״איך בין ניט מסכּים״

״איך בין ניט מסכּים״

אַלע קענען צוגעבן כאָטש אַ קלײן שטיקל צו דער אַנטװיקלונג פֿון דער קולטור

פֿון ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

מיט ניקאָלײַ אָלניאַנסקין פֿון שװעדן האָב איך זיך באַקענט ערשט װירטועל, צוליב זײַן גװאַלדיקער טעטיקײט אין געביט פֿון אַרױסגעבן די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור. איך בין געװען ממש פֿאַרכּישופֿט פֿון זײַנע צוציִיִקע, מאָדערנע ביכעלעך און כ׳האָב געװאָלט װיסן מער װעגן מײַן שװעדישן חבֿר צום נאָמען און אים פֿאַרבעטן צו אַ טרעפֿונג אין מײַן װירטועלן קלאַס ״מיט ייִדיש איבער דער װעלט״. ניקאָלײַ האָט תּיכּיף מסכּים געװען און אָט איז אונדזער שמועס:

נ. ב.: טײַערער קאָליאַ, דערצײל װי אַזױ דו ביסט געקומען צו ייִדיש?

נ. אָ.: איך האָב געפֿונען ייִדיש טאַקע צופֿעליק. איך בין אַ לערער. איך לערן געזעלשאַפֿט און רעליגיע אין אַ גימנאַזיע. װען איך האָב כּמעט געענדיקט מײַן לערנען אין אוניװערסיטעט, האָב איך געװױנט אין אַ דירה אין אַ סטודענטן־אינטערנאַט. ס׳איז דאָ אַ כּלל אין שװעדן, אַז דו קענסט ניט װױנען אין אַזאַ דירה, אױב דו ביסט ניט קײן סטודענט. װי איך האָב פֿריער געהאַט געזאָגט, האָב איך כּמעט פֿאַרענדיקט מײַן לערנען און שױן געהאַט אַ פֿאַרזיכערטע שטעלע, אָבער איך האָב געדאַרפֿט זיך װײַטער לערנען, כּדי צו װױנען אין דער דירה. מײַן פֿרױ, אידאַ אָלניאַנסקי, האָט מיר געזאָגט, אַז מען עפֿנט אַ ייִדיש־קורס אינעם אוניװערסיטעט אין לונד. דעם קורס האָט מען געפֿירט אין אָװנט און דער לערער, שלמה שולמאַן, איז ניט געװען פֿון קײן אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. ער האָט אונדז געזאָגט, אַז ייִדיש איז ניט קײן אַקאַדעמישע שפּראַך און מיר װעלן ניט ניצן קײן אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אױף ייִדיש, מיר װעלן רעדן די שפּראַך. האָב איך געטראַכט: פֿאַר װאָס ניט? און איך האָב עס געטאָן צוליב דער פּראַקטישער סיבה, דהײַנו, כּדי צו בלײַבן װױנען אין מײַן דירה.

דאָס איז געװען זײער מאָדנע, װײַל איך בין ניט קײן מומחה אין די שפּראַכן. עס קומט מיר שװער זיך לערנען אַ נײַ לשון. איך האָב זיך געלערנט פֿראַנצייזיש במשך פֿון 7 יאָר און איך קען קױם דרײַ װערטער. אָבער לערנען זיך ייִדיש איז געװען גרינג פֿאַר מיר.

איך בין אַ גר צוליב מײַן װײַב און איך האָב אױך גענומען איר משפּחה־נאָמען נאָך דער חתונה. איך װײס ניט, פֿאַר װאָס איז לערנען זיך ייִדיש געװען אַזױ גרינג. אין דער זעלבער צײַט דאַרף איך זיך מודה זײַן, אַז איך האָב געאַרבעט מיט ייִדיש אַ סך מער, װי מיט די אַנדערע שפּראַכן. איך האָב אַלע מאָל געשריבן, איבערגעזעצט, גערעדט דאָס לשון. אַפֿילו װען עס איז ניט געװען גוט, דאָך ס׳איז געװען אַ דערפֿאַרונג. איך האָב געשריבן פּאָעזיע און זי אַרױסגעגעבן. ס׳איז ניט געװען אַזױ אײַ־אײַ־אײַ, אָבער דאָס האָט יאָ געהאָלפֿן.

נ. ב.: װי אַזױ ביסטו געקומען צו ייִדיש מעטאַל־ראָק?

נ. אָ.:  איך בין אַ טוער און װען איך טו עפּעס, דאַרף עס זײַן זײער ערנסט. איך מוז ניצן מײַנע קענטענישן, ניט סתּם לערנען זיך. איך שפּיל גיטאַרע און מײַן װײַב איטקע איז אַ זינגערין. האָט זי מיר אַמאָל געפֿרעגט: ״אפֿשר קענען מיר טאָן עפּעס מיט ייִדיש און מוזיק?״. איך בין אַ שטאַרקער אָנהענגער פֿון ״העװי־מעטאַל״. איז מיר האָבן באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ייִדיש מעטאַל־ראָק־גרופּע. געזאָגט און געטאָן. אונדזער ערשטער קאָמפּאַקטל הײסט ״אַז אַ פֿױגל און אַ גולם טאַנצן״.

אַ סך ייִדישיסטן האָבן זיך געװוּנדערט און אונדז געפֿרעגט, פֿאַר װאָס מיר פֿאַרנעמען זיך מיט מעטאַל־ראָק־מוזיק? זײ שפּילן דאָך קלעזמער. און די מעטאַל־ראָק־מוזיקערס האָבן געפֿרעגט: פֿאַר װאָס שפּילט איר מעטאַל אױף ייִדיש? דאָס איז זײער מאָדנע. אָבער װען מיר זײַנען אַרױסגעטראָטן מיט די קאָנצערטן, איז עס געװען גאַנץ פּאָפּולער. מיר האָבן ניט סתּם געשפּילט מעטאַל־ראָק, נאָר געמישט אים מיט אַנדערע מינים מוזיק, עקספּערעמענטירט. מיר האָבן איבערגעזעצט עטלעכע ראָק־קאָמפּאָזיציעס אױף ייִדיש, װי למשל ״House of a rising sun״. מיר האָבן אַרײַנגעמישט קלעזמער מוזיק אין די לידער פֿון ״Iron Maiden״. דאָס איז געװען אַ קורצער פּראָיעקט. מיר זײַנען מער ניט אַקטיװ און האָבן כּמעט אױפֿגעהערט שפּילן מעטאַל־ראָק.

נ. ב.: װאָס האָט דיך אינספּירירט זיך פֿאַרנעמען מיטן אַרױסגעבן די פּובליקאַציעס אױף ייִדיש?

נ. אָ.: מיר האָבן באַשלאָסן אַרױסצוגעבן דעם זשורנאַל אױף ייִדיש און דאָס איז געװען אַ שװערער פּראָצעס, װײַל לונד, װוּ מיר װױנען, פֿאַרמאָגט ניט קײן סך ייִדן. מיר האָבן געמײנט, אַז מיט אַזאַ פּראָיעקט װעט מען קענען שאַפֿן אַ נאַטירלעכע אַטמאָספֿער פֿאַר די מענטשן זיך טרעפֿן און רעדן ייִדיש, אַרבעטן מיט ייִדיש און אַזױ אַרום אַנטװיקלען אונדזער ייִדיש. מיר האָבן אָנגערופֿן דעם זשורנאַל ״דאָס בלעטעלע״. מיר האָבן געװאָלט אָפּשפּיגלען אױף די זײַטלעך פֿונעם זשורנאַל די טעמעס, װאָס מיר האָבן ליב אַלײן און דערפֿאַר האָבן מיר דאָרט געשריבן װעגן די הײַנטצײַטיקע נײַעס אין דער װעלט פֿון מאָדערנער קולטור און געזעלשאַפֿט. מיר האָבן דערצײלט װעגן פּאָפּולערע שטערנס פֿון קינאָ, מוזיק און טעלעװיזיע־פּראָגראַמען, װעגן נײַע ביכער און מחברים און אַזױ װײַטער. ס׳איז ניט געװען קײן זשורנאַל װעגן ייִדיש אָדער ייִדישער ליטעראַטור, עס זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע זשורנאַלן אױף דער װעלט. מיר האָבן דאָרט געדרוקט די מאַטעריאַלן װעגן װעלטלעכע פּאָפּולערע הײַנטצײַטיקע ענינים, אַ סך פֿון זײ האָבן צו טאָן מיט פּאָפּ־קולטור פֿאַר דער יוגנט. מיר זײַנען געװען די אָנהײבערס אין דער שפּראַך און מיר האָבן דאָס גוט פֿאַרשטאַנען. ניט אַלץ איז געװען געראָטן אינעם זשורנאַל. מע מײנט, אַז נאָר די מומחות אין געביט פֿון דער קולטור קענען שאַפֿן אָט די קולטור, אָבער איך בין ניט מסכּים מיט דעם. איך מײן, אַז אַלע קענען צוגעבן כאָטש אַ קלײן שטיקל צו דער אַנטװיקלונג פֿון דער קולטור. מיר האָבן געקראָגן אַ שלל מיט קריטיק פֿון עטאַבלירטע ייִדישיסטן און איך בין ניט געװען מסכּים מיט אַ סך פֿון זײערע אַרגומענטן, װײַל איך שרײַב, שפּיל, זינג, איך טו װאָס איך װיל, און איך האָב דאָס געטאָן אױף ייִדיש.

אַ ביסל שפּעטער האָבן מיר זיך געפֿרעגט: ״נו גוט, אפֿשר קענען מיר עפּעס טאָן ניט נאָר פֿאַר זיך אַלײן?״ און מיר האָבן אַרױסגעגעבן אין 2016 אונדזער ערשט קינדער־ביכל ״באַהעלטערלעך מיט אַלף און בית״. דאָס בוך פֿון אונדזער ״אָלניאַנסקי טעקסט״ פֿאַרלאַג האָבן מיר אַרױסגעגעבן אױף ייִדיש און שװעדיש, מיט טראַנסליטעראַציע, װײַל מיר האָבן געװאָלט צוציִען װאָס מער אינטערעס פֿונעם אַלגעמײנעם עולם. איך האָב געלײענט דאָס ביכל צו מײַן זון און ער האָט מיך געפֿרעגט: ״פֿאַר װאָס לײענסטו מיר די מעשֹה ניט אױף שװעדיש?״ נאָך דעם האָב איך באַשלאָסן ניט ניצן מער קײן שװעדיש, נאָר ייִדיש. מיר האָבן לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט דרײַ נײַע קינדער־ביכער אױף ייִדיש. אײנע פֿון זײ, ״די פֿרוכטן״ איז געװען פֿאַר די סאַמע ייִנגסטע. איך האָב אױך אָנגעשריבן אַ ביכל ״דער קראָליק, דער קאָסמאָנױט״ און ״די אַנאַטאָמיע פֿון אַלף מיט בית״.

אונדזער בעסטסעלער דערװײַלע איז אַ קינדער־ביכל ״הינטערן גאַרדין: אין אַ ייִדישער הײם״. מיר האָבן פֿאַרקױפֿט 700 עקזעמפּלאַרן. איצט דרוקן מיר נאָך עטלעכע הונדערט עקזעמפּלאַרן פֿונעם ביכל. אייניקע ייִדישיסטן האָבן נאָך אַ מאָל קרום געקוקט אױפֿן פּראָיעקט און געטענהט, אַז דאָס איז ניט קײן עכט און אידיאָמאַטיש ייִדיש. איך האָב זײ געענטפֿערט װי איך ענטפֿער תּמיד: איך האָב געשריבן און געדרוקט נײַע ביכער, ניט נאָר פֿאַר קינדער, נאָר אױך פֿאַר די דערװאַקסענע. איך האָב אָנגעשריבן אַ ראָמאַן ״דער לונדער װוּנדער״, װאָס שילדערט דאָס יידישע לעבן אין מײַן הײמשטאָט לונד סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט. ס׳איז אַ היסטאָרישער ראָמאַן, װאָס פֿאַרנעמט זיך אױך מיט דער ייִדישער מיטאָלאָגיע: דיבוקים, אַ גולם און אַנדערע פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿענישן. איך האָב אָנגעשריבן אַן אַרטיקל אין ״פֿאָרװערטס״, װוּ איך האָב פֿאַרבעטן אַלע די, װאָס שרײַבן אױף ייִדיש, שיקן אונדז זײערע װערק און מיר װעלן זײ אָפּדרוקן. דאָס לעבעדיקע לשון נײטיקט זיך אין שלעכטע און ניט קײן דערפֿאַרענע שרײַבערס אױך, װײַל אױב מיר פֿאַרמאָגן ניט קײן שלעכטע שרײַבערס, ס׳איז שװער צו װיסן, װער איז אַ גוטער מחבר.

איך בין זײער שטאָלץ און צופֿרידן, אַז קאָבי װײַצנער (אַ פֿעיִקער זשורנאַליסט און שרײַבער, װאָס איז פּלוצעם געשטאָרבן אין װאַרשע אין 2018) האָט יאָ געענטפֿערט אױף מײַן בקשה און אונדז געשיקט עטלעכע װערק זײַנע. מיר האָבן אַרױסגעגעבן זײַן װוּנדערלעכע מעשֹהלע, װאָס איז פֿריִער געװען אַן אַנימאַציע־פֿילם ״דער גליקלעכער מענטש״. איך האָב אָנגעשטעלט אַ קינסטלערין, לינדאַ סיװערט, צו שאַפֿן נײַע אילוסטראַציעס צום בוך. שפּעטער האָבן מיר פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אַ בוך פֿון קאָבי, װאָס הײסט ״דער תּלמיד חכם און דער גנבֿ״, מיט אילוסטראַציעס פֿון עמאַ אולאַוסאָן.

נ. ב.: קענסט דערצײלן װעגן דעם נײַעם בשותּפֿותדיקן פּראָיעקט מיט צװײ ייִדישע פּאָעטן פֿון ישֹראל, װעלװל טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום, װעגן זײער זשורנאַל ״ייִדישלאַנד״?

נ. אָ.: איך האָב פֿריִער געהאַט געאַרבעט מיט מיכאל פֿעלזענבאַומען אױף עטלעכע איבערזעצונגען, װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַרן שװעדישן פֿאַרלאַג. איר װײסט דאָך, אַז ייִדיש איז אַן אָפֿיציעל מינאָריטעט־שפּראַך דאָ אין שװעדן און דערפֿאַר דאַרף מען מאַכן אַ צאָל איבערזעצונגען אױף ייִדיש. איז װען איך האָב געאַרבעט מיט פֿעלזענבאַומען אױף די איבערזעצונגען, האָט ער מיר דערצײלט װעגן זײַן און װעלװל טשערנינס געדאַנק צו גרינדן דעם שפּאָגל־נײַעם זשורנאַל ״ייִדישלאַנד״. זײ האָבן מיר פֿאָרגעלײגט צו װערן אַ פֿאַרלעגער און אַ פֿאַרשפּרײטער פֿונעם זשורנאַל אין שװעדן, אײראָפּע און אַמעריקע, און איך האָב מסכּים געװען, װײַל דאָס איז זײער אַ װיכטיקע און אינטערעסאַנטע אויסגאַבע, מיט די בעסטע ייִדישע מחברים, און עס פֿרײט מיך זײער צו זײַן אַ טײל פֿון דער אונטערנעמונג.

נ. ב.: װאָס איז דײַן נײַער פּראָיעקט?

נ. אָ.: מיר אַרבעטן איצט אױף אַרױסגעבן דאָס ביכל ״פֿאַנטאַסטיש״, מיט װוּנדערלעכע מעשֹהלעך פֿאַר די ייִנגסטע ייִדישיסטן. די אײנציקע זאַך, װאָס האָט פֿאַרהאַלטן דעם פּראָיעקט, איז דאָס געבורט פֿון מײַן דריט קינד, אַ טעכטערל מרים, װאָס איז געקומען אױף דער װעלט ערבֿ פּסח.

נ. ב.: צי רעדסטו ייִדיש מיט דײַן זון?

נ. אָ.: ער רעדט אַ ביסל ייִדיש, װי אַן אַמעריקאַנער, אַ װאָרט דאָ, אַ װאָרט דאָרטן, ער איז ניט פֿליסיק און שעמט זיך אַ ביסל, װײַל ער איז אַזאַ קינד, אָבער װי מען זאָגט, ס׳איז בעסער װי גאָרניט.

נ. ב.: װער זײַנען די קונים, װאָס קױפֿן דײַנע ביכער?

נ. אָ.: איך האָב אַ װעבזײַטל www.olnianski.com דאָ קען מען קױפֿן מײַנע ביכער. אין שװעדן איז דאָ אַ געזעץ, װאָס איז זײער גוט פֿאַר מיר: אַלע ביבליאָטעקן אין לאַנד מוזן קױפֿן מײַנע ביכער. װען איך פֿאַרעפֿנטלעך דאָס בוך, מוזן אַלע דרײַ הונדערט ביבליאָטעקן אין שװעדן עס קױפֿן. אַחוץ דעם, קױפֿן די ביכער די ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן איבער דער גאַנצער װעלט. מיר דרוקן אָפּ 500 – 1000 עקזעמפּליאַרן פֿון יעדער פּובליקאַציע.

נ. ב.: צי רעדאַגירט עמעצער דײַן ייִדיש, װען דו שרײַבסט?

נ. אָ.: איך אַרבעט מיט פֿאַשידענע מענטשן און זײ העלפֿן אַרױס. אין אָנהײב האָב איך ניט געאַרבעט מיט קײן רעדאַקטאָרן. איצט העלפֿן מיר מיט ייִדיש מיכאל פֿעלזענבאַום, אַרעלע װישװאַנאַט און אַנדערע, װאָס קענען די שפּראַך זײער גוט און האָבן אַ סך דערפֿאַרונג אין רעדאַגירן ייִדישע שריפֿטן.

נ. ב.: װיפֿל ייִדן װױנען אין שװעדן? צי עקזיסטירן אין לאַנד די ייִדישע שולן פֿאַר קינדער?

נ. אָ.: עס װױנען אין שװעדן אַרום 10,000 ייִדן. ס׳איז ניט קײן סך, אָבער אין דרום־שװעדן, װוּ איך װױן, עקזיסטירן טאַקע ערנסטע פּראָבלעמען מיט אַנטיסעמיטיזם און ס׳איז דאָ בײַ אונדז אַ גאָר קלײנע קהילה פֿון אַרום 500 ייִדן הײַנט. ס׳איז געװען אַ גרעסערע קהילה מיט יאָרצענדליקער צוריק. ס׳איז שװערע צײַט פֿאַר ייִדן דאָ, אָבער אין שטאָקהאָלם עקזיסטירט אַ בליִענדיקע ייִדישע געזעלשאַפֿט. די גרעסטע צאָל ייִדן אין שװעדן לעבן הײַנט אין שטאָקהאָלם. װאָס שײך די ייִדישע שולן פֿאַר קינדער, איז שװעדן אַזאַ לאַנד, װוּ ס׳איז זײער שװער, כּמעט אוממעגלעך צו האָבן אַ רעליגיעזע ייִדישע קינדער־שול, אַזױ װי למשל אין אַמעריקע, אָדער אין ישֹראל. ס׳איז דאָ נאָר אײן ייִדישע שול פֿאַר די עלטערע קינדער. מיר האָבן אפֿשר אַרום פֿינף קינדער־גערטנער אין שװעדן, אָבער אָן קײן רעליגיעזן פּראָפֿיל.

נ. ב.: צי שרײַבסטו מוזיק װײַטער?

נ.אָ.: יאָ, איך האָב אַ פּאָר פּראָיעקטן, װוּ איך שרײַב לידער פֿאַר די גרופּעס, איך זעץ איבער די פּאָפּולערע לידער אױף ייִדיש, איך האָב עס שטאַרק ליב, אָבער דאָס איז איצט אַזאַ מין אַרבעט אין הינטערגרונט, הינטער די קוליסן.

נ. ב.: טײַערער ניקאָלײַ, אַ דאַנק פֿאַרן פֿאַרכאַפּנדיקן אינטערװיו. מיר װינטשן דיר שעפּן אַ סך נחת פֿון דײַנע קינדער און ייִדישע פּראָיעקטן, ממשיך זײַן מיט דײַן שאַפֿערישער טעטיקײט!

אױפֿן װעג שטײט אַ בױם: https://www.youtube.com/watch?v=jiXxq5OhRzU

ייִדל מיטן פֿידל: https://www.youtube.com/watch?v=Y2WPyURtWXw

דער גליקלעכער מענטש:

https://www.youtube.com/watch?v=8dCPEp0a0js

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *