די געשיכטע פֿון איין ליד

די געשיכטע פֿון איין ליד

historytime.ru

אַ פּאָפּולער אַמאָל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ליד ״גרענאַדאַ״ האָט מען איבערגעזעצט אויף אַ סך שפּראַכן. בײַ אָט דעם ליד, אָנגעשריבן פֿון מיכאל סוועטלאָוו, איז זייער אַ טשיקאַווער גורל

מיכאל סוועטלאָוו (זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען איז שיינקמאַן) איז אַ רוסישער סאָוועטישער פּאָעט, דראַמאַטורג און זשורנאַליסט. געבוירן אין 1903 אין יעקאַטערינאָסלאַוו (איצט – דניעפּער), אין אַן אָרעמער משפּחה פֿון בעל־מלאָכה ארן שיינקמאַן. אַזאַ אָרעמער, אַז ווען דער 14-יאָריקער מיכאל האָט צום ערשטן מאָל פּובליקירט זײַנע לידער אין אַן אָרטיקער צײַטונג, האָט די משפּחה אויף זײַן האָנאָראַר געקויפֿט אַ גרויס לעבל ווײַס ברויט. זיי האָבן געקאָנט עסן וויפֿל דאָס האַרץ גלוסט, און דאָס איז געווען אַזוי אומגעוויינלעך, אַז ס׳האָט זיך פֿאַרגעדענקט אויף שטענדיק.

אין 1920 איז מיכאל פֿרײַוויליק אַרײַנגעטראָטן אין דער רויטער אַרמיי, האָט אָנטייל גענומען אין דעם בירגער־קריג. זײַן ערשט זאַמלבוך ״רעלסן״ איז אַרויס פֿון דרוק אין 1923 אין כאַרקאָוו. אין 1927 – 1928 יאָרן האָט ער זיך געלערנט אינעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט. לויט די דאָקומענטן פֿון נ. ק. וו. ד. (פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר אינערן־ענינים), האָט ער אונטערגעהאַלטן די לינקע אָפּאָזיציע צוזאַמען מיט די פּאָעטן מיכאל גאָלאָדני און יוסף אוטקין האָט אַרויסגעגעבן אַן אומלעגאַלע אָפּאָזיציע־צײַטונג ״קאָמוניסט״. די אומלעגאַלע דרוקערײַ, וווּ מע האָט געדרוקט די צײַטונג, האָט זיך געפֿונגען בײַ סוועטלאָוון אין דער היים. צוזאַמען מיט מיכאל גאָלאָדני האָט ער אָרגאַניזירט די פּאָעטישע אָוונטן, אויף די צונויפֿגעזאַמלטע געלטמיטלען האָט מען געהאָלפֿן די משפּחות פֿון אַרעסטירטע אָפּאָזיציאָנערן.

אין 1934 יאָר, ווען מע האָט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געשאַפֿן אַ שרײַבער־פֿאַריין, האָט סוועטלאָוו געזאָגט, אַז ״חוץ אַ וווּלגאַרער אָפֿיציאַלשטשינע זאָלט מען גאָרנישט וואַרטן פֿון אַזאַ אָרגאַניזאַציע״. וועגן דעם דריטן מאָסקווער פּראָצעס1 האָט סוועטלאָוו געזאָגט, אַז ״דאָס איז נישט קיין פּראָצעס, נאָר די אָרגאַניזירטע דערמאָרדן, אַגבֿ וואָס קען מען וואַרטן פֿון זיי? די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איז שוין ניטאָ, זי איז דעגענערירט געוואָרן. גאָרנישט געמיינס מיט פּראָלעטאַריאַט האָט זי נישט״.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז סוועטלאָוו געווען אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג ״רויטער שטערן״, דערנאָך האָט געאַרבעט אין דער פֿראָנט־פּרעסע פֿון דער ערשטער שלאָגערישער אַרמיי. פֿון זײַנע מלחמה־לידער איז מער באַוווּסט זײַן ״איטאַליענער״ (1943). פֿאַר דער אַרבעט בעת דער מלחמה האָט מען באַלוינט סוועטלאָוון מיט צוויי אָרדענס פֿון רויטן שטערן און מיט מעדאַלן. נאָך דער מלחמה האָט ער געוווינט אין מאָסקווע, געאַרבעט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט.

וואַרלאַם שאַלאַמאָוו2 האָט זיך אַזוי דערמאָנט אין סוועטלאָוון:

״סוועטלאָוו איז אויפֿגעשטאַנען און האָט מיר דערלאַנג די האַנט.

  • וואַרט. כ׳וועל אײַך עפּעס זאָגן. איך בין אפֿשר אַ שלעכטער פּאָעט, אָבער איך האָב קיין מאָל אויף קיינעם ניט געמסערט…

איך האָב געטראַכט, אַז פֿאַר יענע יאָרן איז דאָס געווען אַ היפּש פֿאַרדינסט – אפֿשר שווערער, ווי אָנצושרײַבן ״גרעאנאַדע״.

דאָס ליד ״גרענאַדע״ האָט סוועטלאָוו געשאַפֿן אין 1926 יאָר. און כאָטש אַ רייד אינעם ליד איז געגאַנגען נישט וועגן דער מלוכה גרענאַדאַ, נאָר וועגן דער שפּאַנישער פּראָווינץ גראַנאַדאַ, איז זײַן דערפֿאָלג געווען אַ פּלעפֿנדיקער. כּמעט 20 קאָמפּאָזיטאָרן פֿון פֿאַרשידענע לענדער האָבן עס געלייגט אויף מוזיק, למשל, ג. ליאַסקונסקי, יורי טשיטשיקאָוו, יולי מייטוס, לעאָניד אוטיאָסאָוו, קאָנסטאַנטין ליסטאָוו…

אין שפּאַניע אין די בעטערע יאָרן 1936 – 1939 איז ״גרענאַדאַ״ געוואָרן אַ באַליבט זינגליד פֿון אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס – מיליטער־טיילן פֿון ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, איטאַליע, פֿראַנקרײַך און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע האָבן געקעמפֿט אויפֿן צד פֿונעם פֿאָלקס־פֿראָנט פֿון שפּאַניע.

fotostrana.ru

די שורות ״געלאָזט כ’האָב מײַן כאַטע, געלאָזט זיך אין שלאַכט צו געבן דעם פֿאָלק אין גרענאַדע די מאַכט״ (אויף ייִדיש דאָ –  אין איבערזעצונג פֿון וועלוול טשערנין) האָט מען אויסגעקריצט אויף אַ דענקמאָל דעם קאָמאַנדיר פֿון דער צוועלפֿטער אינטערבריגאַדע, דעם אונגערישן שרײַבער מאַטע זאַלקאַ, וועלכער איז אומגעקומען אין 1937.

אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דאָס ליד ״גרענאַדאַ״ געווען אַ הימן פֿון די אַסירים פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער מאַוטהאַוזען, וווּ ביז דער סאַמע באַפֿרײַונג האָט אָפּערירט דער אָטריאַד אַנטיפֿאַשיסטן, בראָש פֿון וועלכן איז אויך געשטאַנען אַ לעגענדאַרישער סאָוועטישער אויסשפּירער לעוו מאַנעוויטש.

market.interra.ru

די מוזיק צו דעם ליד ״גרענאַדע״ האָט אויך קאָמפּאָנירט מיקאַעל טאַריווערדיִעוו, ער האָט אין 1977 געשאַפֿן אַ ציקל זינגלידער אויף סוועטלאָווס געדיכטן. אָבער די סאַמע באַוווּסטע איז דאָך געוואָרן אַ מעלאָדיע, אָנגעשריבן אין 1959 פֿון וויקטאָר בערקאָווסקי. צום ערשטן מאָל איז אָט דאָס ליד געקלונגען אויף ראַדיאָ אין 1965. טאַקע די דאָזיקע ״גרענאַדע״ האָט מען געוווּסט און ליב געהאַט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

און כאָטש מיכאל סוועטלוו האָט אָנגעשריבן אַ סך לידער, נבֿיאישע זײַנען געוואָרן די ווערטער פֿון זײַן פֿרײַנד וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי:

״סוועטלאָוו! וואָס וואָלט איך נישט געשריבן, קום איך צוריק צו מײַן ״דער וואָלקן אין הויזן״. כ׳האָב מורא, אַז מיט אײַך און אײַער ״גרענאַדע״ וועט פֿאָרקומען דאָס זעלבע״.

סוועטלאָווס ליד ״גרענאַדע״ האַלט מען מיט רעכט פֿאַר אַ בעסט ליד וועגן דעם בירגער־קריג, כאָטש דער מחבר אַליין איז קיין מאָל נישט געווען אין שפּאַניע.

 –––––––––––––––

1 אַן עפֿנטלעכער מישפּט איבער אַ גרופּע געוועזענע מלוכע־ , פּאַרטיי־טוער און די דרײַ ברייט באַוווּסטע אינעם לאַנד און הויך פּראָפֿעסיאָנעלע דאָקטוירים. איז דורכגעגאַנגען אין מאַרט 1938, בעת דעם גרויסן טעראָר אין סאָוועטנפֿאַרבאַנד.

2אַ באַוווּסטער רוסישער שרײַבער, וועלכער האָט געשאַפֿן אַ ריי ליטעראַרישע און פּובליציסטישע ציקלען וועגן דעם לעבן פֿון פּאָליטישע אַרעסטאַנטן אין די סטאַלינישע לאַגערן)

visualrian.ru

מיכאל סוועטלאָוו

(1903, יעקאַטערינאָסלאַוו – 1964, מאָסקווע)

גרענאַדע

מיר פֿלעגן סִײַ רײַטן, סײַ לויפֿן, סײַ גיין

און «יאַבלאָטשקאָ» זינגען באַשטענדיק דורך ציין,

עס האָבן דאָ סלידל ביז איצט אָפּגעהיט

די גראָזן די יונגע, דער סטעפּ־מאַלאַכיט.

אַ לידל אַן אַנדערש פֿון זוניקער ווײַט

געבראַכט האָט אין זאָטל דאַן מײַנער אַ פֿרײַנד,

און ער האָט געזונגען אין סטעפּן אַרײַן:

«גרענאַדע, גרענאַדע, גרענאַדע דו מײַן».

ער האָט אָט דאָס לידל געהאַלטן אין ציין.

פֿונוואַנען בײַם כלאָפּעץ – אַ שפּאַניש געוויין?

דערצייל, אַלעקסאַנדראָווסק, און כאַרקאָוו, זאָג מיר:

פֿון ווען זינגען שפּאַניש באַשלאָסן האָט איר?

און זאָג מיר, אוקרײַנע, צי ניט אין דעם ווייץ

שעווטשענקאָס פּאַפּאַכע ליגט אפֿשר? גיי ווייס.

פֿונוואַנען דאָך, פֿרײַנד מײַנער, ס’לידל קען זײַן

«גרענאַדע, גרענאַדע, גרענאַדע דו מײַן».

עס זאָגט ניט געאײַלט דער פֿאַרטרוימטער כאָכאָל:

«איך האָב עס דערזען אין אַ ביכל אַמאָל.

דער נאָמען דער שיינער ביז דאָ איז דערגאַן.

ס’אַ קאַנט אַ גרענאַדער אין שפּאַניע פֿאַראַן.

געלאָזט כ’האָב מײַן כאַטע, געלאָזט זיך אין שלאַכט

צו געבן דעם פֿאָלק אין גרענאַדע די מאַכט.

סײַ קרובֿים, סײַ שכנים, געזונט זאָלט איר זײַן!

גרענאַדע, גרענאַדע, גרענאַדע דו מײַן!,

מיר זײַנען געריטן און האָבן שטודירט

דעם דיקדוק פֿון שלאַכט, דורך חלומות גערירט.

דער אויפֿגאַנג, די שקיעה. אַרויף און אַראָפּ.

די פֿערד ווערן מיד פֿונעם ווילדן גאַלאָפּ.

די מחנה האָט «יאַבלאָטשקאָ» ס’לידל געשפּילט

אויף פֿידלען פֿון צײַטן סײַ בייז און סײַ מילד.

וווּ, פֿרײַנד, איז דײַן לידל, וואָס איז אַזוי פֿײַן,

גרענאַדע, גרענאַדע, גרענאַדע דו מײַן?

דער קערפּער איז לאַנגזאַם אַראָפּ פֿונעם פֿערד.

מײַן פֿרײַנד ליגט געשאָסן אויף בלוטיקער ערד.

עס האָט די לבֿנה געמאָלדן: «שמע־נאַ».

דער גוסס האָט שטיל אויסגעזונגען: «גרענאַ…»

קיין צײַט ניט געווען איז פֿאַר קלאָג און געוויין

און «יאַבלאָטשקאָ» האָט מען געזונגען דורך ציין.

בלויז שפּעטער אַראָפּ איז פֿון הימל־בלוי שווער

אויף סאַמעט פֿון שקיעה פֿון רעגן אַ טרער.

יאָ, ווײַט אינעם הימל אַוועק איז מײַן פֿרײַנד.

און וווּ איז זײַן לידל פֿאַרפֿאַלן שוין הײַנט?

ווײַל קיינער דאָך זינגט ניט אין סטעפּן אַרײַן:

«גרענאַדע, גרענאַדע, גרענאַדע דו מײַן».

דאָס לעבן האָט לידער שוין נײַע פֿאַרפֿאַסט.

די לידער די אַלטעס’ איז פּשוט אַ לאַסט.

איז בענקט נאָך דעם ליד ניט. עס קען מער ניט זײַן.

גרענאַגע, גרענאַדע, גרענאַדע דו מײַן.

יידיש: וועלוול טשערנין

וועלוול טשערנין – אַ דיכטער, אן איבערזעצער, אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער און אַן עטנאָגראַף. געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1958. זיך געלערנט אינעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט און אינעם מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט. דעביוטירט מיט לידער אין 1983 אויף די שפּאַלטן פֿונעם זשורנאַל ״סאָוועטיש היימלאַנד״. עולה געווען קיין ישֹראל אין 1990. אין 1997 איז אין תּל־אָבֿיבֿ דערשינען זײַן ערשט בוך לידער ״בין־השמשות״. אין 1999 – באַקומען אַ דאָקטאָראַט אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿונעם בר־אילן אוניווערסיטעט. אַרבעט אינעם אריאלער אוניווערסיטעט אין שומרון. וווינט אין כפֿר־אַלדד, גוש־עציון.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *