די פֿאַרגעסענע אוצרות געפֿינען אַ היים

די פֿאַרגעסענע אוצרות געפֿינען אַ היים

איך האָב זיך באַקענט מיט דזשײן פּעפּלער אַ דאַנק די אינטערנעץ־קלאַסן, װאָס דער אַרבעטער־רינג פֿירט אָן מיט זײ במשך פֿון עטלעכע יאָרן. דזשײן איז אײנע פֿון די פּראָדוקטיװסטע ייִדישיסטן פֿון דער גאָרער װעלט. זי פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאַרכאַפּנדיקע פּראָיעקטן, װאָס העלפֿן אונדז בעסער זיך פֿאָרשטעלן און פֿאַרשטײן דאָס לעבן פֿון די ייִדן פֿון אַמעריקע און פּױלן אַ דאַנק די לידער, װאָס זײ האָבן געזונגען אַ מאָל און װאָס דזשײן האָט אַנדעקט און צוריקגעבראַכט צום לעבן. זי האָט זײ פּרטימדיק געפֿאָרשט, רעקאָרדירט אױף די קאָמפּאַקטלעך,  אַרױפֿגעשטעלט אױף אירע װעבזײַטלעך (װוּ מע קען זען הונדערטער לידער מיט אַ שלל פֿון דער װיכטיקער און טשיקאַװער אינפֿאָרמאַציע) און אױף ״יוטיוב״. חוץ דעם האָט זי צוזאַמענגעשטעלט עטלעכע ביכער מיט װיצבילדער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער צײַטונג ״די װאַהרהײט״ (1905–1919). אָט די װיצבילדער מיטן הױפּט־העלד גימפּל בײניש דער שדכן, האָבן דערקלערט די ייִדן אױף הומאָריסטישן אופֿן דאָס סאָציאַלע, פּאָליטיש־עקאָנאָמישע און קולטורעלע לעבן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן און אױף דער װעלט. ס׳איז שװער צו גלױבן, אַז דזשיין האָט דאָס אַלץ אַלײן געמאַכט. דזשײן האָט תּכּיף מסכּים געװען צו כאַפּן מיט ניקאָלײַ באָראָדולינען (ניו־יאָרק) אַ שמועס.

נ.ב.: דזשײן, װאָס האָט דיך מאָטיװירט זיך צו פֿאַרנעמען מיט דער אַרבעט מיט כּמעט פֿאַרגעסענע ייִדישע לידער?

דזש. פּ.: איך בין געקומען צום געדאַנק צו רעקאָנסטרויִרן די כּמעט פֿאַרגעסענע אוצרות פֿון דער ייִדישער פֿאָלק־קולטור בהדרגה. ערשט האָב איך געהערט אין 1980 דעם קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער פֿון ״קלזמער קאָנסערװאַטאָרי בענד״ און זינט דעמאָלט זינג איך די ייִדישע לידער. איך האָב זיך באַקענט מיט שבֿע צוקערן און זיך געלערנט בײַ איר זינט 2006, זי האָט דעמאָלט געװױנט לעבן מיר.

נאָך דעם האָט מײַן פֿרײַנד סקאָט דעװיס מיר פֿאָרגעלײגט איבערצוזעצן דרײַ ראָמאַנען, אַרטיקלען און בריװ פֿונעם װיכטיקן ייִדישן שרײַבער יעקבֿ דינעזאָן.

אין 2010 האָט מײַן חבֿרטע בעט האָלמגרען, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סלאַװישע שפּראַכן אין דוק־אוניװערסיטעט, מיר פֿירגעלײגט צו פֿאָרשן אין איינעם די לידער פֿון װאַרשעװער קאַבאַרעטן צװישן בײדע װעלט־מלחמות. איך האָב געאַרבעט דרײַ יאָר אױף דעם, באַזונדערס מיט זיבן ביכלעך, געדרוקט פֿון יצחק זשעלאָנעק (1929–1934), אַ בוכהענדלער און לידער־פֿאַרפֿאַסער, װאָס האָט פֿאַרמאָגט אַ קרעמל אין אַן מאַרק פֿון אַלטװאַרג. איך האָב אַרױסגעגעבן פֿיר קאָמפּאַקטלעך און צוויי ביכלעך פֿון זײַנע לידער און ענלעכע לידער פֿון דער תּקופֿה. די לידער פֿון זשעלאָנעק קאָלעקציע געפֿעלן מיר אַגבֿ בעסער, װי ניקל־לידער זאַמלונג. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז די אַרבעט מיט די ניקל־לידער געװען אַ סך פֿרײלעכער. אַרבעטנדיק מיט זשעלאָנעקס לידער, האָב איך אַלע מאָל געטראַכט װעגן די זינגערס און טענצערס, װאָס זײַנען פֿאַרשװוּנדן מיטן אַש פֿון חורבן. מיטן ניו־יאָרקער עולם איז געװען דער היפּך: זײ האָבן אױך געקענט זײַן אָרעמעלײַט, אָבער זײ האָבן געהאַט די צוקונפֿט און געגלײבט, אַז זײ אָדער זײערע קינדער װעלן זײַן מצליח. דאָס איז טאַקע געװען װאָר. איך האָב געפֿונען אַ דערמאָנונג װעגן די ניקל־לידער אױף דער אינטערנעץ, װען איך האָב נאָך געאַרבעט מיט דער װאַרשעװער לידער־זאַמלונג אין אַ בוך, װאָס געפֿינט זיך נאָר אין Hebrew Union College ביבליאָטעק: American Yiddish Penny Songs by Morris Rund and others.

מאָריס רונד איז געװען אַ בעקער, אַ פּעדלער, אַ זינגער און אױך אַ פֿאַרפֿאַסער פֿון עטלעכע לידער אין זשעלאָנעקס ביכלעך. איך האָב געבעטן די HUC ביבליאָטעקערס, זײ זאָלן מיר שיקן דאָס בוך.

אָנשטאָט דעם בוך האָב איך געקראָגן דעם מיקראָפֿילם. עס איז געװען אַ קאָלעקציע פֿון צװײ הונדערט לידער־בלעטלעך, װעלכע פּעדלערס האָבן פֿאַרקױפֿט אוף די גאַסן אין דער ׳לאָער איסט סײַד׳ אין אָנהײב פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. עמעצער האָט אָפּגעהיט די ברעכיקע בלעטלעך און זײ אַװעקגעגעבן אין HUC. די ביבליאָטעקערס האָבן ניט געװוּסט װאָס דאָס איז װײַל קײנער פֿון זײ האָט קײן ייִדיש ניט גערעדט! זײ האָבן מיר דערלאָזט ניצן די מאַטעריאַלן, װי איך װיל. איך האָב געמאַכט פֿון זײ אַ בוך און אָנגעהױבן זוכן די מעלאָדיעס צו די לידער.

נ.ב.: װי אַזױ ברענגטו כּמעט פֿאַרגעסענע לידער צוריק צום לעבן?

דזש. פּ.: עטלעכע פֿון די ניקל־לידער זײַנען גוט באַקאַנט, למשל, ״אַ בריװעלע דער מאַמען״ און ״פֿרײַטיק אױף דער נאַכט״. דאָס רובֿ פֿון זײ איז אָבער אין גאַנצן פֿאַרגעסן כאָטש מען קען אַ סך פֿון זײ גרינג געפֿינען אױף דער אינטערנעץ אָבער די צרה דאָ איז די טראַנסליטעראַציע. ס׳איז זײער שװער צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ די אַמאָליקע פֿאַרלעגער האָבן אױסגעלײגט די טיטלען, װײַל די פֿאַרשידענע אָרטאָגראַפֿיעס און טראַנסקריפּציעס זײַנען אַזוי װילד פּיסטרע, אַז מע קען פּשוט לאַכן פֿון זיי. אַ מאָל דאַרף מען מזל צו טרעפֿן װאָס מען האָט געמײנט. ס׳איז זײער שװער צו געפֿינען די נאָטן, מוזיק צו די פּלאַטעס. װען די אָפּגעדרוקטע נאָטן זײַנען ניטאָ, מוז איך געפֿינען און טראַנסקריבירן  זײ פֿון די פּלאַטעס. עטלעכע פּלאַטעס זײַנען זײער זעלטן, אפֿשר נאָר אײן קאָפּיע װער ניצול ערגעץ װוּ אױף דער װעלט.

געװײנטלעך טראָג איך אַ ספּעציפֿיש ליד פֿון דער קאָלעקציע אַ פּאָר טעג אין מײַן קאָפּ. צוערשט שרײַב איך איבער די נאָטן און שטעל זײ צונױף מיט די װערטער. דעם קומענדיקן טאָג רעקאָרדיר איך דעם פּיאַנע־צושפּיל און נאָך דעם זינג דאָס ליד. שפּעטער מאַך איך אַ װידעאָ מיט די װערטער און דער איבערזעצונג. נאָך דעם, װאַרף איך דאָס ליד אַװעק אין דער קופּע פֿון די אַנדערע תּם־ונישלמדיקע לידער, און איך פֿאַרגעס װעגן דעם ליד אין גאַנצן. נאָך אַ טאָג, נאָך אַ ליד. עס זײַנען שױן מער װי 200 לידער געמאַכט אױף אַזאַ אופֿן.

ס׳איז װיכטיק צו באַמערקן, אַז די פֿאַרלעגערס האָבן באַצאָלט די קופּלעטיסטן, זײ זאָלן פֿאַרפֿאַסן די װערטער און זײ צוצופּאַסן צו די באַרימטע און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער. אָפֿטמאָל זײַנען די ייִדישע טעקסטן זײער פֿעפֿערדיק.

מיר געפֿעלן אַזױנע פּאַראָדיעס. דאָס ברענגט מיר הנאה און פֿאַרגעניגן.

עס פֿאַרדריסט מיך, װען דער עולם זינגט נאָר די זעלבע צװאַנציק לידער נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל, אַזױ װי דאָס שטעלט מיט זיך פֿאָר די גאַנצע װעלט פֿון ייִדישע לידער. עס זײַנען דאָ הונדערטער, טױזענטער לידער, װעלכע זײַנען גוט װי גאָלד אָבער פֿאַרגעסן אין גאַנצן. יעדע װאָך דעמאָנסטריר איך און רעד ארום אַ פֿאַרגעסן ליד אױף טשאַרלס גאָלדשלאַגערס ייִדיש ראַדיאָ אין פּאַריז און איך ניץ װען עס איז מעגלעך די אָריגינאַלע רעקאָרדירונגען די צוהערערס זאָלן האָבן אַ חוש פֿון דער צײַט.

נ.ב: װאָס דערצײלן די לידער װעגן דער אַמאָליקער ייִדישער שטאָט ניויאָרק?

דזש. פּ.: די ניו־יאָרקער ייִדן זײַנען געװען אין איבערגאַנג. דאָס רובֿ איז אַנטלױפֿן פֿון דער אַלטער הײם, פֿון שטעטלעך און דערפֿער, פֿון דלות און פֿרומקײט. אין שטאָט ניו־יאָרק האָבן זײ געהאָפֿט צו געפֿינען פּרנסה און אַ נײַצײַטיק לעבן. פֿונדעסטװעגן האָבן זײ געבענקט נאָך טאַטע־מאַמעס לעבן, אַפֿילו נאָך זײדע־באָבעס לעבן.

אין דער נײַער װעלט האָבן די לידער אַנטפּלעקט דעם קאָנפֿליקט צווישן מאָדערנקייט און טראַדיציע. דאָס איז אַ צענטראַלע טעמע: פֿון אײן זײַט האָט מען חוזק געמאַכט פֿון די ״אָלרײַטניקעס״, ״בױטשיקעס״, ״שאַרלאַטאַנעס״ און ״בלאָפֿערס״ מיט זײערע פּרעטענזיעס און גױיִשע שטרעבונגען. און פֿון דער אַנדערער זײַט האָט מען זיך איזדיעקעװעט איבער דער אַלטמאָדישער װעלט. בענקשאַפֿט און חוזק מישן זיך צונױף אָפֿט צוזאַמען.

נ. ב.: איך װער נתפּעל, װען איך קוק אױף דײַן אַרבעט מיט גימפּל בײניש דעם שדכן. איך ניץ עס פֿאַר מײַנע קלאַסן. װי אַזױ ביסטו געקומען צום פּראָיעקט?

דזש. פּ.: ס׳איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטע מעשֹה. צװישן די ניקל־לידער, װאָס איך האָב געפֿונען איז געװען דאָס ליד ״גימפּל בײניש דער שדכן״. איך האָב געזוכט און אַנדעקט, אַז גימפּל בײניש איז געװען אַ הױפּט־העלד פֿון דער קאַריקאַטור־סעריע אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער צײַטונג ״די װאַהרהײט״, געמאָלן פֿון שמואַל זאַגאַט און ערשט געדרוקט אין דער צײַטונג אין 1912. די סעריע איז געװען זײער פּאָפּולער אין דער צײַט, אָבער שפּעטער האָט מען װעגן איר פֿאַרגעסן אין גאַנצן. דאָס פֿאַרדריסט מיך זײער און איך האָב באַשלאָסן צו באַקענען גימפּל בײניש דעם שדכן מיטן הײַנטצײַטיקן עולם דורך מײַן װעבזײַטל.

אַ דאַנק די װיץ־בילדער האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן זיך באַקענט מיט סאָציאַל־קולטורעלן און פּאָליטישן לעבן אין אַמעריקע און אין אױסלאַנד דורך הומאָר און סאַטירע. די לײענערס האָבן באַקומען דעם צוטריט צו אָט דער סעריע און זײ קענען זען איבער װאָס מען האָט געלאַכט אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט און מיטלאַכן. לויִס מילער, דער רעדאַקטאָר פֿון ״װאַהרהײַט״ האָט אַרײַנגעלײגט די װערטער אין גימפּלס מױל און געשאַפֿן זײַנע פֿילצאָליקע אַװאַנטורעס. שמואל זאַגאַט האָט גראַפֿיש געצײכנט דעם העלד און געמאַכט אים פּאָפּולער צװישן די לײענערס פֿון דער צײַטונג. איך האָב שױן איבערגעזעצט די גאַנצע סעריע מיט גימפּל בײנישן פֿון זײַן דעביוט אין דער צײַטונג אין דעצעמבער 1912 ביזן לעצטן טאָג אין פֿעברואַר 1919, ווען די צײַטונג האָט אױפֿגעהערט צו עקזיסטירן. איך האָב זיך דערװוּסט אַ סך מער װעגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם פּראָיעקט און דערפֿאַר באַנײַט אַלע אַרײַנפֿירן, װאָס די ביכער פֿאַרמאָגן. אגבֿ, די סטודענטן פֿון דער  גימנאַזיע אין טשעכײַ זײַנען געװען אַזױ פֿאַרֿכּישופֿט מיט גימפּלען, אַז זײ האָבן אַרױסגעגעבן מײַן בוך אױף טשעכיש מיט קאָלירטע ילוסטראַציעס. זײ האָבן צוזאַמענגעקליבן גענוג פֿאָנדן איבערצוזעצן דאָס בוך אױך אױף פֿראַנצױזיש און דײַטש.

נ. ב.: פֿאַר װאָס פֿאַרנעמסטו זיך מיט אַזעלכע פּראָיעקטן?

דזש. פּ.: ערשטנס, בין איך זײער עלנט דאָ אין צפֿון קאַראָלײַנאַ מיט אומבאַקאַנטע ייִדישע אוצרות. איך האָב קײנעם, צו װעמען איך קען דערצײלן װעגן מײַנע אַנדעקונגען, מײַנע זיגן און מפּלות. איך זוך אַן אמתע געלעגנהײט פֿאָרצושטעלן מײַנע לידער פֿאַרן ברײטערן עולם. איך זינג זײ פֿאַרן עולם מיט די איבערטיטלען אױפֿן עקראַן און די מענטשן שאַצן אָפּ אָט די זעלטענע לידער. אַ מאָל װערן זײ איבערראַשט פֿונעם קלוגן און קאָמישן אינהאַלט פֿון די לידער.

צװײטנס, מײן איך, אַז אַ סך מוזיקערס קענען ניט לײענען קײן מוזיקאַלישע נאָטן און זײ האָבן ניט קײן צײַט צו זוכן די טשיקאַװע און באַהאַלטענע לידער, דערפֿאַר טו איך מײַן אַרבעט. איך שטעל צונױף דעם לידער־אַרכיװ, װאָס איז צוטריטלעך פֿאַר אַלע. איך מײן, אַז זײ װעלן געפֿעלן צו אַ סך מענטשן, װאָס װעלן קענען אױסצוהערן די זעלטענע לידער פֿון אַ מאָל. איך רעקאָרדיר די פֿאַרגעסענע לידער און שטעל זײ אױף דער אינטערנעץ כּדי זײ צו באַגײַסטערן, צו געבן זײ אַ חוש פֿון דער תּקופֿה, זײ זאָלן װיסן ניט נאָר ״אַבי געזונט״ און ״בײַ מיר ביסטו שײן.״ די ייִדישע לידער זײַנען ניט נאָר די פֿאָלקסלידער, אָדער די חורבן־לידער. איך װאַרף די כּמעט פֿאַרגעסענע ייִדישע לידער אין קיבערערטער מיט דער האָפֿענונג אַז ערגעץ װוּ װעלן אַ פּאָר מענטשן זײ זען און אָפּשאַצן. איך װעל זײַן זײער צופֿרידן!

נ.ב.: דו האָסט געװוּנען דעם ערשטן פּריז אױפֿן פֿאַרמעסט ״דער ייִדישער אײַדאָל״ אין מעקסיקע. קענסט דערצײלן אַ ביסל װעגן דעם?

דזש. פּ.: איך האָב באַקומען דעם ערשטן פּריז פֿאַר מײַן ליד „איך קען שוין ניט מיטהאַלטן״, װאָס דריקט אויס די געפֿילן פֿון איינעם, וואָס פֿילט זיך אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. דאָס ליד איז אַ געמיש פֿון ייִדישער און קעלטישער פֿאָלקסמוזיק, װײַל איך האָב דרײַסיק יאָר לאַנג געשפּילט אין אַ קעלטישער גרופּע.

״דער ייִדישער אײַדאָל״ ווערט אָרגאַניזירט דורך אַ גרופּע ליבהאָבער פֿון ייִדיש אין דער שטאָט מעקסיקע, כּדי צו אינספּירירן מענטשן זיך צו דערנענטערן צום ייִדישן ליד און וואָרט. דער עולם איז געװען ניט קלײן פֿאַר דער ייִדישער אונטערנעמונג – בערך פֿיר הונדערט מענטשן.

נ.ב.: טײַערע דזשײן, אַ האַרציקן דאַנק פֿאַר דײַן אַרבעט. איך בין אַזױ באַגײַסטערט און איך װינטש דיר צו געפֿינען און ברענגען צוריק אין 21סטן יאָרהונדערט נאָך מער אינטערעסאַנטע, פֿאַרגעסענע לידער פֿון אַ מאָל און דערמוטיקן מער און מער מענטשן אױסצוהערן און הנאה האָבן פֿון דײַן װיכטיקער אַרבעט!

www.polishjewishcabaret.com

 

http://www.yiddishpennysongs.com/

 

http://yiddishtheatersongs.com/yiddish-music-videos.html

 

https://www.yiddishpourtous.com/radioyiddishpourtousjanepeppler

 

http://www.gimpelbeynish.com

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

два × 4 =