אַז נאָר די וועלט איז היים

אַז נאָר די וועלט איז היים

האַיאָר ווערט 125 יאָר זינט עס איז געבוירן געוואָרן אַניוטאַ (חנה) פּיאַטיגאָרסקע, די ייִדישע שרײַבערין און דיכטערין, וועמעס נאָמען איז, צום באַדויערן, ווייניק באַוווּסט די הײַנטצײַטיקע לייענערס

אין דער ביראָבידזשאַנער וויסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף שלום־עליכמס נאָמען פֿאַרהיטן זיך די ביכער פֿון חנה פּיאַטיגאָרסקע און אירע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש, וווּ עס שפּיגלען זיך אָפּ אירע אײַנדרוקן נאָכן באַזוכן די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט. זי איז אָפּגעווען אין ביראָבידזשאַן, ווען די שטאָט האָט נאָר וואָס אָנגעהויבן בויען זיך און ווען עס האָבן נאָר וואָס אָנגעהויבן פֿאַרווירקלעכן זיך די טרוימען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו האָבן די אייגענע טעריטאָריע, וווּ ס׳וועט בליִען די נאַציאָנאַלע קולטור, בילדונג, עקאָנאָמיק.

פּיאַטיגאָרסקע איז געווען צווישן די, וועמעס ליטעראַרישע ווערק האָבן אויף אייביק פֿאַרהיט אין פּרטים די היסטאָרישע געשעענישן, ווער האָט צום ערשטן מאָל זיך באַגעגנט מיט בײַאַמורער ערד און איר מעכטיקער נאַטור, מיט שיינע טיכטיקע מענטשן, וועלכע האָבן באַהערשט איר ווילדע מעכטיקייט. אויף די זײַטלעך פֿונעם ייִדישן זשורנאַל ״פֿאָרפּאָסט״, וועלכער האָט זיך אַרויסגעגעבן אין ביראָבידזשאַן, האָט מען פּובליקירט די זעקס לידער פֿון פּיאַטיגאָרסקע – ״מײַן פֿאַרלאַנג״, ״די ״מוזע״, ״ווײַטמיזרחדיקע סערענאַדע״ ״מיזרח און מערבֿ״, ״מענטשן בײַם אַמור״, ״אויפֿן טײַך״.

די, וועלכע זײַנען געקומען אין דער קינפֿטיקער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין יענער צײַט, זײַנען געווען יונג, זיי פֿלעגן זיך פֿאַרליבן, אָפּשטעלן ראַנדעוווּען… דאָס זעלבע איז פֿאָרגעקומען מיט דער העלדן פֿונעם ליד פֿון חנה פּיאַטיגאָרסקע ״ווײַטמיזרחדיקע סערענאַדע״.

ווײַטמיזרחדיקע סערענאַדע

קום אַרויס, מײַן ליבער פֿרײַנד,

אויב דײַן וואָרט געווען איז וואָר,

צו קולדורער קוואַלן הײַנט,

כ׳וואַרט דאָ אויפֿן זעלבן אָרט.

די לבֿנה זילבער גיסט

און זי נאַרט פֿון שטוב אַרויס,

האַסטיקער דער טײַך הײַנט פֿליסט,

יאָגט, ווי שטענדיק, אַלץ פֿאָרויס.

סאָפּקעס שטייען אין אַ רינג,

טראָגן אויף די רוקנס וואַלד,

וועמעס בלוט עס איז נאָך יונג

הײַנט אין אָוונט בלײַבט ניט קאַלט.

דאַמף זיך פֿון די קוואַלן הויבט

און אין קילער לופֿט צעגייט,

האָסט מײַן רו בײַ מיר גערויבט,

כ׳שענק מײַן לעבן דיר מיט פֿרייד.

בײַ דעם ״קוואַל פֿון יוגנט״ כ׳וואַרט,

וווּ די וואַסער אייביק פֿליסט,

אין מײַן האַרצן הערשסטו צאַרט,

 דו מײַן קוואַל פֿון יוגנט ביסט,

נאָר אָט הער איך דײַנע טריט,

לײַכטע טריט אויף ווייכן זאַמד,

די לבֿנה שײַן צעשיט,

ס׳האָט מײַן ליבע ניט פֿאַרזאַמט!

און אָט זע איך דיך אַליין,

דײַן געשטאַלט איז לופֿטיק דין,

גיב די האַנט און לאָמיר גיין

אין דער שיינער ווײַט אַהין!

כ׳וויל ווענדן אײַער אַכט אויף דער שורה ״סאָפּקעס שטייען אין אַ רינג״. פֿאַר אַ לייענער וואָלט עס געווען געוויינטלעכער צו זאָגן ״סאָפּקעס שטייען אין אַ ריי״, אָבער פּיאַטיגאָרסקע זאָגט ״אין אַ רינג״… פֿאַר דער ייִדישער טראַדיציע איז דאָס וויכטיק. דער רינג איז דאָ ווי אַ סימבאָל – אַז גאָט רינגלט ארום אָט דאָס אָרט מיט זײַן בענטשונג און באַשיצט פֿון אַלץ שלעכטס. פּיאַטיגאָרסקע ניצט אויך דאָס וואָרט ״אייביק״ – אין אים זעט מען די האָפֿענונג, אַז די מענטשן, וועלכע זײַנען געקומען צום קוואַל, געהערן אָט דעם קאַנט נישט אויף אַ צײַט. דאָס ליד אַנטהאַלט נישט נאָר די ראָמאַנטישע שטימונג, נאָר אַ טיפֿן גײַסטיקן זין: די ליבע און בענטשונג פֿון אָט דעם קאַנט, וועלכער געהערט איצט דעם ייִדישן פֿאָלק.

לאָמיר אויך אָפּמערקן, אַז אין די דרײַסיקער יאָרן האָט דער ייִשובֿ קולדור נאָך נישט עקזיסטירט אויף דער מאַפּע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, אָבער דער קולדורער היילקוואַל איז שוין געווען באַוווּסט איבער דעם גאַנצן לאַנד.

די לידער פֿון חנה פּיאַטיגאָרסקע זײַנען נישט כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער סאָוועטישער ליטעראַטור פֿון די דרײַסיקער–פֿערציקער יאָרן, ווען די מעלה פֿון פּאָעזיע איז געווען די אידעישע געווענדטקייט און אַ רעוואָלוציאָנערער פּאַפֿאָס. אירע לידער האָבן אָפּגעשפּיגלט די פּערזענלעכע איבערלעבונגען און אַ מאָל – דעם פֿאַרלאַנג איבערלאָזן דעם לייענער אַ געלעגנהייט צו באַזיניקן אַליין דאָס, וואָס דער מחבר האָט געוואָלט זאָגן.

ציגײַנערין

אַז נאָר די וועלט איז היים,

איז ווער און וואָס – אַ צוים?

אין גרויסע שטעט,

וווּ גאַסן שפּרייטן אויס אַ פּלאַץ,

צעלייג איך מײַנע לײַוונטן,

שיט אויס מײַן ביסל תּבֿואַה טריקענען.

קוקט יעדער דורכגייער,

ווי איך באַפֿעסטיק מײַנע לײַוונטן מיט שטיינער.

פֿרעגן זיך די דורכגייער בײַ מיר…

זאָל איך דערציילן יעדן איינציקן,

וואָס כ׳ווייס אַליין:

אַז נאָר די וועלט איז היים!

די ציגײַנערין שיט אויס די טוווּע אויף אונדזער רחבֿותדיקער ערד. אפֿשר כּישופֿט זי אָדער טרעפֿט – ווער ווייסט? ס׳איז קלאָר נאָר, אַז זי זייט אומעטום די תּבֿואַה פֿון איר עסטעטיק, פֿון איר גײַסטלעכער וועלט.

די ווערק פֿון פּיאַטיגאָרסקע פֿילן אויס די פֿונקציע פֿון קונסט, און נישט נאָר שפּיגלט אָפּ די ווירקלעכקייט. אַפֿילו איצט, מיט אַ יאָרהונדערט שפּעטער, זעען זיי אויס זייער נאָוואַטאָריש.

אין 1930 יאָר איז אַרויסגעגאַנגען פֿון דרוק פּיאַטיגאָרסקעס ערשט זאַמלבוך ״אין גאַנג״. אין אים זײַנען אַרײַן די לידער, וועלכע זי האָט אָנגעשריבן טאַקע אין גאַנג – וועגן דעם, וואָס זי האָט געזען און געפֿילט אויף איר לעבנס וועג. אָבער די קריטיקערס פֿון יענער צײַט האָבן געזען אין אירע לידער דאָס, וואָס זיי אַליין האָבן געוואָלט זען: ״דאָס אָנגעשטרענגע בײַקומען פֿון איבערבלײַבסן פֿונעם עסטעטישן אינדיווידואַליזם, פֿון דער קליינבורזשואַזער פֿאַרגאַנגענהייט, באַשוועריקט מיט פּאַטריאַרכאַלע טראַדיציעס״.

איר ״עסטעטישער אינדיווידואַליזם״ און ״פּאַטריאַרכאַלע טראַדיציעס״ האָט חנה געיורשנט אין איר אינטעליגענטישער אַסימילירטער משפּחה. זי איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט זשיטאָמיר. איר זיידע איז געווען אַן אָפּשטאַמלינג פֿון באַרג־ייִדן, וועלכע מע האָט זיי אַרויסגעשיקט פֿון קאַווקאַז. זי האָט מיט אויסצייכענונג פֿאַרענדיקט די רוסישע גימנאַזיע, האָט באַקומען אַ מעדאַל. אונטער דער ווירקונג פֿון דער רוסישער ליטעראַטור האָט חנה אָנגעהויבן שרײַבן די לידער אויף רוסיש. אָבער דאָס מאַמע־לשון האָט זי שטאַרק צוגעצויגן צו זיך. חנה האָט זעלבסטשטענדיק זיך אויסגעלערנט ייִדיש, האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין ייִדישע שולן פֿון זשיטאָמיר און קיִעוו און שאַפֿן לידער אויף אָט דער שפּראַך.

די ווערק פֿון פּיאַטיגאָרסקע האָט מען פּובליקירט אין פֿאַרשידענע ייִדישע אויסגאַבעס פֿון ווילנע, קיִעוו, כאַרקאָוו, מאָסקווע… אין 1928 יאָר האָט דער דיכטער און איבערזעצער עזראַ קאָרמאַן אײַנגעשלאָסן עטלעכע לידער פֿון פּיאַטיגאָרסקע אין דער אַנטאָלאָגיע ״ייִדישע דיכטערינס״, וואָס איז געווען אַרויסגעגעבן אין טשיקאַגאָ.

חנה פּיאַטיגאָרסקע האָט געפֿירט אַן אַקטיוו געזעלשאַפֿטלעך לעבן. זי איז געווען אַן אָנטיילנעמערין פֿון דער ערשטער אַלפֿאַרבאַנדישער באַראַטונג פֿון ייִדישע שרײַבערס אין מאָסקווע און פֿונעם ערשטן צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבערס אין 1934 יאָר. די לעצטע יאָרן האָט זי געוווינט אין לענינגראַד, וווּ זי האָט געאַרבעט אינעם ייִדישן אויפֿקלער־הויז ווי אַ לעקטאָר און האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ליטעראַרישן קרײַזל. פֿון 1941 ביז 1943 יאָר האָט פּיאַטיגאָרסקע איבערגעלעבט צוויי שרעקלעכע בלאָקאַדע־ווינטערס. אין יענע יאָרן האָט זי פֿאָרגעשטעלט אין לענינגראַד די ייִדישע פּאָעזיע. חנה איז געווען שווער קראַנק, ווען מע האָט זי עוואַקויִרט אין דער שטאָט זלאַטאָוסט (טשעליאַבינסקער געגנט), וווּ זי איז געשטאָרבן דעם 3 פֿעוואַרל 1943 יאָר.

אין דער ביראָבידזשאַנער געגנטלעכער ביבליאָטעק פֿאַרהיטן זיך דער זשורנאַל ״פֿאָרפּאָסט״ (נומ. 5-4, 1940 יאָר) און דאָס זאַמלבוך פֿון דערציילונגען און לידער פֿון סאָוועטישע מחברים ״ביראָבידזשאַן – ווײַטער און נאָענטער קאַנט״, וואָס איז געווען אַרויסגעלאָזט אין מאָסקווע אין 1984 צום 05יאָריקן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דאָ קען מען געפֿינען די פּובליקאַציעס פֿון דער דיכטערין. אין די פֿאָנדן פֿון דער ביבליאָטעק זײַנען אויך פֿאַראַן דרײַ זאַמלביכער פֿון פּיאַטיגאָרסקע: ״אין גאַנג״ (1930), ״אויף דער וואַך״ (1935), ״אין אויפֿשטײַג״ (1940). דעם נאָמען פֿון אַניוטאַ (חנה) פּיאַטיגאָרסקע האָט מען אײַנגעשלאָסן אין דער רוסלענדישער ייִדישער ענציקלאָפּעדיע. די ביראָבידזשאַנער ליטעראַטן אַרבעטן איצט איבער די איבערזעצונגען פֿון אירע לידער אויף דער רוסישער שפּראַך.

אַלאַ אַקימענקאָ

ייִדיש: יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *