״ס׳איז יאָ מיט װעמען צו רעדן ייִדיש״

״ס׳איז יאָ מיט װעמען צו רעדן ייִדיש״

אינטערוויו מיט מעכל וועקס, אַ מחבר פֿון ״Born to Kvetch״ און אַנדערע ביכער, געווידמעט מאַמע־לשון

ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

מעכל (מײַקל) װעקס, אָדער װעקסל (װי איך רוף אים פֿרײַנדלעך) איז אײנער פֿון די װיכטיקסטע און טשיקאַװסטע ייִדישיסטן הײַנט צו טאָג. ער טראָגט אין זײַן קלוגן, שאַרפֿן קאָפּ די טיף אײַנגעװאָרצלטע טראַדיציעס פֿון בקבלהדיקע רעליגיעזע ייִדן און איז אינטים באַקאַנט מיט דער װעלטלעכער אײראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער ליטעראַטור, קולטור און פּאָפּ־קולטור, װאָס ער מישט זײ אַלע צונױף און ניצט קינסטלעריש אין זײַן װוּנדערלעכער שאַפֿערישקײט. איך האָב זיך באַקענט מיט מײַקל װעקסן מיט 20 יאָר צוריק בײַם ״קלעזקאַנאַדאַ״ און זינט דעמאָלט בין איך זײַן אמתער און שטענדיקער פֿאַרערער. ער רעדט הײמיש פּױליש ייִדיש, װאָס איז אַ מחיה צו הערן. מײַקל האָט ברײטהאַרציק דערלױבט אים אינטערװיויִרן.

נ. ב.: טײַערער װעקסל, קענסט דערצײלן װעגן דער סבֿיבֿה, אין װעלכער דו ביסט אױפֿגעװאַקסן?

מ. װ.: עס פֿרײט מיר זײער צו געבן דעם אינטערװיו, און כ׳װיל באַטאָנען, אַז ס׳איז יאָ מיט װעמען צו רעדן אױף ייִדיש לעצטנס. דער מצבֿ האָט זיך געביטן, װײַל מיט צענדליקער  יאָר צוריק האָט מען געדאַרפֿט זוכן מיט ליכט סטודענטן, װאָס זאָלן זיך לערנען ייִדיש.

מײַן זײדע האָט געהאַט אַ פֿעטער אָדער אַ קוזין אין קאַנאַדע. ער האָט געהאַט אַ קראָם און אַריבערגעבראַכט די גאַנצע משפּחה. איך בין געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין אַ קלײן שטעטעלע אין מערבֿ־קאַנאַדע, װאָס הײסט לעטברידזש, אַלבערטאַ, מיט 140 מײַל דרום פֿון קאַלגערי, לעבן דעם גרענעץ מיט מאָנטאַנאַ. מײַנע עלטערן זײַנען געקומען פֿון פּױלן, בײדע פֿון װאַרשע, און מען האָט גערעדט אין שטוב װאַרשעװער ייִדיש. זײ זײַנען געװען שטאַרק פֿרום. ס׳איז געװען אַ כּמו־חסידיש שטוב. מיר זײַנען אַגבֿ געװען די אײנציקע ייִדישע משפּחה פֿון אַזאַ מין אין גאַנץ לעטברידזש, װאָס איז דעמאָלט געווען אַ קלײנע שטאָט מיט אפֿשר 20,000 מענטשן און מיט אַ ייִדישער קהילה פֿון אַן ערך 90 משפּחות – 90 טליתים, װי מיר פֿלעגן זאָגן. האָבן מיר געהאַט אַ שול מיט אַ מיקווה און אַזױ װײַטער. ס׳זײַנען געװען אַ פּאָר בלאָקן דאָונטאַון, װאָס האָבן פֿאַרמאָגט נאָר ייִדישע קראָמען, און כּמעט אַלע ייִדן האָבן זיך באַטײליקט אין אָט די געשעפֿטן.

מײַן טאַטע איז געװען אַן אוראײניקל פֿונעם סטריקאָװער רבין, װאָס ער איז געװען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן קאָצקער רבין. װען איר װאָלט אַ מאָל אַ קוק געטאָן אין זישע לאַנדױס (דער באַװוּטער ייִדישער פּאָעט, מיטגרינגער פֿון דער פּאָעטישער באַװעגונג ״די יונגע״) פּאָעזיע, װאָלט איר געפֿונען בײַ אים אַ ליד ״דער סטריקאָװער״. דער רבי ר׳ װעלװעלע סטריקאָװער איז געװען זײַן זײדע. מײַן זײדע איז אױך געװען אַן אײניקל פֿונעם סטריקאָװער רבין און איז געװען אַ גליד־שװעסטערקינד מיט זישע לאַנדױ.

איז אין דער הײם האָט מען גערעדט ייִדיש און איך האָב אױך געדאַרפֿט רעדן ייִדיש מיטן זײדן, װאָס האָט געװױנט בײַ אונדז. ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ גרױסן קענער פֿון דער ענגלישער שפּראַך, נאָר קײנער האָט אים ניט געקענט פֿאַרשטײן. דערפֿאַר האָבן מיר געהאַט אַן ערנסטע סיבה רעדן אין שטובֿ ייִדיש. ער איז אױך געװען מײַן בײבי־סיטער (קינדהיטער). איך האָב פֿאַרבראַכט גאַנצענע טעג נאָך אַנאַנד מיטן זײדן, װאָס איז דעמאָלט געװען אַ מאַן אין די העכערע 60קער, געבױרן אין 1891. ער האָט געהאַט חבֿרים, װאָס האָבן דעמאָלט אױך ניט געאַרבעט און זײ פֿלעגן זיך אַרומזיצן גאַנצע טעג און קיבעצן, װיצלען זיך און צעקריגן זיך, נאָכמאַכן זײערע מלמדים און אַנדערע דערװאַקסענע פֿון זײער קינדהײט אין דער אַלטער הײם אין פּױלן. זײ זײַנען אַלע געװען פֿון פּױלן. און זײ פֿלעגן רעדן אַ געשמאַק ייִדיש, װאָס איך האָב אײַנגעזאַפּט פֿון זײ.

חוץ דעם װאָס איך פֿלעג ניצן ייִדיש כּמעט יעדן טאָג און האָב זיך געלערנט אין ישיבֿות, װוּ מען האָט גערעדט אױף ייִדיש, האָב איך זיך מיט דער שפּראַך ניט פֿאַראינטערעסירט ביז יאָרן שפּעטער.

 דאָס איז געװען אַ װיכטיקער טײל פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן, אָבער קײן שום אַנונג װעגן דער סעקולערער ייִדישער קולטור האָב איך דעמאָלט ניט געהאַט. שפּעטער זײַנען

מעכל וועקס און אַנע ראָזענפֿעלד

מיר אַריבער קײן קאַלגערי, װאָס איז געװען אַ גרעסערע שטאָט מיט אַ גרעסערער ייִדישער קהילה. איז געװען דאָרטן אַ ״פּרץ־פֿאָלקשול״, װוּ מען האָט געלערנט ייִדיש. איך האָב מיט די מענטשן כּמעט גאָרניט קײן שײַכות ניט געהאַט. מען האָט געלײענט די צײַטונגען אין שטוב, אפֿילו דעם ״פֿאָרװערטס״, אָבער אַחוץ דעם האָב איך קײן קאָנטאַקט ניט געהאַט מיט דער סעקולערער ייִדישער װעלט. שפּעטער האָט מען מיך געשיקט קײן טאָראָנטאָ לערנען זיך אין ישיבֿה.

װען איך האָב שטודירט אין אוניװערסיטעט די מיטל־עלטערישע ליטעראַטור, דער עיקר אַלט און מיטל־ענגלישע, װי אױך אַלט־נאָרדישע, אַלט־איסלענדישע, האָב איך באַמערקט, אַז אָט די שפּראַכן פֿאַרמאָגן אַ סך װערטער, װאָס זײַנען ענלעך צו ייִדיש. האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדיש, זשאַרגאָן, װאָס מיר פֿלעגן רעדן אין הױז און ישיבֿה, איז אױך אַ גערמאַנישע שפּראַך. און די כּללים, װאָס זײַנען חל אױף גערמאַנישע שפּראַכן, זײַנען אױך חל אױף ייִדיש. איך האָב אָנגעהױבֿן ביסלעכװײַז זיך פֿאַרטיפֿן אין דער אַלגעמײנער ייִדישער קולטור און אין דער װעלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור. װען איך האָב געענדיקט די גראַדויִר־שול, זײַנען קײן שטעלעס צו לערנען די אַלט־ענגלישע ליטעראַטור אין גאַנצן ניט געװען. איך האָב געזוכט און געזוכט, װײַל איך האָב געדאַרפֿט ציִען פֿון עפּעס חיונה, פּרנסה. איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר קען מיר ייִדיש אַרױסהעלפֿן, װײַל כ׳האָב געזען אַ באַשײדענעם אױפֿלעב פֿון אינטערעס אין דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור –  די געביטן, װאָס װען איך בין געװען אַ ישיבֿה־בחור אין די 60קער און 70קער יאָרן, האָט מען זיך פֿאַר זײ פֿאַרשעמט. מען האָט זיך ניט שטאָלצירט מיט דעם, מען האָט דאָס פֿאַרשװיגן. ייִדיש איז געװען אַ סימן אָדער פֿון עקסטרעמער פֿרומקײט, אָדער פֿון שארית־הפּליטה, אָדער סתּם אימיגראַנטן. מען װאָלט ניט געװען קײן פֿולקומער קאַנאַדער, אױב מען װאָלט גערעדט נאָך אַלץ ייִדיש.

נ. ב.: װי אַזױ פּאָפּוליאַריזיסטו ייִדיש?

מ. װ.: עס טוט מיר אַ טיאָך אין האַרצן, אַז ס׳זײַנען איצט זײער װײניק מענטשן װי איך, מײשקע אַלפּערט, איציק גאָטעסמאַן, דזשאָש װאַלעצקי און נאָך אַ פּאָר. מיר זײַנען דער לעצטער דור, װאָס האָט זיך אױסגעלערענט ייִדיש בײַ מענטשן, װאָס האָבן אױסלגעלעבט שײנע עטלעכע יאָר כּמעט אין גאַנצן אױף ייִדיש אין אַ װעלט, אַ סביבה, װאָס האָט אַרײַנגענומען ייִדן פֿון כּל־המינם: לינקע, רעכטע, פֿרומע, פֿרײַע און אַזױ װײַטער. איך האָב מורא, אַז עס װעט אַװעקגײן די טאָג־טעגלעכע ייִדישע שפּראַך, װאָס מיט איר האָבן מענטשן געלעבט דאָס גאַנצע לעבן. מען פֿאַרלירט דעם טעם פֿון דער שפּראַך. װען מען האָט נאָר קלאַסיקער, האָט מען לאַטײַן, האָט מען אַלטגריכיש.

איך בין מיר פֿאַראינטערעסירט אין אידיאָמען, שמועסדיקע אױסדרוקן, װײַל עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז מען קען גוט דעם אידיאָם, מע פֿאַרשטײט אים, אָבער מע װײסט ניט פֿון װאַנען עס נעמט זיך, װײַל מען איז ניט באַקאַנט מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער לעבן. מאַקס װײַנרײך האָט באַטיטלט דאָס דריטע קאַפּיטל פֿון זײַן געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך ״דאָס לשון פֿון דרך השס״ (דרך השס – דער װעג פֿון דער גמרא). װען מען האָט ניט קײן געהעריקן חינוך (בילדונג), קען מען ניט פֿולשטענדיק פֿאַרשטײן די סובטילקײט פֿון דער אידיאָמאַטישער שפּראַך. פֿאָרנדיק אַרום דער װעלט, װיל איך באַקענען ייִדן און סתּם מענטשן מיט דער ייִדישער טראַדיציע הינטער דעם װעלטלעכן פֿאָדערגרונט, מיט די טיפֿע ייִדישע װאָרצלען פֿון מאַמע־לשון, כּדי זײ זאָלן געװױר װערן, װי אַזױ ייִדיש איז טאַקע אַ ייִדישע שפּראַך. איך האָב געשריבן װעגן דעם צװײ ביכער: ״Born to Kvetch״ און ״Just Say Nu״ און איך האָף, אַז דאָס װעט צוציִען מער מענטשן אָפּצושאַצן דאָס מאַמע־לשון. איך האָב אױך אָנגעשריבן אַ בוך װעגן דער ייִדישער עטיק מיט אַ פֿעפֿערדיקן טיטל

״(How to be a mentsh (and not a Shmuck״

און לעצטנס –  אַ בוך װעגן דעם ייִדישן עסן ״Rhapsody in Schmaltz״. איך האָב אױך אַרױסגעגעבן אַ פּאָר ראָמאַנען אױף ענגליש און איבערגעזעצט א פּאָר ראָמאַנען פֿון ייִדיש אױף ענגליש.

נ.ב.: איך בין נײַגעריק צו װיסן, אױב די חסידים האָבן אַן אינטערעס צו דײַנע ביכער?

מ. װ.: יאָ און נײן. איך האָב געהערט פֿון עטלעכע חסידים, אַז זײ פֿאַלט ניט אײַן, אַז איך בין אױך געװען אַ מאָל אַ חסיד. איך זע ניט אױס װי אַ פֿרומער ייִד. איך געדענק אַ טעלעפֿאָן־שמועס מיט אַ חסיד פֿון אַן עכט חסידיש שטעטל לעבן מאָנטרעאַל, װאָס האָט מיר געזאָגט, אַז ער האָט געלײענט מײַן בוך ״Born to Kvetch״ און האָט אַ סך הנאה געהאַט און עס פֿרײט אים, אז איך קען גוט דאָס לשון, אָבער סוף־כּל־סוף האָט ער מודה געװען, אַז ער האָט דאָס בוך ניט געלײענט, װײַל ס׳איז שװער פֿאַר אים צו לײענען ענגליש. האָט ער געקױפֿט דאָס אַודיאָ־בוך און זיך צוגעהערט צום גאַנצן װערק. כ׳זאָל זאָגן, אַז ס׳איז דאָ אַ ביסל אינטערעס צװישן חסידים, אָבער אין אַלגעמײן זײַנען זײ ניט באַגײַסטערט פֿון מײַן שרײַבן.

נ.ב.: װי אַזױ גרײסטו דײַנע הצלחהדיקע פּראָגראַמען?

מ.װ.: עס װענדט זיך אין װאָס פֿאַר אַ װאַרשטאַט אָדער פּראָגראַם דאָס איז און אױף װעלכער מדרגה. למשל, פֿאַרן װאַרשטאַט ״װי אַזױ צו דערצײלן ייִדישע מעשֹיות״ האָב איך צוגעגרײט עטלעכע מוסטערן פֿון קורצע ייִדישע דערצײלונגען פֿון אַלערלײ סאָרטן און געלערנט, װי אַזױ מען פֿאַרכאַפּט דעם עולם, נעמט אים אױס. מיט װאַרשטאַטן, װאָס האָבן צו טאָן מיט שפּראַך, איז אַנדערש, װײַל געװײנטלעך טו איך דאָס אױף ענגליש, כּדי צוציִען מער מענטשן.

מעכל וועקס און טעאָ ביקעל

נ. ב.: װאָס מײנסטו װעגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש? װי אַזױ קען מען פֿאַרזיכערן די סטאַבילע צוקונפֿט פֿאַר די נײַע דורות?

מ. װ.: ס׳איז זײער שװער פֿאָרױסצוזען, װאָס װעט פֿאָרקומען אין דער צוקונפֿט. מיט דרײַסיק יאָר צוריק, אױב מע װאָלט מיר געזאָגט, אַז די הײַנטיקע הײם פֿון ייִדיש װעט זײַן אוניװערסיטעטן, װאָלט איך געמײנט, אַז מען איז מטורף געװאָרן אין גאַנצן. ס׳האָט ניט אױסגעזען מעגלעך. איך בין ניט געװען גערעכט, זאָל איך זיך מודה זײַן. פּרץ האָט אַמאָל אױסגעדריקט אַזױ די פֿראַגע: ס׳איז ניט גענוג רײדן ייִדיש, מע דאַרף האָבן װאָס צו זאָגן. צו זאָגן אױף אַזאַ אופֿן, װאָס מע קען אױסדריקן נאָר אױף דער שפּראַך. און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. איך װײס אַלײן ניט, װאָס עס איז די צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש. װען ייִדיש איז געװען מער פֿאַרשפּרײט, האָבן מיר געהאַט אַ סך ייִדישע ראָמאַנען, משפּחה־סאַגעס און אין יעדן ראָמאַן איז אײן קינד געווען אַ בונדיסט, און אײן –  אַ סאָציאַליסט, און נאָך אײן –  אַ קאָמוניסט, און דער פֿערטער – אַ ציוניסט, װאָס װיל פֿאָרן קײן ארץ־ישֹראל, אָבער זײ האָבן אַלע געװױנט אין אײן הױז און גערעדט מיט זיך. הײַנט רעדן מיר נאָר מיט מענטשן, װאָס זײַנען ענלעך צו אונדז. איך מײן, אַז קײן ״לינגװאַ פֿראַנקאַ״ פֿאַר ייִדן װעט מאַמע־לשון ניט װערן. די ראָלע האָט איבערגענומען ענגליש. קען זײַן, אַז ייִדן װעלן שאַפֿן אַ נײַע שפּראַך, באַזירט אױף ענגליש, אַזױ װי ייִדיש איז באַזירט אױף דײַטש. ייִדיש הײַנט איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן דעם עבֿר, אָבער ס׳איז זײער שװער צו געפֿינען אַן עכטע סיבה צו רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך, װען מען רעדט שױן אַ סך בעסער אַן אַנדער שפּראַך.

נ. ב.: טײַערער װעקלס, אַ האַרציקן דאַנק פֿאַרן אינטערעסאַנטן און באַלערנדיקן אינטערװיו. מיר װינטשן דיר אַ סך דערפֿאָלגן אין דײַן שאַפֿערישער אַרבעט.

בילדער – פֿונעם פּערזענלעכן אַרכיוו פֿון מעכל וועקס

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *