מיר הערן זײַן שטים דורך זײַנע בריוו

מיר הערן זײַן שטים דורך זײַנע בריוו

דעם 2טן מאַרץ איז געוואָרן 160 יאָר זינט עס געבוירן געוואָרן דער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אונדזער ליבער שלום־עליכם. אין אַלע זײַנע ווערק הערן מיר זײַן שטים, ער רעדט מיט אונדז דורך זײַנע העלדן, מיר וויינען און לאַכן צוזאַמען מיט זיי. ״לאַכן איז געזונט, דאָקטוירים הייסן לאַכן!״… מיר הערן זײַן שטים דורך זײַנע בריוו, אַ דאַנק וועלכע שלום־עליכם איז נאָענט צו אונדז, נישט געקוקט אויף אַלע יאָרן, וואָס צעטיילן אונדזערע עפּאָכעס. לאָמיר לייענען די צוויי בריוו און די ״לידער פֿון חדר״, וואָס ער שרײַבט אונטער מיטן פּסעוודאָנים שלמיאַל.

ניו־יאָרק, 9טן פֿעברואַר, 1907.

טײַערע!

נו, דעם עקזאַמען* האָב איך אויסגעהאַלטן און, דאַכט זיך, גלענצנד. די זאַך דערפֿון איז, וואָס ס׳איז ניט מעגלעך געווען אַרויסצוטראָגן אַ גאַנצן אײַנדרוק, ווײַל ס׳איז אויסגעקומען צו צערײַסן זיך אויף צווייען: איך בין געווען אויף צוויי אַקטן אין איינעם, און אויף צוויי אַקטן אינעם צווייטן טעאַטער. אי דאָ אי דאָרטן האָט מען מיך אַרויסגערופֿן אַ סך מאָל, געמאַכט אָוואַציעס. דער עולם, ווי עס שײַנט, איז געבליבן צופֿרידן. יעדנפֿאַלס איז געווען אַזויפֿיל נייקייט, אַז עס האָט געקלעקט גענוג. ״סטעמפּעניו״ האָט געמאַכט דעם אײַנדרוק פֿון עפּעס, וואָס איז פּאָעטיש, פּאַטריאַרכאַליש. ״דער אויסוואורף״ ווידער האָט געצוואַונגען דאָס פּובליקום די גאַנצע צײַט האַלטן אָפֿן דאָס מויל און צו לאַכן ביז וואַנען דער פֿאָרהאַנג איז געפֿאַלן. דאָס איז אויך דאָ ניי, מחמת די באַלאַגאַן־סאַטירע האָט זיך שוין צוגעגעסן, און דער הומאָר פֿון די היגע מאָדישע דראַמאַטורגן איז אַזוי אָרעם, אַז ס׳איז פּראָסט אַ רחמנות אויף זיי. זיי קויפֿן ״וויצן פֿאַר געלט, אָדער זיי נעמען איינער בײַם אַנדערן אויף פּראָקאַט. – הײַנט גייען מיר אויף גאַנץ ״סטעמפּעניו״, און מאָרגן – אויף גאַנץ ״פּאָסטערנאַק״. דעמאָלט וועלן מיר שוין אָנשרײַבן מער באַשטימט. וואָס ס׳איז שייך דער פּרעסע, איז פֿאַר דער ענגלישער בין איך רואיק, וואָרים זי איז ערלאַכער פֿון דער אידישער; די אידישע איז פּאַרטייאיש, פֿון איר דערוואַרט איך קיין שום גוטס ניט. נאָר זי איז אינגאַנצן ווערט אַ גראָשן. דער עיקר איז דאָס פּובליקום, דער גרויסער עולם.

ווי איר זעט, לעבן מיר אין אַ באַזונדערער, טעאַטראַלישער, וועלט. דאָס לעבן האָט אונז אַרײַנגעשטופּט אין אָט דער וועלט, און עס שטייט מיר נאָך פֿאָר אַ סך שטרויכלונגען אויף דעם דאָזיקן נײַעם וועג, אַ גרויסער קאַמף, און איך האָף אַרויסצוקומען אַ באַזיגער.

איך נעם־אַרום אײַך אַלעמען מיט טאַמאַראַן.

אײַער פּאַ.

––––––––––––

*אין אידישן טעאַטער. – דער בריוו איז געשריבן נאָך די פּרעמיערעס פֿון ״סטעמפּעניו״ און ״שמואַל פּאָסטערנאַק״.

 

דאָס שלום־עליכם בוך. פֿאַרלאַג איקוף, ניו־יאָרק.

https://archive.org/details/nybc214416/page/n2

צו די קינדער

(איבערגעזעצט פֿונם רוסישן אָריגינאַל)

ניו־יאָרק, 6טן נאָוועמבער, 1906.

טײַערע!

הײַנט האָבן מיר געדונגען אַ דירה אַ ביסל ווײַטער פֿון שטאָט, נאָר נעענטער צום ברודער, דערפֿאַר ווײַל מיר זײַנען נאָך זייער גרין, די שפּראַך קענען מיר ניט, די זיטן אויך ניט, און נאָך אַזעלכע זאַכן. דאָס דירהלע, ווען איר זאָלט אויף דעם אַ קוק טון, וואָלט איר געבליבן פֿאַרגאַפֿט. נאָר אין אַמעריקע קאָנען געמאָלט זײַן אַזעלכע באַקוועמלעכקייטן. ליאַלי, אויפֿמערקזאַם! אָנשטאָט אַ מיסטקאַסטן איז פֿאַראַן אַזאַ באַזונדער שאַפֿקעלע, וואָס לאָזט זיך אַרונטער אויטאָמאַטיש טיף אין שאול תחתיה אַרײַן. הײַנט די קיך, אין וועלכער מע קאָכט, איז גאָר אַ פֿאַרגעניגן. הייס וואַסער האָט איר צו יעדער צײַט, סיי בײַטאָג און סײַ בײַנאַכט. די טאַפּעטן, די פֿענסטער, די פֿאַרבן, די שאַפֿקעלאַך אין אַלע ווענט און אין אַלע ווינקעלאַך – דער רוח זאָל עס נעמען, טיסי, אַ גן־עדן און גאָר! אויף צו איבערוואַשן דאָס געפֿעס, עמאָטשקאַ, איז גענוג נאָר איין סעקונדע: געעפֿנט דעם קראַן – און פֿאַרטיק. און וואָס פֿאַר אַ סטעלי, מאַרוסי, אַי, וואָס פֿאַר אַ סטעלי! ווען איר זאָלט זען, בערקאָוויטש, וואָס הייסט אַ שרײַבטיש אין אַמעריקע! אָדער אַ שרײַבשטול – אַ לענשטול – אַ טשער – אַ שאָקלשטול, – וואָלט איר גאָר אָן אַ שום ספק געקומען צו פֿאָרן אַהער, פֿאַרכאַפּט מיט זיך אין איין האַנט טיסין, אין דער אַנדערער טאַמאַרקען. אגב, ווי אַזוי איז זי – זי שווײַגט, אָדער זי שרײַט? איך קאָן מיך נאָך אַלץ ניט צונויפֿנעמען מיט די געדאַנקען, אום צו שרײַבן, מחמת מיר זײַנען נאָך בײַם ברודער. מיר רעכענען ערשט הײַנט־מאָרגן איבערפֿאָרן – ״מופֿן״.

שבת וועלן מיר זײַן בײַ בערקאָוויטשעס משפּחה אין ברוקלין. איך לאָז־איבער אַן אָרט פֿאַר דער מאַמע און נעם אײַך אַרום און קוש.

פּאַ.

דאָס שלום־עליכם בוך. פֿאַרלאַג איקוף, ניו־יאָרק.

https://archive.org/details/nybc214416/page/n2

לידער פֿון חדר

שלמיאַל

שלעכטע קומען און פֿאַרבײַטן

שטענדיק ליבע, גוטע צײַטן!

נאָכן זומער שטײט שױן הינטן

באַלד די אָסיען מיט די װינטן.

און אין שטוב איז פֿינצטער, נאַס,

קאַלט און בלאָטיק אױף דער גאַס.

(און די נעכט, זײ װערן גרעסער)

און אױף האַרצן אױך ניט בעסער.

און ער שטײט שױן דאָ ניט װײַט,

דער באַהעלפֿער בײַ דער זײַט,

מיט אַ שטעקן, אַ לאַמטערן

אײַנגעזונקען זאָל ער װערן!

און דער רבי שמײַסט כּסדר

גרױס און קלײן – דעם גאַנצן חדר,

לערנט ערנסט, ברעכט די בײנער,

לערנען אָבער װיל ניט קײנער:

ס׳ציט אַהינצו, אױפֿן אײַז,

דאָס אײז איז גלאַט, דער שנײ איז װײַס!

װילט זיך גליטשן – אַ קאַטאָװעס? –

און ער דולט אונדז מיט פֿיר אבֿות;

מיט פֿיר אבֿות, מיט נזיקון,

טאַנצט דער קאַנטשיק אױפֿן רוקן…

פֿון פֿאַרטאָג ביז שפּעט בײַ נאַכט,

ביז מע װערט שױן גוט פֿאַרשמאַכט.

װילט זיך עסן, נאָר מער – שלאָפֿן,

און מיר גײען דאָ מיט װאָפֿן:

שטײנער, שטעקנס אַלערלײ,

װי סאָלדאַטן מיט געשרײ!

און מע הײסט אונדז זינגען פֿרײלעך,

שרײַען הױך: אדוני מלך!

װער עס װיל ניט זינגען הױך,

כאַפּט אַ קניפּ, אַ קולאַק אױך.

אין דער הײם מע פֿאַלט אַנידער,

מע װיל שלאָפֿן – קומט ער װידער.

אױ, דער רבי! — ער קומט צו חלום,

קומט צו חלום, ניט אָפּ שלום:

הער נאָר שײגעץ, ס׳איז אַ סבֿרא,

ס׳איז שױן צײַט צו דער גמרא!

זאָג, װאָס װיל רבֿ-פּפּא האָבן?

זאָג! ניט – װעל איך דיך באַגראָבן!

אין דער פֿרי צוריק אין חדר,

הײַנט װי נעכטן, אַזױ כּסדר;

און דער קאַנטשיק דרעשט די בײנער,

לערנען אָבער װיל ניט קײנער.

פֿון דער זון די גוטע שטראַלן

דורכן טונקלען פֿענצטער פֿאַלן;

קלײנע נעכט, די טעג שױן גרעסער –

אױף דעם האַרצן װערט שױן בעסער!

װאַרט זשע קינדער, האָפֿט אױף מאָרגן!

איר דאַרפֿט האָבן טאָרט, ניט זאָרגן!

די אמונה, דער בטחון  –

אונדזער ייִדישער נצחון …

גוטע קומען און פֿאַרבײַטן

תּמיד שלעכטע, װיסטע צײַטן;

נאָכן אָסיען, נאָכן װינטער,

קומט דער פֿרילינג, ליבע קינדער!

1888, די ייִדישע פֿאָלקסביבליאָטעק, שלום־עליכם, ערשטער בוך.

 

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *