באָריס סאַנדלער

באָריס סאַנדלער - На фоне Народного дома. Слева направо: А. Френкель (редактор журнала "Народ книги", "Петербург), Рут Левин (певица, Тель-Авив), В. Дымшиц (исследователь, эссеист, Петербург), Е. Меламуд(исследователь, архивист,Киев), Б. Сандлер

На фоне Народного дома. Слева направо: А. Френкель (редактор журнала "Народ книги", "Петербург), Рут Левин (певица, Тель-Авив), В. Дымшиц (исследователь, эссеист, Петербург), Е. Меламуд(исследователь, архивист,Киев), Б. Сандлер

די איצטיקע קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ איז געוואָרן אַ קולטורע דערשײַנונג פֿאַר דער גאַנצער שטאָט

אין אויגוסט האָב איך געהאַט די זכיה זיך צו באַטייליקן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערערנץ, אין אָנדענק פֿון יענער ערשטער שפּראַך־קאָנפֿערענץ 1908. אָפּגערונקט מיט 110 יאָר טיף אין דער געשיכטע, זײַנען נאָך יענער קאָנפֿערענץ געבליבן תּכליתדיקע באַשלוסן; איינער פֿון זיי — און דער וויכטיקסטער — איז געווען דאָס אָנערקענען ייִדיש ווי „אַ נאָציאָנאַלע שפּראַך‟; נישט „די נאַציאָנאַלע שפּראַך‟, נאָר איינע פֿון די ייִדישע לשונות בײַם ייִדישן פֿאָלק.

זעט אויס, אַז די פּשרה, צו וועלכער עס זײַנען געקומען די אַן ערך 70 באַטייליקטע פֿון דער ערשטער קאָנפֿערענץ, האָט נאָך הייסע מינדלעכע באַטאַליעס, סוף־כּל־סוף, באַפֿרידיקט די מערהייט.

תּכלית פֿון דער איצטיקער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ איז געוואָרן דער פֿאַקט אַליין, אַז אין 110 יאָר אַרום, נאָך די טייטלעכע גזירות סײַ אויף אונדזער פֿאָלק און סײַ אויף ייִדיש, זײַנען זיך קיין טשערנאָוויץ צונויפֿגעפֿאָרן בײַ די 30 מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער צו דערמאָנען די טעג פֿון אונדזערע גדולים. אמת, אין אונטערשייד צו דער ערשטער קאָנפֿערענץ, וואָס איז אין גאַנצן געפֿירט געוואָרן אין ייִדיש, האָט די איצטיקע אָנדענק־קאָנפֿערענץ אַדאַפּטירט פֿיר אָפֿיציעלע שפּראַכן: ענגליש, אוקראַיִניש, רוסיש און ייִדיש (דער סדר איז אָנגעוויזן לויט דער בראָשור־פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ).

ווער זשע זײַנען זיי, די געסט פֿון דער איצטיקער קאָנפֿערענץ? קודם־כּל, די אַקאַדעמישע עדה: פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַור, שפּראַך, געשיכטע, מיט איין וואָרט, אוניווערסיטעט־מענטשן, וואָס ייִדיש איז פֿאַר זיי אין תּוך אַ לימוד, אַן אָביעקט פֿאַר זייערע שטודיעס און וויסנשאַפֿטלעכע סך־הכּלען. ס׳רובֿ פֿון זיי גריבלען זיך אינעם ייִדישן עבֿר, אין די גניזות און עזבֿונות. צווייטנס, איבערזעצערס פֿון ייִדיש, פֿאַרלעגער און אַרכיוויסטן; און דריטנס, אַ הייפֿל ייִדישע שרײַבערס. בעת דער ערשטער קאָנפֿערענץ האָבן דעם אויבן אָן פֿאַרנומען די ייִדישע פּען־מענטשן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ באַזונדער אָרט האָבן פֿאַרנומען די טעמעס, פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון די בוקאָווינער ייִדן בכלל און טשערנאָוויצער בפֿרט. דער פּרעכטיקער „רויטער זאַל‟ פֿונעם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט, וווּ אַלע 11 סעסיעס זײַנען פֿאָרגעקומען, האָט זיכער קיין מאָל נישט געהערט קיין רייד וועגן דער ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור און שפּראַך ווי אין יענע הייסע עטלעכע טעג.

טשערנאָוויץ קאָן זיך באמת גרויסן מיט אירע ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן אַרײַנגעבראַכט אין דער געשיכטע פֿון דער גאַנצער בוקאָווינער באַפֿעלקערונג אַ ממשותדיקן חלק אין אַלע געביטן פֿון לעבן: קולטור, אַרכיטעקטור, ווירטשאַפֿט, עקאָנאָמיע, ליטעראַטור, טעאַטער, מוזיק — סײַ אין די צײַטן, ווען בוקאָווינע איז געווען אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע, סײַ אונטער דער ממשלה פֿון רומענישן קעניג. ווי אַזוי זשע האָט מען זיי אָפּגעדאַנקט? פֿאַרשיקט אין טראַנסניסטריע צו ווערן דאָרט אומגעבראַכט. אויך די סאָוועטישע מאַכט, וואָס האָט אין בוקאָווינע באַלעבאַטעוועט איבער 50 יאָר האָט אויסגעראָטן יעדן שפּור פֿון דער ייִדישער קולטור, וואָס האָט נאָכן חורבן שוין קוים געזשיפּעט.

הײַנט וווינען אין טשערנאָוויץ בערך אַ טויזנט ייִדן, און די נײַע אומאָפּהענגיקע רעגירונג דערמעגלעכט אָנצוהאַלטן אַ רעליגיעזן לעבנס־שטייגער, צו האָבן ייִדישע אינסטיטוציעס און לערן־אַנשטאַלטן. בײַ דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן געהאַלטן שיינע רייד די איצטיקע גדולים — סײַ פֿון קיִעוו און סײַ פֿון טשערנאָוויץ. צי איז אָבער געוואָרן די געשיכטע פֿון די אוקראַיִנישע ייִדן, דערטרונקען אין די בלוטיקע פּאָגראָמען און פֿאַרברענט אין די שׂרפֿות פֿון חורבן, אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע? צי זײַנען די ווערק פֿון די ייִדישע שרײַבערס אַרײַן אינעם לערן־קוריקולום, בתוכם אינעם שיינעם אַלטן טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט?

די אָרטיקע געלערנטע היסטאָריקער און אַרכיוו־אַרבעטער, וואָס זײַנען אויפֿגעטראָטן אין די ראַמען פֿון דער אָנדענק־קאָנפֿערענץ, האָבן אַוודאי נישט אויסגעמיטן צו דערמאָנען די וויכטיקע ראָלע פֿון ייִדן אין די מקומות. איינער פֿון די רעדנער האָט אַפֿילו באַטאָנט, אַז ער „שאַצט מענטשן, וואָס האָבן ליב זייער שפּראַך!‟. דער טראַגישער פּאַראַדאָקס אָבער באַשטייט אין דעם, אַז די אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן האָבן מער דערמאָנט הספּדים אויפֿן ברודער־קבֿר פֿון בוקאָווינער ייִדנטום.

באַזונדערס האָט זיך עס געפֿילט אויסער די ווענט פֿונעם אוניווערסיטעטישן „רויטן זאַל‟, בעת די שפּאַצירן איבער דער שטאָט און די קורצע אַרויספֿאָרן קיין סאַדיגורע און וויזשניץ. מיט טשערנאָוויץ זײַנען בײַ מיר פֿאַרבונדן מײַנע ערשטע דערמאָנונגען וועגן אַ גרויסער שטאָט. כּמעט יעדן זומען, ביז אַ יאָר 12, פֿלעג איך פֿאָרן פֿון בעלץ צו מײַנע מומעס, וועלכע האָבן דאָרט געוווינט. די גלײַכע ברוקירטע גאַסן מיט הויכע שיינע בנינים האָבן פֿאַרכאַפּט מײַן אויג. שוין אָפּגערעדט פֿון די אָוונט־שפּאַצירן אויף דער רעשיקער צענטראַלער קאָביליאַנסקי־גאַס, וווּ שטאָלצע מענטשן האָבן הויך גערעדט צווישן זיך ייִדיש.

יאָ, די אַמאָליקע ייִדישע שטאָט טשערנאָוויץ האָט צו מיר הײַנט אויך גערעדט ייִדיש, געשיקט שטילע גרוסן פֿון די געציילטע אָנדענק־שילדלעך אויף די ווענט, לכּבֿוד אירע אָמאָליקע באַרימטע ייִדישע תּושבֿים: דעם גרויסן משלים־שרײַבער אליעזר שטיינבאַרג, זײַן ליפּקאַנער בן־עיר און תּלמיד משה אַלטמאַן און דער זעלטענער ייִדישער אַקטריסע סידי טאַל…

צו קומען אויף אַ ייִדישער אינטערנאַציאָנאַלער אָנדענק־קאָנפֿערענץ און נישט באַזוכן די קבֿרים פֿון אונדזערע אָבֿות, וועט עס די וועלט נישט פֿאַרשטיין. איז ווי לאָזט מען טאַקע נישט איבער אַ שטיינדל אויפֿן קבֿר פֿון אליעזר שטיינבאַרג. אַפֿילו פֿון זײַן אייביקייט שיקט ער אונדז זײַן טרייסט:

טרויעריק, קינדער, אויף דער וועלט דער ברייטער גראַמער!

 ביטער! מיט אַ מאָשל כאָטש זיך קוויקן לאָמיר…

די פֿאַרלאָזטע ייִדישע בית־עולמס מיט זייערע שיין־אויסגעקריצטע מצבֿות, אײַנגעוואָרצלט אין דער בוקאָווינער ערד, זײַנען זיי געוואָרן אַ טייל פֿונעם אַרומיקן פּייסאַזש, ווי די חורבֿות פֿון די אַמאָליקע רוימישע פּאַלאַצן, אָדער מיטלעלטערלעכע פֿעסטונגען… פֿאַר אונדז, וועלטלעכע ייִדן, זעט עס אפֿשר אויס אַזוי, נאָר נישט פֿאַר די חסידים, וואָס קומען צו פֿאָרן אַהער פֿון אַלע וועלט־עקן. דאָ איז דאָך געשטאַנען דאָס וויגעלע פֿון חסידות; דאָ אינעם רעשיקן טײַכל וויזשענקע האָט דער בעל־שם־טובֿ זיך געטובֿלט; דאָ האָבן געפֿירט זייערע רביישע הויפֿן דער רוזשינער רבי, דער באָיאַנער רבי, דער וויזשניצער רבי — געפֿירט, דאַרף מען זאָגן, רײַך, בהרחבֿהדיק, מיט אַ ראַזמאַך.

זיי, די יונגע חסידישע חבֿרה, קומען אַהער אָנצונעמען זיך מיטן גײַסט פֿון זייערע אַלטע רביים, אָנצוקניפּן די איבערגעריסענע פֿעדעמער פֿון אַמאָל מיטן הײַנט. זיי האָבן אַוודאי קיין אַנונג נישט וועגן דער ערשטער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ און אירע באַשלוסן; זיי לעבן זיך אויס מיט ייִדיש טאָג־טעגלעך, ווײַל ייִדיש איז געבליבן פֿאַר זיי די שפּראַך, וואָס פֿאַרבינדט זיי מיטן חסידישן ייִחוס, מיט זייערע אָבֿות.

דעריבער האָט זייער באַגײַסטערט און פֿאַרפֿלאַנצט האָפֿענונג די באַטייליקונג אין דער קאָנפֿערענץ פֿון ד״ר חיה־רחל נאָווע, אַ חסידישע פֿרוי פֿון ניו־יאָרק, וואָס האָט געהאַלטן איר רעפֿעראַט אויף אַ לינגוויסטישער טעמע. כ׳בין זיכער, אַז אונדזערע גדולים פֿון דער ערשטער קאָנפֿערענץ, בראָש מיט י.־ל. פּרץ, האָבן זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז אין 110 יאָר אַרום וועט אַ סאַטמערער חסידישע טאָכטער רעדן וועגן דעם „פֿאָנעטישן קאָנטראַסט פֿון די קורצע און לאַנגע וואָקאַלן אינעם אונטערלאַנדישן ייִדיש‟. דער טעמע פֿון חסידישן ייִדיש איז געווידמעט געווען אַ באַזונדערע סעסיע.

די איצטיקע קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ איז געוואָרן אַ קולטורע דערשײַנונג פֿאַר דער גאַנצער שטאָט; די פּלאַקאַטן און אַפֿישעס מיט דעם לאָגאָ פֿון דער קאָנפֿערענץ, האָט מען געקאָנט זען הענגען אויף די צענטראַלע גאַסן. ייִדישע פֿילמען, קינסטלערישע אויסשטעלונגען פֿון טשערנאָוויצער ייִדישע מאָלערס, אַן עקספּאָזיציע פֿון ייִדישער פּרעסע און ביכער, וואָס געפֿינט זיך אין די פֿאָנדן פֿונעם אוניווערסיטעט, קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק האָבן געוויס פֿאַרברייטערט די ראַמען פֿון דער אָנדענק־קאָנפֿערענץ. און אין די אָוונטן האָט די טשערנאָוויצער פֿילהאַרמאָניע, אַ בנין, וואָס איז היסטאָריש אויך פֿאַרבונדן סײַ מיט דער קולטורעלער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער שטאָט און סײַ מיט דער ערשטער שפּראַכן־קאָנפֿערענץ, געעפֿנט די טירן פֿאַר די ליבהאָבער פֿון ייִדישן געזאַנג. אויף דער זעלבער בינע, וווּ ס׳האָט געשפּילט די באַרימטע סידי טאַל, האָבן אויפֿגעטראָטן מיט זייערע פּראָגראַמען די הײַנטיקע ייִדישע שטערן: מאַרינע יאַקובאָוויטש און רות לעווין (ביידע פֿון ישׂראל), און יעפֿים טשאָרני (מאָלדאָווע).

און צום סוף פֿון מײַנע נאָטיצן דאַרף אויסגעדריקט ווערן אַ גרויסער יישר־כּוח די צוויי חשובֿע פּערזענלעכקייטן — פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש און יוסף זיסעלס, דעם קאָ־פּרעזידענט פֿון דער אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קהילות אין אוקראַיִנע. אָן זייער מי און געטרײַשאַפֿט זייער געבוירן־שטאָט און דעם אָנדענק פֿון  אַלע דורות טשערנאָוויצער ייִדן, וואָלט זיכער קיין נשמה־שׂימחה לכּבֿוד ייִדיש נישט פֿאָרגעקומען.

אין זײַן געזעגונג־וואָרט בײַם שליסן די קאָנפֿערענץ, האָט פּראָפֿעסאָר מאָסקאָוויטש געזאָגט: „איך זאָג אײַך צו, אַז אין צען יאָר אַרום, צום 120סטן אָנדענק פֿון דער ערשטער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, וועט איר אַלע זײַן פֿאַרבעטן!‟

פֿון זײַן מויל צו גאָטס אויערן, אָמן!

ברוקלין, ניו־יאָרק, אויגוסט 2018

  

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

четыре × два =