יענטע מאַש: אַ קראָניקער פֿון גלות

עלען קאַסעדי,  ניו־יאָרק

בײַ אונדז אין שטוב פֿלעגט די מאַמע ניצן דאָ און דאָרט אין איר רײד אַ ייִדיש װאָרט. און װען זי איז געשטאָרבן, האָב איך געבענקט נאָך איר און אױך נאָך אָט די שפּורן פֿון דער שפּראַך פֿון מײַנע אָבֿות. נו, האָב איך באַשלאָסן, איך זאָל זיך לערנען ייִדיש.  איך האָב געװאָלט אָפּהיטן דעם מאַמעס אָנדענק און אױך אײַנפֿעסטיקן מײַן אָנקער מיט דער ייִדישער קולטור.  און פּונקט דאָס איז געשען.

דער אױסדרוק «די גאָלדענע קײט» באַשארײַבט, װי אַזױ אונזער ייִדישע ליטעראַטור ציט זיך אױס פֿון דור צו דור.  פֿאַר מיר איז דאָס איבערזעצן די װערק  פֿון דער מחברטע יענטע מאַש  אַן אופֿן מנדבֿ זײַן אַ רינג צו דער קײט.

איך האָב זיך באַקענט מיט מאַשן דורך דעם ייִדישן ביכער־צענטער, װוּ איך בין געװען אין 2015 – 2016  אַ מיטגליד פֿון דער איבערזעצונג־פּראָגראַם. אין מאַשן האָב איך זיך פֿאַראינטערעסירט אי װײַל זי איז זײער אַ פֿײַנע מחברטע, אי װײַל אירע ווערק דערציילן אונדז אַ סך װעגן דער געשיכטע פֿון די 20טן און 21טן יאָרהונדערטער, װעגן מענטשן און בפֿרט װעגן פֿרױען.

יענטע מאַש (1922– 2013) איז געװען אַ קראָניקער פֿון גלות, פֿון הײמלאָזקײט, פֿון אימיגראַציע און אַסימילאַציע.  אירע העלדן זײַנען אַלעמאָל אין װעג, אַרײַנקומענדיק אָדער אַרױספֿאָרנדיק ערגעץ װוּ. «אױפֿן פּריסטאַן» איז דער נאָמען פֿון אײנער פֿון אירע דערצײלונגען.  א פּריסטאַן איז אַ דאָק, אַ פּונקט, פֿון װאַנען מע שיפֿט זיך אײַן אָדער זעצט זיך אַרױס.  דערפֿאַר האָב איך אױסגעקליבן אָט דעם נאָמען פֿאַר דעם נײַעם באַנד,

«On the Landing: Stories by Yenta Mash» (Northern Illinois University Press, 2018),

אַ זאַמלונג פֿון  16 דערצײלונגען, איבערגעזעצט אױף ענגליש.

בײַם הײַנטיקן טאָג, אַז מיגראַנטן און אַרױסגעשטויסענע זוכן אַ מקום־מנוחה איבער דער װעלט, זײַנען מאַשס װערק שטאַרק רעלעוואַנט.

יענטע מאַש איז געבױרן געװאָרן אין 1922 אין שטעטל זגוריצע, אין בעסאַראַביע, הײַנט מאָלדאָװע.  מיטן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה איז די װעלט פֿון שטעטל צעשמעטערט געװאָרן.  אין 1941 האָט די סאָוועטישע מאַכט דעפּאָרטירט מאַשן קײן סיביר, צוזאַמען מיט די עלטערן און מיט טױזענטער אַנדערע «בורזשוּי» און ״שׂונאים פֿון פֿאָלק״. די דעפּאָרטאַציע האָט זײ געראַטעװעט פֿון טױט פֿון די נאַציס הענט, אָבער אין לאַגער האָבן זײ שטאַרק געליטן פֿון הונגער און האָרעװאַניע.  טאַטע־מאַמע זײַנען דאָרטן אומגעקומען.

אין 1948 האָט מאַש באַװיזן זיך אַרויסצוראַטעווען פֿון גולאַג און איז צוריקגעקומען קיין קעשענעװ, װאָס איז געװאָרן די הױפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַװישער סס״ר. כאָטש זי האָט שוין דעמאָלט געטרױמט פֿון באַשרײַבן אירע איבערלעבונגען, האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אוממעגלעך אַרױסגעבן אַזאַ בוך אין דעמאָלטיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין די 1970ער יאָרן האָט מאַש עולה געװען. אין ארץ־ישׂראל האָט זי סוף־כּל־סוף אָנגעהױבן שרײַבן דאָס, װאָס איז יאָרן לאַנג בײַ איר געווען באַהאַלטן אין זיך.  אירע װערק האָט מען אָפּגעדרוקט אין פֿאַרשײדענע זשורנאַלן איבער דער װעלט און ארויסגעגעבן אין פֿיר בענד אין משך פֿון 1990 – 2007.

די ערשטע דערצײלונג אין דער זאַמלונג – אײנע פֿון די רירנדיקסטע – הײסט ״דער חתן־בױם״. דאָרט שרײַבט מאַש, אַז נאָך עטלעכע יאָרן אין סיבלאַג (אַזוי האָט מען אָנגערופֿן די נעץ סטאַלינישע לאַגערן, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אין סיביר) איז אַ יונגע פֿרױ, אסתּרקע, צוריקגעפֿאָרן אין איר אַמאָליק שטעטל זגוריצע.

״נישט װײנען! נאָר נישט װיינען. קוקן, זען און געדענקען. אין דעם ים װילדע גראָזן האָט זי צום אַלעם ערשטן אָפּגעזוכט, װי מ’האָט איר אָנגעזאָגט, איסאַק קױפֿמאַנס קרעניצע… איצט האָט די קרעניצע זיך קױם אַרױסגעזען צװישן די בוריאַנעס… אסתּרקע האָט פֿאַרבױגן די שטעכלקעס, צוגעגאַנגען נעענטער און אָנגערירט מיט דער האַנט די קאָרבע״.

אײנע פֿון די בעסטע דערצײלונגען, מײן איך, האָבן צו טאָן מיטן גולאַג, אינעם לאַנד פֿון פֿאַרפֿרױרענע סטעפּן.

אין דער דערצילונג ״אַ סדר אין דער טאַיגע״ טרעפֿט מען זיך מיט פֿרױען – גולאַג־אַרעסטאַנטקעס, װעלכע באַקן פּסח־צײַט  ״מצהלעך די גרײס װי אַגענעץ״ הגם זײ זײַנען אויסגעמאָגערט פֿון הונגער.

אָן אַ מאַן, וועלכער געוויינטלעך פֿירט דעם סדר, האָבן זײ אימפּראָװיזירט די הגדה אַלײן:

״װאָס טױגן אונדז די ציטאַטן פֿון צוריק מיט טױזנטער יאָרן – װאָס ר’ אליעזר האָט געזאָגט… אָדער ר’ בערל, צי ר’ שמערל, װען מיר קענען הערן די מומע גיטל און די מאַדאַם גלאַזער, די מאַדאַם גורװיץ און סאָניע שמוקלער, שײנדל געלמאַן און די מאַדאַם שװאַרצמאַן, זאָלן זײ אונדז דערצײלן װי אַזױ, אָן אַ פֿאַרװאָס און אָן אַ פֿאַרװען, האָט מען זיך, אין אַ פֿינצטערער נאַכט, אַרײַנגעריסן און חרובֿ געמאַכט זײערע שטיבער און זײער משפּחה־לעבן״.

נאָך דעם גלות אין סיביר זעט מען, װי אַזױ די קהילה אין דער נאָכמלחמהדיקער מאָלדאָװע בױט זיך אויף ס׳נײַ. און אין די 70ער יאָרן, ווען די אימיגראַנטן קומען אָן קײן ארץ־ישׂראל, באַשרײַבט מאַש די שװעריקײטן פֿון אַסימילירן זיך. סוף־כּל־סוף שילדערט זי די שׂימחות און די לײַדן פֿון די עלטערע יאָרן.

פֿאַר מאַש איז דאָס האַלטן זיך בײַ מאַמע־לאָשן געװען אַ כּיבוד איר פֿאָלק, איר הײמלאַנד, איר אָפּשטאַם.

און אַזױ איז עס אױך פֿאַר מיר.

––––––––––––

עלען קאַסעדי איז די איבערזעצערין פֿון יענטע מאַשס דערציילונגען פֿון ייִדיש אויף ענגליש. דאָס בוךOn the Landing: Stories by Yenta Mash)

פֿאַרלאַג בײַם צפֿון־אילינויער אוניווערסיטעט, 2018) קען מען געפֿינין אויף Amazon.  מען קען לײענען עטלעכע מאַשס װערק אױף ענגליש און דערװיסן זיך װײַטער פֿון עלען אױףwww.ellencassedy.com . מען קען לײענען עטלעכע מאַשס װערק אױף ייִדיש בײַם ייִדישן ביכער־צענטער׃www.yiddishbookcenter.org

broytyiddish

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *