ווען ניט יענע מאַשינען

ווען ניט יענע מאַשינען -  מאַרלין מעלצער און רות ליכטערמאַן פּראָגראַמירן דעם ״עניאַק״   spectrum.ieee.org

מאַרלין מעלצער און רות ליכטערמאַן פּראָגראַמירן דעם ״עניאַק״ spectrum.ieee.org

70  יאָר קאָמפּיוטערײַ

פֿון יואל מאַטוועיעוו

דעם 6טן מײַ, אינעם יאָר 1949, האָט דער בריטישער קאָמפּיוטער ״עדזאַק״ (EDSAC) אינעם קעמברידזש־אוניווערסיטעט געלייזט די ערשטע אויפֿגאַבע: אויסגערעכנט אַ רשימה פֿון קוואַדראַטן און פּשוטע צאָלן. ״עדזאַק״ איז אַן ענגלישע אַברעוויאַטור, וואָס איז דער טײַטש ״עלעקטראָנישער אויטאָמאַטישער קאַלקולאַטאָר מיטן זכּרון אויף אָפּהאַלט־ליניעס״.

די פּרעסע האָט אין די נײַעס וועגן דעם קאָמפּיוטער באַמערקט, אַז עס קאָן אַמאָל קומען אַ צײַט, ווען געוויינטלעכע מענטשן וועלן זיך באַנוצן מיט ״מעכאַנישע מוחות״ פֿאַר היים־חשבונות. הגם אין יענער צײַט איז עס געווען בלויז אַ טעאָרעטישע השערה, האָבן דער ״עדזאַק״ און אַנדערע ערשטע קאָמפּיוטערס מוראדיק־שטאַרק משפּיע געווען אויף אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן. ווען ניט יענע גרויסע מאַשינען מיט טויזנטער ראַדיאָ־לעמפּלעך, וואָלטן מיר הײַנט ניט געהאַט קיין אינטערנעץ און סמאַרטפֿאָנען.

דזשאָן פֿאָן ניימאַן
Wiki Commons

דזשאָן אָדער יאַנאָש־לײַאָש פֿאָן ניימאַן (נוימאַן) איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, אין 1903. זײַנע טאַטע־מאַמע זענען געווען וועלטלעכע ייִדן. דער טאַטע איז געווען אַן אַדוואָקאַט און אַ באַנקיר. דעם אַדל־טיטל, אויף וועלכן עס ווײַזט אָן די פּרעפּאָזיציע ״פֿאָן״ אינעם פֿאַמיליע־נאָמען, האָט ער באַקומען צוליב זײַן צושטײַער אין דער עסטרײַך־אונגערישער עקאָנאָמיק. די מאַמע, מאַרגיט קאַן, איז געווען אַ טאָכטער פֿון אַ קאָמערסאַנט, אַ הענדלער פֿון לאַנדווירטשאַפֿטלעכער אויסשטאַטונג.

זײַענדיק אַ 6־יאָריק קינד, האָט דער יונגער יאַנאָש אַרויסגעוויזן אומגעוויינטלעכע מאַטעמאַטישע און לינגוויסטישע כּשרונות. ער האָט זיך דעמאָלט שוין אויסגעלערנט אַלט־גריכיש און געקאָנט צעטיילן צאָלן מיט אַכט ציפֿערן אין זײַן קאָפּ. חשבונות און לינגוויסטיק… במשך פֿון הונדערטער יאָרן האָבן פֿילאָסאָפֿן באַטראַכט דאָס שײַכות צווישן דער אַבסטראַקטער מאַטעמאַטיק און שפּראַכן. עס האָבן אָבער געפֿעלט די מכשירים צו פֿאַרוואַנדלען דאָס דאָזיקע שײַכות אין פּראַקטישע מאַשין־אַלגאָריטמען.

בײַ 23 יאָר האָט פֿאָן ניימאַן פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט אינעם בודאַפּעשטער אוניווערסיטעט. מיט פֿיר יאָר שפּעטער האָט מען אים פֿאַרבעטן צו ווערן אַ לעקטאָר אינעם פּרינסטאָנער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט זיך באַפֿרײַנדעט מיטן גרויסן בריטישן מאַטעמאַטיקער אַלאַן טיורונג. אַ געבוירענער אין אַ שאָטלענדיש־אירלענדישער משפּחה, האָט טיורונג אויך אַרויסגעוויזן אומגעוויינטלעכע פֿעיִקייטן ווי אַ וווּנדערקינד.

בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט דער דײַטשישער אינזשענער קאָנדאַר צוזע געשאַפֿן אַ ריי עלעקטריש־מעכאַנישע קאָמפּיוטערס – אינטערעסאַנטע, אָבער זייער באַגרענעצטע און גאָר פּאַמעלעכע מאַשינען. די באַרימטע עלעקטראָנישע מאַשינען ״קאָלאָס״ ((Colossus, וועלכע האָבן געשפּילט גאָר אַ גרויסע ראָלע אינעם דעשיפֿרירן געהיימע דײַטשישע ראַדיאָ־מעלדונגען בשעת דער מלחמה, זענען ניט געווען קיין עכטע קאָמפּיוטערס, ווײַל זיי האָבן געטויגט נאָר פֿאַר איין ספּעציפֿישער אויפֿגאַבע. אין 1943 האָבן די אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער אָנגעהויבן אויסאַרבעטן אַן עכטן קאָמפּיוטער – ״עניאַק״ (ENIAC). באַלד נאָך דער מלחמה, אין 1945, האָט מען פֿאַרענדיקט דעם פּראָיעקט.

זעקס פֿרויען – די ערשטע פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָגראַמיסטן אין דער וועלט – האָבן זיך געפּאָרעט טאָג און נאַכט איבער דער ריזיקער מאַשין. צווישן זיי זענען געווען צוויי ייִדישקעס: רות ליכטערמאַן־טייטלבוים און מאַרלין וועסקאָף־מעלצער. פֿאָן ניימאַן האָט גיך פֿאַרשטאַנען, אַז די מאַשין לײַדט פֿון ערנסטע חסרונות. די פּראָגראַמיסטקעס האָבן געמוזט כּסדר איבערשטעקן און איבערשליסן טויזנטער עלעמענטן פֿונעם קאָמפּיוטער. דער פּראָצעס פֿונעם פּראָגראַמירן אַפֿילו אַ פּשוטן אַלגאָריטעם האָט געדויערט וואָכן־לאַנג.

גלײַך נאָך דער מלחמה, האָט פֿאָן ניימאַן פֿאָרגעלייגט אַ בעסערן פּראָיעקט פֿון אַ קאָמפּיוטער, וואָס זאָל היטן אין זײַן זכּרון סײַ די פּראָגראַמען, סײַ די אָנגאַבן. אַנשטאָט איבערשטעקן די דראָטן און איבערשליסערס, וואָלט אַזאַ מאַשין געקאָנט אינסטאַלירן און באַאַרבעטן אירע אייגענע פּראָגראַמען. אַלע הײַנטיקע קאָמפּיוטערס, כּמעט אָן אַן אויסנאַם, פֿאָלגן פֿאָן ניימאַנס פּשוטן, אָבער גאונישן חידוש. די מעגלעכקייט איבערצושרײַבן די אייגענע פּראָגראַם איז דער שליסל צו בייגעוודיקייט און אוניווערסאַלקייט פֿון דער מאַשין. איידעלע גאָלדשטיין, איינע פֿון די שפּעטערדיקע פּראָגראַמיסטקעס פֿונעם ״עניאַק״, האָט דעמאָנסטרירט פֿאָן ניימאַנס קאָנצעפּציע אין אַפּריל 1948, נאָר די אַלטע מאַשין האָט ניט געטויגט דערפֿאַר.

הײַנט פּראַווען מיר דעם 70־יאָריקן יוביליי פֿונעם ערשטן קאָמפּיוטער, וואָס האָט לכתּחילה געשטימט מיט פֿאָן ניימאַנס סכעמע און אויסגעזען אין אַ סך אַספּעקטן גענוג ענלעך צו די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס. מיטן פּראָיעקט האָט אָנגעפֿירט דער בריטישער פֿיזיקער מאָריס ווילקס. דער ״עדזאַק״ האָט פֿאַרנומען אַ גאַנצן צימער און 11 קילאָוואַט עלעקטרישע ענערגיע – רעלאַטיוו באַשיידענע רעסורסן פֿאַר יענער תּקופֿה. אַנשטאָט איבערצושליסן פֿון די האַנט די אומצאָליקע עלעמענטן, האָבן די פּראָגראַמיסטן געדאַרפֿט בלויז אָנשרײַבן די פּראָגראַמען אויף אַ ספּעציעלער שרײַבמאַשינקע פֿאַר פּערפֿאָלענטעס. די רעזולטאַטן פֿון חשבונות האָט מען געקאָנט זען אויף אַ קליינעם עקראַן אָדער אָפּדרוקן זיי מיט אַ פּרינטער. קיין קלאַוויאַטור האָט די מאַשין ניט געהאַט, אָבער מע האָט געקאָנט אַרײַנפֿירן ציפֿערן אויף אַן אינטעראַקטיוון אופֿן מיט דער הילף פֿון אַ טעלעפֿאָן־דיסק.

די געוועזענע פּראָגראַמיסטקעס פֿונעם ״עדזאַק״ העלפֿן צו שאַפֿן אַ קאָפּיע פֿון דער מאַשין אינעם נאַציאָנאַלן בריטישן מוזיי פֿון קאָמפּיוטערײַ
maturetimes.co.uk

ס׳איז געווען אַ מחיה צו פּראָגראַמירן דעם ״עדזאַק״. די שאַפֿער האָבן צוגעטראַכט די ערשטע מענטשלעך־פֿאַרשטענדלעכע קאָמפּיוטערישע שפּראַך, גאַנץ ענלעך צו אַ פּשוטן וואַריאַנט פֿונעם הײַנטיקן ״אַסעמבלער״. הגם ס׳איז געווען אַן ערנסטער מיליטערישער פּראָיעקט, האָבן די פּראָגראַמיסטן געהאַט גענוג צײַט צו שרײַבן אייגענע פּראָגראַמען, אַרײַנגערעכנט די שפּיל ״קרייצעלעך און נולנדלעך״ (באַקאַנט אויף ענגליש ווי OXO).

הײַנט איז געוואָרן מעגלעך זיך גענוג רעאַליסטיש פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי מע פֿלעגט פּראָגראַמירן די דאָזיקע מאַשין. אויף דער וועבזײַט פֿונעם וואַרוויק־אוניווערסיטעט קאָן מען אַראָפּלאָדן אַ סימולאַטאָר־פּראָגראַם, וואָס מאַכט נאָך אַלע פֿונקציעס פֿונעם ״עדזאַק״ גאַנץ גענוי. עס טרעפֿן זיך בעלנים, וואָס שרײַבן נאָך אַלץ נײַע פּראָגראַמעלעך פֿאַרן היסטאָרישן קאָמפּיוטער. אינעם בריטישן נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון קאָמפּיוטערײַ בויט מען איצט אַ פּינקטלעכע קאָפּיע פֿונעם פֿאַרצײַטישן ״עדזאַק״, וווּ די דאָזיקע פּראָגראַמען וועט מען קענען, אין פּרינציפּ, אַרײַנפֿירן און אויספּרוּוון. דער סימולאַטאָר געפֿינט זיך אָט דאָ:

https://www.dcs.warwick.ac.uk/~edsac/

ס׳איז כּדאי צוצוגעבן, אַז אַ ביסל פֿריִער, אין אַפּריל 1949, האָט אין גרויסבריטאַניע אָנגעהויבן אַרבעטן אַן אַנדער פֿריִיִקער קאָמפּיוטער, ״מאַנטשעסטער מאַרק 1״. ער איז אָבער ניט געווען  באַקוועם און פּראַקטיש; אין אָנדערהאַלבן יאָר אַרום האָט מען אים פֿאַנאַנדערגענומען. דער ״עדזאַק״ האָט געטרײַ געדינט מיט גרויס דערפֿאָלג ביז 1958.

בראשית־ערע פֿון סאָוועטישער רעכן־טעכניק

איז לאָמיר זשע מאַכן אַ לחיים פֿאַר די קיבערנעטיקער!

(״אַ קאַווקאַזישע פּלעניצע״)

אין דער זעלבער צײַט, ווי דער בריטישער קאָמפּיוטער ״עדזאַק״, האָט אין פֿססר געקאָנט זיך באַווײַזן אַן אייגענע עלעקטראָנישע רעכנמאַשין. יצחק ברוק, אַ וויסנשאַפֿטלער און מיטגליד־קאָרעספּאָנדענט פֿון דער סאָוועטישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, האָט אין מײַ 1948 אָנגעהויבן אויסאַרבעטן אַ קאָמפּיוטער בשותּפֿות מיטן באַגאַבטן דערפֿינדער באַשיר ראַמעיעוו. אין דרײַ חדשים אַרום האָבן זיי פֿאָרגעשטעלט דעם פּראָיעקט.

ראַמעיעוו, אַן אייניקל פֿונעם טאָטערישן פּאָעט־קלאַסיקער זאַקיר ראַמעיעוו, איז געווען אַן אומגעוויינטלעכע פּערזענלעכקייט. צוליב זײַן טאַטנס אַרעסט האָט מען אים אויסגעשלאָסן פֿונעם מאָסקווער ענערגעטישן אינסטיטוט, און ער איז געבליבן אָן קיין אָפֿיציעלער העכערער בילדונג. בײַם צוהערן זיך צו דער בריטישער ראַדיאָ־סטאַנציע ״בי־בי־סי״, איז ער געווויר געוואָרן וועגן דער אַמעריקאַנער רעכן־מאַשין ״עניאַק״, און זיך פֿאַרגלוסט צו שאַפֿן עפּעס ענלעכס. ניט געקוקט אויף דער ניט־פֿאַרענדיקטער בילדונג, האָט ברוק אים אָנגענומען צו אַרבעטן אינעם ענערגעטישן אינסטיטוט ווי אַן אינזשענער־קאָנסטרוקטאָר.

דער אַריטמעטישער מכשיר פֿון דער ערשטער סאָוועטישער רעכנמאַשין ״מ־1״
computer-museum.ru

בעת דער מלחמה האָט ראַמעיעוו אָפּגעדינט אין דער אַרמיי און זיך באַטייליקט ווי אַ ראַדיסט אין דער באַפֿרײַונג פֿון קיִעוו. גלײַך נאָכן דערפֿינדן זײַן ווערסיע פֿון דער רעכנמאַשין האָט מען אים ווידער גערופֿן אין מיליטער ווי אַ מומחה אין ראַדיאָ־לאָקאַציע. צוליב דעם, האָט דער פּראָיעקט זיך אָפּגעהאַלטן אויף עטלעכע חדשים. ווען ראַמעיעוו האָט זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע, האָבן די וויסנשאַפֿטלער גאַנץ גיך געשאַפֿן מיט זײַן הילף די מאַשין ״מ־1״, וועלכע האָט אויסגערעכנט אירע ערשטע עקספּערימענטאַלע חשבונות אין דעצעמבער 1950. מיט צען טעג שפּעטער האָט אין מאָסקווע אָנגעהויבן אַרבעטן אַ צווייטער קאָמפּיוטער – ״מעסם״, וועלכער האָט געדינט ווי אַ פּראָטאָטיפּ פֿון די גרויסע סאָוועטישע עלעקטראָנישע רעכנמאַשינען ״בעסם״. צו אַרבעטן איבער דעם דאָזיקן קאָמפּיוטער האָט מען טעאָרעטיש אָנגעהויבן אויך אין 1948.

דער סאָוועטישער אַליין־געמאַכטער קאָמפּיוטער ״ראַדיאָ־86רק״
sfrolov.livejournal.com

אויפֿן ווײַטן מיזרח האָט זיך דער ערשטער רעכנצענטער מיט אַן אייגענעם קאָמפּיוטער זיך באַוויזן אין כאַבאַראָווסק, אין 1962. די מאַשין ״אוראַל־2״ איז געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיט ראַמעיעוון: ער איז געווען דער הויפּט־קאָנסרוקטאָר פֿון דער גאַנצער סעריע. בסך־הכּל, האָט מען אויפֿן פּענזער זאַוואָד פֿון עלעקטראָנישע רעכנמאַשינען פּראָדוצירט 139 אַזעלכע קאָמפּיוטערס – אַ גרויסע צאָל פֿאַר יענער צײַט. אינעם זעלבן יאָר, האָט ראַמעיעוו פֿאַר זײַנע דערגרייכונגען באַלוינט געוואָרן אָן קיין דיסערטאַציע מיט אַ דאָקטאָר־מדרגה אין וויסנשאַפֿט.

מיט דער כאַבאַראָווסקער רעכנמאַשין האָבן זיך כּסדר באַנוצט אַספּיראַנטן פֿונעם ווײַטן מיזרח. זי האָט אויך באַדינט אַ צאָל גרויסע זאַוואָדן און די ווײַט־מיזרחדיקע אײַזנבאַן. די מאַשין, וואָס האָט פֿאַרנומען בערך 150 קוואַדראַט־מעטערס, האָט זיך געפֿונען אינעם שטאָטישן אינסטיטוט פֿון פֿאַרקער־וועגן.

אין סוף 1970ער יאָרן האָבן זיך אין סאָוועטישע מאַגאַזינען באַוויזן פּראָגראַמירלעכע קאַלקולאַטאָרס – בעצם, קליינע היים־קאָמפּיוטערס. אַ דאַנק אָט־די מאַשינדעלעך, האָט דער עולם אויפֿגעהערט צו אַסאָציִיִרט די רעכנטעכניק בלויז מיט ריזיקער אויסשטאַטונג אין גרויסע צענטערס. באַזונדערס האָט אויסגענומען דער קאַלקולאַטאָר „Б3-34”, וועלכער האָט געטויגט ניט בלויז פֿאַר אינזשענערישע חשבונות, נאָר אויך פֿאַר כּלערליי קאָמפּיוטער־שפּילן.

בײַם קאָנטראָל־פּולט פֿונעם קאָמפּיוטער ״אוראַל־2״
etoretro.ru

אין 1982 – 1983 זענען אינעם זשורנאַל ״ראַדיאָ״ פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די סכעמעס פֿונעם קאָמפּיוטער ״מיקראָ־80״. די מאַשין איז געווען צו קאָמפּליצירט; טויזנטער ראַדיאָ־ליבהאָבער האָבן באָמבאַרדירט די רעדאַקציע מיט בקשות צוצוטראַכטן עפּעס גרינגער. מיט דרײַ יאָר אַרום איז אינעם זשורנאַל דערשינען די סכעמע פֿון ״ראַדיאָ־86רק״ – אַן עכטער, געראָטענער פֿאָלקס־קאָמפּיוטער. ס׳איז שווער זיך משער צו זײַן, וויפֿל קאָמפּיוטערס, אייגנאַרטיקע און נאָכגעמאַכטע אויסלענדישע, האָט דער עולם אַליין צונויפֿגעלייט און אויסגעאַרבעט אין דער היים במשך פֿון די פּערעסטרויקע־יאָרן. אין דער זעלבער צײַט, האָבן סאָוועטישע זאַוואָדן און קאָאָפּעראַטיוון אָנגעהויבן אַרויסלאָזן אָריגינעלע פּערסאָנעלע קאָמפּיוטערס מכּל־המינים. פֿאַרן הײַנטיקן יונגן דור קלינגען שוין אַזעלכע סאָוועטישע מאָדעלן, ווי ״אירישאַ״, ״מיקראָשאַ״, ״לוואָוו״, ״דע־ווע־קאַ״, ״קאָרוועט״ און ״בעסטאַ״, פּונקט אַזוי מיסטעריעז, ווי יענע ריזיקע פֿאַרצײַטישע מאַשינען פֿון 70 יאָר צוריק.

ניט נאָר בײַ אינזשענערן און ליבהאָבער פֿון פֿאַנטאַסטיק האָט די טעמע פֿון עלעקטראָנישע רעכנמאַשינען, ראָבאָטן און קינסטלעכן אינטעלעקט אַרויסגערופֿן אַ לעבעדיקן אינטערעס. בײַם אָנהייב פֿונעם אַרטיקל האָב איך דערמאָנט אַ טשיקאַווע ציטאַט פֿונעם באַקאַנטן פֿילם. אָט אַזוי האָט געשריבן דער פּאָעט ראָבערט ראָזשדיעסטווענסקי אין 1976 (פּובליקירט אינעם זשורנאַל ״יונאָסט״, איבערגעזעצט דורכן מחבר פֿונעם אַרטיקל):

צווישן דראָטן־אָדערן געדיכטע,

אַלגאָריטמען – אַ פֿאַרקלעמטער חן:

די מאַשין וויל ווערן אויך אַ דיכטער –

כ’בין ניט קעגן – כ׳העלף איר צו פֿאַרשטיין.

במשך פֿון 70 יאָר האָבן די קאָמפּיוטערס פֿאַרלאָפֿן אַ ריזיק־לאַנגן וועג. אַפֿילו אַ באַשיידענער מאָדערנער טעלעפֿאָן איז אַ סך מעכטיקער, ווי די גרעסטע סופּערקאָמפּיוטערס אין דער תּקופֿה, ווען ראָזשדיעסטווענסקי האָט אָנגעשריבן אָט־די ווערטער – שוין אָפּגערעדט פֿונעם פֿאַרצײַטישן ״עניאַק״ און ״עדזאַק״. אַ דאַנק דער אינטערנעץ און די נײַסטע טעכנאָלאָגיעס, האָט זיך הײַנט באַקומען אַ פֿאַרקערטע מעשׂה: די מאַשינען העלפֿן גאָר אַ סך דער מענטשלעכער שעפֿערישקייט. פֿאָרט, בלײַבן זיי גענוג ענלעך, אין פּרינציפּ, צו זייערע ״עלטערזיידעס״. און קיין עכטע לידער, צום באַדויערן צי צום מזל, האָבן זיי זיך נאָך ניט אויסגעלערנט צו שרײַבן.

______________

יואל מאַטוועיעוו איז אַ ייִדישער זשורנאַליסט, שרײַבער, פּאָעט און איבערזעצער. געבוירן געוואָרן (אין 1976) און אויפֿגעוואַקסן אין לענינגראַד. נאָך אין זײַן יוגנט האָט ער אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך און אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש, געפֿירט ייִדיש־לימודים אין דער שטאָט. אָנהייבנדיק פֿון 1997 געוווינט אין ייִדיש־רעדנדיקע ראַיאָנען פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, זינט 2002 געאַרבעט אין דער באַרימטער ניו־יאָרקער ייִדישער צײַטונג ״פֿאָרווערטס״ ווי איינער פֿון אירע רעדאַקטאָרן, אַ זשורנאַליסט און קאָמפּיוטער־מומחה, זײַענדיק לויט דער טעכנישער בילדונג אַ פּראָגראַמיסט. אויסגעלערנט אַליין אַ ריי לעבעדיקע און אוראַלטע שפּראַכן. וווינענדיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ער מיטרעדאַגירט דעם פּעטערבורגער ייִדישן זשורנאַל ״דער נײַער פֿרײַנד״. אין 2017 האָט דער שרײַבער זיך אומגעקערט צוריק אין זײַן היימשטאָט און וווינט הײַנט אין סאַנקט־פּעטערבורג.

מאַטוועיעווס לידער און פּאָעטישע איבערזעצונגען אויף ייִדיש זענען דערשינען אין אַ ריי אויסגאַבעס, פּאָעטישע אַנטאָלאָגיעס און ראַדיאָ־פּראָגראַמען אַרום דער וועלט. אין זײַנע אַרטיקלען שטעלט ער כּסדר דעם טראָפּ אויף פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס, קולטורעלע און גײַסטיקע פֿאַרבינדונגען און ענלעכקייטן צווישן ייִדישקייט און אַנדערע וועלט־רעליגיעס, געשיכטע און פֿאָלקלאָר. זײַנע פֿאָרשונגען פֿון קבלה אין שײַכות מיט דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַקאַדעמישע פֿאָרש־זשורנאַלן.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *