עטלעכע שטריכן צום טרויער־פּאָרטרעט פֿון מײַן חבֿר

עטלעכע שטריכן צום טרויער־פּאָרטרעט פֿון מײַן חבֿר

 

פֿרײַטיק אין דער פֿרי, דעם 21סטן יוני איז אין ירושלים געשטאָרבן לעאָניד שקאָלניק — פּאָעט, איבערזעצער, רעדאַקטאָר.

ער איז געווען מײַן לאַנג־יאָריקער נאָענטער חבֿר. איך האָב אים תּמיד גערופֿן ליאָניע, און ער מיך — בערעלע. אַזוי האָט מיך מער קיינער פֿון מײַנע פֿרײַנד נישט גערופֿן. הגם ליאָניע איז געווען עלטער פֿון מיר בלויז מיט קנאַפּע פֿינף יאָר, האָב איך זיך באַצויגן צו אים ווי צו אַ מענטש, וואָס איז אַ סך עלטער. זײַן געניטשאַפֿט אין דעם פֿאַך פֿון אַ רעדאַקטאָר האָט מיך געמאַכט אַקעגן אים פֿאַר אַ קינד. אַ ייִדיש קינד — בערעלע.

טאַקע ווי אַ רעדאַקטאָר פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ האָט מיר ליאָניע אין יאָר 1984 צוגעשיקט אַ פֿאַרבעטונג זיך צו דרוקן אין דער צײַטונג. די „ייִדישע גאַס‟ איז שוין דעמאָלט געווען מער אַ „געסל‟, און יעדער, ווער ס׳האָט זיך אויף דעם געסל אַרומגעדרייט, האָט געוווּסט, אַז צווישן שקאָלניקן און ווערגעליסן, דעם רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, איז דורכגעלאָפֿן אַ שוואַרצע קאַץ. זיך דרוקן אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ אָדער אין אַן אַנדער ייִדישער אויסגאַבע, מיט וועמען ווערגעליס איז געווען צעבוצקעט, איז פֿאַרן מחבר געווען זייער ריזיקאַליש. דער באַלעבאָס פֿון „סאָוועטיש היימלאַנד‟ וואָלט עס זיכער פֿאַרטײַטשט, אַז מ׳איז אויף דער זײַט פֿון זײַן שׂונא.

מעגלעך, אַז מער פֿאַר חוצפּה איידער פֿאַר „דרייסטקייט‟, האָב איך אַרײַנגעשיקט אין „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ עטלעכע מײַנע מיניאַטורן. זינט דעמאָלט אָן האָבן זיך אָנגעקניפּט אונדזערע שאַפֿערישע באַציִונגען. נאָך מער: איך האָב אָנגעהויבן די צײַטונג רעגולער באַקומען אין קעשענעוו, וווּ כ׳האָב דעמאָלט געוווינט.

מ׳האָט געקאָנט זען, אַז פֿון נומער צו נומער, ווערט די צײַטונג אַנדערש. די אַנדערשקייט האָט זיך נישט געוואָרפֿן אין די אויגן — דער זעלבער גרויער, אַלטמאָדישער אויסזען, סאָוועטישער אויסלייג, טראַדיציאָנעלע לייט־אַרטיקלען און רובריקן… און דאָך האָט פֿון די געלע, אָפּגעבליאַקעוועטע זײַטן אַ צי געטאָן מיט אַ פֿרישקייט, מיט אײַנפֿאַלערישקייט, מיט גרויסן ווילן פּטור צו ווערן פֿון די פֿאַרגליווערטע סאָוועטישע קלישעען און אַרײַנברענגען מער ייִדישקייט.

ווי אַ קלאָרער סימן, אַז דער נײַער רעדאַקטאָר פֿון „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ גייט מיט זײַן אייגענעם וועג, איז געווען די מסירה אויף אים, געשיקט פֿון מאָסקווע אין צענטראַל־קאָמיטעט.

אויך אין ישׂראל איז צווישן די מענטשן, וועלכע האָבן מיך דאָרט אויפֿגענומען מיט אַ ברייטן שלום־עליכם, געווען ליאָניע שקאָלניק. ער און זײַן פֿרוי עלע זײַנען אַהין געקומען פֿריִער. צו יענער צײַט האָט ער געאַרבעט אין דער רוסישער צײַטונג „נאָוואָסטי ניעדיעלי‟. בײַם אָנהייב האָט ער אײַנגעפֿירט און רעדאַגירט אין די ראַמען פֿון דער צײַטונג אַזאַ רובריק מיטן נאָמען מיעסטיעטשקאָ (שטעטל). גאָר אין גיכן האָט די רובריק זיך צעוואַקסן אין אַ באַזונדערער בײַלאַגע „יעוורעיסקיִי קאַמערטאָן‟ (ייִדישער קאַמערטאָן). אויפֿן ברייטן פֿעלד פֿון דער רוסיש־שפּראַכיקער מעדיאַ אין ישׂראל, איז דער „קאַמערטאָן‟ געווען די איינציקע אויסגאַבע, וואָס לויטן גײַסט איז זי געווען אַן עכטע ייִדישע צײַטונג.

דער „קאַמערטאָן‟ האָט זיך אָפּגערופֿן אין די הערצער פֿון טויזנטער לייענערס, בדרך־כּלל פֿונעם עלטערן דור. יעדער נומער האָט פֿאַר זיי אַנטפּלעקט די וועלט, אין וועלכער זיי האָבן דורכגעלעבט ס׳רובֿ יאָרן און ווייניק וואָס געוווּסט פֿון דעם אמת, וואָס איז פֿון זיי אויסבאַהאַלטן געוואָרן. די צײַטונג האָט גערעדט מיט זיי אויף רוסיש, אָבער זיך אָפּגערופֿן אין דער נשמה אויף ייִדיש.

דאָרט האָב איך פּובליקירט מײַן דאָקומענטאַרע עסיי „דער ענין נומ׳ 5390‟ (אויפֿן סמך פֿון די „קאַגעבע‟־אַרכיוון) וועגן די אַרעסטירטע בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבערס. ליאָניע אַליין האָט עס איבערגעזעצט פֿון ייִדיש און געדרוקט אין זײַן צײַטונג מיט המשכים.

„יעוורעיסקיִי קאַמערטאָן‟ איז געוואָרן אַ ייִדישע הומאַניטאַר־קולטורעלע אינסטיטוציע פֿאַר זיך אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיזירטער געזעלשאַפֿט.

אין יאָר 1999 — כ׳האָב שוין דעמאָלט רעדאַגירט דעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟ אין ניו־יאָרק — איז אין דער אַסאָציאַציע, וואָס איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַלע דרײַ „פֿאָרווערטסן‟ — ייִדישן, ענגלישן און רוסישן, — אויפֿגעקומען די פֿראַגע פֿון אויסגעפֿונען אַ נײַעם רעדאַקטאָר פֿאַר דער רוסישער אויסגאַבע. דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם רוסישן „פֿאָרווערטס‟ וועלוול יעדידאָוויטש איז געווען אַ מענטש אין די יאָרן. ס׳איז אים שוין שווער געווען אָנצופֿירן מיט דער צײַטונג, אָבער פֿאַרלאָזן זיך אויף דער אַסאָציאַציע האָט ער נישט געוואָלט; צו פֿיל כּוח און געטרײַשאַפֿט האָט ער דער צײַטונג אָפּגעגעבן, כּדי לאָזן זי אויף הפֿקר.

כ׳געדענק, ווי מ׳האָט מיך פֿאַרבעטן אויף אַ זיצונג פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, וווּ ס׳איז אַרומגערעדט געוואָרן אָט די גורלדיקע פֿראַגע — ווער קאָן איבערנעמען די צײַטונג? צווישן די עטלעכע קאָנדידאַטן, איז געשטאַנען אויך דער נאָמען פֿון לעאָניד שקאָלניק. איך האָב זײַן קאַנדידאַטור נאָך פֿריִער פֿאָרגעלייגט יעדידאָוויטשן. מײַן מיינונג, פֿאַר וואָס דווקא שקאָלניק, האָב איך אויף אָט דער זיצונג באַשטעטיקט און באַגרינדעט.

אינעם זעלבן יאָר איז ליאָניע מיט זײַן פֿרוי און צוויי זין געקומען קיין ניו־יאָרק. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן דער „פֿאָרווערטס‟־פּעריאָד אין זײַן רעדאַקטאָרישער טעטיקייט. אויך אין ניו־יאָרק, ווי פֿריִער אין ישׂראל, האָט שקאָלניק צעוואָרפֿן זײַן זשורנאַליסטישע נעץ זייער ברייט און טיף. די אַמעריקאַנער לייענערשאַפֿט אויף רוסיש האָט גיך דערשמעקט, אַז דעם „פֿאָרווערטס‟ קאָן מען גלייבן; ס׳איז נישט קיין קאָניוקטור־צײַטונג, ווי די אַנדערע אימיגראַנטישע רוסישע אויסגאַבעס אין ניו־יאָרק, וואָס פֿירן אויס „די ליניע‟ פֿון זייערע באַלעבאַטים.

דערצו האָט שקאָלניק פֿאַרבעטן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער „רוסישער אימיגראַציע‟ צו פּובליקירן אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ זייערע פּובליציסטישע אַרטיקלען און קינסטלערישע ווערק. די רשימה מחברים און וויכטיקע פּערזענלעכקייטן פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן — סײַ בעת זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער און סײַ געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט — האָט זיך צעוואַקסן.

די אַקטועלקייט פֿון טעמעס, אויפֿגעהויבן אין דער צײַטונג, די פּרינציפּיעלע פּאָזיציע פֿון דער רעדאַקציע מכּוח פּאָליטישע אַספּעקטן בכלל און דער פּאָליטיק פֿון רוסלאַנד בפֿרט; די שטענדיקע סיכסוכים צווישן די לאָקאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און די קריטישע אָפּשאַצונגען מצד דער רעדאַקציע, ווי אויך אַנדערע לעבנס־וויכטיקע פֿראַגעס פֿונעם אימיגראַנטישן קיום, האָבן אַוודאי אויפֿגערייצט אַ געוויסן טייל פֿון דער ניו־יאָרקער רוסישער געזעלשאַפֿט.

די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון לינק־געשטימטע אַמעריקאַנער ייִדן, האָבן די פּראָבלעמען פֿון רוסישע אימיגראַנטן ווייניק אינטערעסירט. זיי האָבן זיי פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען און זיך נישט געוואָלט אַרײַנלאָזן אין זייערע סיכסוכים. דעריבער האָבן די רכילות־בריוו און מסירות אויפֿן רוסישן „פֿאָרווערטס‟ בכלל און אויפֿן רעדאַקטאָר בפֿרט אָנגעהויבן די אַסאָציאַציע דענעוורירן.

די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאָטענציעלע קונים האָבן זיך געפֿירט בשתּיקה. סוף־כּל־סוף, איז דאָס געשעפֿטל דורכגעפֿירט געוואָרן. פּאַראַדאָקסאַל און מיאוס זעט אויס דער פֿאַקט, אַז די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע האָט פֿאַרקויפֿט די צײַטונג דווקא די מענטשן, וואָס דער רוסישער „פֿאָרווערטס‟ האָט דעמאַסקירט זייער קאָרומפּירטע טעטיקייט; טאַקע זיי האָבן אויף אַלע אופֿנים געזוכט וועגן אונטעררײַסן די אַרבעט פֿון דער צײַטונג.

אָבער נאָך פֿריִער איז מיר אויסגעקומען נישט איין מאָל הערן פֿון ליאָניען, אַז ער וויל זיך אומקערן קיין ירושלים. די אַלע יאָרן אין אַמעריקע האָט ער מיט זײַן פֿרוי עלען געוווינט ווי אויף אַ טראַנזיט־סטאַנציע. ער האָט אַפֿילו כּמעט גאָרנישט ניט געטאָן, כּדי אויסצופֿאַרטיקן זיך אַ „גרינע קאַרטע‟. באַדויערט פֿון זײַן פֿאַרלאָזן אַמעריקע האָבן קודם־כּל די מענטשן, וואָס ער האָט זיי אַרײַנגעצויגן אין דעם לעבעדיקן רעשיקן ווירבל פֿון פּראָפֿעסיאָנעלער זשורנאַיסטיק, זײַנע פֿרײַנד און טויזנטער לייענער…

גאָר אין גיכן האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ליאָניע הייבט אָן אַרויסלאָזן אַן עלעקטראָנישע צײַטונג „מיר זײַנען דאָ‟. די ווערטער פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען‟ האָט אַ קלונג געטאָן ווי אַן אַרויסרוף יענע פּאַרשוינען, וואָס האָבן געמיינט, אַז מיטן פֿאַרקויפֿן דעם „פֿאָרווערטס‟ און אים איבערגעבן אין אַנדערע הענט, איז מען פּטור געוואָרן סײַ פֿון שקאָלניקן און סײַ פֿון זײַנע נאָכגייער און אָנהענגער.

איצט האָט די נײַע אויסגאַבע דערמעגלעכט ליאָניען צעוואַרפֿן די עלעקטראָנישע נעץ איבער אַלע אימיגראַנטישע לענדער, וווּ מע לייענט נאָך אַ רוסיש וואָרט. איין קלייניקייט — דער גאַנצער רעדאַקציע־שטאַט איז באַשטאַנען פֿון איין און איינציקן מענטשן, און דער רעדאַקציע־טיש האָט זיך געפֿונען אויפֿן באַלקאָן פֿון שקאָלניקס ירושלימער דירה.

זינט זײַן עלע ע״ש איז פּלוצעם געשטאָרבן, איז „מיר זײַנען דאָ‟ געוואָרן זײַן נחמה. כּדי צו שאַפֿן אַן אייגענעם ווינקל אין דער ווירטועלער וועלט, האָט ער אָפּגעגעבן זײַן לאַנג־יאָריקע דערפֿאַרונג, זײַן רעדאַקטאָרישן באַרוף, זײַן פֿרייד און לייד, זײַן לעצט ביסל געזונט. ער האָט אַהין, אין דער וועלט, אַריבערגעטראָגן טויזנטער און טויזנטער געדרוקטע מאַטעריאַלן און בילדער; אַריבערגעפּעקלט אַן אוצר פֿון מענטשלעכע מחשבֿות און איבערלעבענישן; אַ שטיק ייִדישע געשיכטע פֿון מיט־20סטן יאָרהונדערט ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, דעם 21סטן יוני 2019. איצט שטייט ער בראָש פֿון זײַן רעדאַקטאָרישן ווירטועלן עזבֿון.

אַ דאַנק דיר, ליאָניע, וואָס אַ שטיק פֿון מײַן לעבנס־וועג האָב איך געהערט דײַן „בערעלע‟ און זיך געפֿילט אַ קינד!


פֿון באָריס סאַנדלער

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *