אָפּצולעקן די פֿינגער

אָפּצולעקן די פֿינגער

ברוך־הבאָ אויפֿן וועב־זײַטל פֿון דער פּראָרגראַם ״ייִדישקייט״ פֿון טעלע־ראַדיאָ־קאָמפּאַניע ״ביראַ״.

דאָ וועט איר געפֿינען אַ סך אינטערעאַסאַנטע סוזשעטן, אינטערוויוען סײַ אויף ייִדישסײַ אויף רוסיש

אין דער רובריק ״אַ ייִדישע מאַמע״ באַקענט מען זיך מיט די רעצעפּטן פֿון ייִדישע מאכלים. רביצין מיכל ריס לייגט פֿאָר צו פֿאַרשיידנאַרטיקן אײַער עסן און לאָמאיר טאַקע פּרובירן  צו גרייטן אַ מאכל פֿון באַטאַטעדאָס איז זייער ניצלעך און געשמאַק, זאָגט צו די רביצין.

״מיר אַלע האָבן געוויס געהערט וועגן דעם גרינס, און די פֿון אײַך, וועלכע זײַנען געווען למשל אין אַמעריקע אָדער אין ישֹראל, האָבן אַפֿשר פֿאַרזוכט באַטאַטע – דעם זיסן קאַרטאָפֿל״, – דערציילט מיכל ריס.

באַטאַטעס טעם איז ענלעך צו קאַרטאָפֿל און קירבעס. דאָס הייסט, אַז געקאָכטע באַטאַטע זעט אויס ווי קאַרטאָפֿל און איר קאָליר וועט זײַן אָראַנזש און איר טעם וועט זײַן זיסלעך, ווי בײַ קירבעס.

די מאַמעס זאָלן וויסן, אַז קליינע קינדערלעך האָבן זייער ליב די באַטאַטע־קאַשע. זי צו גרייטן איז פּשוט און פּראָסט, אַזוי ווי די געוויינלעכע קאַרטאָפֿל־קאַשע – קאָכט אָפּ און צעקוועטשט באַטאַטע. נישט קיין טיפֿע תּורה. דאָס איז אַ גוטע צוגאָב־דערנערונג פֿאַר קינדערלעך אָנהייבנדיק פֿון אַכט – נײַן חדשים אַלט. קינדער עסן אַזאַ מאכל מיט פֿאַרגעניגן. מע קען אויך צוגעבן באַטאַטע אין זופּ, אָנשטאָט קאַרטאָפֿל, אָבער דאַן דאַרף מען געדענקען, אַז די זופּ וועט זײַן זיסלעך.

״מײַן קליין זון קײַט אויף ביידע באַקן סײַ באַטאַטע־קאַשע, סײַ געקאָכטע באַטאַטע, סײַ געבראָטענע באַטאַטע״, – זאָגט די רביצין.

מע קען אויך בראָטן באַטאַטע. אויב אײַער משפּחה האָט נישט ליב אַ זיסן טעם, קען מען בראָטן באַטאַטע צוזאַמען מיט קאַרטאָפֿל.

פֿאַר דעם רעצעפּט נעמט אַ פּאָר באַטאַטעס און עטלעכע קאַרטאָפֿליעס. שיילט זיי אָפּ, צעשנײַדט און דערנאָך מאַרינירט אין געווירצן.

״באַבאַטע איז האַרט און דערפֿאַר דאַרף אַ מעסער זײַן גענוג שאַרף, אויב נישט –  שאַרף אים אָן״, – גיט אַן עצה אונדזער ייִדישע מאַמע.

אָפּהענגיק פֿונעם סאָרט, קען באַטאַטע זײַן פֿון ווײַסן ביז אָראַנזשעווען קאָליר. במשך פֿון קאָכן וועט דער קאָליר ווערן נאָך שאַרפֿער. נאָכן אָפּשיילן ווערט באַטאַטע טונקעלער, ווי קאַרטאָפֿל. ווען איר שיילט און שנײַדט באַטאַטעס, טיילט זיך אויס דער ווײַסער זאַפֿט.

כּדי צו מאַרינירן דאָס געמיש קענט איר ניצן די געווירצן, וואָס איר האָט ליב, לויט אײַער טעם. איר קענט אויך צוגעבן עטלעכע ציינדלעך קנאָבל. זאַלץ, פֿעפֿער, גרעזער – אַלץ לויט אײַער געשמאַק.

״איך נעם ראָזמאַרין, מיר האָבן ליב ראָזמאַרין מיט קאַרטאָפֿל, – דערציילט די רביצין. – אַ ביסל קאַרי־געווירץ צוליב טעם און אַראָמאַט. און איצט לאָמיר באַגיסן אונדזער געמיש מיט איילברעט־בוימל. מע דאַרף דאָס אַלץ גוט צונויפֿמישן און ארײַנלייגן דאָס געמיש אין אַ בעקן״.

אויב איר ווילט, קענט איר צודעקן  דעם בעקן מיט זילבער־פּאַפּיר. די צײַט פֿונעם צוגרייטן איז אָפּהענגיק פֿון אײַער אויוון, — אַן ערך דרײַסיק ביז פֿינף און פֿערציק מינוט. מישט איבער עטלעכע מאָל.

אַזאַ מאַכל פּאַסט זיך גוט צו פֿיש און פֿלייש, אָדער מע קען עסן אים סטאַם אַזוי. אויב איר ווילט, קענט איר בראָטן באַטאַטע אונטערן קעז – ס׳וועט אויך זײַן זייער באַטעמט. איר קענט אויך צוווירצן דאָס געמיש מיטן מילגרוים־סאָוס. ער וועט צוגעבן דעם טעם און אַראָמאַט.

אָפּצולעקן די פֿינגער, מיט אַ גוטן אַפּעטיט!

 

https://biratv.ru/?s=%D0%B8%D0%B4%D0%B8%D1%88%D0%BA%D0%B0%D0%B9%D1%82

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *