אַן אָנהייב פֿון אַ ייִדישן דיאַלעקט־ווערטערבוך

אַן אָנהייב פֿון אַ ייִדישן דיאַלעקט־ווערטערבוך

 

די ייִדישע ווערטער קלינגען גאַנץ אַנדערש אינעם מויל פֿון פֿאָלק, ווײַל רעדן רעדט מען געוויינטלעך עפּעס אַ דיאַלעקט: אַ פּוילישן ייִדיש, אַ ליטווישן ייִדיש, אַן אונגאַרישן ייִדיש אאז»וו. פֿאַר די דיאַלעקטן איז אַוודאי נישטאָ וווּ צו זוכן דעם אַרויסרעד פֿון די ווערטער, דער סטודענט קען זיך לערנען אַן אויטענטישע אויסשפּראַך נאָר דורך צוהערן זיך צו גוטע ייִדיש־רעדערס — און אויף דעם דאַרף מען האָבן אַ גוט אויער, וואָס נישט יעדער האָט עס.

די לעצטע דרײַ חדשים אַרבעט איך אויף אַ נײַעם פּראָיעקט: אַ «ייִדישן דיאַלעקט־ווערטערבוך» אין אינטערנעץ. דער דאָזיקער פּראָיעקט איז אַרויסגעוואַקסן פֿון מײַן נאָך־ניט־פֿאַרענדיקטער דיסערטאַציע: בשעת איך האָב געפֿאָרשט אינעם סקלאַד פֿון ייִוואָ אין ניוערק, ניו־דזשערסי, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין פֿינף קעסטלעך, וואָס אויף זיי איז געשטאַנען דאָס וואָרט Thesaurus — האָב איך געמיינט, אַז דאָס איז מסתּמא דער כּתבֿ־יד פֿון סטוטשקאָווס «אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך», וואָס איז אַרויס פֿון ייִוואָ אין 1950. אָבער נאָך ווײַטערע גריבלענישן אין די פּאַפּירן און פֿאָרשן די געשיכטע פֿונעם «גרויסן ווערטערבוך», איז געוואָרן קלאָר, אַז דאָס זײַנען סטוטשקאָווס ווערטער־רשימות, וואָס ער האָט צוגעגרייט אין די ערשטע יאָרן פֿון דער אַרבעט אויפֿן «גרויסן ווערטערבוך» און וואָס האָבן געדאַרפֿט דינען ווי דער באַזיס פֿונעם ווערטערבוך — לויט זײַן מער באַשיידענעם פּלאַן. אָבער אין 1955 האָט ער זיך צעקריגט מיט די אַנדערע רעדאַקטאָרן, יודל מאַרק און יודאַ יאָפֿע, און ער איז אַוועק פֿונעם פּראָיעקט. מאַרק און יאָפֿע, ווידער, האָבן זיך פֿאַרמאָסטן אויף אַ סך אַ גרעסער ווערק, ווי סטוטשקאָוו האָט געוואָלט; זיי האָבן פּלאַנירט גאַנצע צען בענד (שפּעטער צוועלף אָדער דרײַצן) און זיי האָבן סטוטשקאָווס רשימות נישט גענוצט, אַחוץ די פֿאַרן אות «אַלף» — ווײַל «אַלף» איז דער איינציקער אות, וואָס זיי האָבן באַוויזן צו פֿאַרענדיקן. דאָס הייסט, אַז אַ יסוד פֿאַר אַ קלענערער ווערסיע פֿונעם «גרויסן ווערטערבוך» איז פֿאַראַן, מיט אַן ערך 150,000 ווערטער און פֿראַזעס.

 אין אַ געוויסער מאָס האָט סטוטשקאָוו פֿאָרויסגעזען דעם בראָך פֿונעם «גרויסן ווערטערבוך» און געהאָפֿט, אַז זײַנע רשימות וועלן אפֿשר קענען ראַטעווען דעם פּראָיעקט. אין 1955 האָט ער געשריבן:

«וואָס עס זאָל ניט זײַן דער גורל פֿון אונדזער אונטערנעמונג גיי איך אָבער ווײַטער אָן מיט מײַן אַרבעט פֿון ברענגען אין אָרדענונג דעם רוי־מאַטעריאַל פֿאַרן ווערטערבוך און צו פֿאַרענדיקן אַלע רשימות פֿון אַלף ביז תּוו און, חלילה־וחס, אונדזער פּראָיעקט זאָל צעפֿאַלן ווערן לאָז איך זיי צוזאַמען מיט דער קאַרטעטעק פֿון דעם ‘אוצר’ אין רשות פֿון ייִוואָ. אויב עס וועלן זיך ווען עס איז געפֿינען מענטשן וואָס וועלן אויפֿלעבן דעם פּראָיעקט און מײַנע רשימות וועלן זיי קענען ניצן, וועט דאָס זײַן מײַן שׂכר פֿאַר דער מי וואָס איך האָב אַרײַנגעלייגט אין זיי».

דערווײַל האָב איך אויסגעקלאַפּט כּמעט 20% פֿון סטוטשקאָווס רשימות, וואָס מע קען זיי שוין איצט לייענען און זוכן אין זיי אויף דער וועבזײַט yiddishdialectdictionary.com. ס’איז אַן ערך 33,000 ווערטער, פֿראַזעס, ציטאַטן, און דעפֿיניציעס. דרײַ־פֿערטל איז גענומען גלײַך פֿון סטוטשקאָווס «אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך», אָבער אַ פֿערטל איז נײַ.

צום באַדויערן, זײַנען סטוטשקאָווס רשימות אין זייער אַ רויעם צושטאַנד. דער עיקר, פֿעלן געוויינטלעך די דעפֿיניציעס, און אַפֿילו אויב אַ דעפֿיניציע איז יאָ פֿאַראַן, איז עס זייער קורץ און בלויז אויף ייִדיש, אָדער אַ מאָל אויף העברעיִש אָדער אַפֿילו רוסיש (געשריבן מיט ייִדישע אותיות). געוויינטלעך גיט סטוטשקאָוו בלויז דעם נומער פֿון דער סעקציע, וווּ דאָס וואָרט געהערט אין זײַן «אוצר», און דאָס העלפֿט אונדז נאָר אַ ביסל צו פֿאַרשטיין דעם טײַטש. עס וועט זײַן אַ סך, אַ סך אַרבעט צו דעפֿינירן די אַלע ווערטער ווי געהעריק. אין דעם פּרט זײַנען אַ גרויסע הילף די נײַע זייער אַרומנעמיקע ווערטערביכער פֿון יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ, פֿון שעכטער און פֿון אַנדערע.

דער צווייטער וויכטיקער אַספּעקט פֿונעם דיאַלעקט־ווערטערבוך איז זײַן דיאַלעקטישער אַספּעקט. דערווײַל איז נישטאָ קיין ייִדישער ווערטערבוך וואָס גיט דעם פּינקטלעכן אַרויסרעד פֿון די ווערטער, אַפֿילו נישט פֿאַר דער אַזוי גערופֿענער «כּלל־שפּראַך», די סטאַנדאַרד־שפּראַך, וואָס פֿאַקטיש רעדן דאָס כּמעט נאָר די ייִדיש־לערערס אין די קלאַסן. אָבער די ייִדישע ווערטער קלינגען גאַנץ אַנדערש אינעם מויל פֿון פֿאָלק, ווײַל רעדן רעדט מען געוויינטלעך עפּעס אַ דיאַלעקט: אַ פּוילישן ייִדיש, אַ ליטווישן ייִדיש, אַן אונגאַרישן ייִדיש אאז»וו. פֿאַר די דיאַלעקטן איז אַוודאי נישטאָ וווּ צו זוכן דעם אַרויסרעד פֿון די ווערטער, דער סטודענט קען זיך לערנען אַן אויטענטישע אויסשפּראַך נאָר דורך צוהערן זיך צו גוטע ייִדיש־רעדערס — און אויף דעם דאַרף מען האָבן אַ גוט אויער, וואָס נישט יעדער האָט עס.

בקיצור, ס’איז קלאָר אַז אַזאַ מין דיאַלעקט־ווערטערבוך וואָלט געדאַרפֿט עקסיסטירן, און די מאַטעריאַלן פֿונעם «ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס» גיבן אונדז אַ ים מיט מאַטעריאַל, וואָס איז איצט געוואָרן צוטריטלעך אין אינטערנעץ: כּמעט זעקס טויזנט שעה פֿון רעקאָרדירטע אינטערוויוען מיט איבער זעקס הונדערט אינפֿאָרמאַנטן אויף דער וועבזײַט eydes.de און צענדליקער טויזנטער זײַטן פֿון ענטפֿער־בויגנס (answer sheets), וואָס די ביבליאָטעק פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט הײַיאָר פֿאַרעפֿנטלעכט אין אינטערנעץ. טויזנטער ווערטער און פֿראַזעס זײַנען דאָרט טראַנסקריבירט אין די פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן מיט אַ פֿאָנעטישער טראַנסקריפּציע; מען קען דאָרט שעפּן מאַטעריאַל פֿאַרן ווערטערבוך מיט פֿולע הענט.

פֿאַר אַ געוויסער צאָל ווערטער איז פֿאַראַן גענוג אינפֿאָרמאַציע אין די ענטפֿער־בויגנס, כּדי צו שאַפֿן מאַפּעס (דערווײַל האָב איך געמאַכט בלויז פֿינף אַזעלכע) וואָס ווײַזן פּינקטלעך, ווי אַזוי מע האָט אַרויסגערעדט די ווערטער אין די פֿאַרשיידענע מקומות. אַזאַ מדרגה פֿון פּינקטלעכקייט איז נישט נייטיק פֿאַרן געוויינטלעכן לייענער, וואָס וויל פּשוט וויסן ווי אַזוי מע רעדט אַרויס דאָס וואָרט אין איין סאָרט ייִדיש. אָבער פֿאַרן פֿאָרשער איז אַוודאי אינטערעסאַנט צו זען די גאַנצע פֿאַרשיידנקייט. עס ווערט שווערער צו טענהן, אַז אַזאַ אָדער אַן אַנדער אַרויסרעד איז נישט «ריכטיק», ווײַל ייִדן האָבן אַרויסגערעדט די ווערטער אויף זייער אַ סך אופֿנים

די מאַפּעס זײַנען אויך פֿאַר זיך אַ בילדערישער און קאָלירפֿולער עלעמענט, וואָס קען צוציִען מענטשן צום ווערטערבוך — פּונקט אַזוי ווי דער עלעמענט פֿון קלאַנג און ווידעאָ. ס’איז אַ פּראָבלעם בײַ די מערסטע גרויסע ווערטערביכער, וואָס נאָרמאַלע מענטשן האָבן מורא פֿאַרן גרויסן ים אינפֿאָרמאַציע. די בילדערישע עלעמענטן זײַנען נישט נאָר ניצלעך, זיי קענען אויך מאַכן דעם ווערטערבוך ווייניקער מוראדיק. די קלאַנג־ און ווידעאָ־אויסצוגן זײַנען ספּעציעל וויכטיק, ווײַל רובֿ לייענער קענען בכלל נישט לייענען די פֿאָנעטישע טראַנסקריפּציעס. און אַפֿילו געניטע פֿאָנעטיקער וועלן וועלן הערן דעם קלאַנג און זיך נישט אַלע מאָל פֿאַרלאָזן אויף טראַנסקריפּציעס. (אַ מאָל וועט זיך אויך אַרײַנכאַפּן אַ טעות, נישט פֿאַר קיינעם געדאַכט!)

איך וואָלט געוואָלט, אַז דער ווערטערבוך זאָל זײַן אַ מין לעבעדיקע זאַך: בילדעריש מיט קלאַנג און ווידעאָ, און אויך אינטעראַקטיוו: ענטפֿערן פֿראַגעס פֿון לייענער; אויספֿרעגן געבוירענע ייִדיש־רעדערס וועגן זייער לשון, ספּעציעל בײַ די חסידים; בכלל איז וויכטיק צו דאָקומענטירן דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש אין די פֿאַרשיידענע לענדער, ווײַל בדרך־כּלל פֿעלט זייער ייִדיש פֿון אונדזערע ווערטערביכער, גראַמאַטיקעס, און לערנביכער. איך מאַך אויך אינטערוויוען מיט אינפֿאָרמאַנטן, כּדי צו ניצן אויסצוגן דערפֿון אינעם ווערטערבוך, און אַ מאָל גיב איך אַרויס דעם גאַנצן אינטערוויו אין אינטערנעץ. איך שאַף באַזונדערע זײַטן אויף archive.org מיט דעם קלאַנג־מאַטעריאַל פֿון די אינפֿאָרמאַנטן: אַזוי קען מען הערן אַלע אויסצוגן פֿון איין מענטש אויב מען וויל. ס’איז שוין דאָ אַ חוה לאַפּין־לעקסיקאָן, אַ מרים־האָפֿמאַן־לעקסיקאָן, אַ באַשעוויס־לעקסיקאָן, אַ ליובאַוויטשער רבי־לעקסיקאָן, און נאָך. דער ווערטערבוך קען וואַקסן צו ביסלעך אַזוי ווי «וויקיפּעדיע», לויט די כּוחות וואָס מע לייגט אין אים אַרײַן.

דער פּראָיעקט שטעקט נאָך בײַם אָנהייב און עס פֿעלן אַ סך וויכטיקע זאַכן: צײַט, געלט, מיטאַרבעטער, וואָס זיי וואָלטן אַ סך פֿאַרגיכערט און פֿאַרגרינגערט די אַרבעט. אויף אַזאַ פּראָיעקט וואָלט געדאַרפֿט אַרבעטן אַ גאַנצע מאַנשאַפֿט. כּדי צו באַקומען פֿאָנדן, איז מסתּמא נייטיק אײַנצושטעלן אַן אינסטיטוציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיט אַן אוניווערסיטעט אָדער אַן אַנדער פֿאָרשונג־אינסטיטוט. אַזוי ווי איך האָב נישט קיין ידיעות אין דער קאָמפּיוטערײַ, איז די וועבזײַט נאָך זייער פּרימיטיוו. דערווײַל האָב איך באַקומען קריטישע באַמערקונגען און עצות פֿון פֿאַרשיידענע קענער, וואָס זיי וועלן אפֿשר העלפֿן צו פֿאַרבעסערן די מעטאָדיק און העכערן דעם וויסנשאַפֿטלעכן ווערט פֿונעם ווערטערבוך.

 

 

 

 

Источники фотографий:

https://ingeveb.org/people/alec-leyzer-burko

https://www.youtube.com/watch?v=VCYx_u7LRJo

https://www.youtube.com/watch?v=zv5PO_ru_2U

https://www.youtube.com/watch?v=gj0-P6kDUfA

https://www.youtube.com/results?search_query=yiddish+godfather

https://www.youtube.com/watch?v=ZfkLkM-esPg

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

19 − 2 =