די קראַפֿט פֿון זײַנע לײַדנשאַפֿטן

די קראַפֿט פֿון זײַנע לײַדנשאַפֿטן

источник artinvestment.ru)

אויפֿן ביראָבידזשאַנער וועבזײַטל nasledie-eao.ru, וווּ מע קען געפֿינען אַ סך אינטערעסאַנטע פּובליקאַציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, זײַנען איצט פֿרײַ אויסגעשטעלט די בילדער און צייכענונגען פֿונעם אַלבאָם, אַרויסגעגעבן פֿון ״איקאָר״ אין ניו־יאָרק צוריק מיט 90 יאָר – אין 1929.

מע האָט אַרויסגעגעבן דעם אַלבאָם ״אין פֿאַרבינדונג מיט דער אַרבעט פֿון ״איקאָר״ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע און קאַנאַדע פֿאַר דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועטנפֿאַרבאַנד״. דעם אַלבאָם און אַ סך אַנדערע ייִדישע ביכער און זשורנאַלן האָט אונדז געבראַכט צו פֿירן פֿאַר אַ מתּנה ניקאָלײַ באָראָדולין, דער דירעקטאָר פֿון יייִדיש־פּראָגראַמען בײַם ״ארבעטער־רינג״, ניו־יאָרק.

״די בילדער און צייכענונגען אין דעם אַלבאָם זײַנען כּמעט אַלע אַרויסגערופֿן געוואָרן דורך דעם גרויסן פֿאַקט פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד״, – לייענען מיר אין ארײַנפֿיר־וואָרט.

די קינסטלער, וואָס האָבן בײַגעטראָגן זייערע שאַפֿונגען פֿאַר דעם אַלבאָם, זײַנען געוואָרן וויליאַם גראָפּער, ישֹשכר־בער ריבאַק, לוּי לאָזאָוויק, פֿרענק האָראָוויץ, באָריס אַראָנסאָן, קופּריאַנאָוו און מאַוּד – צען רעפּראָדיקציעס פֿון זייערע בילדער און צייכענונגען מעג מען איצט זען אין אַ ווירטועלער אויסשטעלונג אויפֿן וועבזײַטל nasledie-eao.ru.

ס׳ווילט זיך דערציילן וועגן איינעם פֿון אָט־די קינסטלער, וועמעס שאַפֿונג, וועדליק עס זאָגן די קריטיקער, איז געבליבן אין שאָטן פֿון מאַרק שאַגאַלס ווערק.

אַ ייִדישער קינסטלער פֿון אַ גרויסן טאַלאַנט – אַזוי האָט מען אָנגערופֿן ריבאַקן אין פֿאַרמלחמהדיקער אייראָפּע. ער האָט געהערט דער פּלעיאַדע מײַסטערס, וועלכע האָבן געווידמעט זייער טאַלאַנט דעם פֿאָלק. די ייִדישע טעמאַטיק ליגט אין יסוד פֿון שאַפֿונג פֿון אַ סך באַקאַנטע קינסטלער, אָבער פֿאַר ריבאַק איז זי געוועאָרן די וויכטיקסטע.

ריבאַק האָט גלײַך ווי פֿאָרויסגעזען און מורא געהאַט, אַז די שטעטלעך וועלן נעלם ווערן, און ער האָט זיך געאײַלט אָפּצושפּיגלען אויפֿן לײַוונט יעדע געשעעניש פֿונעם יידישן לעבן. זײַן אייגן לעבן איז איבערגעריסן געוואָרן אויף אַ הייכפּונקט פֿון שאַפֿונג – ווען ער איז אַלט געווען נאָר 38 יאָר.

ישֹשכר בער־ריבאַק איז געבוירן געוואָרן אין 1897 אין שטעטל יעליסאַוועטינסק, כערסאָנער גובערניע (איצט – די אוקראַיִנישע שטאָט קראָפּיווניצקי). אין דער אָרעמער פֿילקינדערדיקער משפּחה האָט מען נישט אונטערגעשטיצט זײַן פֿאַרכאַפּטקייט מיט מאָלערײַ. נישט געקוקט אויף דעם, האָט דער 10־יאָריקער ישֹשכר אָנגעהויבן זיך לערנען אויף מאָלערײַ־קורסן בײַ איינער פֿון די אָרטיקע פֿאַבריקן. שוין אין אַ יאָר אַרום איז דער באַגאַבטער דערוואַקסלינג, לויט אַ רעקאָמענדאַציע פֿון זײַן לערער, ארײַנגעטראָטן אויף די צוויי־יאָריקע קורסן אין יעליסאַוועטגראַד, וווּ מע האָט געגרייט די קוואַליפֿיצירטע קינסטלער־אַרבעטער. דאָס האָט געבראַכט צו אַ קאָנפֿליקט מיטן פֿאָטער, און אין אַ יאָר אַרום האָט ישֹשכר פֿאַרלאָזט דאָס עלטערן־הויז.

צוזאַמען מיטן אַרטעל קוסטאַרן־מאַליערס האָט ריבאַק באַמאָלט די דאָרפֿישע קלויסטערס אויף כערסאָנשטשינע. דערנאָך איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין קיִעוו, אַרײַנגעטראָטן אין קינסטלער־שול, וואָס ער האָט זי דערפֿאָלגרײַך פֿאַרענדיקט אין 1916. ווען ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אַלס דעקאָראַטאָר אינעם ייִדישן טעאַטער, איז ער אַרײַנגעטראָטן אין אַ היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט, אויף די געלטמיטלען פֿון וועלכער איז ער צוזאַמען מיט על ליסיצקין אַרומגעפֿאָרן איבער אוקראַיִנע, פּאָדאָליע און וואָלין. בעת אָט די רײַזעס האָבן זיי אויסגעפֿאָרשט די הילצערנע שולן און דערלערנט די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט.

ריבאַק און אַנדערע פּראָמינענטע קינסטלער, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרכאַפּט מיטן זוכן דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן סטיל, געגרינדעט די קולטור־ליגע. די באַוועגונג איז אויפֿגעקומען אין 1917 אין קיִעוו און האָט געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל – ״צו אַנטוויקלען די ייִדישע פֿאָלקס־בילדונג, ליטעראַטור אויף ייִדיש און ייִדישע קונסט״. חוץ דעם האָט ריבאַק צוזאַמען מיט באָריס אַראָנסאָנען אָנגעשריבן אַ פּראָגראַם־אַרטיקל ״די וועגן פֿון ייִדישער מאָלערײַ״, וווּ ער האָט באַהויפּטעט, אַז ״די ריינע אַבסטראַקטע פֿאָרם – איז גראָד דאָס, אין וואָס עס ווערט פֿאַרקערפּערט אַ ״נאַציִאָנאַלער״ עלעמענט. נאָר דורך דער אַבסטראַקטער מאָלערײַ קען מען אויסדריקן די אייגענע נאַציאָנאַלע יסודות״. די באַוועגונג ״קולטור־ליגע״, אין וועלכער ריבאַק האָט גענומען דעם סאַמע אַקטיוון אָנטייל, איז אַרײַן אין דער געשיכטע אַלס ״רענעסאַנס פֿון דער ייִדישער קונסט״.

סוף 1919 האָט ריבאַק זיך אַריבערגעקליבן קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט אָנגעהויבן לערנען אין אַ פּאָפּולערער פֿרײַער קינסטלערישער סטודיע. אין צוויי יאָר אַרום איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין בערלין, וווּ איז אַרײַנגעטראָטן אין די רייען פֿונעם דײַטשישן אַוואַנגאַרדיסטן־פֿאַריין – סעצעסיִאָן.

דאָרטן, אין בערלין, איז אין 1923 פֿאָרגעקומען מיט דערפֿאָלג די ערשטע פּערסאָנעלע אויסשטעלונג פֿון ריבאַקס בילדער און צייכענונגען. אויף איר האָט ער פֿאָרגעשטעלט זײַנע גראַפֿישע ציקלען ״פּאָגראָם״, ״ייִדישע טיפּן פֿון אוקראַיִנע״, ״קליין שטעטל״. די סעריע ווערק, וווּ ער האָט אָנגעמאָלט די אַכזריותדיקע פּאָגראָמען אויף ייִדן, האָט דערשיטערט די אייראָפּעיִשע עולם. די אויסדרוקפֿולקייט פֿון די צייכענונגען קען מען דערקלערן מיט דעם, וואָס דער קינסטלער אַליין געווען אַ בײַזעער פֿון די פּאָגראָמען. ער האָט געמאָלט די ווערק פֿון אָט דער סעריע, באַזירנדיק זיך אויף זײַנע זכרונות, ער האָט נישט דערטראַכט און נישט אַנטוויקלט דעם סיוזשעט – ער האָט אָפּגעשפּיגלט נאָר דאָס, וואָס ער האָט געזען מיט די אייגענע אויגן.

אַ פֿרוי, וואָס האָט זיך אָנגעבייגט איבער אַ קאַלטן קערפּערל פֿון רוצחיש דערהרגעטן קינד. זי קען נישט גלייבן, אַז ער איז טויט און צערטלעך פֿאַרוויגט אים, עפּעס זינגענדיק… די עמאָציאָנעלקייט פֿון זײַנע בילדער פּשוט דערשטוינט.

אויפֿן לעצטן זײַטל פֿון זײַן אַלבאָם ״דאָס שטעטל. מײַן צעשטערטע היים. זכרונות״ שרײַבט דער קינסטלער:

״אַזוי האָט מיר רביניו געזאָגט: ״מע טאָר  ניט אומעדיג זײַן, קינד. ביזטו אומעדיג איז גלײַך ווי דו טוסט איימעצן שלעכטס. איז מען אָבער פֿריילאַך, איז די וועלט אַרום מלא שֹמחה״.

publicdomainreview.org

אינטערעסאַנט, אַז אַלע צייכענונגען אין אָט דעם אַלבאָם דאַטירן זיך מיט 1917 יאָר. אָבער צום ערשטן מאָל האָט ער זיי אויסגעשטעלט נאָר אין בערלין. אין רוסלאַנד האָט ער זיי נישט אויסגעשטעלט נישט פֿריִער, נישט שפּעטער…

קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט ער זיך אומגעקערט אין 1924. נאָכן באַזוכן די היים־ערטער האָט ער געשאַפֿן אַ גראַפֿישן ציקל ״אויף ייִדישע פֿעלדער פֿון אוקראַיִנע״ – די ווערק וועט ער אויך אויסשטעלן נאָר אין אויסלאַנד, אין פּאַריז, אין צוויי יאָר אַרום.

ווען ריבאַק איז אַריבערגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, האָט ער דאָרטן פֿאַרנומען אַ מערקווירדיק אָרט אין דער אינטערנאַציאָנעלער קינסטלערישער געזעלשאַפֿט  (פּאַריזער שול).

ריבאַק האָט אַ סך געאַרבעט אין טעאַטער, האָט זיך פֿאַרנומען מיט סקולפּטור און מאָלערײַ. ער איז געווען אַ שטענדיקער און איינער פֿון די בכּבֿדיקסטע מיטגלידער פֿון פֿאַרשידענע סאַלאָנען – ״סאַלאָן פֿון די אומאָפּהענגיקע״, ״טויִלרי״ אַן אַנדערע. אין 1928 איז זײַן אויסשטעלונג פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע. גרויס דערפֿאָלג האָבן געהאַט זײַנע אויסשטעלונגען אין האָלאַנד, בעלגיע, ענגלאַנד, אַמעריקע און אַנדערע לענדער.

אין װאלד קװיטקא צײכענונגען י ריבאק

ריבאַק האָט זייער ליב געהאַט צו איליוסטרירן די קינדער־ביכער אויף ייִדיש. ער פֿלעגט זיך נעמען פֿאַר אָט דער אַרבעט מיט גרויס פֿאַרגעניגן, וווּ ער זאָל ניט זײַן און וואָס ער זאָל ניט טאָן. קיִעוו, מאָסקווע, בערלין, פּאַריז – ער האָט אָנגעמאָלט איליוסטראַציעס צו צענדליקער ביכער פֿאַר ייִדישע קינדער. די ליכטיקסטע, פֿריילעכסטע און גליקלעכסטע זכרונות פֿון זײַנע קינדער־יאָרן האָבן באַקומען אַן אויסדרוק אין זײַנע איליוסטראַציעס.

אין 1934 איז אין פֿראַנקרײַך ארויסגעגאַנגען פֿון דרוק אַ בוך וועגן ריבאַקן. דער מחבר, אַ פֿראַנצייזישער קריטיקער ר. קאָניאַ, האָט וועגן אים געשריבן ווי וועגן אַ קינסטלער, וועלכער איז ״אין פֿולן בלי פֿון זײַן טאַלאַנט און איז פֿול מיט שעפֿערישע פּלענער״.

publicdomainreview.org

אָבער די פּלענער זײַנען נישט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. דעם 25 דעצעמבער 1935 איז ישֹשכר־בער ריבאַק געשטאָרן פֿון טובערקוליאָז, וועלכער האָט אים געמוטשעט די לאַנגע יאָרן. אין איינעם פֿון די נעקראָלאָגן האָט מען געשריבן: ״קונסט איז געווען די איינציקע און באַדײַטנדיקסטע פֿאַרענטפֿערונג פֿון זײַן לעבן. קונסט איז געווען זײַן לײַד און גליק, און ,אפֿשר, די קראַפֿט פֿון אָט די לײַדנשאַפֿטן האָט ווי אַן אינערלעך פֿײַער, אים פֿאַרברענט. פֿאַר זײַן קורץ לעבן האָט ער באַוויזן צו טאָן אַזוי פֿיל, וויפֿל אייניקע קינסטלער קענען נישט טאָן פֿאַר די לאַנגע יאָרן״.

ביזן סאַמע אָנהייבן פֿון דער מלחמה האָט מען אַלע יאָר דורכגעפֿירט אין פּאַריז די אָוונטן און אויסשטעלונגען צו ריבאַקס אָנדענק. אַ סך זײַנע ווערק זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אין די מלחמה־יאָרן, אָבער נישט געקוקט אויף דעם קען מען זיי געפֿונען אין די צענדליקער מוזייען פֿון דער וועלט. זײַן אַלמנה האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרהיט ריבאַקס פּערזענלעכע קאָלעקציע. אין 1962 האָט זי איבערגעגעבן אַלע בילדער אין ריבאַקס מוזיי, אין בת ים, ישֹראל.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *

семь + 12 =