״װאָלט איך סײַ װי געבליבן מיט ייִדיש״

״װאָלט איך סײַ װי געבליבן מיט ייִדיש״ - קריסטאַ וויטני

קריסטאַ וויטני

קריסטאַ װיטני אַרבעט בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, װוּ זי פֿירט אָן מיט אײנעם פֿון די װיכטיקסטע פּראָיעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור הײנט צו טאָג, דהײַנו, מיטן אַרכיוו פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער. זי האָט אים געגרינדעט אין 2009. איך האָב זיך באַקענט מיט קריסטאַן בײַם ״קלעזקאַנאַדע״ מיט יאָרן צוריק און כ׳זע זי פֿון צײַט צו צײַט סײַ פּנים־אל־פּנים, סײַ אין װירטועלע ייִדיש־קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינג. אין אײנע פֿון אַזאַ טרעפֿונגען האָט זי מסכּים געװען, פֿאַר אַ נאָװענע, איך זאָל זי אינטערװיויִרן.

 

ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

נ.ב.: טײַערע קריסטאַ, איך בין זײער נײַגעריק צו װיסן, װי אַזױ דו ביסט געקומען צו ייִדיש?

ק.װ.: איך שטאַם פֿון קאַליפֿאָרניע און דאָרטן האָב איך זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט ייִדיש, פּינטלעכער געזאָגט, מיט דער ייִדישער ליטעראַטור אױף ענגליש. קײן ייִדיש האָב איך דעמאָלט ניט געקענט. דערנאָך בין איך געקומען זיך לערנען אין סמיט־קאָלעדזש, װאָס געפֿינט זיך לעבן דעם ייִדישן ביכער־צענטער, און דאָרטן זיך װײַטער פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער ליטעראַטור נאָך אַלץ אױף ענגליש. איך האָב דאָרטן זיך באַקענט מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ מחבר, װאָס האָט געביטן מײַן לעבן און מיך אינספּירירט זיך לערנען ייִדיש. דאָס איז געװען אבֿרהם סוצקעװער. איך האָב זיך אָנגעהױבן לערנען ייִדיש װי אַ שפּראַך בײַם ביכער־צענטער זומער־פּראָגראַם. דערנאָך האָב איך זיך געלערנט  בײַ דער זומער־פּראָגראַם אין װילנע און במשך פֿון דער צײַט פֿאַרבעסערט מײַן ייִדיש אױף װיפֿל איך האָב געקענט. מיט אַ ביסל באַגאַזש פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור בין איך אַרײַן אינעם ביכער־צענטער, ערשט װי אַ פּראַקטיקאַנטקע.

נ.ב.: קענסט דערצײלן װעגן דער געשיכטע בעל־פּה פּראָיעקט?

ק.װ.: אַרבעטנדיק דאָרט, האָב איך געטראַכט און אַרומגערעדט מיט קאָלעגן דעם געדאַנק צו אינטערװיויִרן די מענטשן, רעקאָרדירן זײערע זכרונות און מעשֹיות און זאַמלען זײ צונױף – אַזױ, װי מע זאַמלט ביכער און אַרכיװאַלע דאָקומענטן. האָבן מיר טאַקע אָנגעהױבן דעם נײַעם געשיכטע בעל־פּה פּראָיעקט צו זאַמלען די אינטערװיוען מיט  מענטשן, װאָס האָבן נאָענטע שײַכותן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

די ערשטע אינטערװיו האָבן מיר דורכגעפֿירט אין 2010, בײַ אונדז אין ביכער־צענטער, װוּ מיר האָבן אַ סטודיאָ. שפּעטער האָבן מיר געטראַכט, אַז אפֿשר איז עס ניט אַזױ ראַציאָנעל און קלוג צו װאַרטן ביז אַלע װיכטיקע ייִדישיסטן און מענטשן, װאָס מיר װאָלטן געװאָלט אינטערװיויִרן, זאָלן פֿאָרן צו אונדז. אפֿשר זאָלן מיר אױך אַרומפֿאָרן און זאַמלען, װאָס מיר קענען.

פֿון 2011 יאָר אָן האָבן מיר אָנגעהױבן זיך אַרומצופֿאָרן און זיך טרעפֿן מיט מענטשן, װאָס האָבן ניט געקענט קומען אין עמהערסט צוליב פֿאַרשידענע סיבות. אַזױ אַרום האָבן מיר געמאַכט במשך פֿון די יאָרן כּמעט נײַן הונדערט אינטערװיוען, צװישן זײ – 184 אין גאַנצן אױף ייִדיש און מער װי הונדערט פֿאַרמאָגן אַ היפּש טײל ייִדיש. אַגבֿ, מיר פֿאַרמאָגן אױך עטלעכע אינטערװיוען אױף רוסיש. די אָנגעזאַמלטע און באַאַרבעטע אינטערװיוען געפֿינען זיך אויפֿן װעבזײַטל פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער.

https://www.yiddishbookcenter.org/collections/oral-histories

די מערהײט פֿון זײ האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָבער דאָס איז זײער אַ ברײטע טעמע. מיר האָבן געשאַפֿן פֿיר סעריעס. אײנע פֿון זײ איז ,למשל, ״ייִדיש אין אוניװערסיטעטן״. דאָ געפֿינען זיך די אינטערװיוען מיט לערערס און לערערקעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַקאַדעמיקערס און תּלמידים, װאָס האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין אוניװערסיטעטן. אינטערעסאַנט צו הערן זײערע אָבזערװאַציעס, מאָטיװאַציעס, אינספּיראַציעס וכדומה.

ס׳איז פֿאַראַן אַ סעריע ״ייִדיש און קונסט״, װאָס איז גװאַלדיק שײן און מיר האָבן אַ סך הנאה פֿון אָט דעם טײל פֿון אונדזער קאָלעקציע. אַ באַזונדער חילוק פֿון דער סעריע פֿאַרנעמט אַ װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער װעלטלעכער קולטור, ״ייִדיש טעאַטער״. מיר האָבן זײער אינטערעסאַנטע, פֿאַרכאַפּנדיקע אינטערװיוען מיט ייִדישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס אָדער מיט מענטשן, װאָס האָבן זײ גוט געקענט. די דריטע סעריע איז געװידמעט צו מענטשן, װאָס רעדן ייִדיש הײַנט צו טאָג, און דאָס האָט צו טאָן מיט די װעלטלעכע ייִדן אָדער סתּם מענטשן, װאָס לערנען זיך און רעדן ייִדיש. מיר האָבן נאָך ניט אינטערװיויִרט די יחידים פֿון דער חסידישער װעלט. מיר האָבן באַזוכט פֿאַרשידענע ייִדישע פּראָגראַמען, אַזעלכע װי ״ייִדיש־װאָך״ און ״קלעזקאַנאַדע״, כּדי צו אינטערװיויִרן דאָרטן די הײַנטצײַטיקע ייִדישיסטן. און סוף־כּל־סאָף די פֿערטע סעריע הײסט ״ייִדישע שרײַבערס, זײערע קינדער, אײניקלעך און משפּחה״. מיר זאַמלען די ייִדישע ביכער און עס איז זײער װיכטיק צו װיסן װאָס מער װעגן די מחברים פֿון אָט די ביכער.

נ.ב.: װאָסער רושם האָט געמאַכט אױף דיר די רײַזע קײן מעקסיקע צו ראַטעװען די ייִדישע ביכער און ברענגען זײ אינעם ביכער־צענטער?

ק.װ.: דאָס איז געװען זײער אַ רירנדיקע און באַלערנדיקע נסיעה פֿאַר מיר, װײַל אינעם אוניװערסיטעט בין איך געװען פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש און שפּאַניש. איך האָב זיך געלערנט די פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור, די ייִדישע און שפּאַנישע. דערפֿאַר בין איך געװען זײער צופֿרידן צו זײַן אין דער שטאָט מעקסיקע, װוּ איך האָב געקענט זיך דערװיסן מער װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור דאָרטן, און מײַן שפּאַניש איז מיר געקומען צו נוץ. ס׳איז געװען אַ ביסל שװער אױפֿן האַרצן צו זען אַזױ פֿיל ייִדישע ביכער, װאָס מען דאַרף מער זײ ניט. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, װי אהרן לאַנסקי מיט אַ סך יאָרן צוריק, װען ער האָט אָנגעהױבן זאַמלען און ראַטעװען ייִדישע ביכער: צו גײן אין אַ ייִדישער אינסטיטוציע און זען מער ווי אַכט טויזנט ביכער, װאָס מען האָט געדאַרפֿט צונעמען, װײַל אין גיכן וועט פֿאַר זיי ניט בלײַבן קיין פּלאַץ. חוץ דעם זײַנען די ביכער געווען אין אַ געפֿאַררויִנירט צו װערן דורכן וואַסער.

באַשליסן װאָס מיטצונעמען און שיקן קײן עמהערסט איז געװען זײער שװער עמאָציאָנעל. איך האָב זיך גוט באַקענט מיט דער דאָרטיקער װאַרעמער ייִדישער קהילה. זײ רעדן ניט קײן סך ייִדיש, אָבער דער דאָזיקער פּראָיעקט צו ראַטעװען די ייִדישע ביכער האָט געמאַכט אױף זײ אַ גרױסע השפּעה. זײ האָבן גערעדט װעגן דעם אַ סך און איך האָב געהאַט אַ געפֿיל, אַז זײ רעדן װעגן די ייִדישע ביכער װי אַ טײל פֿון זײער ירושה. דאָס האָט זײ צוריקגעבראַכט צו זײערע װאָרצלען און דערלױבט בעסער אָפּצושאַצן די ייִדישע שפּראַך און קולטור. זײ האָבן ניט געלײענט די ביכער, אָבער ס׳איז מיר געװען קלאָר, אַז אָט די ביכער האָבן די עמאָציאָנעלע װערט פֿאַר זײ און זײ זאָרגן װעגן דער ביכער־צוקונפֿט. מיר װעלן זיכער אױסקלײַבן די װיכטיקסטע און זעלטנסטע פֿון אָט די ביכער, זײ סקאַנירן און דיגיטאַליזירן פֿאַר אונדזער קאָלעקציע, װאָס פֿאַפֿרמאָגט שױן מער װי עלף טויזנט טיטלען.

פֿאַניע בראַנצאָווסקי און קריסטאַ וויטני

נ.ב.: דו האָסט געמאַכט אַ סך אינטעװיוען. װאָס איז געװען פֿאַר דיר די פֿאַרכאַפּנדיקסטע?

ק.װ.: אײנע פֿון די סאַמע רושמדיקסטע אינטערװיוען איז געװען מיט פֿאַניע בראַנצאָװסקי פֿון װילנע. פֿאַניע איז אַן אמתע העלדישע פֿרױ, איר צו לאַנגע יאָרן. זי האָט איבערגעלעבט די שרעקלעכע יאָרן אין װילנער געטאָ, געװאָרן נאָך דעם אַ פּאַרטיזאַנקע און העלדיש געקעמפֿט קעגן די פֿאַשיסטן. אין אָנהײב האָט זי ניט אַרױסגעװיזן קײן חשק צו רעדן, אָבער במשך פֿונעם אינטערװיו האָט זי װי אױפֿגעלעבט, ייִנגער געװאָרן, אירע אױגן האָבן געבליטשטעט מיט ברען און ענטוזיאַזם. כ׳האָב פֿריִער קײן מאָל ניט געזען אַזאַ מעטאַמאָרפֿאָז. זי איז ערנסט פֿאַראינטערעסירט געװאָרן סײַ אינעם אינטערװיו, סײַ אינעם געשיכטע בעל־פּה פּראָיעקט און דערצײלט אָן אַ שיעור אירע פֿאַרכאַפּנדיקע מעשֹיעות. דער אינטערװיו האָט מיך געלערנט, װי אַזױ זיך צוהערן צום מענטשן, װאָס מען אינטערװיויִרט, װי אַזױ צו קריגן דעם צוטרױ. אַחוץ דעם איז איר ייִדיש אַזױ שײן – אַן עכט ליטװיש ייִדיש מיט אַלע פּיטשעװקעס.

איך קען דערמאָנען נאָך צװײ אינטערװיוען, װאָס האָבן געמאַכט אױף מיר אַ גרױסן רושם. אײנער איז מיטן חשובֿן פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בנימין חאַרשאַװן, זכרונו לבֿרכה, װאָס האָט דערצײל זײער פּרטימדיק און אינטערעסאַנט װעגן דער אוניקאַלער ייִדישער װעלט פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער װילנע. זײַנע זכרונות פֿון די קינדער־ און יוגנט־יאָרן אין װילנע זײַנען ממש פּרעכטיק. מע קען פֿילן די װעלט, אין װעלכער ער איז אױפֿגעװאַקסן.

דער צװײטער אינטערװיו, װאָס איז מיר באַזונדערס טײַער, איז דװקא געװען מיט בנימין האַרשאַװס יוגנט־פֿרײַנד, גאַבי װײַנרײַך, פֿון דער באַרימטער װײַנרײַכס משפּחה, אַפֿיזיקער,װאָס איז געװאָרן אַ גלח. זײַנע זכרונות װעגן װילנע און װײַנרײַכס משפּחה איז אוממעגלעך איבערצושאַצן און זײַן ייִדיש איז אפֿשר דער בעסטער, װאָס איך האָב געהערט.

עמי קליין און קריסטאַ וויטני

נ.ב.: װען דו אינטעװיויִרסט די מענטשן, װאָס זאָגן זײ װעגן די סיבות פֿון זײער קומען צו ייִדיש און פֿאַר װאָס בלײַבן זײ מיט דער שפּראַך?

ק.װ.: עס זײַנען דאָ אַ סך ענטפֿערס אױף דער פֿראַגע. אַ סך ייִדישע תּלמידים קומען צו ייִדיש װי אַ מין פֿאַרבינדונג מיט זײער ייִחוס פֿון זײער משפּחה אָדער אַ טײל פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס איז זײ באַקװעם און אפֿילו הײמיש. ייִדיש פֿאַר זײ איז אַן ערנסטע באַציִונג צו זײער ייִדישקײט. פֿאַר אַ צאָל פֿון זײ איז עס אַ באַגײסטערדיקער טײל פֿון דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, װעגן װעלכער זײ האָבן קײן אַנונג ניט געהאַט און דאָס אינספּירירט זײ לערנען, פֿאָרשן און שאַפֿן. אַ סך מענטשן, װאָס מיר האָבן געהאַט אינטערװיויִרט, סײַ ייִדישע, סײַ ניט־ייִדישע קומען צו ייִדיש צוליב דער אײגנאַרטיקער ליטעראַטור, װי איך אַלײן, צוליב דער מיזרח־אײראָפּעישער ייִדישער געשיכטע, אין װעלכער זײ האָבן אַ שטאַרקן אינטערעס און אין װעלכער ייִדיש שפּילט אַ גװאַלדיק װיכטיקע ראָלע. װאָס שײך בלײַבן מיט ייִדיש, מײן איך, אַז דאָס איז אַ פֿראַגע פֿון אידענטיטעט און קאַריערע.

די, װאָס זײַנען מזלדיק און האָבן פּרנסה אין פֿעלד פֿון ייִדיש, בלײַבן מיט ייִדיש. די, װאָס האָבן ליב ייִדיש װי אַ טײל פֿון זײער אידענטיטעט, זײער לעבן, בלײַבן אױך מיט דעם לשון. פֿאַר מיר בײדע מאָמענטן זײַנען װיכטיק. אױב איך װאָלט ניט געקענט בלײַבן אין ייִדיש פּראָפֿעסיאָנעל, דאָס הײסט קריגן פּרנסה, װאָלט איך סײַ װי געבליבן מיט ייִדיש, אין דער װוּנדערלעכער װעלט פֿון איר ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע, װאָס איך האָב שטאַרק ליב.

נ.ב.: טײַערע קריסטאַ. אַ האַרציקן דאַנק פֿאַרן אינטערװיו. מיר װינטשן דיר נאָך הונדערטע פֿאַרכאַפּנדיקע און באַלערנדיקע טרעפֿונגען מיט ייִדישיסטן איבער דער װעלט, װאָס װעלן באַרײַכערן די קאָלעקציע פֿון דער בעל־פּה געשיכטע!

 

בילדער: פֿונעם אַרכיוו פֿון קריסטאַ וויטני

 

אינטערװיו מיט פֿאַניע בראַנצאָװסקי

https://www.yiddishbookcenter.org/collections/oral-histories/interviews/woh-fi-0000325/fania-brantsovsky-2012

אינטערוויו מיט בנימין האַרשאַוו

https://www.yiddishbookcenter.org/collections/oral-histories/interviews/woh-fi-0000401/benjamin-binyomen-harshav-2013

אינטערוויו מיט גאַבריאל ווײַנרײַך

https://www.yiddishbookcenter.org/collections/oral-histories/interviews/woh-fi-0000400/gabriel-weinreich-2013

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *