מיכאל פֿעלזענבאַום

מיכאל פֿעלזענבאַום

מיכאל פֿעלזענבאַום איז געבוירן געוואָרן אין 1951סטן יאָר אין וואַסילקאָוו, אוקראַיִנע. אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש שטעטל פֿלאָרעשט, בעסאַראַביע. געוווינט און געאַרבעט אין רוסלאַנד, רומעניע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און שווייץ.

עולה געווען אין 1991.

מיכאל פֿעלזענמאַום איז דער מחבר פֿון 21 ביכער אויף ייִדיש, – פּאָעזיע, פּראָזע און דראַמאַטורגיע, וועלכע זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף בערך צוואַנציק שפּראַכן.

בענקשאַפֿט

פּאָעמע

געווידמעט מאַראַ לאַנגער

***

עס האָט מיך פּלוצעם אָנגעיאָגט א שטורעמװינט

און אומגעװאָרפֿן אויף דער שװארצער ערד,

פֿײַכט פֿונעם טרערן־רעגן,

פֿון אונדזער שטורעמליבע

און פֿון דײַן הײסן אָטעם

אין מײַן האַרץ.

אָ, גאָט מײַנער,

װי לעבט מען איבער

די קאַלטע שװאַרצע נאַכט?..

אַלײן און שװאַך און אומבאַהאָלפֿן,

אַ פּיצל קינד,

אַליין

אָן דיר,

אין מיטן פֿון דער שװאַרצער נאַכט…

דער שטורעמװינט

האָט זיך צעלאַכט און לאַכט…

אָ, גאָט מײַנער,

װי לעבט מען איבער

די קאַלטע שװאַרצע נאַכט?..

***

די שװאַרצע נאַכט האָט מיך אַרויסגעריסן פֿונעם שלאָף

און גלײַך אַרײַנגעװאָרפֿן

אין סאַמע תּוך פֿון איר נשמה.

צעטומלט, בלינד, אָן חושים

כ’האָב אויסגעשטרעקט די הענט

און בלינד געבלאָנדזשעט

אין דער שטומשטילער פינצטערניש פון ״דו״,

ביז אויפן הימלדעק האָט זיך צעשײַנט

און שטיל אַראָפּגענידערט אויף מײַן דלאָניע

אַ שטראַל פֿון דער לבֿנה

און תּיכּף כ’האָב דערפֿילט

װי ס’צאַפּלען דײַע בריסט

אין דעם געהײמען שטערנפֿאַל

פֿון דער פֿאַרװעלקטער שװאַרצער נאַכט

אין דײַנע אָרעמס.

***

… צו ליגן לעבן דיר און :אָפּהיטן דײַן שלאָף

איז װי אין בראשית־נאַכט צו זײַ אין רעגנפֿאַל

פֿון גאָטס געפֿילן,

אָ, און פֿילן

דײַן שטילן אָטעם

אױף מײַן אַקסל.

צו ליגן לעבן דיר און היטן, היטן, היטן

דײַן שטילן אָטעם,

און װײנען אויף אַ קול און אײַנרוימען דיר אין האַרץ

מײַן וווּנטש,

מײַן סוד,

מײַן לעבן לעבן דיר…

מײַן גאָט,

די בראשית־נאַכט

איז זײער־זײער קורץ…

***

די שװאַרצע נאַכט האָט זיך פאַרװאַנדלט

אין אַ װײַסן טאָג, –

דער ערשטער שנײ איז שטיל געקומען

בײַ נאַכט, װען דו ביסט זיס געשלאָפֿן,

און איך בין װאַך געװען

און נישט געגלײבט,

אַז כ’קען נאָך האָפן

צו זײַן מיט דיר

אַ גאַנצן װײַסן טאָג.

דער ערשטער שנײ איז שטיל געקומען

בײַ נאַכט,

װען דו ביסט זיס געשלאָפֿן.

***

איך בין געװאָרן װילד פֿאַרליבט,

אַרויפֿגעשפּרונגען אויפֿן שװאַרצן פֿערד

און אָפּגעריטן אינעם װײַטן טאָל.

געזוכט דיך אינעם גראָז,

אין די געהײמע הײלן אין די פֿעלדזן,

אין יעדן בלאַסן שטערן אויפֿן הימל,

אין יעדן שטײנדל אויף דער ערד,

אין יעדן בלאָז פֿון װינט.

אומזיסט…

דו ביסט פארשװוּנדן געװאָרן אין דער נאַכט,

צערונען אין דער פֿינצטערניש אין ליבע,

געװאָרן גלײַך די נאַכט אַלײן,

אַ נאַכט אָן אַ לבֿנה,

װוּנדער שײן, —

מײַן שװאַרצע נאַכט…

אַ נאַכט פֿון שטורעם און נחמה,

נאָר אין איר פֿראַכט

איך טרינק דעם זאפֿט

פֿון דײַן נשמה.

***

איך בין אַרויס פֿון הויז

דיך געזוכט אין מיטן פֿון דער נאַכט

אויף די פֿאַרשנײטע סטעזשקעס פֿונעם פּארק,

געזוכט און נישט געפֿונען,

נאָר אומגעריכט זיך אָנגעשטויסן אויף אַ באַקאַנטן פֿויגל.

דער שװאַרצער פֿויגל מיטן רויטן שנאָבל האָט מיך דערקענט,

פֿויגלש װויל דערפֿרײט,

געשאָקלט מיטן קעפּל

און אָנגעהויבן טאַנצן

אַ ווינטער־טענצל אויפֿן שנײ,

גלײַך ער װאָלט שוין געװוּסט פֿון פֿריִער,

אַז כ’װעל אַרויס פֿון הויז דיך זוכן אין דער נאַכט,

װען ס’איז געקומען צײַט צו זען דיך, גלעטן, קושן

און אײַנרוימען אין אויער

דאָס ליד פֿון אונדזער לעצטער ליבע.

כ’האָב דיך געזוכט און נישט געפֿונען,

און װי דער שװאַרצער פֿויגל מיטן רויטן שנאָבל

אויך איך האָב אָנגעהויבן טאַנצן אַ וױנטער־טענצל

אויף דער פֿאַרשנײטער סטעזשקע

פֿון דער שװאַרצער נאַכט.

***

אין אַ טעסל פֿונעם שװאַרצן פּאָרצעלאַן

װעל איך אָפּקאָכן אַ שטאַרקע שװאַרצע קאַװע

און עס אויסגיסן

אויף דער פֿאַרשנײטער לאָנקע בײַ דײַן פֿענצטער

גלײַך אין מיטן פֿון דער שװאַרצער נאַכט.

דו װעסט אויפֿשטײן גאַנץ פֿרי,

װעסט צוגײן צו דעם צעהעלטן פֿענצטער

און װעסט זען, אַז אונדזער ליבע

האָט זיך אָפּגעסימנט אין אַ ליבעצײכן, –

אַ שװאַרץ קאװע־הערצל

אויפן װײַסן שנײ.

***

צװײ רויזנבלעטלעך אויפֿן טיש, –

גאָר ניט פֿאַרװעלקט,

געבליבן פֿריש,

געבליבן גאנץ,

װי אַ געמיש

פֿון ליבעגלעט

און טויטנטאַנץ.

***

מײן װעלפֿישער געשרײ אין דײַנע אָרעמס

האָט אויפֿגעריסן ס’הײַנטעלע פֿון הימל, –

איך האָב געהערט װי ס’װײנען דײַנע טרערן

און ס’בענקט דאָס האַרץ

אין שפּיצן פֿון די קאַלטע פֿינגער,

און דײַנע הײסע ליפּן

כ’האב געפֿילט

אויף די פֿאַרװײנטע אויגן פֿון מײַן בענקשאַפֿט.

מײַן װעלפֿישער געשרײ ז’אַרויף צום הימל

און דאָרטן לאַנג געבלאָנדזשעט

און זיך ניט אומגעקערט.

ניט אומגעקערט…

אַ גרויער װינטער־רעגן מיט אַ שנײ

האָט אָפּגעטײלט די ערד פֿון הימלען.

די ערד און הימלען…

עס איז געװאָרן נאַכט…

מײַן נאַכט…

מײן שװאַרצע נאַכט…

מיר האָבן זיך צעקושט און ניט געזעגנט…

געמעלן: אירינאַ טשיפּאָווסקי

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

четыре − один =