די פֿעדעם פֿון דער צײַט

די פֿעדעם פֿון דער צײַט

 דאָ ניט לאַנג האָב איך באַקומען אַ בליצבריוו פֿון מאַרגאַריטאַ אַנשינאַ. ״ס׳איז אַרויס פֿון דרוק אַ בוך פֿון מײַן טאַטן בנימין בראַנד. אָנגעשריבן אין יִידיש. גיט מיר אײַער אַדרעס, איך וועל אײַך שיקן אַ פּאָר עקזעמפּליאַרן״, – האָב איך געלייענט אינעם בריוולאון שוין אין גיכן זײַנען צוויי שיינע שפּאָגל נײַע ביכער געלעגן אויף מײַן טיש אין רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״אין דער סאַמע רעדאַקציע, וווּ אין 1936 – 1937 יאָרן האָט געאַרבעט מאַרגאַריטאַס פֿאָטער, דאַן אַ יונגער זשורנאַליסט, אַ טאַלאַנטפֿולער מחבר בנימין בראַנד

איך האָב גענומען דעם צווייטן עקזעמפּלאַר און איז געגאַנגען אין דער געגנטלעכער ביבליאָטעק אויף שלום־עליכמס נאָמען, וואָס געפֿינט זיך אַנטקעגן דער רעדאַקציע, מע דאַרף נאָר איבערגיין די גאַס. ס׳איז אָבער אַרויסגעוויזן, אַז זיי האָבן אויך געקראָגן פֿון מאַרגאַריטאַ אַ פּעקל ביכער, וועמעס מחבר האָט אַמאָל געוווינט אין ביראָבידזשאַן, – אַזאַ וווּנדערלעכע מתּנה, אַזאַ וואַרעמער גרוס פֿון פֿאַרגאַנגענעם.

טאַקע אַזוי רופֿט זיך אָן דאָס בוך – ״פֿון פֿאַרגאַנגענעם״, וווּ דער בנימין בראַנד דערציילט וועגן זײַן משפּחה, וועגן זיך אַליין. אָבער זײַנע זכרונות זײַנען נישט נאָר אַ דאָקומענט פֿון משפּחה־געשיכטע. זיי זײַנען אַ סך טיפֿער און ברייטער. זיי זײַנען אַ וויכטיקער היסטאָרישער עדות.

״מײַן טאַטע איז געלונגען אָפּצוהיטן און איבערצוגעבן זײַן קינדערשע שפּירונג פֿון לעבן און צײַט, וואָס ער האָט דעמלט געהאַט, לאַנג פֿאַר אַלע מאַטערנישן און אַנטוישונגען, – שרײַבט מאַרגאַריטאַ אין הקדמה. – ער האָט אָפּגעהיט דעם ליכטיקן אָנדענק פֿון ייִדישע שרײַבער, מיטגלידער פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָסערע נעמען זײַנען כּמעט פֿאַרגעסן הײַנט. פּשוטע מענטשןפֿרײַנט, באַקאַנטעזײַנען אין מײַן טאַטנס זכרונות גוטהאַרציק און לײַטיש. דאָס זײַנען געווען מײַן טאַטנס מעלות, און ער האָט תּמיד באַטראַכט זײַן עבֿר דורך דער פּריזמע פֿון זײַנע אייגענע מעלות״.

בנימין וואָלפֿאָוויטש בראַנד איז געבוירן געוואָרן דעם 30 נאָוועמבער 1918 אין פּוילן, אין דער שטאָט פּלאָצק. אין 1928 איז די משפּחה אריבערגעפֿאָרן קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד, קיין כאַרקאָוו. בנימין האָט זיך געלערנט אין ייִדישן זשורנאַליסטישן טעכניקום, איז געווען אין ברען פֿון אויסערגעוויינטלעך רײַכן ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון דער צײַט. אין 1936 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, האָט געאַרבעט ווי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״. אין 1937 יאָר, נאָכן אַרעסט פֿון זײַן טאַטן, און זײַן אָפּזאָג אים אָנצורופֿן שֹונא פֿונעם פֿאָלק, האָט מען אים אויסגעשלאָסן פֿון קאָמסאָמאָל און אַרויסגעטריבן פֿון דער רעדאַקציע. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם מעדיצינישן אינסטיטוט האָט מען אים געשיקט קיין מאָלדאַוויע. אין 1947 גערופֿן אין אַרמיי, וווּ ער האָט געדינט 20 יאָר. צען פֿון זיי – אַלס דאָקטער־דערמאַטאָלאָג אין שפּיטאָל בײַ עסקאַדריליע אין ווײַטן מיזרח, שפּעטער – אַלס דערמאַטאָלאָג אין מיליטער־שפּיטאָל אין דער שטאָט קאַמישין (אויף דער וואָלגע). נאָך דער דעמאָביליזאַציע איז ער מיט זײַן װײַב און צוויי קינדער אַריבערגעפֿאָרן קיין אָדעס. בנימין בראַנד איז געשטאָרבן דעם 11 יאַנואַר 1991.

ווען איך האָב געלייענט דאָס בוך, האָב איך געהאַט אַזאַ געפֿיל, אַז איך זיץ דערנעבן דעם מחבר און הער צו זײַן שטילע דערציילונג, זײַן ווייכע שטים. אָפֿט מאָל האָב איך זיך געכאַפּט בײַם געדאַנק, אַז איך וויל עפּעס זאָגן דעם אויטאָר, עפּעס דערציילן אים – שוין פֿונעם הײַנטיקן טאָג. למשל, וועגן דעם, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מיר אָנגעשריבן די טאָכטער פֿון קאַרדאָנסקי, וועמעס נאָמען דערמאָנט אין זײַן בוך בנימין בראַנד. אסתר קאָראָוויצינאַ (דאָס איז איר מאַנס פֿאַמיליע־נאָמען) האָט אָנגעשריבן די זכרונות וועגן איר טאַטן – מיר האָבן זיי אויך פּובליקירט אין ״בש״, מע קען זיי לייענען אויף אונדזער וועבזײַטל.

אָדער איך וואָלט אים דערציילט, אַז פֿאַר אַ יאָרן האָבן מיר דאָ, אין ביראָבידזשאַן, אַרויסגעגעבן אַ בוך פֿון ישֹראלדיקער מחברטע יעלענאַ מאַרונדיק. איר בוך איז די ערשטע אויסגאַבע, וועלכע איז פֿולשטענדיק געווידמעט דער קאָמונגע ״איקאָר״,  וואָס מע האָט זי אָרגאַניזירט נישט ווײַט פֿון ביראָבידזשאַן אין 1928.

נאָר אַ דאַנק אײַך, טײַערע קינדער פֿון די ערשטע בויער פֿון ביראָבידזשאַן, נאָר אַ דאַנק דעם אָנדענק, וואָס איר האָט פֿאַרהיט וועגן אײַערע עלטערן, האָבן מיר הײַנט אַזאַ מעגלעכקייט צו לייענען אָ־די ביכער און זיך בולט פֿאָרצושטעלן די געשעענישן פֿון די פֿאַרגאַנגענע יאָרן.

״מע גרייט צום דרוק די רוסישע איבערזעצונג״ – לייענען מיר אויפֿן טאָוול פֿונעם בוך. מאַרגאַריטאַ האָט צוגעזאָגט צו שיקן אונדז אויך די רוסישע אויסגאַבע. אגבֿ, אין 2016 יאָר האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל ״מיר זײַנען דאָ״(newswe.com) בראַנדס זכרונות ״צוויי באַגעגענישן מיט דוד בערגעלסאָנען״ (איבערגעזעצט אויף רוסיש פֿון זיסי ווייצמאַן.

״אָוונטן מיט בערגעלסאָנען״ – איז איינע פֿון די קאַפּיטלען פֿונעם בוך ״פֿון פֿאַרגאַנגענעם״. בנימין בראַנד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט געביטן די ספֿערע פֿון זײַן טעטיקייט, האָט נישט אויפֿגעהערט שרײַבן. זײַנע ווערק קען מען זען אויף די זײַטלעך פֿון ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ פֿון די אַכציקער יאָרן. גראָד אין ״בש״ האָט ער צום ערשטן מאָל פּובליקירט אייניקע זכרונות, וועלכע זײַנען אין אַ סך יאָרן אַרום אַרײַנגעגאַנגען אינעם בוך ״פֿון פֿאַרגאַנגענעם״. אַזוי האָט בראַנדס טאָכטער מאַרגאַריטאַ אַנשינאַ און אַלע ווער עס האָט געאַרבעט איבער דעם בוך האָבן פֿאַרבונדן די פֿעדעם פֿון דער צײַט.

פֿאַר מיר איז געווען באַזונדערס אינטערעסאַנט צו לייענען וועגן דעם ביראָבידזשאַנער פּעריאָד פֿון בראַנדס לעבן, וועגן זײַן אַרבעט אין ״ביראָבידזשאַנער שטערן״. מיט וואָס האָט געלעבט די רעדאַקציע אינעם שרעקלעכן 1937? וואָס האָבן איבערגעלעבט די מיטאַרבעטער פֿון ״בש״ ? אויף די און אַ סך אַנדערע פֿראַגעס געפֿינען מיר ענטפֿערס אינעם בוך.

מיר פּובליקירן די פֿראַגמענטן פֿונעם קאַפּיטל וועגן בראַנדס אָנקומען קיין ביראָבידזשאַן

ביראָבידזשאַן

נאָר איך האָב זיך ניט צעשיידט מיט מײַן טרוים פֿאָרן אין דער ייִדישער אַווטאָנאָמער געגנט, אַרײַנגעצויגן אין דעם ענין הענעך קויפֿמאַנען, אַזוי אַז נאָכן ענדיקן דעם טעכניקום איז בײַ אונדז קיין אויסוועג ניט פֿאַרבליבן און מיר האָבן זיך צוזאַמען אַ לאָז געטאָן אין ווײַטן וועג אַרײַן. וועגן אונדזער פֿרײַוויליקער איבערוואַנדערונג האָט געשריבן ״דער שטערן״, באַגלייטנדיק די מיטיילונג מיט אונדזער געמיינזאַמען פּאָרטרעט.

אַרויסגעפֿאָרן פֿון כאַרקאָוו זײַנען מיר דעם ערשטן סענטיאַבער 1936 יאָר… מיטן וועג האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אויף עטלעכע טעג אין מאָסקווע…

פֿון מאָסקווע ביז ביראָבידזשאַן זײַנען מיר געפֿאָרן אין אַלגעמיינעם וואַגאָן אויף די אייבערשטע פּאָלקעס גאַנצע צוועלף מעת־לעת…

אָנגעקומען אין ביראָבידזשאַן זײַנען מיר אין דער טיפֿער נאַכט. דער נײַער וואָקזאַל איז נאָך ניט געווען פֿאַרטיק, אַזוי אַז מיר זײַנען אַרײַנגעקומען אין אַן איינשטאָקיקן ענגן סטאַנצעי־לאָקאַל, קוים וואָס באַלויכטן און פֿול אָנגעשטאָפּט מיט פּאַסאַזשירן, מיינסטנס ייִדן און קאָרייער. דאָס איז געווען די סטאַנציע ״טיכאָנקאַיאַ״. דער ערשטער אָנדרוק איז ניט געווען קיין פֿויגלדיקער, נאָר מיר זײַנען געווען צופֿרידן דערמיט, וואָס מיר זײַנען שוין אויפֿן אָרט…

נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעלאָזט אונדזערע קלומקעס אין איבערוואַנדער־פּונקט, וואָס אַנטקעגן דעם וואָקזאַל, זײַנען מיר גלײַך אַוועק אין רעדאַקציע ״ביראָבידזשאַנער שטערן״, וווּהין אייגנטלעך מיר זײַנען אָנגעקומען אויף אַרבעט. דער לאָקאַל פֿון רעדאַקציע האָט זיך געפֿונען אויך אין דער נאָענט פֿון וואָקזאַל אויפֿן ערשטן שטאָק פֿון שטאָט־סאָוועט און פֿאַרנומען בלויז דרײַ ניט קיין גרויסע צימערן. דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג בוזי גאָלדענבערג האָט אונדז אויפֿגענומען ביז גאָר פֿרײַנטלעך, ווי אַלטע גוטע באַקאַנטע נאָך פֿון כאַרקאָוו, וווּ ער האָט רעדאַגירט דעם ״שטערן״. ער אַליין איז אַריבערגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן מיט עטלעכע חדשים פֿריער, נאָכן טויט פֿון זײַן פֿאָרגייער הענעך קאַזאַקעוויטש.

ב. גאָלדענבערג האָט אונדז פֿאָרגעשטעלט דעם קאָלעקטיוו פֿון רעדאַקציע, געזאָגט אַ פּאָר וואַרעמע ווערטער און באַשטימט אונדז אַלס ליטעראַרישע מיטאַרבעטער. אַלע אין רעדאַקציע און אַלץ איז אונדז געפֿעלן. דאָס איינציקע, וואָס האָט אונדז פֿאַרזאָרגט, – מיר האָבן ניט געהאַט וווּ צו וווינען. נאָר מיר זײַנען געווען ניט די איינציקע. מיר זײַנען אָנגעקומען אַהער אין סאַמע ברען פֿון דער איבערוואַנדערונג קיין ביראָבידזשאַן, און דער אָרעמער וווינונגס־פֿאָנד אין שטאָט איז ניט אין כּוח געווען באַפֿרידיקן  די באַדערפֿענישן פֿון די נײַע עולים.  דער זעלבער בוזי גאָלדענבערג האָט ניט געהאַט זײַן באַזונדערן וווין־צימער. צוזאַמען מיט די שרײַבער י. ראַבין, קליטעניק, נאָטע ווײַנהויז האָט ער געוווינט אין צוזאַמענוווינונג – אַלע אָן פֿאַמיליעס, – אָפּוואַרטנדיק זייער ריי אויף אַ דירה. אגבֿ, איז דאָרטן בײַ זיי אין גרויסן צימער געווען שטענדיק פֿריילעך – ווי בײַ ״כאָלאָסטיאַקעס״…

מיך מיט הענעך האָט אונדזער רעדאַקטאָר באַשטימט אַרײַנזעצן אין אַ קליינעם צימער, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין קאָנטאָר פֿון רויטן קרייץ…

מיך און הענעכן האָבן זיך אַרײַנגעלאָזט אין דער אַרבעט פֿון רעדאַקציע מיט לײַב און לעבן. מיר האָבן געזוכט נײַע פֿאָרמען פֿון שרײַבן אין צײַטונג, אָנשטאָט די אַלטע אײַנגעשטעלטע טראַפֿאַרעטן. דאָס האָבן אַלע זיך באַמערקט און וועזנטלעך אָפּגעשאַצט. איך געדענק, ווי די דיכטערין ליובאַ וואַסערמאַן איז אַרײַן אַ צופֿרידענע אין רעדאַקציע און געמאָלדן, אַז אַלע זאָלן הערן, אַז ענדלעך האָט אין צײַטונג זיך באַוויזן אַ פֿרישער שטראָם. איר איז שטאַרק געפֿעלן מײַן באַריכט וועגן אַ פֿאַרזאַמלונג אין אַ קאָריייִשן קאָלווירט, אין וועלכן איך האָב זיך באַמיט אין דער פֿאָרם פֿון אַ פֿאַרצייכענונג באַשרײַבן די פֿאַרזאַמלונג און אויף אַ לעבעדיקן אויפֿן איבערגעבן די אַרויסטרעטונגען פֿון די בײַוועזנדע. די נאָטיצן אין צײַטונג האָב איך אונטערגעשריבן מיט אַ פּסעוודאָנים ב. בין. מיט דעם האָב איך זיך אַליין אַרום געשטרעבט איבערצויגן, אַז מײַנע קאָרעספּאָנדענצן – דאָס איז ניט דאָס וויכטיקסטע אין מײַן שעפֿערישער אַרבעט. און ניט מיט דעם וויל איך זיך אויסטיילן. מײַן לײַבלעכע זאַך – דאָס איז קינסטלערישע ליטעראַטור: פּראָזע, דערציילונגען, וועלכע איך האָב מיט שטאָלץ אונטערגעשריבן מיט מײַן פֿולן נאָמען… בוזי גאָלדענבערג איז צופֿרידן געווען מיט אונדז. און איבערהויפּט האָט אים אימפּאָנירט אונדזער דראַנג ארומצופֿאָרן אין די סאַמע טויבע ווינקלעך פֿון דער געגנט, וווּהין עס איז אויסגעקומען כּמעט מיט כּוח אַרויסצוטרײַבן די מיטאַרבעטער פֿון עלטערן דור…

ווי איך האָב באַמערקט, איז די אַטמאָספֿער אין רעדאַקציע געווען זייער אַ גינסטיקע און אַ פֿרײַנטלעכע. דאָס איז געווען דער פֿאַרדינסט פֿון בוזי גאָלדענבערגן – אַ זעלטענעם חכם און ערודיט, אַ געבוירענער רעדאַקטאָר, וועלכער האָט יעדן איינעם פֿון אונדז געלערנט זשורנאַליסטיק. זײַן געהילף – דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר נחום פֿרידמאַן (…) איז געווען אַן אומפֿאַרבײַטלעכער מענטש אין רעדאַקציע, וועלכער האָט אויף זײַנע פּלייצעס געשלעפּט די צײַטונג.

יעדן טאָג אויף די רעכט פֿון אַ פֿרײַגעדונגענעם האָט זיך אין רעדאַקציע באַוויזן עמנואַל קאַזאַקעוויטש. ער האָט געאַרבעט אַלס איבערזעצער. אַ זון פֿון אַ ניט לאַנג פֿאַרשטאָרבענעם רעדאַקטאָר הענעך קאַזאַקעוויטש. דירעקטאָר פֿונעם אָרטיקן טעאַטער, אַ פּאָעט, אַן אַומדערמידלעכער וויצלינג, אַ כחמה־זאָגער, האָט ער באַ זײַנע דרײַ־און־צוואַנציק יאָר אומעטום זיך געפֿילט, ווי אַ בן־יחיד בײַ זיך אין דער היים, וועמען אַלץ איז דערלויבט, און ער פֿלעגט ניט זעלטן אַרויסגעבן ייִנגלשע שטיקלעך ניט פֿון בעסטן מוסטער…

צוזאַמען מיט עמע קאַזאַקעוויטשן און בוזי גאָלדענבערגן האָב איך אָנטיילגענומען אינעם איבערגעזעצטן פֿאַר דער צײַטונג אַ גרויסן ליד פֿונעם קאַזאַכישן פּאָעט דזשאַמבול. די איבערזעצונג  האָבן מיר אונטערגעחסמעט ״עמ. בינגאָלד ( דאָס הייסט  — עמע, בנימין, גאָלדענבערג)…

אין רעדאַקציע האָט אויך געאַרבעט דער שרײַבער סאַלוואַדאָר באָרזשעס – אַ קליינער, אַ ביסל געהויקערטער, מיט שיטערע האָר אויפֿן קאָפּ, אַ נערוועזער. זײַן אמתער נאָמען איז געווען סאַול באָראָדין, און דעם פּסעוודאָנים האָט ער געבראַכט פֿון ריאָ־דע־זשאַנייראָ, וווּ ער האָט געלעבט אַ היפּשע צײַט… באָרזשעסן האָב איך געקענט נאָך פֿון כאַרקאָוו…

פֿון די רעדאַקציע־מיטאַרבעטער האָבן מיר זיך נאָך  פֿאָרגעדענקט קאַרדאָנסקי, קיזער, פּערעצמאַן…

פֿרילינג 1937 איז געקומען צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן באָריס היימאַן, מיט וועמען מיר זײַנען געווען גוט באַקאַנט פֿון כאַרקאָוו. נאָך הענעך קויפֿמאַנס אָפּגיין אין אַרמיי זײַנען מיר זיך מיט באָריסן נאָענט צונויפֿגעגאַנגען, כאָטש ער איז געווען עלטער פֿון מיר אויף גאַנצע זעקס יאָר און איז שוין געווען אַ טאַטע פֿון צוויי זין. מיר פֿלעגן צוזאַמען שרײַבן מאַטעריאַלן פֿאַר דער צײַטונג, צוזאַמען פֿאַרברענגען און ניט זעלטן פֿלעג ער נעכטיקן בײַ מיר אין שטיבל, וווּ מיר זײַנען געלעגן אויפֿן בעטל, ווי קאָרטן־ייִנגלעך…

דער אַרויסלאָזער אין רעדאַקציע סאַניע ראָזענפֿעלד – אַ שיינער באַשיידענער בחור, שטענדיק אויסגעשמירט אין טיפּאָגראַפֿיע־פֿאַרבן – און די מאַשיניסטקע פֿרומע, וועלכע האָט אין פֿאַך ניט געהאַט צו זיך קיין גלײַכן, האָבן געשלאָסן אונדזער ניט גרויסן קאָלעקטיוו.

זייער אָפֿט פֿלעגן אַרײַנקומען אין רעדאַקציע די שרײַבער ראַבין, קליטעניק, ווײַנהויז, דאָבין, מילער, אָלעווסקי, ראַבינקאָוו, פֿאַליקמאַן, ליובאַ וואַסערמאַן, דער אַווטאָר פֿונעם פֿילם ״גליקזוכער״ קאָבלענץ – אַ ווײַסרוס לויט דעם אָפּשטאַם, וועלכער איז געווען ממש פֿאַרליבט אין ווײַטן מיזרח. יעדער פֿון זיי האָט געבראַכט מיט זיך אין רעדאַקציע אַ שטיקל נײַס, אַ חכמה, דיסקוטירט איבער אַ נײַער דערציילונג אָדער ליד…

דאָס איז געווען אין זיבן־און־דרײַסיקסטן יאָר, בעת דוד בערגעלסאָן האָט געמאָלדן פֿאַר דער וועלט, אַז ער באַזעצט זיך אויף שטענדיק אין ביראָבידזשאַן. די דאָזיקע ידיעה איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס באַפֿרידיקונג פֿון זײַנע פֿאַרערער, און אין איינעם אַ טאָג קומט אָן צו אונדז אין רעדאַקציע אַ טעלעגראַם פֿון מאָסקווע אויף  בערגעלסאָנס נאָמען פֿון אַליין לעאָן פֿייכטוואַנגערן, וועלכער האָט דאַן פֿאַרבראַכט אין דער סאָוועטישער הויפּט־שטאָט. אין דער דאָזיקער טעלעגראַם האָט פֿייכטוואַנגער באַגריסט זײַן קאָלעגע מיטן באַשלוס זיך באַזעצן אין ביראָבידזשאַן.

איך אַלס סאַמע ייִנגסטער און פֿלינקסטער האָב אַ כאַפּ געטאָן די דעפּעשע און אַוועקגעלאָפֿן אין האָטעל צו בערגעלסאָנען, איבערגעפֿולט מיט שטאָלצקייט, וואָס אין מײַנע הענט גלעט אַ טעלעגראַם פֿון איין וועלטבאַרימטן שרײַבער צום צווייטן… בערגעלסאָן האָט מיט נײַגער איבערגעלייענט די טעלעגראַם און ניט אָן זעלבסטצופֿרידנקייט זיך אָנגערופֿן צו מיר:

–     האַ, וואָס זאָגט איר ?… בערגעלסאָנען פֿאַרגעסט מען ניט… אַ גרויסן דאַנק אײַך, יונגערמאַן, פֿאַר דער טירחה. אָט לאָז איך זיך שוין אַוועק אָנשרײַבן מײַן פֿרײַנט.

אוי, ווי מיר האָט זיך ניט געוואָלט פֿאַרלאָזן דעם צימער אין האָטעל, נאָר איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז בערגעלסאָנען איז אַצינד ניט צו מיר, און איז געזעגנט מיטן שרײַבער…

Комментарий “די פֿעדעם פֿון דער צײַט”

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *