָצשטעטל ״איקאָר״, אױפֿגעבױט פֿון אַ סך אימיגראַנטן פֿון אױסלאַנד. מע קען געפֿינען די קריטישע אינפֿאָרמאַציע װעגן די פּראָבלעמען אין עקאָנימישן, סאָציאַלן און קולטורעלן לעבן פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט און אינטערעסאַנטע פֿאַקטן פֿונעם לעבן פֿון דער שטאָט ביראָבידזשאַן.

מע קען געפֿינען אױף די זײַטלעך, למשל, די מעלדונג װעגן דער בריגאַדע אַרכיטעקטן מיטן גרױסן דײַטשישן אַרכיטעקט האַנס מײער, װאָס זײַנען אָנגעקומען קײן ביראָבידזשאַן מיט די מאָדערנע פּראָיעקטן צו בױען אַ נײַע שטאָט. מען דערװיסט זיך פֿונעם בולעטין, אַז די ראַיאָנישע ביבליאָטעק צוזאַמען מיט די סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער גרײטן אַן אַרױספֿאָר קײן װאַלדהײם דאָרט דורכצופֿירן דעם ליטעראַרישן אָװנט. אָדער װעגן די גאַסטראָלן פֿונעם ייִדישן טעאַטער פֿון קיִעװ, אוקראַיִנע, װאָס איז אַרומגעפֿאָרן און אַרױסגעטראָטן אין אַ סך ערטער פֿונעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן און געענדיקט די נסיעה מיט דער פּרעמיערע ״גאָלד און לעדער״ אין דער שטאָט ביראָבידזשאַן. אָט די נומערן העלפֿן אונדז בעסער צו פֿאַרשטײן און זיך פֿאָרשטעלן דאָס דעמאָלטיקע לעבן פֿון ביראָבידזשאַנער תּושבֿים, זײערע דאגות און פֿרײדן, זײערע צילן, שטרעבונגען און האָפֿענונגען.

דער קאָמפּלעקט פֿון די ביראָבידזשאַנער ״װאַנט־צײַטונגען״ איז אַ װיכטיקער דאָקומענט פֿון דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט, אַ רעדעװדיק, סימבאָליש פֿאַרשװינדיק עדות פֿון דער צײַט, און ס׳איז אַ מזל, װאָס מען האָט פֿאַראײביקט דעם קאָמפּלעקט און דורות פֿאָרשערס און סתּם נײַגעריקע לײענערס האָבן דעם צוטריט צום אוניקאַלן געפֿינס.

ניקאָלײַ באָראָדולין

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

12 + 15 =