אָנצורירן די לבֿנה

אָנצורירן די לבֿנה - יעווגעני פֿיקס

golos-ameriki.ru

יעווגעני פֿיקס

דעם 16טן מײַ האָט זיך אינעם מאָסקווער צענטער פֿאַר שעפֿערישע אינדוסטריעס «פֿאַבריקאַ» געעפֿנט די אויסשטעלונג „ייִדיש־קאָסמאָס», וווּ די ייִדישע שפּראַך ווערט אויף חידושדיקע אופֿנים צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט דער טעמע פֿון קאָסמאָנאַווטיק און דעם גורל פֿון סאָוועטישע ייִדן. די אינסטאַלאַציע איז געשאַפֿן געוואָרן דורכן אַמעריקאַנער קינסטלער יעווגעני פֿיקס. די אויסשטעלונג בלײַבט אָפֿן ביזן 23סטן יוני

ווי אַ קלאַנג־אילוסטראַציע צום אומגעוויינטלעכן פּראָיעקט, האָט אויף דער עפֿענונג־צערעמאָניע יוליִע ברוידאָ, אַ מוזיק־קריטיקער און פּראָדוסער, געשפּילט «אויפֿן פּריפּעטשיק» און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע לידער אויף אַ פֿאָרטעפּיאַנע צוזאַמען מיט דער קאָמפּאָזיטאָרין אָליעסיע ראָסטאָווסקאַיאַ, וועלכע האָט געשפּילט אויף אַ טערמענוואָקס – אַ זעלטענער אָנקאָנטאַקטלעכער עלעקטראָ־מוזיקאַלישער אינסטרומענט, מסוגל פֿאַר «פֿרעמד־פּלאַנעטישע» קלאַנגען.

אָליעסיע ראָסטאָווסקאַיאַ שפּילט אויף אַ טערמענוואָקס
kstnews.kz

וואָס עפּעס קאָסמאָס און ייִדיש? מאַריִע ווייץ, די קוראַטאָרין פֿון דער אויסשטעלונג, דערקלערט, אַז פֿאַר פֿיקסן ווערט דער קאָסמאָס אַ מעטאַפֿאָרע פֿון גלות, נע־ונד און עמיגראַציע. מענטשן, וואָס מוזן אַוועקפֿאָרן אין אַן אַנדער לאַנד צוליב פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע סיבות, פֿילן זיך אַזוי ווי אַ מין קאָסמאָנאַווטן, דורכטרעטער אין אַן אומבאַקאַנטער ווײַטער וועלט. די קוראַטאָרין גיט צו, אַז כאָטש דער קינסטלער נוצט אויס ווי אַ משל דאָס ייִדישע לעבן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז די עצם־טעמע פֿון גלות און אָפּגעפֿרעמדקייט נאָענט און פֿאַרשטענדלעך יעדן מענטש.

פֿיקס איז אַ באַקאַנטער קאָנצעפּטואַליסט. זײַנע אויסשטעלונגען זענען דורך אין פֿילאַדעלפֿיע, מאָסקווע, מעקסיקאָ, סידניי, ליבאַסאָן און סאַלאָניקי. אין דעצעמבער 2018 האָט ער דורכגעפֿירט די ערשטע אויסשטעלונג פֿון זײַן «ייִדיש־קאָסמאָס» אין דער ניו־יאָרקער שול אויף סטענטאָן־סטריט. דער אַלטער שיין־באַצירטער היסטאָרישער בית־תּפֿילה, וואָס שטייט אינמיטן דעם אַמאָליקן ייִדישן ראַיאָן אינעם דרום־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, איז באַזונדערס פּאַסיק פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג: מיט די געמעלן פֿון זאָדיאַק־צייכנס אויף די ווענט איז ער שוין אָנגעלאָדן מיט קאָסמישער טעמאַטיק.

אַרי שטערנפֿעלדס טאָכטער ווײַזט אַן אַרטיקל וועגן איר טאַטן אין «סאָוועטיש היימלאַנד» בעת יעווגעני פֿיקסעס אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק

די הײַנטיקע מאָסקווער אינסטאַלאַציע איז אַ ממשותדיק פֿאַרברייטערטער המשך פֿונעם פּראָיעקט; צום ערשטן מאָל ווערן אויף דער אויסשטעלונג געוויזן אינטערעסאַנטע אַרכיוו־מאַטעריאַלן – דער עיקר, נומערן פֿון «סאָוועטיש היימלאַנד» מיט אַרטיקלען וועגן קאָסמאָס. אַן אַנדער חידוש איז אַ ווידעאָ־שמועס מיט דער טאָכטער פֿון אַרי שטערנפֿעלד, דעם פֿאָטער פֿון קאָסמאָנאַווטיק.

אַדרבה, איז עס זייער אַ נאַטירלעכער המשך. דער געוועזענער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס היימלאַנד פֿון די ערשטע קאָסמאָס־נסיעות, ווי אויך דאָס איינציקע לאַנד אין דער וועלט, וווּ ייִדיש איז געווען דערקלערט ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. עטלעכע פּערזענלעכקייטן, מיט וועלכע די אויסשטעלונג איז פֿאַרבונדן, האָבן געוווינט און געאַרבעט אין מאָסקווע. דערצו, איז דער קינסטלער אַליין אַ מאָסקווער, געבוירן אין 1972. זינט 1994 וווינט ער אין ניו־יאָרק.

פֿאָרט, איז די אויסשטעלונג נישט בלויז אַ קאָנצעפּטואַליסטישער פּערפֿאָרמאַנס, נאָר אַ ווערטפֿולער קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש און קאָמסאָס אינעם גאַנץ בוכשטעבלעכן זין.

אַ טייל פֿיקסעס ווערק דערציילן וועגן דעם גרויסן פֿיזיקער אַרי שטערנפֿעלד, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אינעם פּוילישן שטעטל סעראַדז, אינעם יאָר 1905. דעמאָלט איז עס געווען אַ טייל פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע.

אַריס טאַטע איז געווען אַ פֿרומער ייִד, אַ תּלמיד־חכם. פֿון קינדווײַז אָן האָט ער געהערט, ווי מע בענטשט די לבֿנה יעדן חודש און מע זאָגט: «כּשם שאַני רוקד כּנגדך, ואיני יכול לנגוע בך» – אַזוי ווי איך שפּרינג אַנטקעגן דיר, און איך קען דיך נישט אָנרירן… פֿאַרוואָס קאָן מען טאַקע נישט דערגרייכן די לבֿנה? — האָט זיך אַרי פֿאַרטראַכט, נאָך זײַענדיק אַ קליין קינד.

אין 1928 האָט שטערנפֿעלד, דעמאָלט שוין אַן אינזשענער־מעכאַניקער, זיך אָנגעשלאָסן אינעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט און אָנגעהויבן שרײַבן זײַן דיסערטאַציע וועגן קאָסמאָס־פֿלוגן. דאָס עצם־וואָרט «קאָסמאָנאַווטיק» און אַ ריי אַנדערע באַקאַנטע קאָסמישע טערמינען האָט ער בעת זײַנע פֿאָרשונגען צוגעטראַכט. זײַן פֿרוי, גוסטאַווע ערליך, איז געווען אַ פֿאַרברענטע פֿראַנצויזישע קאָמוניסטקע און געמיינט, אַז די אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך עספּעראַנטאָ קאָן ראַטעווען די פֿעלקער פֿון פֿײַנט האָבן איינער צום צווייטן. אין 1935 זענען זיי אַוועקגעפֿאָרן קיין מאָסקווע, גלייבנדיק, אַז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד וועט די מענטשהייט דערגרייכן דעם אמתן פּראָגרעס און דערפֿליִען ביז די ווײַטע שטערן.

נאָך פֿאַרן ערשטן ספּוטניק האָט שטערנפֿעלד פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וועגן די קומענדיקע אָרביטאַלע אַפּאַראַטן. אין 1958 איז אין ניו־יאָרק, מיט דרײַ יאָר פֿאַר גאַגאַרינס פֿלי, אַרויס אויף ענגליש זײַן בוך וועגן קאָמסישע נסיעות. ווייניק מענטשן פֿאַרטראַכטן זיך, מסתּמא, אַז אַזעלכע טערמינען, ווי «קאָסמאָדראָם» און «אַנדראָיִד» שטאַמען פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקן שטעטל־ייִד. אַ פּאַטענט פֿאַר אַ ראָבאָט, וואָס זעט אויס ווי אַ מענטש, האָט דער גרויסער וויסנשאַפֿטלער באַקומען אין 1946. ס׳איז טשיקאַווע, אַז דער פֿאַמיליע־נאָמען «שטערנפֿעלד» קלינגט אַליין אויף ייִדיש ווי אַ «קאָסמאָדראָם». פֿיקס האָט איבערגעגעבן אונדזער צײַטונג, אַז אין די צוקונפֿטיקע פּראָיעקן טראַכט ער צו נעמען דעם דאָזיקן פֿאַקט אין באַטראַכט.

אַבא און וואָלף גאָרדין, צוויי ברידער פֿונעם ווײַסרוסישן דאָרף מיכאַלישקי, זענען געווען זין פֿון אַ רבֿ און באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע פֿרומע בילדונג. שפּעטער האָבן זיי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַנאַרכיסטישע געדאַנקען, אויסמישנדיק זיי מיט ייִדישלעכע מאָטיוון. נאָכן פֿאַרשיקט ווערן קיין סיביר אין 1921, איז אַבאַ אַנטלאָפֿן קיין מאַנדזשוריע, כינע, יאַפּאַן און פֿון דאָרטן – אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט רעדאַגירט די ניו־יאָרקער צײַטונג «ייִדישע שריפֿטן». דערנאָך, אין ארץ־ישׂראל, האָט ער אָנגעפֿירט מיטן אַנאַרכיסטישן זשורנאַל «פּראָבלעמען».

די «קאָסמישקייט» פֿון די ברידער גאָרדין איז באַשטאַנען אין זייער ראַדיקאַל־פֿוטוריסטישן קוק אויף דער מענטשלעכער צוקונפֿט. להיפּוך צו זײַן מער פּראַגמאַטישן ברודער, וועלכער איז אינעם יאָר 1919 געגאַנגען אין דער אַרמיי פֿון נעסטאָר מאַכנאָ, האָט זײַן ברודער וואָלף צוגעטראַכט אין דער זעלביקער צײַט די אוניווערסאַלע שפּראַך «AO”. לויט זײַן געדאַנק, האָט זי געדאַרפֿט דינען ווי דער אַלגעמיינער קאָמוניקאַציע־מיטל אויף אַלע פּלאַנעטן, וווּ עס וועלן זיך באַזעצן די ערד־מענטשן.

אינעם יאָר 1924 איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען די ערשטע אינטערנאַציאָנאַלע אויסשטעלונג פֿון די צווישן־פּלאַטענישע מאַשינען און מעכאַניזמען. אויף דער אויסשטעלונג איז געהאַנגען אַ פּלאַקאַט, וועלכער האָט גערופֿן אַלע צוקונפֿטיקע קאָסמאָנאַווטן צו שמועסן צווישן זיך אויף גאָרדינס קאָסמיש לשון. אויסגעמישט מיט ייִדיש, באַווײַזט זיך כּסדר אָט־די שפּראַך אויף דער הײַנטיקער מאָסקווער אויסשטעלונג.

אין דער אמתן, אין פֿאַרגלײַך מיט עספּעראַנטאָ, איז «AO” געווען בעצם אַ קונסט־פּערפֿאָרמאַנס, אַ נעץ אומזיניקע סימבאָלן, וואָס זעען אויס «יענפּלאַנעטיש». אַגבֿ, איז  אליעזר זאַמענהאָף, דער שאַפֿער פֿון עספּעראַנטאָ, אויך געווען אַן אידעאַליסטישער ייִדיש־רעדער, אַ מחבר פֿון אַן אויסגעצייכנטער ייִדישער גראַמאַטיק. אינעם שמועס מיט מיר האָט פֿיקס באַמערקט, אַז גאָרדין האָט דווקא פֿײַנט געהאַט עספּעראַנטאָ, באַטראַכטנדיק עס ווי אַ «בורזשואַזע שפּראַך». אַ כּמו־אייראָפּעיִש לשון האָט פֿאַר אים ניט געטויגט; ער האָט געוואָלט שאַפֿן עפּעס ממש חלומדיק־הימלישס.

אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אויף דער אויסשטעלונג, דער ערשטער ייִדישער קאָסמאָנאַווט באָריס וואָלינאָוו, רירט אָן די טרויעריקע פֿראַגע פֿונעם סאָוועטישן אַנטיסעמיטיזם. אין טעאָריע, איז וועלכע־ניט־איז שׂינאה צו אַ געוויסער נאַציאָנאַלער גרופּע געווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד שטרענג פֿאַרבאָטן. למעשׂה, צום באַדויערן, איז דער מצבֿ געווען אַ סתּירותדיקער. וואָלינאָוו האָט זיך געגרייט צו פֿליִען אין קאָסמאָס אין דער ערשטער גרופּע קאָסמאָנאַווטן, צוזאַמען מיט יורי גאַגאַרין, און געקאָנט ווערן דער ערשטער מענטש אינעם קאָסמאָס. ס׳זעט אויס, אַז זײַן פּלאַנירטע נסיעה האָט מען אָפּגעהאַלטן ביז 1969, ווײַל ער איז געווען אַ ייִד.

ביראָבידזשאַן ווי אַ «קאָסמאָס»?

דער עיקר־צוועק פֿון “ייִדיש־קאָסמאָס» איז אָבער טאַקע אַ קאָנצעפּטואַליסטישער קונסט־פּראָיעקט, מיט אַן אייגענער ייִדישיסטישער פֿילאָסאָפֿיע. אין זײַנע ווערק, פֿאַרגלײַכט פֿיקס כּסדר דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למשל, אין 2007 האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס בוך «דער קאָמוניסטישער וועגווײַזער פֿאַר דער שטאָט ניו־יאָרק», מיט 76 פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון היסטאָרישע בנינים און אַנדערע דענקמעלער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

“קאָמוניזם און קאַפּיטאַליזם איז דער גרעסטער ראָמאַן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט», דערקלערט פֿיקס אין שײַכות צום טשיקאַוון פּראָיעקט «לענין פֿאַר דײַן ביבליאָטעק». דער קינסטלער האָט צעשיקט לענינס באַרימט בוך «אימפּעריאַליזם ווי די העכסטע סטאַדיע פֿון קאַפּיטאַליזם» צו 100 גרויסע אַמעריקאַנער קאָרפּאָראַציעס; אויסטערלישע און קאָמישע ענטפֿערן פֿון זיי האָט ער געזאַמלט אין אַ בוך.

דער קינסטער איז מסכּים מיט מײַן אײַנדרוק, אַז אין זײַנע ווערק שפּירט זיך אַ פּראָוואָקאַטיווער פּאָסטמאָדערניסטישער עלעמענט. פֿיקס פֿאַרגלײַכט זײַן «ייִדיש־קאָסמאָס», גאַנץ חידושדיק, מיט אַפֿראָפֿוטוריזם – אַן עסטעטישער סטיל מיט אַ סקעפּטישן צוגאַנג צו דער געשיכטע, וואָס באַטראַכט דעם מצבֿ פֿון דער שוואַרץ־הויטעקער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע אין באַהעפֿט מיט טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק. אַנשטאָט דעם “גרויסן אַמעריקאַנער חלום” שילדערן די אַפֿראָפֿוטוריסטן אַן אַלטערנאַטיווע אַנטי־אימפּעריאַליסטישע וויזיע, אַ קליינע אַפֿריקאַנער וועלט מיט אייגענע ווערטן, קעגנגעשטעלט דער דאָמינירנדיקער גלאָבאַלער מערבֿדיקער קולטור.

אַפֿראָפֿוטוריזם
nilelivingston.com

אויף אַן ענלעכן אופֿן, דערקלערט פֿיקס, שילדערט זײַן «ייִדיש־קאָסמאָס» אַן אַלטערנאַטיווע קליינע ייִדיש־וועלט. אַפֿילו צווישן ייִדן, וואָס וווינען אין גרויסע שטעט, איז פֿאַרשפּרייט די גרויסהאַלטערישע באַציִונג צום שטעטלדיקן ייִד ווי צו עפּעס אַ קאָמישן, אַלטמאָדישן פּאַרשוין. אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען ייִדן באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די צאַרישע גזירות, אָבער געליטן פֿון נײַע מינים צרות. יאָ, ייִדיש איז געוואָרן אַ שפּראַך מיט אייגענע רעכט, נאָר אינעם לאַנד האָט דאָמינירט רוסיש, אַנטיסעמיטיזם איז נישט בטל געוואָרן, און דאָס אַמאָליקע ייִדישע שטעטל איז געווען מאַרגינאַליזירט. די אויסשטעלונג פּרוּווט צו שאַפֿט אַן אייגנאַרטיקן «שטעטל־קאָסמאָס”.

אין דער אויסשטעלונג גייט אויך אַ רייד וועגן די ייִדישע אַקטיוויסטן, וואָס האָבן געקעמפֿט פֿאַר זייער רעכט אַוועקצופֿאָרן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד ערגעץ אין אַ «געבענטשן ווײַטן קאָסמאָס”. דאָ פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא. די, וואָס האָבן געוואָלט עמיגרירן קיין אַמעריקע, וואָלטן דאָרטן טאַקע געטראָפֿן אַ גרויסן עולם ייִדיש־רעדער. די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען דאָך הײַנט דער וועלט־צענטער פֿון דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך. להיפּוך, איז ארץ־ישׂראל – אַ לאַנד, וווּ די הערשנדיקע אידעאָלאָגיע שאַנעוועט בלויז העברעיִש – לאַוו־דווקא אַ געבענטשט אָרט פֿאַר ייִדיש.

וווּ געפֿינט זיך זשע אַ «ייִדישער קאָמסאָס» אויף אונדזער פּלאַנעטע? טאַקע אין אַמעריקע, צי גאָר אין ביראָבידזשאַן? אויף דער דאָזיקער קשיא האָט דער קינסטלער געענטפֿערט, אַז לויט זײַן מיינונג איז אין דער הײַנטיקער וועלט נישטאָ קיין קאָנקרעט אָרט, וואָס קאָן דינען ווי די אַלגעמיינע היים פֿאַר ייִדיש. צום גוטן צי צום שלעכטן, זענען די ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרות פֿראַגמענטירט, צעשפּרייט איבער דער וועלט. אַדרבה, ס׳איז בעסער צו שטעלן דעם טראָפּ אויפֿן אָרטיקן, קליינעם, לאָקאַליזירטן ייִדיש־לעבן. אַנשטאָט צו זוכן אַ קאָנקרעטע געאָגראַפֿישע היים, איז וויכטיקער צו בויען אַ ווירטועלן נעץ פֿון קליינע היימעלעך.

אין דער זעלבער צײַט, גלייבט פֿיקס, אַז ביראָבידזשאַן וואָלט זיכער געקאָנט זײַן איינער פֿון די געראָטענע «קאָסמישע» ייִדיש־אוטאָפּיעס. לכל־הפּחות דרײַ פֿון זײַנע פּראָיעקן זענען געווען רעפֿלעקסיעס אויף דער ביראָבידזשאַנער טעמע.

און וואָס איז זײַן אייגן אָרט אינעם «קאָסמאָס» פֿון ייִדיש? דער קינסטלער האָט דערציילט דעם «ביראָבידזשאַנער שטערן», אַז הגם ס׳איז שווער פֿאַר אים צו שמועסן אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט און לייענט די שפּראַך גענוג גוט. אַלע זײַנע באָבעס און זיידעס האָבן גערעדט צווישן זיך רק אויף ייִדיש, און ער האָט געהערט די שפּראַך אין דער היים ביזן סוף פֿון די 1970ער. ער האָט אַ ביסל געלייענט ייִדיש מיט זײַן באָבען, מיט יאָרן שפּעטער – געגאַנגען אויף ייִדיש־קורסן אין ניו־יאָרק. הייסט עס, אַז דער קינסטלער איז טאַקע אַן אַקטיווער ייִדיש־שטיצער.

אויף דער אויסשטעלונג האָט זיך פֿיקס אָנגעשטויסן אויף דער באַקאַנטער אומאָנגענעמער סטערעאָטיפּישער סיטואַציע. די באַזוכער האָבן געוואָלט אַרויסווײַזן זייער «קענטעניש» און נישט איין מאָל באַטאָנט, אַז זיי ווייסן וועגן ייִדיש… ס׳איז אַמאָל געווען אַזאַ מין לשון, הײַנט שוין אַ טויטע. האָפֿנטלעך, וועט די ווײַטערדיקע קאָאָפּעראַציע פֿון ייִדיש־רעדער, לערער און שרײַבער מיט אַזעלכע חידושדיקע קונסט־טוער העלפֿן דעם ברייטן עולם צו פֿאַרשטיין, אַז ייִדיש איז אַ גאַנץ לעבעדיקע שפּראַך – וואָס האָט אַפֿילו אָפּגעשפּילט אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון קאָסמאָנאַווטיק!


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *