זיסי ווייצמאַן

זיסי ווייצמאַן

לידער

זיסי ווייצמאַן איז געבוירן געוואָרן אין בעלץ, מאָלדאָווע אין 1946. אין 2007 איז ער עולה געווען אין יִשראַל. דעביוטירט מיט לידער אויף די שפּאַלטן פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל ״סאָוועטיש היימלאַנד״ אין 1971. בעת זײַן מיליטער־דינסט אויפֿן ווײַטן מיזרח האָט ער פֿאַרקניפּט ענגע באַצ־ונגען מיט דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״. אַ סך זײַנע לידער זײַנען געווידמעט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. זיסי ווייצמאַנס לידער האָבן זיך געדרוקט אין קעשענעווער ״אונדזער קול״, ניו־יאָרקער ״פֿאָרווערטס״, ירושלאַימער ״קינד־און־קייט״.

דער שלײַפֿער

מײַן אַלטיטשקער שלײַפֿער,

דו, מײַסטער פֿון פֿײַער,

דו ביסט, ווי אַ זכר

פֿון קינדהײט מיט טײַער.

איך האָב זיך פֿאַרבענקט

נאָך דײַן קונציקער ראָד,

און כ׳האָף, אַז ביז איצטער

נאָך פֿונקען זי האָט…

עס האָט מיך דער אַלטיטשקער

שלײַפֿער דערהערט,

און ס׳האָט זיך אַ דריי געטאָן

ווידער די ערד.

דאָס רעדעלע דרייט זיך,

און פֿונקען זיך שיטן –

אַ פֿריילעכער רעגן,

און איך בין אין מיטן.

דאָס רעדעלע דרייט זיך,

און בלוי איז דער רוים,

עס האָט אומגעקערט זיך

מײַן קינדערשער טרוים.

אין טײַגע, בײַ טײַכן

פֿאַרשוווּנדן די קעלט.

צו מיר איז קיין גלײַכער

ניטאָ אויף דער וועלט.

***

די דאָזיקע ליד האָב איך ערגעץ געהערט.

ס׳קאָן זײַן, אַז נאָך אין די קינדער_יאָרן

כ׳האָב זי אויפֿגעהויבן פֿון דער ערד

און פֿון דעמאָלט כ׳בין גליקלעך געוואָרן.

די דאָזיקע ליד איך האָב ערגעץ געהערט.

ס׳קאָן זײַן, אין דער צײַט פֿון די ווינטן האַרבע

איך האָב פּשוט באַנומען איר ווערט

און באַהאַלטן טיף אין האַרצן.

מיט איר סע סטראַשעט מיך ניט די קעלט,

ניט די היץ, ניט דער רעגן געבענטשטער.

די דאָזיקע ליד איך האָב ערגעץ געהערט.

הערט אויס זי אויך, איך בעט אײַך, מענטשן.

פֿונעם זאַמלבוך ״אַ פֿריילעכער רעגן״,

אָפּגעדרוקט אין יִשראל אין 2016 מיט דער הילף

פֿון נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור
ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור

די חתונה

די חתונה האָט געברויזט, ווי ביר,

אין דער פֿרי איז צום סוף געקומען.

דאַרף מען מאַכן דעם חשבון מיר,

וואָס האָט יעדער פֿון איר באַקומען.

אַ שיינעם טיש – דעם עולם געשטעלט,

אַומרו – די שכנים, קינאַה – די שֹונאים,

דער אַלטער מאַמעניו מײַנער – אַ פֿרייד,

אַ בכּבודיק אָרט – די שדכנים.

דעם, ווער עס טרינקט, – אַ יאַם פֿון ווײַן.

דעם, ווער עס טאַנצט – פֿון ״פֿריילעכס״ אַ שטורעם…

אָבער מיר, חבֿרה, – אַ יונגע ווײַב.

מער פֿון אַלע האָב איך באַקומען!

זוניק און קיק

דו ביסט גערעכט: ס׳איז געקומען דער אָסיען.

אוי, דו ביסט גערעכט: ס׳איז אַוועק אוין דער זומער…

מיט גאָלדענער שײַן די שטאָט איז באַגאָסן,

און ס׳שמעקן די גאַסן מיט פּירות און בלומען.

צײַט, ווען עס שורשען די רויטלעכע בלעטער,

ווען ס׳הענגען די פֿרוכטן, ווי גאָלדענע בעכערס,

און זוניק און קיל איז דער זײַדענער וועטער,

און ס׳לייגט זיך דער פֿריטוי אויף גראָז און אויף דעכער.

נאָר ס׳זינקט נאָך פֿון זומער אין האַרצן דער טומל,

כאָטש ס׳ברענען די ביימער אין האַרבסטיקן פֿײַער.

יאָ, יאָ, ביסט גערעכט: ס׳איז אַוועק שוין דער זומער.

אַוועק איז דער זומער, און דאָך איז ער טײַער,

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

двенадцать − одиннадцать =