כּדי ייִדיש זאָל לעבן און בליִען

כּדי ייִדיש זאָל לעבן און בליִען

שֹרה זילבערמאַן איז אײנע פֿון די אַקטיװסטע ייִדישיסטן אין אױסטראַליע.

זי לערנט ייִדיש אינעם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר דער ייִדישער ציװיליזאַציע בײַ מאָנאַש אוניװערסיטעט. דער אוניװערסיטעט טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ באַרימטן אױסטראַליש-ייִדישן גענעראַל אין דער אױסטראַלישער אַרמײ בית דער ערשטער װעלט־מלחמה, דזשאָש מאָנאַש (1865 – 1931). שֹרה איז אַ שטענדיקער פֿאָרװערטס־קאָרעספּאָנדענט אין אױסטראַליע, אַ מאַמע פֿון דרײַ טעכטער,װאָס אַלע רעדן און לערנען ייִדיש.

נ.ב.:טײַערע שֹרה,דערצײל אַ ביסל װעגן זיך אין דײַן שײַכות מיט ייִדיש.

שֹ.ז.:ייִדיש איז שטענדיק געװען און בלײַבט אַ װיכטיקער טײל פֿון אונדזער משפּחה־לעבן.

איך בין געבױרן געװאָרן אין ניו־יאָרק. מײַנע עלטערן זײַנען בײדע אױך געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. מיר האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין די שלום־עליכם פֿאָלק־שולן. איך האָב זיך װײַטער געלערנט ייִדיש אין דער אַרבעטער־רינג מיטלשול און נאָך דעם אין קװינס קאָלעדזש בײַ דעם שטאָטישן אוניװערסיטעט. װי אַ 16־יעריק מײדל בין איך געגאַנגען אינעם בונדישן קעמפּ ״המשך״, װאָס האָט געהאַט זײער אַ גרױסע השפּעה און מיר געהאָלפֿן אױסקלײַבן דעם װעג צו מײַן קאַריערע. איך האָב באַקומען מײַן מאַגיסטער אין דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור פֿון קאָלומביאַ־אוניװערסיטעט און ייִװאָ. איך בין שױן מער װי 30 יאָר אין אױסטראַליע, װוּ איך האָב געלערנט אַ סך יאָרן אין פֿאָלקשול בײַם שלום־עליכם קאָלעדזש מיט די קינדער, װי אױך מיט די מיטלשול־סטודענטן. און דערנאָך האָב איך געלערנט ייִדיש און לערן נאָך אַלץ אין מאָנאַש אוניװערסיטעט. הײסט עס, איך האָב געלערנט ייִדיש די קינדער פֿון 5 ביז 85 יאָר אַלט. איך אַרבעט אַ מאָל אױך מיט די אַקטיאָרן פֿון אונדזער ייִדישן טעאַטער צו פֿאַרבעסערן זײער אַרױסרעד.

ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז אַלע אונדזערע ייִדיש־לערערס, אַחוץ מיר, זײַנען די פּראָדוקטן פֿון װעלטלעכע ייִדישע שולן אין מעלבורן. דאָס איז זײער װיכטיק פֿאַרן ייִדישן קולטורעלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין אונדזער שטאָט – צו פֿאַרמאָגן אײגענע, היגע, אין אױסטראַליע דערצױגענע אינטעלעקטועלע כּוחות. לעצטנס, האָט מײַנער אַ תּלמיד, װאָס האָט זיך געלערנט דעם ייִדישן טעאַטער, געביטן זײַן הױפּט־לימוד און באַשלאָסן װערן אַ ייִדיש לערער. איך בין זײער דערפֿרײט צו הערן אַזעלכע ידיעות.

נ. ב.: פֿאַר װאָס ביסטו געפֿאָרן קײן אױסטראַליע?

שֹ. ז.: װען איך בין געװען אַ 16־יעריקע סטודענטקע אין שטאָטישן אוניװערסיטער, ס׳איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען אַ שרײַבן־קאָנקורס, און איך האָב געװוּנען די ערשטע פּרעמיע. דער בחור פֿון אױסטראַליע האָט געװוּנען די צװײטע פּרעמיע און שפּעטער געװאָרן מײַן מאַן און מיך אַהינגעבראַכט.

נ. ב.: דו האָסט דרײַ טעכטער, װאָס זײַנען אױך די פֿאַרברענטע ייִדישיסטן. װי אַזױ האָסטו עס אױסגעפּועלט?

שֹ. ז.: אונדזערע דרײַ טעכטער זײַנען אַלע ייִדיש־לערערינס. פֿײגעלע, די עלטסטע, האָט געלערנט ייִדיש אין דוד־המלך מיטלשול אין מעלבורן און זי אַרבעט פֿולשטענדיק האַיאָר מיט אונדזער הײס־געליבטן אײניקל. דבֿורהלע און רײזעלע, זײ זײַנען אַגבֿ די צװילינג, לערנען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור און אַנדערע ייִדישע לימודים מיט די קינדער בײַם שלום־עליכם קאָלעדזש (מיט די קינדער, װאָס זײַנען 3 – 12 יאָר אַלט). רײזל לערנט אױך מיט די מיטלשול־תּלמידים (װאָס זײַנען 13 – 18 יאָר אַלט). רײזעלע פֿירט אָן מיט די אומפֿאָרמעלע ייִדישע אַקטיװיטעטן אין קאָלעדזש. דבֿורהלע לערנט אױך ייִדיש פּריװאַט מיט קינדער און דערװאַקסענע, און אַלע דרײַ שאַפֿן אױף ייִדיש די נײַע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן פֿאַר די קינדער, אַרבעטן אױף איבערזעצונגען פֿון ייִדיש און אױף ייִדיש און זײַנען אָפֿט פֿאַרנומען מיט דער פֿאָרש־אַרבעט פֿאַר דער אַקאַדעמישער װעלט.

נ.ב.: װאָס טוט דײַן מאַן?

שֹ.ז.: משה איז אַ געטרײַער מאַן, טאַטע און זײדע! זײַן גרױס פֿאַרדינסט איז, אַז ער איז אַ קאַסירער פֿון כּמעט אַלע ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס אױפֿן אױסטראַלישן קאָנטינענט. ער נעמט אַן אַקטיװ אָנטײל אין אַלע קאָמיטעטן, װאָס שטיצן ייִדישע קולטורעלע און דערציִערישע אונטערנעמונגען בײַ אונדז אין אױסטראַליע. ער איז זײער אַ פֿאַרנומענער מענטש און טוט אַלץ, װאָס ער קען, כּדי ייִדיש זאָל לעבן און בליִען.

נ.ב.: איך װײס, אַז דו ביסט זײער טעטיק אין קולטורעלן ייִדישן לעבן אין אױסטראַליע. קענסט זיך טײלן מיט דעם מיט די לײענענרס?

שֹ.ז.: עס זײַנען דאָ עטלעכע זײער באַדײַטנדיקע ייִדישיסטישע אונטערנעמונגען בײַ אונדז. אײנע פֿון זײ הײסט ״אין אײן קול״. דאָס איז אַ יערלעכער פֿעסטיװאַל פֿון דער יידישער קולטור און מוזיק, װאָס 5 ביז 10 טױזנט געסט באַזוכן יעדעס יאָר. מען פֿירט אָן אָט דעם פֿעסטיװאַל, כּדי די גאַנצע ייִדישע קהילה אין מעלבורן און געסט זאָלן פֿרײלעך און שאַפֿעריש פֿאַרברענגען אױף ייִדיש, כּדי צוציִען מער מענטשן צו מאַמע־לשון.

מיר האָבן נאָך אַלץ זײער אַ טעטיקע בונדישע קינדער־ און יוגנט־אָרגאַניזאַציע ״סקיף״, װאָס פֿירט אירע אַקטיװיטעטן אױף ייִדיש און ענגליש. די אָרגאַניזאַציע איז שטאָלץ מיט איר כאָר, װאָס טראָגט זײער אַ סימבאָלישן נאָמען ״מיר קומען אָן״ – דער הימן פֿון לעגענדאַרן מעדעם־סאַנאַטאָריִום פֿאַר די קראַנקע ייִדישע קינדער, ספּעציעל יתומים אין פּױלן, אָרגאַניזירט דורכן אַלגעמײנעם אַרבעטער־בונד. דאָס איז אַזאַ מין המשך פֿון דורות. ״סקיף״ איז אײנער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פֿעסטיװאַל ״אין אײן קול״ צוזאַמען מיט דעם ייִדישן קולטור־צענטער ״קדימה״, װאָס פֿאַרמאָגט אַ שײנעם יידישן טעאַטער.

מיר האָבן אױך עטלעכע שאַפֿערישע קלעזמער־קאַפּעליעס אין אױסטראַליע. צװישן זײ ״קלעזמאַניאַ״ און ״באַשעװיס־זינגערס״, װאָס זאָגן װעגן זיך: די ערשטע לידער, וואָס מיר האָבן אַמאָל געהערט, זענען געווען ייִדישע לידער, געזונגען פֿון אונדזערע באָבעס. אַפֿילו צו יענער צײַט, ווען מיר האָבן קיין ייִדיש וואָרט נישט פֿאַרשטאַנען, זענען די לידער אַרײַן אין אונדזערע הערצער״. די קאַפּעליע ״באַשעװיס־זינגערס״ איז זײער באַקאַנט און פּאָפּולער אין אױסטראַליע. זײער מוזיקאַלישער פּראָפֿעסיאָנאַליזם איז זײער אַ הױכער.

נ.ב.: איז מעלבורן די אײנציקע שטאָט, װוּ מען הערט און רעדט ייִדיש?

שֹ.ז.: די טעריטאָריע פֿון אױסטראַלישן קאָנטינענט איז ריזיק, אױף דעם שטח װױנען אַרום 25 מיליאָן מענטשן, צװישן זײ אַן ערך 140,000 ייִדן. מעלבורן האָט די גרעסטע ייִדיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג אין אױסטראַליע, אָבער עס זײַנען דאָ ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין סידנײ, װוּ ס׳איז געװען אַפֿילו אַ ייִדיש־קורס אינעם היגן אוניװערסיטעט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין אױסטראַליע הײבט זיך אָן אין 1912 דװקא אין װײַטן קװינזלענד, װאָס איז פֿאַר אונדז אַזױ װי פֿלאָרידע אין אַמעריקע. דאָס הײסט, ס׳איז װאַרעם, ייִדן פֿאָרן דאָרטן װינטערצײַט זיך אָפּרוען. ס׳איז דאָ אַ ייִדיש ראַדיאָ־פּראָגראַם אין פּערף, אין װײַטן מעריבֿ פֿון אױסטראַליע. אַזױ אַרום, זײַנען דאָ נאָך ערטער, װוּ מע קען הערן און רעדן ייִדיש, אָבער די גרעסטע צאָל מענטשן און אַרבעט לטובֿות ייִדיש װערט אָנגעפֿירט אין מעלבורן.

נ.ב.: װאָס האָבן די יונגע ייִדן אין אױסטראַליע צו טאָן מיט ייִדיש?

שֹ. ז.: יעדעס יאָר פֿאַרברענגען מיר אױף אַ ייִדישן סוף־װאָך, װאָס איז שטאַרק פּאָפּולער צװישן יונגעלײַט.דער סאָף־װאָך װערט אָנגעפֿירט דורך דער אָרגאַניזאַציע ״יידיש אױסטראַליע״. מיר טרעפֿן זיך אין די בערג ניט װײַט פֿון מעלבורן. דאָס איז זײער ענלעך אין אינהאַלט און גײַסט צו דער פּראָגראַם ״ייִדיש־װאָך״, װאָס די אָרגאַניזאַציע יוגנטרוף פֿירט אָן אין ניו־יאָרק. אונדזער פּראָגראַם איז באַזירט אױף ״ייִדיש־װאָך״, ערלעך ״געגנבֿט״. מיר האָבן דאָ אַ סך אַקטיװיטעטן פֿאַר קינדער און דערװאַקסענע, װי אױך די געמײנזאַמע אונטערנעמונגען אױף ייִדיש. מען שעפּט אַ סך נחת פֿונעם ייִדישן סוף־װאָך. מע עסט געשמאַק, מע שפּילט זיך, מע זינגט ייִדישע לידער,מע שפּילט ייִדיש־טעאַטער, מע שפּאַצירט און באַװוּדערט די פּרעכטיקע נאַטור. עס קומען צו פֿאַרברענגען אױפֿן סוף־װאָך די סטודענטן פֿון מיטלשול, אוניװערסיטעט און אַ סך יונגע משפּחות.

נ.ב.: טײַערע שֹרה, מיר װינטטשן דיר און דײַן גאַנצער משפּחה אַ סך הצלחות אין אײַער בכּבֿודיקער אַרבעט, אַ סך גוטע תּלמידים, װאָס מיט דער צײַט װעלן װערן ייִדיש־לערערס אָדער סתּם ייִדישיסטן. זאָל די ייִדישע שפּראַך און קולטור װײַטער לעבן און בליִען אין אױסטראַליע!

ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

בילדער: פֿונעם פּערזענלעכן אַרכיוו פֿון שֹרה זילבערמאַנס משפּחה

https://www.youtube.com/watch?v=lK6c_B7gK2g

https://www.youtube.com/watch?v=yiyf9BD3PNQ

https://www.youtube.com/watch?v=d4eQPyIv5fY

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *