״איך בין געװאָרן אַ טײל פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה״

״איך בין געװאָרן אַ טײל פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה״

 איך האָב זיך באַקענט מיט טאָמאַסן װוּדסקי, שװעדן, אױף דער פּראָגראַם ״די רײַזע אין ייִדישלאַנד״ מיט עטלעכע יאָר צוריק און זינט דעמאָלט בלײַבן מיר אין קאָנטאַקט פֿון צײַט צו צײַט. ער האָט מיך אפֿילו פֿאַרבעטן און אָרגאַניזירט די װירטועלע טרעפֿונג מיט די אָנטײלנעמערס פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער סעקציע פֿון דער דאָרטיקער פּראָגראַם ״לימוד״ אין שטאָקהאָלם. טאָמאַס איז אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט און אַ שאַפֿערישער קינסטלער, װאָס באַטײליקט זיך כּמעט טאָג־טעגלעך מיט ייִדישע אַקטיװיטעטן אין זײַן לאַנד, שװעדן, אײנע פֿון די אײנציקע מלוכות אױף דער װעלט װאָס שטיצט ייִדיש.

 

נ.ב.: טײַערער טאָמאַס, קענסט דערצײלן װעגן זיך און װעגן דײַן װעג צו ייִדיש?

ט.װ.: מיט אַ סך יאָרן צוריק האָב איך געלעבט אין מאָנטרעאַל. דאָרטן האָב איך פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק און איך האָב געזען מיט באַװוּנדערונג אָן אַ שיעור ביכער און זשורנאַלן אױף ייִדיש, אָבער ניט קײַן סך מענטשן, װאָס האָבן גערעדט ייִדיש. האָב איך געפֿרעגט, װוּ איך קען געפֿינען אַזעלכע מענטשן, און מען האָט מיך געשיקט אין דער חסידישער געגנט. בין איך אַהין געפֿאָרן און געזען טאַקע אַ סך טראַדיציאָנעל־געקלײדטע ייִדן, װאָס האָבן גערעדט ייִדיש אױף די גאַסן. דאָרטן האָב איך געקױפֿט די ביכער אױף ייִדיש מיט אַ סך אילוסטראַציעס און מעשֹיות. דאָס איז געװען דער אָנהײב פֿון מײַן לערנען ייִדיש.

איך קום פֿון דער משפּחה, װאָס רעדט אַ סך פֿאַרשידענע לשונות, אָבער ניט קײן ייִדיש. מײַנע עלטערן און די שװעסטער רעדן דײַטש, אָבער איך – ניט. די מאַמע איז אַ לערערין פֿון פֿראַנצײזיש. איך האָב  אַלע מאָל געװוּסט װי ייִדיש קליגט, אָבער געקומען צום דירעקטן קאָנטאַקט נאָר אין אױבן־דערמאָנטער געגנט אין מאָנטרעאַל. נאָך דעם װי איך האָב געהאַט באַזוכט דעם חסידישן ראַיאָן אין מאָנטרעאַל, האָב איך זיך געלערנט די שפּראַך אױף פֿאַרשידענע קורסן און פּראָגראַמען אין טאָראָנטאָ, מאָנטרעאַל, תּל־אבֿיבֿ, און אַנדערע שטעט אוּן מדינות. אױך אין אוניװערסיטעט אין שװעדן, האָב איך שטודירט ייִדיש. װען איך בין צוריקגעפֿאָרן פֿון קאַנאַדע קײן שװעדן האָב איך אָרגאַניזירט צוזאַמען מיט מײַן חבֿר אַ נאַכט־קלוב מיט דער ייִדישער טעמאַטיק און מיטן נאָמען ״ב[אַ]ר-מיצװה״. מיר האָבן געגעבן דעם קלוב אַזאַ נאָמען צוליב דעם, װאָס דער 93יאָריקער מאַן האָט זיך געדונגען מיטן באַרשענקער, ער זאָל מאַכן די פּרײַז פֿאַר ביר ביליקער – טאָן אַ באַר מיצװה. מיר האָבן פֿאַרבעטן אַלע ייִדיש־רעדנדיקע אָרגאַניזאַציעס פֿון שטאָקהאָלם צו קומען צו גאַסט און פֿאַרברענגען מיט אונדז אױף ייִדיש: דעם ייִדישן טעאַטער, דעם כאָר, די ייִדישע קעגליען-מאַנשאַפֿט און אַזױ װײַטער. דאָרטן, אינעם נאַכט־קלוב, האָב איך זיך געטראָפֿן צום ערשטן מאָל מיט אמתע ייִדישיסטן, און דאָס איז געװען אַ גרױסע און באַדײַטנדיקע איבערלעבונג פֿאַר מיר. איך בין געװאָרן אַ טײל פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין מײַן שטאָט.

נ.ב.: פֿאַר װאָס איז ייִדיש אָנערקענט אין שװעדן און װאָס מײנט דאָס?

ט. װ.:איך װױן אין שטאָקהאָלם, שװעדן און מיר פֿאַרנעמען זיך מיט פֿאַרשידענע אַקטיװיטעטן, װאָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, װײַל די שפּראַך געהערט צו די נאַציאָנאַלע

מינאָריטעטן־לשונות, װאָס די שװעדישע רעגירונג שטיצט און היט אָפּ. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ייִדיש איז געװען אָנערקענט אין אונדזער לאַנד װי אַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן־שפּראַך, אַזױ װי 4 אַנדערע מינאָריטעטן־לשונות. שװעדיש איז אַלע מאָל געװען די הױפּט־שפּראַך אין לאַנד און דערפֿאַר טראָגט זי ניט קײן אָפֿיציעלן שפּראַך־סטאַטוט. דאָס קלינג זײער טשיקאַװע, אָבער אַזױ איז עס טאַקע. דאָס דערלױבט אונדז ניצן די מלוכישע מיטלען אין שײַכות מיט ייִדיש, אַזעלכע װי די טעלעװיזיע און ראַדיאָ, ספּעציעל אינעם פֿעלד פֿון די דערציִערישע לערן־פּראָגראַמען. עס װױנען ניט קײן סך ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן אין שװעדן (אַרום 000 4) און ס׳רובֿ פֿון זײ זײַנען די עלטערע מענטשן. פֿון דעסט װעגן העלפֿט די שטיצע פֿון דער שװעדישער רעגירונג צו דערמוטיקן דעם ייִנגערן דור אױך זײ זאָלן זיך לערנען ייִדיש.

נ.ב.: װאָס טוסטו מיט ייִדיש װי אַ קינסטלער?

ט. װ.: מיר אַרבעטן אױף עטלעכע קינסטלערישע פּראָיעקטן, װאָס זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן מיט ייִדיש: למשל, מיר האָבן  אַ מאָדערנעם לעבעדיקן אינטערנעץ־זשורנאַל אױף ייִדיש, װאָס הײסט ״דאָס בלעטעלע״ און װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט די הײַנטצײַטיקע פּאָפּ־קולטורעלע ענינים איבער דער װעלט: נײַע פֿילמען, לידער, קינסטלערס, פּאָפּ־שטערן, וכדומה. מיר גרײטן צו דערציִערישע, פּעדאַגאָגישע אַודיאָ־ און װידעאָ-פּראָגראַמען פֿאַר די סטודענטן פֿון שולן פֿון פֿאַרשידענע עלטערן. ס׳איז פֿאַראַן בײַ אונדז די מעטאַל־ראָק גרופּע ״דיבוקים״, װאָס שאַפֿט זײערע קאָמפּאָזיציעס אױף ייִדיש. מיר האָבן אַן אַמאַטאָרישן טעאַטער װאָס שפּילט אױף ייִדיש. מיר פֿאַרבעטן יעדעס יאָר די אָנגעזעענע ייִדישיסטן, לינגװיסטן, היסטאָריקער און ליטעראַטור קריטיקער אױף דעם אינטענסיװן סוף־װאָך. די דאָזיקע אונטערנעמונגען זײַנען זײער פּאָפּולער און זײ דערמוטיקן און ציִען צו אַ סך מענטשן פֿון אױסלאַנד צו קומען צו אונדז לערנען ייִדיש אױפֿן הױכן ניװאָ. אַלע יאָר נעמען מיר אָנטײל אין דער שװעדישער פּראָגראַם ״לימוד״ מיט ספּעציפֿישע װאַרשטאַטן װעגן ייִדיש און אױף ייִדיש. מיר האָבן לעצטנס געשאַפֿן אַ ייִדיש־-קרײַזל, װאָס מיר רופֿן ״קװעטשערײַ״, װוּ מיר קענען זיך טרעפֿן און ״קװעטשן״ װעגן פֿאַרשידענע זאַכן. דאָס איז זײער אומפֿאָרמעל, װײַל אַ סך מענטשן װילן ניט זיך לערנען ערנסט, װילן פּשוט זיך פֿאַרװײַלן און פֿאַרברענגען. איז געבן מיר זײ אַזאַ ברירה. אינעם קרײַזל פּראָבירן מיר אַרײַנצוברענגען פֿאַרשידענע טעמעס, װי קאָכן, ספּאָרט, קוננס, רײַזעס וכדומה. מיר האָבן אָרגאַניזירט אױך אַ שפּיל־קרײַזל, װאָס הײסט ״דער נײער דור״, װוּ מע שפּילט אױף ייִדיש אין פֿאַרשידענע שפּילערײַען. פֿונעם קרײַזל איז געװאָרן אַ רעגיסטרירטער פֿאַראײן. עס זײַנען דאָ אַרום 30 יונגע מענטשן (צװישן 35-20 יאָר אַלט) אינעם פֿאַראײן. מיר אַרבעטן אױך אױפֿן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַן אונטערבאַן־מאַפּע מיט די נעמען פֿון אַלע באַן־סטאַנציעס אױף ייִדיש.

איך האָב געאַרבעט אױך אױפֿן פּאָדקאַסט װעגן ייִדיש מיטן עכטן ייִדיש רעדנער איזי יאַנג. ער האָט אין די 1950קער געװױנט אין ניו־יאָרק און געהאַט אַ ביכער־קראָם, װוּ באָב דילאַן און אַלען גינזבערג פֿלעגן קומען, און ער האָט זײ געבעטן אָנטײלצונעמען אין די קולטורעלע אָװנטן, װאָס ער האָט דורכגעפֿירט. אין שװעדן האָט אים קײנער ניט געקענט. נאָר װען דילאַן האָט געקראָגן דעם נאָבל־פּריז, האָט מען אַנדעקט אין שװעדן איזי יאַנג.

נ.ב.: װאָס נאָך איז פֿאַראַן אין שװעדן אין שײַכות מיט ייִדיש?

ט.װ.: מען האָט געשאַפֿן אױף אינטערנעץ דאָס אילוסטרירטע װערטערבוך אין ייִדיש, ענגליש און שװעדיש אױף גאָר פֿאַרשידענע טעמעס. מע קען זען און הערן הונדערטער װערטער, װאָס מע רעדט זײ אַרױס. ס׳איז זײער אַ ניצלעכער מיטל פֿאַר די, װאָס לערנען זיך ייִדיש.

ס׳איז דאָ אַ פֿאַרלאַג, װאָס ניקאָלײַ און אידאַ אָלניאַנסקי, מאַן און װײַב, פֿירן אָן מיט אים און װאָס פֿאַרנעמט זיך נאָר מיט ארױסגעבן די ביכער אױף ייִדיש. זײ האָבן לעצטנס, אין די יאָרן 2017 — 2018 אַרױסגעגעבן עטלעכע שײנע ביכער מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אויסזען און צעשיקט זײ איבער דער װעלט. ס׳איז טאַקע אַ מחיה צו קוקן אױף זײ. ניקאָלײַ און אידאַ אגבֿ שפּילן בײדע אין דער פֿריִער דערמאָנטער מעטאַל־ראָק גרופּע ״דיבוקים״ און זײ שאַפֿן זײערע װערק נאָר אױף ייִדיש.

לעצטנס איז אַרױס אַ װוּנדערלעכע װעבזײַטל, װוּ מע לערנט קינדער די ייִדישע לידער.

נ.ב.: װאָסער שטיצע האָט ייִדיש מצד דער שװעדישער רעגירונג?

ט.װ.: ס׳איז די פֿאַרשידן־מיניקע שטיצע און ניט אַלע מאָל די עכטע. למשל, װען מען װיל אָנקלינגען אין רעגירונגס־אָנשטאַלטן און פֿרעגן עפּעס אױף ייִדיש, קײנער װעט

ניט אײַך ענטפֿערן. אָבער אױב דאָס קינד האָט שײַכות מיט ייִדיש, לאָמיר זאָגן, די באָבע אָדער זײדע האָבן גערעדט ייִדיש, קענען די עלטערן פֿאָדערן, אַז דאָס קינד זאָל קענען זיך לערנען ייִדיש אומזיסט, און די רעגירונג שטיצט דאָס און זאָל געפֿינען אַ לערער, װאָס װעט לערנען מיטן קינד פּנים־אל־פּנים אָדער דורך אינטערנעץ. אפֿילו אױב ס׳איז נאָר אײן קינד אין דער גאַנצער געגנט, מוז מען אים געפֿינען אַ לערער.

 נ.ב.: אױף װאָסערע פּראָיעקטן אַרבעטסטו איצט?

ט.װ: ס׳יז גאָר אינטערעסאַנטער און טשיקאַװער פּראָיעקט – די נײַע טעלעװיזיע פּראָגראַם. איך װעל פֿאָרן מיט אַ פּאָר קאָלעגן איבער אײראָפּע און זיך טרעפֿן מיט אױסערגעװײנטלעכע ייִדישיסטן אין פֿאַרשידענע שטעט און פֿאַרברענגען מיט זײ אַ טאָג. ס׳װעט זײן אַ סעריע פֿון אומפֿאָרמעלע אינטערװיוען, װאָס װעט דערלױבן זיך בעקענען די מענטשן בעסער און ברענגען צום עולם דאָס אינטערעסאַנטסטע פֿון אַזאַ מיט טרעפֿונגען. די ערשטע שטאָט װעט זײַן פּאַריז, און דערנאָך – בוכאַרעסט. דעמאָלט װעט פֿאָרקומען דאָרטן דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישע טעאַטערס און ס׳װעט זײַן אַ גלענצנדיקע געלעגנהײט פֿאַר מיר זיך צו באַקענען מיט דער ייִדישער טעאַטראַלער װעלט. אַ חלום!

נ.ב.: טײַערער טאָמאַס, מיר װינטשן דיר אַ סך דערפֿאָלגן אין דײַן שאַפֿערישער אַרבעט, אַ סך פּרעכטיקע פּראָגראַמען און פֿאַרכאַפּנדיקע טרעפֿונגען מיט ייִדישיסטן איבער דער װעלט!

ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

https://vk.com/video-126504885_456239083

http://www.bletele.com/

https://www.youtube.com/watch?time_continue=14&v=Tvgj-0_uY4w

http://barnsanger.jiddischforbundet.se/sang/-1

https://m.youtube.com/watch?v=isWyTHfZRo8

http://olniansky.com/

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

девятнадцать + 4 =