״מײַן טײַער, מײַן ליב ייִדיש״

״מײַן טײַער, מײַן ליב ייִדיש״

נח באַרעראַ איז מײַן טײַערער מיטאַרבעטער, װאָס קאָאָרדינירט די ייִדישע אונטערנעמונגען בײַם אַרבעטער־רינג. ער איז אַ יונגער, באמת פֿאַרברענטער און זײער אַ שאַפֿערישער ייִדישיסט, װאָס האָט במשך פֿון עטלעכע יאָרן אױפֿגעטאָן אַזױ פֿיל לטובֿת ייִדיש, אַז עס איז ממש ניט צו גלױבן. ער איז אַזױ פֿאַרנומען מיט זײַן אַרבעט, אַז עס האָט מיר גענומען אַ פּאָר גוטע חדשים, אײדער איך האָב געקענט נעמען בײַ אים אַן אינטערװיו.

נ.ב.: טײַערער נח, מײַן טראַדיציאָנעלע פֿראַגע – װי אַזױ דו ביסט געקומען צו ייִדיש?

נח ב.: עס האָט זיך אָנגעהױבן מיט פֿינף יאָרן צוריק אין אוניװערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע, װוּ איך האָב גענומען צוויי ייִדיש־קלאַסן. דער ערשטער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון מער װי דרײַסיק סטודענטן, דעם צווייטן האָב איך געפּועלט פֿונעם אוניװערסיטעט, װײַל נאָר דרײַ – פֿיר מענטשן האָבן זיך פֿאַרשריבן אינעם קורס. דערנאָך האָב איך זיך געלערנט בײַם ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם.

נ.ב.: װאָס האָט דיך צוגעצױגן צו ייִדיש?

נח ב.: איך בין אַלע מאָל געװען פֿאַראינטערעסירט אין די שפּראַכן און איך האָב קודם זיך געלערנט העברעיִש און דײַטש. אָבער װען איך בין געפֿאָרן קיין ניו־יאָרק און זיך געלערנט דאָס לשון בײַם ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם, דעמאָלט האָב איך זיך פֿאַרליבט אין די קלאַנגען און אידיאָמען פֿון יידיש. איך געדענק, װען איך בין געװען אין דער זומער־פּראָגראַם צום ערשטן מאָל און האָב געדאַרפֿט אַ סך לײענען, בין איך געזעסן שעהען לאַנג איבערגעבױגן איבער אַ בוך, לײענעדיק ביז כ׳האָב אָנגעהױבן הערן די ייִדישע קלאַנגען, װעטרטער, זאַצןִ. ס׳איז געװאָרן אַזױ לעבעדיק און ליבלעך. דאָס האָט געמאַכט אױף מיר אַזאַ גרױסן אײַנדרוק.

נ.ב.: דאָס איז טאַקע אַ װוּנדער! אין װעלכע ייִדישע אנשטאַלטן און אָרגאַניזאַציעס האָסטו געאַרבעט במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר?

נח ב.: איך האָב זיך אַריבערגעקליבן קיין ניו־יאָרק צוליב ייִדיש, װײַל װען מען לערנט זיך אַ שפּראַך זײער ערנסט, פֿאָרט מען אין אַ לאַנד, װוּ מען רעדט אָט דאָס לשון. װוּ פֿאָרט מען צו רעדן ייִדיש װי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך? ניו־יאָרק! אין ניו־יאָרק בין איך גלײַך געגאַנגען אין ״פֿאָרװערטס״, האָב זיך געטראָפֿן מיטן דעמאָלטיקן רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג באָריס סאַנדלערן און ער האָט מיך צוגענומען אויף אַרבעט אין דער רעדאַקציע.  נאָך דעם האָב איך געאַרבעט אַ שטיקל צײַט אין בײדע ייִדישע טעאַטערס פֿון ניו־יאָרק, סײַ אין ״פֿאָלקסבינע״, סײַ אין ״New Yiddish Rep״. טאַקע דאָרטן, אין טעאַטערס, איז ייִדיש געװאָרן מיר אײגנס און הײמיש. איך בין געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר איבערקעפּלעך און געזען, לאָמיר זאָגן, די פּיעסע ״דער טױט פֿונעם סײלסמען״ פֿון ״NYR״ מער װי זעכציק מאָל, און ״גאָלדענע כּלה״ פֿון ״פֿאָלקסבינע״ – מער װי הונדערט מאָל.  איך קען אַלע רעפּליקען און לידער פֿון אױסנװײניק. איך האָב ליב צו זינגען אָט די לידער. איך האָב אױך געהערט פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון די אַקטיאָרן, װאָס טײל פֿון זײ זײַנען אָפּגעפֿאָרענע חסידים, אַ טײל – אױסגעשולטע פּראָפֿעסיאָנעלע און באַװוּסטע אַקטיאָרן פֿון ייִדישע טעאַטערס. אַחוץ דעם, האָב איך אױך געאַרבעט  בײַם ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם, געלערנט דאָרט, און אױך געאַרבעט פֿרײַװיליק אָדער טײלצײַטיק אין ייִװאָ גופֿא.

נ. ב: קענסט דערצײלן אונדז װעגן דײַן אַרבעט װי אַ פֿאָרשער און איבערזעצער?

נח ב.: איך האָב אָנגעהױבן שרײַבן אױף ייִדיש נאָכן ערשטן סעמעסטער אין אוניװערסיטעט. נאָך דער ערשטער ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם האָב איך אָנגעשריבן בשותּפֿות מיטן פּראָפֿעסאָר נתנאל דויטש דעם אַרטיקל װעגן הונדערטער יאָרן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־מעדיצין אין מיזרח־אײראָפּע, װאָס מען האָט פּובליקירט אינעם זשורנאַל ״אױפֿן שװעל״. איך האָב אים איבערגעזעצט אױף ענגליש און געװוּנען עטלעכע פּרעמיעס. דאָס איז געװען מײַן ערשטער אַרײַנטריט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. איך האָב געלײענט מער און מער די ייִדישע ליטעראַטור און דאָס האָט אַ סך געהאָלפֿן מיט מײַן אײגן שרײַבן.

ווען איך האָב פֿאַרענדיקט דעם אוניװערסיטעט, האָט דער זעלבער פּראָפֿעסאָר געבעטן, מיר זאָלן בשותּפֿות איבערזעצן זײער אַ װיכטיק בוך, װאָס מיר האָבן זיך געװאָנדן צו אים און ציטירט אינעם אױבנדערמאָנטן אַרטיקל. דאָס איז אַבֿרהם רעכטמאַנס ״זכרונות״ פֿון דער באַרימטער ש. אַנ־סקי עקספּעדיציע. מיר האָבן געשיקט דעם פֿאָרלײג צו אינדיאַנאַ־אוניװערסיטעט, װאָס האָט אים אָנגענומען.  איך האָב געאַרבעט דרײַ יאָר איבער דער איבערזעצונג. געהאָרעװעט שעהען־לאַנג און שװער, איבערגעזעצט דאָס בוך עטלעכע מאָל. ערשט – בוכשטעבלעך, דערנאָך ליטעראַריש, אידיאָמאַטיש. דאָס בוך איז כּמעט פֿיר הונדערט זײַטלעך, אַרײַנשליסנדיק אַרום פֿופֿציק בילדער.די שפּראַך איז אָפֿט קאָמפּליצירט. רעכטמאַן האָט איבערגעגעבן די אינטערעסאַנטסטע, װוּנדערלעכע מעשֹיות און לעגענדעס, װאָס ער האָט זוכה געװען צו הערן פֿון די זקנים פֿון די שטעט און שטעטלעך אין מיזרח־אײראָפּע. איך האָב געענדיקט די איבערזעצונג, געשיקט דעם כּתבֿ־יד אין אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט און כ׳װאַרט איצט אױף די קאָרעקטורן.

נ. ב.: קענסט זאָגן אַ פּאָר װערטער װעגן דײַן פֿאָרשונג ״סעקס אין ייִדיש״. פֿאַר װאָס ביסטו געװאָרן פֿאַראינטערעסירט אין דער טעמע און װאָס האָסטו אַנדעקט?

נח ב.: איך בין אַ ייִדישיסט און רעד ייִדיש טאָג־טעגלעך, כּדי אָפּצוהיטן די שפּראַך. װאָס הײסט דאָס? מיר דאַרפֿן קענען אױסדריקן אַלצדינג, װאָס קומט פֿאָר אין לעבן. אַזױ טו איך. איך פּראָביר צו רעדן מיט מײַנע חבֿרים װעגן אַלצדינג. װי אַזױ קען מען אױסמײַדן סעקס? איך װיל װיסן װעגן אַלע סעקס פּיטשעװקעס אױף ייִדיש. איז האָב איך געפֿאָרשט אין ייִװאָ־אַרכיװ די עראָטישע מאַטעריאַלן װעגן סעקס. איך זאַפּ אָט די מאַטעריאַלן אין זיך און איך ניץ זײ טאַקע. די מאַטעריאַלן, װאָס איך האָב געפֿונען אינעם אַרכיװ, זײַנען ניט געדרוקטע. עס זײַנען אָבער אױך אַ געװיסע צאָל ייִדישע שרײַבערס, װאָס האָבן געמאַכט אױף מיר אַ גרױסן רושם מיט די באַשרײַבונגען פֿון עראָטישע סצענעס. אײנער, װאָס קומט גלײַך אין זינען, איז באַשעװיס, אָבער ניט נאָר ער האָט געשריבן װעגן סעקס. אײנער פֿון מײַנע באַליבסטע שרײַבערס איז חײם גראַגע און זײַן קלאַסיש װערק ״צמח אַטלאַס״, װוּ מע זעט אַ סך סעקסועלע עפּיזאָדן, װאָס קומען פֿאָר פֿאַר די אױגן פֿונעם הױפּט־פּערסאָנאַזש, אַ מוסרניק, אַ ישיבֿה־בחור, װאָס דאַרף פֿירן זײער אַן אָנגעשטרענגט לעבן, און װאָס פּײַניקט זיך פֿאַר אַלע שלעכטע מידות. אפֿילו װען מען טוט עפּעס גוטס לױערט אין דעם עפּעס שלעכטס און ס׳איז דאָ אַ שטענדיקער אינערלעכער קאַמף, װאָס גראַדע שילדערט אַזױ פּרעכטיק. די גרעסטע תּאװה פֿאַר אַזאַ מענטשן איז געװען סעקס און גראַדע שרײַבט װעגן דעם אָפֿן, בולט און זײער געשמאַק.

נ. ב.: איך װײס, אַז דו װױנסט אין ייִדיש־הױז. װאָס איז דאָס?

נח ב.: דאָס איז געװען אַ הױז פֿון דער אָנגעזעענער פּאָעטעסע בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן, װאָס האָט דאָרט געװױנט זינט די פֿופֿציקער יאָרן. װען זי איז געשטאָרבן, האָט איר זון, איציק גאָטעסמאַן פֿאַרבעטן די ייִדישיסטן צו װױנען אינעם הױז, עס זאָל װײַטער בלײַבן אַ צענטערל פֿון דער ייִדישער קולטור אין די בראָנקס, װוּ מע זאָל הערן די קלאַנגען פֿון מאַמע־לשון. איך האָב זיך איבערגעקליבן אינעם הױז מיט עפּעס פֿיר יאָר צוריק. די אָפּגעפֿאָרענע חסידים װױנען בײַ אונדז, די װעלטלעכע ייִדישיסטן, און מיר רעדן ייִדיש דאָרטן טאָג־טעגלעך. דאָס הויז געפֿינט זיך פֿינף מינוט גײן פֿון שלום־עליכם־צענטער, װאָס איז דער לעצטער פֿאָרפּאָסט, די לעצטע פֿעסטונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין די בראָנקס.

נ. ב.: ביז הודערט און צוואַנציק! װאָס מײנסטו װעגן דעם בריק צװישן חסידים און װעלטלעכע ייִדן? איך זע װי פֿאַרכאַפּט דו ביסט מיט דער רעליגיעזן לעבן־שטײגער און צוגעצױגן צו דער פֿרומער װעלט. װי אַזױ קען מען אױפֿבױען אַזאַ מין בריק צװישן די חסידים און װעלטלעכע ייִדן?

נ. ב.: קודם־כּל דאַרף איך באַמערקן, אַז מע קען ניט רעדן אַ רײַכן, אידיאָמאַטישן ייִדיש אָן װיסן די טראַדיציע. מיר דאַרפֿן זי קענען אינטים, מיט ספֿרים און גמרא, װײַל אַנדערש װאָלט עס ניט געװען מעגלעך צו רעדן ייִדיש אַזױ װי מען האָט עס געטאָן אין דער אַלטער הײם. די חסידים זײַנען די געבױרענע ייִדיש־רעדערס הײַנט צו טאָג און זײ רעדן אַזאַ ייִדיש, װאָס, איך מײן, די ייִדישיסטן פֿאַרמאָגן ניט, װײַל דאָס חסידישע לעבן איז געבױט אױף דער טראַדיציע – מע גײט אין חדר, אין דער ישיבֿה, מע לערנט די אַלע ספֿרים אויף לשון־קודש, װאָס איז אַרײַן אין ייִדיש מיט טױזנט יאָר צוריק. דערפֿאַר דאַרף מען גײן צו זײ, זיך חבֿרן און רעדן מיט זײ.

מע טאָר ניט ״זיך פֿאַרשליסן אױף אַ בױדעם״ און איגנאָרירן זײ. מיר קענען ניט רעדן צו זיך אַלײן אָדער נאָר סתּם צו די אַנדערע מענטשן, װאָס זײַנען װי מיר. מיר דאַרפֿן גײן צו די חסידים און אַזױ טו איך. איך גײ צו די לובאַװיטשער, סאַטמערער, סקװערער חסידים. ס׳איז מעגלעך. מיר דאַרפֿן ניט האָבן קײן מורא און רעדן מיט זײ לבֿ־דװקא אַזױ, װי זײ רעדן. װען מען באַקענט זיך מיט אַזעלכע מענטשן און מע פֿאַרברענגט מיט זײ, געװױנט מען זיך צו צו זײער שפּראַך. מע דאַרף ניט זײ נאָכמאַכן. זײ רעדן אַזױ הײמיש, כאָטש אַ מאָל ס׳איז שווער צו פֿאַרשטײן, װײַל מען פֿאַרשלינגט די קלאַנגען.

נ. ב.: זײַ מוחל, װאָס איך האַק דיך איבער, אָבער איך האָב געמײנט און איך האָב געהערט װי די חסידים רעדן זײער אַן אַמעריקאַניזרטן ייִדיש.

נח ב.: עס װענדט זיך. אַ סך פֿון זײ רעדן אויף  זײער אַ שײנעם און רײַכן ייִדיש, אַ סך פֿון זײ ­­– מישן אַרײַן ענגלישע װערטער, אָבער ס׳איז דאָך אַ טײל פֿון ייִדיש, אַזאַ מין דיאַלעקט. מע קען ניט מישפּטן, אײדער מיר װײסן גענױ, װאָסער דיאַלעקט דאָס איז. מע דאַרף זײַן טאָלעראַנט ניט נאָר צו דער שפּראַך. מע דאַרף אױפֿנעמען די חסידים מיט די אָפֿענע הענט, און דעמאָלט װעט מען בעסער דערװיסן און פֿאַרשטײן זײער שפּראַך און קענטעניש, װאָס יעדער אײנער האָט אין זיך. איך האָב אַ חבֿר פֿון מאָנסי. איך האָב זיך באַקענט מיט אים און זײַן װײַבֿ אין קינאָ. מיר האָבן אַלע געזען ״מנשה״ און זיך באַגעגנט נאָכן פֿילם אויף די טרעפּ פֿון קינאָטעאַטער. זיי האָבן מיך אָפּגעשטעלט, װײַל זיי זענען געװען נײַגעריק צו װיסן, װאָס איך און מײַנע חבֿרים מיינען װעגן דעם פֿילם, איז האָב איך געשמועסט מיט זיי אַ שעה־צװיי אויף ייִדיש. און װען איך האָב זיך פֿאַרן מאַן באַקלאָגט, אַז איך האָב מורא צו רעדן מיט די חסידים, האָט ער מיר געזאָגט: ״קענסט רעדן מיט מיר. רופֿט מיך יעדן טאָג און מיר װעלן כאַפּן אַ שמועס״. ער האָט מיך אױך פֿאַרבעטן אױף שבת און איך בין געקומען מיט אַ חבֿר. מיר זײַנען אײַנגעשטאַנען בײַ זײ, געגאַנגען אין שול, געלערנט גמרא, דװקא אױף ייִדיש. מוצא־שבת זײַנען מיר געפֿאָרן צו די סקװערער חסידים אין ניו־סקװער אינעם גרעסטן בית־המדרש דאָרטן. װען מיר זײַנען אַרײַן, ס׳איז געװען חושך־מצרים, מען האָט געקענט גאָרניט זען. מען האָט נאָר געהערט, װי מע ברומט אונטער אַ ניגון. פּלוצלעם ויהי אור – ס׳איז געװאָרן ליכטיק און מיר האָבן דערזען הונדערטער אױב ניט טױזנטער חסידים אױף די פּאַרענטשקעס און אױבן אָן אין מיטן די פּאַרענטשקעס איז געזעסן דער רבי. איך בין אַרױף אױפֿן פּאַרענטש און דער חסיד האָט גענומען מײַן האַנט און מיר האָבן געהאָפּקעט און געזונגען ניגונים. און כ׳האָב געגעסן שיריים, גערעדט מיט קינדער און עלטערן אױף ייִדיש און זײ זײַנען געװען זײער פֿרײַנדלעך. איך בין זײער אינספּירירט פֿון זײער לעבן און שפּראַך, װײַל זײ בײדע דערגאַנצן אײנער דעם אַנדערן. װען איך רעד מיט די חסידים, נעם איך אָן זײערע װערטן.

נ. ב.: מיט װאָס פֿאַרנעמסטו זיך װי אַ שרײַבער איצט?

נח ב.: איך האַלט אין שרײַבן אַ נאָװעלע, װאָס מע גיט אַרױס קאַפּיטלעכװײַז אין ״פֿאָרװערטס״. די נאָװעלע מײַנע, װאָס איך האָף ענדיקן באַלד, איז אױטאָביאָגראַפֿיש, אינספּירירט פֿון אַ חלום, װאָס איך האָב אַ מאָל געזען. איך בין געזעסן אין דער אונטערבאַן און אַלע מענטשן, װאָס איך קען פֿון קינדהײט אָן, פֿאָרן מיט אָט דער באַן. איך ברענג זײ אַרײַן װי פּערסאָנאַזשן אין מײַן נאָװעלע. זי האָט אױך צו טאָן מיט סעקסואַליטעט פֿון מענטשן, מיט הײַנטצײַטיקע סיטאואַציעס און קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען פֿון אידענטיטעט, פֿרױדיאַנישע מאָטיװן, און אַזױ װײַטער. איך װעל לאָזן די לײענערס פּסקנען, װאָס דאָס מײנט.

נ. ב.: דו ביסט אױך אַ הײסער לײענער. װאָס לײענסטו איצט?

נח ב.: איך לײען חוה ראָזענפֿאַרבס טרילאָגיע ״בױם פֿון לעבן״, װאָס האָט צו טאָן מיט לאָדזשער ייִדן פֿאַרן, בשעת און נאָכן חורבן. עס געפֿעלט מיר שטאַרק, ס׳איז ריזיק אָבער כּדאי צו לײענען. זי האָט אַן ערנסטן חוש פֿאַר מענטשן און פֿאַרשטײט גוט און טיף זײער פּסיכאָלאָגיע. איך האָב ניט נאָר מיטלײד, נאָר איך אידענטיפֿיציר זיך מיט אירע פּערסאָנאַזשן.

נ. ב.: װאָס זײַנען דײַנע װײַטערדיקע פּלענער אין שײַכות מיט ייִדיש?

נח ב.: איך שרײַב דערצײלונגען און עטלעכע פֿון זײ קען מען זען אין ״פֿאָרװערטס״. איצט האַלט איך אין שרײַבן אַ דערצײלונג װעגן ערנעסט העמינגװײ, װאָס קומט צו גאַסט אױף שבת אין קראַונהײַטס (אַ געגנט אין ברוקלין).

איך שרײַב װעגן פֿאַרשידענע טיפּן, װאָס איך באַגעגן זיך מיט זײ אױף די ייִדישע גאַסן פֿון ניו־יאָרק און איך טו עס בשותּפֿות מיט מײַן בעסטן חבֿר, ברוך בלום. מיר רעדן נאָר ייִדיש צװישן זיך און מיר לייענען די זעלבע ביכער אויף ייִדיש. װאָס שײך די פּלענער, װיל איך דערגרײכן אַזאַ ניװאָ פֿון ייִדיש, װאָס מע פֿלעגט רעדן נאַטירלעך אין מיזרח־אײראָפּע, אין דער אַלטער הײם, װי אַ טאָג־טעגלעכע און טײַערע שפּראַך, עס זאָל ניט קלינגען פֿרעמד. איך דאַרף רעדן ייִדיש װי געהעריק. דערפֿאַר לײען איך, שרײַב און רעד װײַטער מיט די חסידים, לערן ייִדיש בײַם אַרבעטער־רינג כּדי אָפּצוהיטן מײַן טײַער, מײַן ליב לשון.

נ. ב.: טײַערער נח, מיר װינטשן דיר אַ סך דערגרײכונגען און הצלחות אין פֿעלד פֿון ייִדיש און אַ סך ״חסידים״, װאָס זאָלן פֿאָלגן דײַנע טריט!

ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

http://yiddish.forward.com/authors/%D7%A0%D7%97-%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A8%D7%A2%D7%A8%D7%90%D6%B7/

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *