זיסי ווייצמאַן

לידער

ווען סע שטאַרבט אָפּ אַ בוים

ווען סע שטאַרבט אָפּ אַ בוים

פֿאַלן אַראָפּ די בלעטער.

בלעטער גרינע און געלע

פֿאַלן שטיל, ניט געשווינד.

ווען סע שטאַרבט אַ פּאָעט,

פֿאַרבלײַבן די לידער די העלע,

און ווי יתומעלעך, קלאָגעדיק,

ציטערן  זיי אויפֿן ווינט…

דעם טאַטנס ניגו

אויפֿן וועג שטיי אַ בוים,

שטייט עס אײַנגעבויגן.

אַלע פֿייגל פֿונעם בוים

זײַנען זיך צעפֿלויגן.

איציק מאַנגער

אפֿילו אין חלום,

אפֿילו אין טרוים

עס שטייט פֿאַר די אויגן

דער אַלטינקער בוים.

וווּ זײַנען די בלעטער?

עס ווייסט בלויז דער ווינט.

וווּ זײַנען די פֿייגל?

אַנטלאָפֿן געשווינד.

אַנטרונען געוואָרן,

צעזייט און צעשפּרייט,

אין קאַלטן פֿרימאָרגן

מיט נעפּל באַגלייט…

דעם טאַטנס נגינה

איך האָב פֿאַרגעדענקט.

דעם טאַטנס נגינה

איך האָב פֿאַרגעדענקט.

שעקספּירן וועלן נאָך קומען

שעקספּירן וועלן נאָך קומען.

די וועלט מיט זיי שוין שוואַנגערט.

טראַדיציעס קורצע און לאַנגע

זעצן זיך פֿאָר אין אומעט.

עס דרייט זיך גלגל־החוזר,

די וועלט וועט אירס נאָך באַקומען…

זעצן זיך פֿאָר די טראַדיציעס, –

שעקספּירן וועלן נאָך קומען.

פֿונעם זאַמלבוך ״אַ פֿריילעכער רעגן״ 
ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

7 + 13 =