אַ װערטפֿולע מתּנה פֿאַר ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ

אַ װערטפֿולע מתּנה פֿאַר ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ

לײענענדיק און בלעטערנדיק דעם קאָמפּלעקט פֿונעם זשורנאַל ״נײַלעבן״ (ניו־יאָרק) פֿאַרן יאָר 1937, האָב איך זיך עטלעכע מאָל אָנגעשטױסן אױף די ענטוזיאַסטישע מאַטעריאַלן װעגן דער ממשותדיקער הילף, מיט װעלכער ״איקאָר״ (די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציע פֿון דאָרטיקע סימפּאַטיקער פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד) האָט געשטיצט ביראָבידזשאַן.

דעם 21סטן פֿעװראַל 1937 איז אױף דער שװעדישער שיף ״אונדגודסען״ אָפּגעשיקט געװאָרן פֿון ״איקאָר״ קיין װלאַדיװאָסטאָק אַ טראַנספּאָרט מאַשינען קיין ביראָבידזשאַן אין װערט פֿון אַרום צוואַנציק טויזנט דאָלאַר. אין הײַנטיקע צײַטן װאָלט דאָס געקאָסט אַרום $360,000! דער טראַנספּאָרט איז באַשטאַנען פֿון פּרעס־מאַשין, אַ לינאָטיפּ, אַ סטערעאָטיפּ אױסשטאַטונג און אַ גאַנצע רײ אַנדערע מאַשינען פֿאַר אַ מאָדערנער דרוקערײַ אין ביראָבידזשאַן.

מען האָט געשיקט אַזאַ ברײטהאַרציקע מתּנה צוליב ״די גרױסע שװעריקײטן און העלדישע אָנשטרענגען פֿון די ביראָבידזשאַנער דרוקער אַרױסצוגעבן יעדן טאָג אַ צײַטונג, געזעצט בײַ דער האַנט. דערצו נאָך – מיט װײניק און אַלטן שריפֿט, געדרוקט אױף אַ קלײנער מאַשין, די גרױס פֿון בלױז צװײ זײַטן פֿון דער קלײנער צײַטונג, װאָס צוליב דעם מוז מען די זעלביקע צײַטונג דרוקן צװײ מאָל״ – דערװיסן מיר פֿונעם אַרטיקל ״דער ערשטער טראַנספּאָרט פֿון דער דרוקערײַ פֿאַר ביראָבידזשאַן שױן אָפּגעשיקט״ אָנגעשריבן פֿון ב. סמאָל (נײַלעבן, אַפּריל 1937). ער שרײַבט װײַטער, אַז ״אָט אין דער קלײנינקער אָרימער דרוקערײַ האָבן זײ [די ביראָבידזשאַנער דרוקער נ.ב.] שױן אַרױסגעגעבן העכער 1000 נומערן פֿון דעם ״ביראָבידזשאַנער שטערן!״

װי אַזױ איז פֿאָרגעקומען די גאַנצע אָפּעראַציע?

דער ״געזערד״ האָט זיך געװאָנדן צום ״איקאָר״, ער זאָל באַזאָרגן די ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ מיט מאָדערנע אַמעריקאַנער מאַשינעס, װאָס װערן נאָך ניט פּראָדוצירט אין ראַטנפֿאַרבאַנד. ״איקאָר״ האָט צוזאַמענגעשטעלט די טעכנישע קאָמיסיע פֿון דערפֿאַרענע דרוקער און אַנדערע מומחות, װאָס האָבן זיך ספּעציאַליזירט אין פֿאַרשידענע פֿעלדער פֿון דרוק־אינדוסטריע: לינאָטיפּ־אָפּערײטאָרס, האַנט־זעצערס, אָרטאָגראַפֿיע־עקספּערטן, אײַנבינדערס וכדומה. מען האָט באַשטימען און אױסגעקליבן די ספּעציפֿישע מאַשינען, אױף װעלכע מע דאַרף זיך אָריענטירן: אַ לענאָטיפּ, אַ גרױסע דרוק־מאַשין, אַ פּאַפּיר־שנײַד־מאַשין, קײַלעכדיקע זעגן פֿאַר שנײַדן מעטאַל און אַנדערע נײטיקע דרוק־מאַטעריאַלן און אינסטרומענטן, אַלץ מעכאַניזירט און באַטריבן פֿון עלעקטרישע מאָטאָרן.

גלײַך בײַם אָנהײב האָט די פֿריִער־דערמאָנטע קאָמיסיע זיך אָנגעשטױסן אױף עטלעכע עכטע פּראָבלעמען און ניט פֿאָרױסגעזעענע שװעריקײטן. אײנע פֿון די גרעסטע פּראָבלעם האָט געהאַט צו טאָן מיט די דרוק־סטאַנדאַרטן, װײַל די דרוק־מאָסן איבער דער גאַנצער װעלט זײַנען פֿאַרשידן. די סטאַנדאַרטן פֿון דער הױך, לענג און ברײט זײַנען אַנדערש אין אַמעריקע, ענגלאַנד, פֿרנקרײַך אָדער דײַטשלאַנד, אָבער די דרוק־מאָסן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען אַנדערש װי אין דער גאַנצער װעלט. דערפֿאַר איז געװען אוממעגלעך צו קױפֿן פֿאַר ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ די פֿאַרטיק־געבױטע לינאָטיפּ־מאַשינעס, װאָס מען האָט פּראָדוצירט אין אַמעריקע פֿאַרן אינערלעכן באַניץ. די זעלבע פּראָבלעם איז געװען מיטן פֿאַרטיק־געגאָסנעם שריפֿט. נאָך אַ פּראָבלעם איז געװען פֿאַרבונדן מיט די עלעקטרישע מאָטאָרן פֿאַר די מאַשינעס, װײַל ס׳איז אַ היפּשער אונטערשײד צװישן די עלעקטרישע שטראָמען אין אַמעריקע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. נאָך אײן פּראָבלעם איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס די ייִדישע לינאָטיפּ־מאַשינעס האָבן געהאַט אַ קלאַװיאַטור, צוגעפּאַסט צו דער היגער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע, בעת אין ביראָבידזשאַן, אַזױ װי איבערן גאַנצן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָט מען אַרײַנגעפֿירט אַ גאָר נײַעם אױסלײג אָן סוף־אותיות און מיטן העברעישן קאָמפּאָנענט אָנגעשריבן פֿאָנעטיש. אַזױ אַרום האָט מען דאָרט ניט געניצט אָט די אותיות און װאַריאַנטן: בֿ, ח, כּ, שֹ, תּ, ת, ך, ם, ן, ף, ץ.

ס׳איז טאַקע געװען זײער קאָמפּליצירט, אָבער ניט קוקנדיק אױף אַלע שװעריקײַטן און פּראָבלעמען האָט מען זײ געלײזט, צוגעגרײט און אַװעקגעשיקט די מאַשינעס, װאָס זײַנען ספּעציעל צוגעפּאַסט פֿאַר ביראָבידזשאַן.

ב. סמאָל שרײַבט אַזױ װעגן דעם: ״די מענגענטאַלער לײנאָטײפּ קאָמפּאַני (די גרעסטע לײנאָטײפּ פֿאַבריק אין דער װעלט) האָט פֿון אונדז איבערגעבױט אַ מאַשין, װאָס איז ספּעציעל אױסגעשטאַט מיט אַזעלכע פֿורעמס, װעלכע װעלן גיסן שורות לױט דער רוסישער הױך, לענג און ברײט – פֿון אַ שמאָלער צײַטונג־שורה ביז אַ ברײטער בוך־שורה. דער מאָטאָר און דער עלעקטרישער שמעלץ־טאָפּ בײַ דער לינאָטיפּ־מאַשין זײַנען צוגעפּאַסט צו די רוסישע עלעקטראָ־סטאַנציעס. אַ ספּעציעלער ״קי־באָרד״ [קלאַװיאַטור – נ.ב.] איז אױסגעאַרבעט … [די] קלאַװיאַטור װערט פֿון דער לײנאָטײפּ קאָמפּאַני פֿאַררעגיסטרירט אַלס ״ספּעציעלע ביראָבידזשאַנער קלאַװיאַטור״… פֿון דער זעלביקער מאַשין װעט מען קאָנען זעצן אַלערלײ סאָרטן ייִדישע שריפֿט און צו יעדן סאָרט שריפֿט איז צוגעגעבן געװאָרן די ספּעציעלע און מאַטעמאַטישע באַצײכענונגען. די מאַשין איז באַזאָרגט אױך מיט אַ רוסישער ״קי־באָרד״ און מיט אַ קלײנעם אומבײַט װעט מען קאָנען זעצן רוסיש״.

מיר דערװיסן אױך פֿונעם אַרטוקל, אַז ״די מײסאָן און מור קאָמפּאַני״ פֿון ניו־יאָרק האָט פֿאַר אונדז איבערגעבױט אַ דרוק־מאַשין, אַ גרױסע ״מיהלי״־פּרעס, צו דרוקן אַ בױגן פּאַפּיר 43 בײַ 56 אינטשעס (107 בײַ 140 סאַנטימעטער), מיט אַ שנעלקײט פֿון 2,500 אַ שעה (אומגעפֿער 4 זײַטן ״עמעס״ אָדער 32 זײַטן ״פֿאָרפּאָסט״).

ס׳איז שװער איבערצושאַצן די װערט פֿון אַזאַ ברײטהאַרציקער מתּנה, װען מען װײסט, אַז נאָר אײן דרוקערײַ אין גאַנצן װײַטן מיזרח פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ אױסשטאַטונג פֿאַר דער צינקאָגראַפֿיע צו פּראָדוצירן פֿאַרשידענע קלישעס פֿאַר צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער, אחוץ ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז כּמעט אין דער זעלבער צײַט האָט אַ קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע פֿאָלקס־אָרגאַניזאַציעס אין מאָנטרעאַל באַשלאָסן דורכצופֿירן אַ קאָמפּאַניע צו זאַמלען 5000 דאָלאַר  (אַרום 90000 דאָלאַר הײַנט!) אױף צו קױפֿן אַ לינאָטיפּ־מאַשין װי אַ מתּנה פֿאַר די ייִדישע ברידער און שװעסטער פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט, װאָס װעט װערן די בײַשטײַערונג פֿון די מאָנטרעאַלער ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן (נײַלעבן, מײַ 1937, ז. 24). מען האָט געשאַפֿן פֿאַר דעם צװעק אַ ספּעציעלן ביראָבידזשאַן־קאָמיטעט בראָש מיט דר. ש. גאָלד, װאָס האָט ענטוזיאַסטיש געשטיצט דעם פּראָיעקט ״צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט ביראָבידזשאַן, אָנטײל נעמען אין דער בױונג פֿון דער צוקונפֿטיקער ייִדישער סאָװעטישער רעפּובליק און מיטהעלפֿן אין דער באַזעצונג פֿון אױסלענדישע ייִדן אין ביראָבידזשאַן אױף אַ מאַסן מאַשטאַב״. אינעם ״נײַלעבן״  יולי־נומער דערװיסן מיר, אַז דער מאָנטרעאַלער פֿאָלקס־קאָמיטעט פֿאַר ביראָבידזשאַן האָט פֿאַרענדיקט זײַן קאָמפּאַניע צו שיקן אַ לינאָטיפּ־מאַשין צו די ייִדן פֿון ביראָבידזשאַן מיטן פֿײַערלעכן באַנקעט פֿון מער װי 150 געסט און אַ מוזיקאַלישער פּראָגראַם מיטן אָנטײל פֿונעם סימפֿאָנישן קװאַרטעט און רעציטאַציע פֿונעם ״ביראָבידזשאַנער ״פֿרײלעכס״.

איך האָב געפֿונען די אינפֿאָרמאַציע װעגן נאָך אַ װערטפֿולן בײַטראָג פֿון ״איקאָר״ פֿאַר דער ביראָבידזשאַנער דרוקערײַ. אינעם 1937, אָקטאָבער־נומער פֿון ״נײַלעבן״ לײענט מען, אַז ״מיט דער שיף ״קינעלסאָן״ האָט דער ״איקאָר״ לעצטנס אָפּגעשיקט דעם צװײטן טראַנספּאָרט מאַשינען פֿאַר דער צענטראַלער דרוקערײַ אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט״. דער 2טער טראַנספּאָרט איז באַשטאַנען פֿון אַ פֿולער סטערעאָטיפּ־אױסשטעלונג, װאָס גיסט מאַטריצן און פּלאַטן 12 בײַ 18 אינטשעס גרױס און אַלע אַנדערע טעכנישע קאָמפּאָנענטן,  װאָס האָבן דערמעגלעכט צו דרוקן גרעסערע צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער און ניצן מער בילדער און אילוסטראַציעס.

מיר װײסן, אַז דער ערשטער טראַנספּאָרט מיט דרוקערײַ־מאַשינען איז אָנגעקומען קײן ביראָבידזשאַן אין זומער 1937. אין ״נײַלעבן״ נומער פֿאַר אױגוסט לײענען מיר די באַגריסונג פֿון ״געזערד״ באַפֿולמעכטיקטן פֿאָרשטײער אין דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט, מ. בײנפֿעסט צו ״איקאָר״:  ״די דרוק־מאַשינעס, װאָס איר האָט געשיקט פֿאַר אונדזער דרוקערײַ האָבן מיר באַקומען. מיר דריקן אױס דעם טיפֿסטן דאַנק פֿאַר אײַער הױך־ניצלעכער מתּנה. מיר האָפֿן אין גיכן אײַך שיקן אַ גענױעם באַריכט װעגן דער אַרבעט פֿון די צוגעשיקטע דרוק־מאַשינעס און פֿון די גרױסע נוצן, װעלכע זײ װעלן ברענגען״.

צום באַדױרן האָב איך ניט געקענט געפֿינען די אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם אָנקומען פֿונעם צװײטן טראַנספּאָרט אין ביראָבידזשאַן.

ס׳װאָלט טאַקע געװען זײער אינטערעסאַנט און װיכטיק זיך צו דערװיסן מער װעגן דעם גורל פֿון די שײנע און פּראַקטישע מתּנות פֿון ייִדן מעבֿר־לים, און איך האָף, אַז דער אױסדרוק ״דער װאָס זוכט, געפֿינט״ װעט מקוים װערן אין דעם פּראַט.

פֿון ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

***

דעם 14 יוני 1937 האָט מען פּובליקירט אין דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ אַזאַ מיטיילונג: ״די געזערד־פֿאָרשטייער האָט באַקומען פֿונעם אַמעריקאַנער ״איקאָר״ אַ מתּנה פֿון דער ביראָבידזשאַנער צענטראַלער ביבליאָטעק א. נ. פֿון מענדעלע מוחר ספֿרים – אַ גרויסן קאַסטן ביכער. עס זײַנען אָנגעקומען 507 ווערק פֿון וויסנשאַפֿטלעכער און קינסטלערישער ליטעראַטור, דערין אין פּראַכטפֿולע אויסגאַבן פֿון אַלע ווערק פֿון שלום עליכם, מענדעלע מוחר ספֿרים, פּרץ, מאָריס ווינטשעווסקי, עדעלשטאַט, באָוושאַווער, אָפּאַטאָשו און אַנד.

צווישן די צוגעשיקטע ביכער זײַנען פֿאַראַן אַ גרויסע צאָל ווערק פֿון די קלאַסיקער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור״.

 

כאַשמאַל

איז אַ ״איקאָר־פֿאָלקס בוך״

שוין אויך פֿאַראַן;

די נײַסטע מתנה

פֿאַר ביראָ־בידזשאַן.

שאַ, שטיל זאָל זײַן,

דער פֿאָלקס־בוך רעדט:

  • מענטשן, ייִדן,

זעט נאָר, זעט!

פֿון קליינע, מיטעלע,

גרויסע שטעט –

גאַנצע פֿופֿציק טויזנט

אין מיר פֿאַרקליבן.

זייערע נעמען

אַרײַנגעשריבן.

ס׳איז בײַ זיי

אַ גרויסער זכות,

שיקן דײַרך מיר

אַ ליב־האַרציקן

חבֿרשן גרוס.

פֿריידיק, מונטער,

יעדער איינער

שרײַבט זיך אונטער.

אַלע, אַלע,

יונג, אַלט, פֿרוי, מאַן

פֿאַראינטערעסירט

אין ביראָ־בידזשאַן,

אין דער צוקונפֿטיקער

ייִדישער רעפּובליק.

פֿופֿכיק טויזנט נעמען.

 

נײַלעבן (סעפּטעמבער, 1937)

כאַשמאַל, לייביש (1891 – 1942) פּסעוודאָנים פֿון לייבוש קאַץ.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *