ייִדן אין קאָסמאָס

פֿאַר די לעצטע יאָרצענדליקער זײַנען אין קאָסמאָס געפֿלויגן 14 ייִדן־אַסטראָנויטן, דערין דרײַ פֿרויען. זיי האָבן דורכגעפֿירטן 43 קאָסמאָס־עקספּעדיציעס. צוויי ייִדן־אַסטראָנויטן – דזשודיט רעזניק (פֿשאַ) און אילן רמון (ישֹראל) זײַנען אומגעקומען אין קאַטאַסטראָפֿעס פֿון זייערע קאָסמאָסשיפֿן

דער ערשטער ייִד־אַסטראָנויט, וועלכער האָט דורכגעלייגט דעם וועג אין קאָסמאָס, איז געווען דער פֿליִער־קאָסמאָנויט פֿון פֿססר פּאָלקאָווניק באָריס וואָלינאָוו. דער שלאַכט־פֿליִער באָריס וואָלינאָוו איז דורכגעגאַן אַ שטרענגן אָפּקלײַב און מע האָט אים צוגענומען אין דער ערשטער סאָוועטישער קאָסמאָנויטן־אָטריאַד אין 1960. איבער דעם אַנטיסעמיטיזם האָט באָריס וואָלינאָוו אויף זײַן וועג אין קאָסמאָס אָנגעטראָפֿן אויף די ערנסטע שוועריקײַטן.

צום ערשטן מאָל האָט ער געדאַרפֿט פֿליִען אין קאָסמאָס אין 1964 ווי אַ קאָמאַנדיר פֿונעם עקיפּאַזש פֿון דער קאָסמאָסשיף ״וואָסכאָד־1, אָבער פֿאַר דרײַ טעג פֿאַרן סטאַרט האָט די מלוכה־קאָמיסיע אים באַזײַטיקט פֿונעם פֿלוג. די דערקלערונגען פֿון די סאָוועטישע אַנטיסעמיטן זײַנען געווען זייער פּשוטע – ״ייִדן האָבן גאָרנישט וואָס צו טאָן אין קאָסמאָס״. אָבער וואָלינאָווס קאַנדידאַטור האָבן צום גליק פֿאַרטיידיקט דער גענעראַל־קאָנסטרוקטאָר סערגיי קאָראָליאָוו און דער נאַטשאַלניק פֿון אַסטראָנויטן־אָטריאַד גענעראַל קאַמאַנין. ווען מע האָט באַזײַטיקט וואָלינאָוון, האָט קאָראָליאָוו בייז געזאָגעט דעם ערשטן סעקרעטאַר פֿון צק קפּספֿ (דער צענטראַלער קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי) כרושטשאָוו: ״צעשאָקלט ניט דאָס שיפֿל – עס קען זיך איבערקערן!״

דער גענעראַל קאַמאַנין האָט געשריבן אין זײַנע טאָגביכער:

״1968, 20 דעצעמבער.

נעכטן האָט מען די גאַנצע גרופּע קאָסמאָנויטן, וואָס גרייט זיך צום ספֿערנפֿלי אויף צוויי ״סאָיוזן״, אַרויסגערופֿן אינעם צענטראַלן קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. איך האָב מורא געהאַט, אַז סערבין וועט נאָך אַ מאָל באַרירן די ״ייִדישע פֿראַגע״ – ער האָט שוין אַ מאָל זיך אַרויסגעזאָגט קעגן באָריס וואָלינאָוון נאָר דערפֿאַר וואָס זײַן מוטער איז אַ ייִדישקע. אָבער סערבין איז געווען געצוווּנגען אָפּצוטרעטן אונטער דער ווירקונג פֿון מישין, קעלדיש, אַפֿאַנאַסיעוו (מיטגלידער פֿון דער מלוכה־קאָמיסיע)…״

״1969, 11 יאַנואַר.

איך האָב פֿאָרגעשטעלט דער מלוכה־קאָמיסיע די אַסטראָנויטן, וועלכע האָבן פֿולשטענדיק פֿאַרענדיקט די פּראָגראַם פֿון צוגרייטן זיך צום קאָסמאָספֿלי אויף צוויי ״סאָיוזן״… איך האָב פֿאָרגעלייגט צו באַשטימען באָריס וואָלינאָוון פֿאַר אַ קאָמאַנדיר פֿון דער קאָסמאָסשיף ״סאָיוז־5״. די מלוכה־קאָמיסיע האָט באַשטעטיקט מײַן פֿאָרשלאָג.

אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט אַזאַ לאַנגער און פּײַנלעכער וועג פֿון באָריס וואָלינאָוון צו דעם קאָסמאָספֿלי. ער האָט אָנגעהויבן גרייטן זיך צו די פֿלוגן צוזאַמען מיט יורי גאַגאַרינען. ער האָט פֿינף מאָל געווען אַ דובלירער און איין מאָל האָט מען אים באַשטימט אַלס קאָמאַנדיר פֿון דער קאָסמאָסשיף ״וואָסכאָד״, אָבער פֿאַרן פֿלוג האָט זיך געשאַפֿן אַ גרויסער געפֿאַר, אַז מע וועט אים ניט אײַנשלאָסן אינעם עקיפּאַזש פֿון ״סאָיוז־5״ נאָר איבער דעם, וואָס זײַן מוטער איז אַ ייִדישקע. אין די סאַמע לעצטע טעג האָבן מיר באַקומען די בריוו פֿון צק קפּספֿ מיט דער רוף: ״שיקט ניט קיין ייִדן אין קאָסמאָס!״. מיט גרויס מי האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרטיידיקן דעם גוטן יאַט פֿון די בייזע און נאַרישע אָנפֿאַלן״.

אין 1969 האָט וואָלינאָוו געפֿלויגן אין קאָסמאָס אַלס קאָמאַנדיר פֿון דער קאָסמאָסשיף ״סאָיוז־5״. בעת דעם פֿלוג האָט מען דורכגעפֿירט אַ צונויפֿשליסונג מיט דער קאָסמאָסשיף ״סאָיוז־4״. אָבער בײַם לאַנדן איז אויפֿגעקומען אַן אויסעראָרדנטלעכע סיטואַציע —  ס׳איז קאַליע געוואָרן די טאָרמאָזירונג־סיסטעם און דער קאַפּסל האָט אָנגעהויבן פֿאַלן. נאָר אַ דאַנק זײַן גרויס מוטיקייט איז וואָלינאָוו לעבן געבליבן און האָט זיך דערפֿאָלגרײַך אומגעקערט אויף דער ערד.

אין 1976 האָט וואָלינאָוו געמאַכט זײַן צווייטן ספֿערנפֿלי אויף דער שיף ״סאָיוז־21״ און דורכגעפֿירט אַ צונויפֿשליסונג מיט דער אָרביטאַלער סטאַנציע ״סאַליוט־5״.

דזשודיט רעזניק (די פֿאַראַייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע) האָט געמאַכט איר ערשטן קאָסמאָספֿלי אויף דער שיף ״דיסקאַווערי״ אין 1984. דזשודיט איז געבוירן געוואָרן אין דער אָרטאָדאָקסאַלער ייִדישער משפּחה. איר זיידע איז געווען איינער פֿון די ווייניקע אײַנוווינערס פֿון דער ישֹראלדיקער שטאָט חברון, וועמען ס׳איז געלונגען בלײַבן לעבן אין דעם פּאָגראָם פֿון 1929. דזשודיט האָט באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אינזשענער־עלעקטריקער און פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָראַט. אין 1977 איז רעזניק דורכגעגאַן אַן אָפּקלײַב אין דער גרופּע אַסטראָנויטן – מע האָט זי אָפּגעקליבן פֿון די טויזנטער קאַנדידאַטן. דזשודיטס צווייטער פֿלוג אויף ״טשעלענדזשער״ אין 1986 האָט זיך פֿאַרענדיקט טראַגיש – די קאָסמאָסשיף האָט זיך אויפֿגעריסן באַלד נאָכן סטאַרט.

חוץ דזשודיט רעזניק זײַנען אין קאָסמאָס אָפּגעווען צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען – אַ מיליטער־דאָקטער פּאָלקאָווניק עלען בייקער (שולמאַן), וועלכע האָט אָנטייל גענומען אין פֿיר עקספּעדיציעס, און אַן אַוויִאַציע־אינזשענער מאַרשאַ אײַווענס – זי איז געווען אין באַשטאַנד פֿון פֿינף עקיפּאַזשן פֿון קאָסמאָסשיפֿן.

שפּעטער האָבן נאָך פֿיר אַמעריקאַנער אַסטראָנויטן־ייִדן געפֿלויגן אין קאָסמאָס. אַ געלערנטער־אַסטראָנאָם דזשעפֿרי האָפֿמאַן איז ארײַנגעגאַנגען אינעם באַשטאַנד פֿונעם עקיפּאַזש פֿונעם צופֿלי־שיפֿל ״קאָלומביע״ אין 1985 און דערנאָך האָט זיך באַטייליקט נאָך אין פֿינף קאָסמאָס־עקספּעדיציעס.

מאַרטין פֿיטמאַן, דאָקטער־וועטערינאַר, האָט אָנטייל גענומען אין דער קאָסמישער עקספּעדיציע צוזאַמען מיטן עקיפּאַזש פֿונעם צופֿלי־שיפֿל ״קאָלומביע״ אין 1993.

אַ געבוירענער אין אָרטאָדאָקסאַלער ייִדישער משפּחה דזשעראָם אַפּט (געלערנטער־פֿיזיקער) איז געווען אין קאָסמאָס פֿיר מאָל.

אַ רעליגיעזער ייִד דוד וואָלף, וועלכער האָט דיפּלאָמען פֿון אינזשענער־עלעקטריקער און דאָקטער־כירורג, איז אויך געווען פֿיר מאָל אין קאָסמאָס. מיט זיך פֿלעגט ער נעמען כּיפּה, טלית און די תּורה. אויף דער קאָסמישער סטאַנציע ״מיר״ האָט ער אין 1997 ערבֿ ראָש־השנה גענומען אויך אַ שופֿר און געבלאָזט אין אים ווען דער יום־טובֿ איז געקומען.

אַ געלערנטער־פֿיזיקער דזשאָן גריונספֿעלד איז צום ערשטן מאָל געווען אין קאָסמאָס דעם 2טן מאַרץ 1995 (אויף Space Shuttle Endeavour)  און דערנאָך האָט אָנטייל גענומען נאָך אין פֿיר קאָסמאָס־עקספּעדיציעס.

פּאָלקאָווניק פֿון דער אַמעריקאַנער מיליטער־אַוויִאַציע סקאָט האָראָוויץ פֿאַרייניקט אין זיך אַלע נייטיקע מעלות פֿון אַסטראָנויט – אַ סך יאָרן איז ער געווען אַ פֿליִער־אויספּרוּווער און חוץ דעם האָט פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אין אַעראָקאָסמישע טעכנאָלאָגיעס. ער האָט אָנטייל גענומען אין דרײַ קאָסמאָספֿליון אַלס אַסטראָנויט, און אין 2001 איז ער געשטאַנען בראָש דער קאָסמישער עקספּעדיציע אויפֿן צופֿלי־שיפֿל ״דיסקאַװערי״. שפּעטער איז סקאָט האָראָוויץ געווען איינער פֿון די אָנפֿירערס פֿון דער אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור ״נאַסאַ״.

אַן אינזשענער־אַוויִאַטאָר און פֿליִער־אויספּרוּווער מאַרק פּאָלאַנסקי האָט זיך אויפֿגעהויבן אין קאָסמאָס אויף Space Shuttle Atlantis אין 2001 און שפּעטער איז ער נאָך צוויי מאָל געפֿלויגן אין קאָסמאָס. מאַרק פּאָלאַנסקי איז געבוירן געוואָרן אין דער ייִדישער משפּחה, זײַן מוטער האָט אָנגענומען יודאַיִזם. ווי אַ סימבאָל פֿון זײַן ייִדישער אידענטיטעט האָט מאַרק גענומען אין קאָסמאָס אַן עקספּאָנאַט פֿונעם חורבן אייראָפּע מוזיי — פּליושענעם בערעלע פֿון אַן ייִדיש קינד, דערהרגעט אין אוישוויץ.

אין 2003 יאָר איז אויף דער אַמעריקאַנער קאָסמאָסשיף ״קאָלומביע״ געפֿלויגן אין קאָסמאָס דער ערשטער ישֹראלדיקער קאָסמאָנויט פּאָלקאָווניק אילן רמון. די מיטיילונג וועגן דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער קאָסמאָסשיף אין הימל איבער טעקסאַס איז געקומען דעם 1 פֿעברואַר 2003 אום שבת.

אילן איז אַלט געווען 48 נאָר יאָר. ער איז געבוירן געוואָרן דעם 20 יוני 1954 אין תל אביב, איז געווען דאָס ייִנגסטע קינד אין דער משפּחה פֿון די שארית־הפּליטה, די געוועזענע אַסירים אין אוישוויץ אליעזר און טאָניע וואָלפֿערמאַן.

אין 1974 האָט רמון פֿאַרענדיקט די העכערע פֿליִער־שול. פּאָלקאָווניק רמון איז געווען אַן עכטער פֿליִער־אַס – מער פֿון 3000 שעה אויפֿן שטורעם־אַעראָפּלאַן A-4, אויף פֿאַרניכטערס Mirage III און  F-4 און מער ווי  1000 שעה אויף F-16. ער האָט געהאַט די הונדערטער שלאַכט־אַרויספֿלוגן, ער האָט צוויי מאָל זיך קאַטאַפּולטירט.

אילן רמון איז געווען נישט קיין ערשטער ייִד אין קאָסמאָס, אָבער נאָר ער האָט געפֿאָדערט די כּשר־מעניו אויף אָרביטע. ״איך בין נישט קיין רעליגיעזער ייִד, אָבער איך בין דער ערשטער ישֹראלי אין קאָסמאָס. איך פֿיל זיך פֿאַר אַ שליח פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און כ׳האָב דרך־ארץ פֿאַר זײַנע טראַדיציעס״, – האָט געזאָגט רמון.

אין זײַן קאָסמאָספֿלי האָט דער ישֹראלדיקער אַסטראָנויט מיט זיך גענומען די תּורה פֿון אַ איינעם אַ לעבן געבליבענעם אין חורבן. פֿאַר רמון איז דאָס קליינע ביכל געווען אַ סימבאָל פֿון דער ייִדישער געשיכטע, וועלכע האָט צוגעפֿירט דאָס ייִדישע פֿאָלק צום בילדן די אייגענע מדינה.

נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער קאָסמאָסשיף Columbia האָט רמונס אַלמנה זיך דערוווּסט וועגן נאָך איין ספֿר־תּורה, וואָס האָט זי איבערגעשריבן דער זעלבער ספֿור.

״איך האָב געבעטן דעם עקיפּאַזש פֿון Atlantis צו נעמען אין קאָסמאָס די ספֿר־תּורה אין אָנדענק וועגן דעם, וואָס אילן האָט געוואָלט זאָגן – אַז מענטש איז פֿעיִק בײַקומען די שוועריקייטן אויף פּערזענלעכן, נאַציאָנעלן און אַלגעמיין־מענטשלעכן ניוואָ. איך פֿיל, אַז איך האָב געטאָן דאָס, וואָס אילן האָט געוואָלט, די קרײַז איז געשלאָסן געוואָרן״, – האָט געזאָגט רונה רמון. דער עקיפּאַזש פֿון דער אַמעריקאַנער קאָסמאָסשיף Atlantis האָט אויסגעפֿילט איר בקשה.

דעם 11 מאַרץ 2008 איז אין קאָסמאָס געפֿלויגן אַ קאָסמאָנויט גאַרעט רײַזמאַן. דער 40־יאָריקער אינזשענער־מעכאַניקער פֿון ניו־דזשערסי האָט מיט זיך גענומען מגילת העצמאות – די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע פֿון מדינת־ישֹראל, און אַ פֿאָנעלע מיט די ישֹראלדיקע סימבאָלן, מיטן אויטאָגראַף פֿון שמעון פּרס. גאַרעט רײַזמאַן האָט פֿון קאָסמאָס באַגריסט דעם ייִדישן פֿאָלק מיט 60־יאָריקן יוביליי פֿון אומאָפּהענגיקייט.

גאַרעטן האָט אויף דער אינטערנאַציאָנעלער סטאַנציע געביטן דעם אינזשענער־אַוויִאַטאָר גרעגאָרי טשאַמיטאָף. ער האָט געבראַכט אויף דער סטאַנציע צוויי מזוזות. מע האָט זיי צוגעקלאַפּט אין דער קאָסמאָסשיף Discovery.

עס האָט די מזוזות געמאַכט אַן ישֹראלדיקער דיזײַנער לורן כהן. זי ספּעציאַליזירט זיך אין דיזײַן פֿון יודאַיִקאַ־זאַכן. לורן איז פֿאַרכאַפּט מיט דער קאָסמאָס־טעמאַטיק פֿון איר סטודענטישע יאָרן אָן. צווישן אירע שאַפֿונגען קען מען אָפֿט זען די מזוזות, וועלכע דערמאָנען לויט זייער פֿאָרעם די קאָסמאָסשיפֿן. מע האָט אויסגעקליבן די מזוזה ״אַפּאָלאָ״: זי איז געמאַכט אין פֿאָרעם פֿון דער קאָסמאָסשיף, וועלכע האָט זיך געלאַנדט אויף דער לבֿנה.

אויף ייִדיש האָט איבערגעזעצט יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *