אַ בריוו פֿון טאָקיאָ

אַ בריוו פֿון טאָקיאָ

עס זענען נישט קײן סך ייִדישי־רעדערס אין יאַפּאַן, אָבער אָ־די שפּראַך און קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק רופֿן אַרויס בײַ די יאַפּאַנער אַ לעבעדיקן אינטערעס. סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ, אַ ייִדיש־לערערין פֿון טאָקיאָ (זעט ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ נומ.38, 2016) דערציילט אין איר בריוו צו אונדזער רעדאַקציע וועגן איר ייִדיש־זומער אין יאַפּאַן און ישׂראל

איך אַרבעט אין TUFS – דאָס איז טאָקיאָ־אוניווערסיטעט פֿאַר אויסלענדישע שפּראַכן. אין מײַן ייִדיש־קלאַס זענען אין 2018 געווען 30 תּלמידים, צוויי פֿון זיי – איריש. זיי האָבן זייער אַ גוטן פֿאַרשטאַנד װעגן די מינאָריטעטן־שפּראַכן און גלות. מיר האָבן זיך געלערנט ייִדיש מיט דער הילף פֿון דער אינטערנעץ־פּראָגראַם ״ייִדיש־פּאָפּ״.

איך האָב אויך דערציילט די סטודענטן וועגן דער ייִדישער קולטור, למשל, וועגן קלעזמער, אַרכיטעקטור פֿון די שולן, ייִדישע קליידער, כּשרות, שבת און אַזוי ווײַטער. איינער פֿון די סטודענטן, וועמענס טאַטע איז אַ ייִד, האָט אונדז דערציילט װעגן זײַן ייִדישקייט. ס׳איז געווען זייער אינטערעסאַנט. איך האָב געזען, װי די אַנדערע סטודענטן האָבן זיך צוגעהערט צו אים זייער ערנסט.

אויפֿן בילד: סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַס ייִדיש־קלאַס אין TUFS, 2018.

צווישן די סעמעסטערס בין איך געפֿאָרן אױף עטלעכע טעג קיין ישׂראל, וווּ איך האָב אָנטײלגענומען אין דער 15טער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון יונגע פֿאָרשערס. די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען פֿון 3 ביז 5 יולי ביים ״נעווצלין־צענטער״ פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

איך האָב דערציילט אויף דער קאָנפֿערענץ וועגן ייִדיש אין יאַפּאַן און מײַן חלום צו שאַפֿן אין טאָקיאָ אַ צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים. די אָנטייל־נעמערס פֿון דער קאָנפֿערענץ זײַנען געווען פּראָפֿ. ישֹראל ברטל (באַרטאַל), פּראָפּ. צבי גיטעלמאַן, פּראָפֿ. דוד ענגעל און אַזוי ווײַטער.ס׳איז געווען זייער אײַנגענעם זיך צו באַגעגענען מיט מײַנע אַלטע און נײַע חבֿרים.

אויפֿן בילד: די קאָנפֿערענץ אין ירושלים, פֿאָטאָ פֿון ברונאָ טשאַריאָט

פֿון ישׂראל בין איך אַוועקגעפֿאָרן קיין רעגענסבורג (דײַטשלאַנד). איך האָב געטרוימט צו באַזוכן די שטאָט, ווײַל איך האָב געלייענט דאָס בוך ״אַ טאָג אין רעגענסבורג״ פֿון יוסף אָפּאַטאָשו מיט פּראָפֿ. אברהם ליכטענבוים אין זײַן אָנלײַן־קלאַס בײַם ״אַרבעטער־רינג״. און אָט בין איך דאָ. איך זיץ אין קאַפֿע און רעד מיט א היגן אײַנוווינער. ער פֿרעגט מיך, פֿאַר וואָס איך רעד דײַטש אַזוי גוט, און איך ענטפֿער, אַז איך לערן זיך ייִדיש און איך רעד טאַקע ייִדיש. דעם אמת געזאָגט, האָב איך זיך געלערנט דײַטש אױך, אָבער כ׳בין נישט געבליבן מיט אָט דער שפּראַך. רעגענסבורג איז זייער שיין, אָבער מײַן ייִדיש דאָרטן איז געווען, אַזוי צו זאָגן, אין סכּנה: אומעטום האָב איך געהערט די דײַטשישע שפּראַך. ס׳איז געווען נישט גוט פֿאַר מײַן ייִדיש און איך בין צוריקגעפֿלויגן קײן יאַפּאַן.

פֿון 31טן יולי ביז 2טן אויגוסט האָב איך אָנגעפֿירט אין TUFS מיט אַ קורצער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם פֿאַר די דערוואַקסענע. עס זענען געווען 13 תּלמידים. צוויי כינעזער, צוויי קלעזמער־ליבהאָבערס, צוויי שפּראַכן־ליבהאָבערס, אַ מוזיקער, אַן עספּעראַנטיסטין און אַזוי ווײַטער. מיר האָבן זײער גוט פֿאַרבראַכט און זיך אַ סך געלערט.

 נאָך אַ קורצער זומער־וואַקאַציִע מיט מײַן משפּחה בין איך נאָך אַ מאָל געפֿאָרן קיין ישׂראל, כּדי צו פֿאָרשן די צוויי טעמעס – ייִדן פֿון דער איסלאַמישער וועלט און לאַדינאָ. בעת איך בין געווען אין ישֹראל האָט מען מיך אײַנגעלאַדן ארויסצוטרעטן מיט אַ לעקציע אינעם ״לייוויק־הויז״. ״לייוויק־הויז״ איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע שרײַבערס און זשורנאַליסטן אין ישֹראל. זי געפֿינט זיך אין אַ שײנעם בנין אין תּל־אָבֿיבֿ. דער דירעקטאָר פֿון ״לייוויק־הויז״ איז אַ קאָמפּאָזיטאָר, פּאָעט, איבערגעגעבענער ייִדישיסט און באמת אַ גוטער מענטש דניאל גלאי. ער האָט געזאָגט, אַז אין ״לייוויק־הױז״ זאָל איך רעדן ייִדיש און דערציילן וועגן ייִדיש אין יאַפּאַן. ווי שיין! עס איז געווע מײַן לאַנגיאָריקער טרוים – צו האַלטן אַ רעפֿעראַט אין ייִדיש אין ״לייוויק־הױז״ – און אַ גרױסע פּריװילעגיע דערצו.

אין ״לייוויק־הויז״. דאָס בילד פֿון יואל האַרטמאַן

אין ישׂראל האָב איך געהאַט אַ סך טרעפֿונגען און איינע פֿון זיי איז געווען מיט אברהם סוצקעװערס אייניקל, הדס קאַרדעראָן – אַן אַקטריסע און דראַמאַטורג. מיר האָבן זיך באַקענט אױף פֿייסבוך און פֿאַרפּלאַנירט זיך צו טרעפֿן אין תּל־אָבֿיבֿ. בײַ הדס אין דער היים האָב איך דערזען סוצקעװערס ביבליאָטעק – פֿאַר מיר איז דאָס געווען זייער אַ רירנדיקער מאָמענט. צוויי יאָר צוריק האָב איך איבערגעזעצט אויף יאַפּאַניש סוצקעווערס ליד און דעם ד״ר מרים טרינס רעפֿעראַט וועגן דעם חשיבֿות פֿון סוצקעװער אין דער ייִדישער וועלט. איך האָב געהאַט אַ סך פֿראַגעס צו הדסן און מיר האָבן געהאַט אַ סך זאַכן אַרומצורעדן. מיר האָבן געמאַכט אַ זיכעלע מיט סוצקעווערס בוך, איליוסטרירט דורך מאַרק שאַגאַל. שאַגאַל און סוצקעװער זענען געװען חבֿרים, און הדס האָט מיר דערציילט די טשיקאַווע פֿאַקטן װעגן זײער פֿרײַנדשאַפֿט.

דעם 21סטן אויגוסט האָב איך געזען אַ נײַעם העברעיִשן פֿילם וועגן סוצקעװערן. עס הײסט ״דבש שחור״ (״שוואַרצער האָניק״). הדס האָט מיך פֿאַרבעטן אויף דער פּרעמיערע פֿונעם פֿילם, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם הויף פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציִאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים. וועגן איינעם פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן און פּראָזאַיִקער האָבן אינעם פֿילם דערציילט הדס קאַרדעראָן, פּראָפֿ. יצחק ניבאָרסקי, פּראָפֿ. אברהם נאָווערשטערן, פּראָפֿ. רות ווײַס און אַנדערע. ס׳איז געווען שווער צו זען די טרערן אין פּראָפֿ. נאָווערשטערנס אויגן – איך האָב אויך געוויינט.

נאָכן פֿילם האָב איך פֿאָרגעלייענט אין יאַפּאַניש מײַן איבערזעצונג פֿון איינעם פֿון סוצקעװערס ליד. נאָך דעם זענען עטלעכע מענטשן צוגעגאַנגען צו מיר און האָבן מיך באַדאַנקט. צווישן זײ איז געװען סוצקעװערס טאָכטער.

די ליטעראַרישע ירושה פֿונעם פּאָעט איז זייער װיכטיק פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט, און כאָטש זײַנע לידער זענען איבערגעזעצט אויף העברעיִש, רוסיש, פּויליש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש און אַנדערע שפּראַכן, דאָך קען מען נישט זאָגן, אַז זײַן שאַפֿונג איז ברייט באַוווּסט. מע זאָגט, אַז די אינטאָנאַציעס פֿון זײַן פּאָעזיע זענען שווער פֿאַרן פֿאַרטײַטשן, און פֿיל לידער פֿון אַברהם סוצקעווערן נאָך וואַרטן אויף זייער איבערזעצער. איך האָף, אַז דער פֿילם “דבש שחור” וועט העלפֿן דעם הײַנטצײַטיקן לייענער בעסער צו פֿאַרשפּרײטן זײַן שאַפֿונג.

אויפֿן בילד: איזומי־ברײַערײַ, פֿאָטאָ פֿון מ״ר קימוראַ

דעם 27טן סעפּטעמבער האָב איך דורכגעפֿירט פֿאַר מײַנע סטודענטן אַן אומגעוויינלעכע לעקציע. זי איז פֿאָרגעקומען אין אַ ״ביר־סעלער טאָקיאָ״, אַ ביר־קעלער נעבן מײַן

הױז. נאָך דעם קלאַס האָבן זיך צו אונדז פֿאַראייניקט אַ סך מענטשן, וועלכע זענען געקומען צו רעדן װעגן ייִדיש און קלעזמער. מײַן מאַן און אונדזערע קינדער זענען אױך געקומען. ס׳איז געווען זײער אײַנגענעם צו זען, װי מײַן משפּחה פֿאַרברענגט מיט ייִדיש.

דעם 6טן אויגוסט איז אין יאַפּאַן דורכגעגאַנגען דער דריטער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס געווידמעט דער שפּאַנישער שפּראַך און קולטור. איך בין דאָרטן אַרויסגעטראָטן מיט אַ רעפֿעראַט וועגן ספֿרדים און לאַדינאָ אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש. דער קאָנגרעס איז פֿאָרגעקומען אין ״טאָקיאָ־סערוואַנטעס־צענטער״ – דעם סאַמע גרעסטן פֿיליאַל פֿונעם ״סערוואַנטעס־אינסטיט״, וועלכער פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט די שפּאַנישע קולטור און שפּראַך.

אויפֿן בילד זעט איר די מענשטן, וועלכע אַרבעטן לטובֿות שפּאַנישער קולטור אין טאָקיאָ, קראָקע און מאַדריד. זיי האָבן מיך פֿאַרבעטן קיין שפּאַניע זיך לערנען די שפּראַך. עס איז זייער גוט פֿאַר מײַן לאַדינאָ און מײַן לעבן. איך בין גליקלעך און דאַנקבאַר אַ סך מענטשן, וועלכע העלפֿן מיר אין מײַן אַרבעט און לעבן.

סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ, יאַפּאַן

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

6 − четыре =