לאָמיר לייענען אויף ייִדיש

אין ביראָבידזשאַן גרייט מען צום דרוק אַ נײַ קינדערביכל אויף ייִדיש און רוסיש

דער נאָמען פֿונעם ייִדישן שרײַבער באָריס סאַנלער איז שוין גוט באַקאַנט די ביראָבידזשאַנצעס. זײַנע ווערק פּובליקירן מיר אין דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ סײַ אויף ייִדיש, סײַ אין אונדזערע איבערצעזונגען אויף רוסיש. אינעם לעצטן נומער פֿונעם ליטעראַריש־פּובליציסטישן אַלמאַנאַך ״ביראָבידזשאַן״ האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן דערציילונג ״אונטער די קלאַנגען פֿון דזשעז״ – אויף ייִדיש און אין רוסישער איבערזעצונג פֿון יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַ.

אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, טאַקע יוני חודש, איז בײַ אונדז ארויס פֿון דרוק סאַנדלערס קינדערביכל – אַ  זאַמלונג מעשֹהלעך וועגן העלפֿאַנל עלי, וואָס לערנט זיך ייִדיש, און וועגן קײַגומי קלעפּטשיק־בעבטשיק – אַ פֿרײַער פֿויגל, וועלכער האָט ליב וואַנדערן. דאָס איז אַ צוויישפּראַכיק ביכל און זייער אַ שיינע אויסגאַבע, איליוסטריט דורך די ביראָבידזשאַנער קינדער, דערצויגלינגען פֿון דער מאָלערײַ־סטודיע אויפֿן נאָמען פֿון דמיטרי אַלעקסייצעוו.

אַן אַרטיקל וועגן אָ־דעם פּראָיעקט האָט פּובליקירט דער זשורנאַל ״אויפֿן שוועל״ (ניו־ניאָרק). ס׳איז אָנגענעם, אַז אויף דער הילע פֿונעם זשורנאַל האָט מען געשטעלט די איליוסטראַציע פֿונעם ביכל ״העלפֿאַנד עלי און קלעפּטשיק־בעבטשיק״. דאָס איז אַ צייכענונג פֿון סאָניע פֿיליפּקינאַ – זי איז אַן אוראייניקל פֿון דער באַוווּסטער ביראָבידזשאַנער זשורנאַליסטקע נינאַ פֿיליפּקינאַ, וועלכע האָט אַ סך יאָרן געאַרבעט אין ״ביראָבידזשאַנער שטערן״. סאָניע איז אַלט פֿופֿצן יאָר, זי איז אַ טאַלאַנטפֿול מיידל, אַ יונגע קינסטלערין מיט אן אייגנאַרטיקן קוק אויף דער ארומיקער וועלט.

איצט אַרבעטן מיר איבער דעם צווייטן פּראָיעקט מיט באָריס סאַנלערן – דאָס מאָל וועט דאָס זײַן אַ ביכל לידער, אויכעט פֿאַר קינדער. פֿון ייִדיש אויף רוסיש האָט די לידער איבערגעזעצט די ביראָבידזשאַנער פּאָעטעסע אַלאַ אַקימענקאָ.  און מיט אַ בקשה אָנצומאָלן די איליוסטראַציעס צו די לידער האָט מען זיך געווענדט שוין נאָר צו סאָניע פֿיליפּקינאַ. און זי, מיט דער הילף פֿון איר פּעדאַגאָג אַלעקסאַנדראַ דערעוונינאַ, האָט אָנגעמאָלט מער ווי צוואַנציק  וווּנדערשיינע צייכענונגען .

אַלץ איז שוין גרייט צו דער אַרבעט פֿון אַ דיזײַנער, און אוין אין גיכן וועלן די ביראָבידזשאַנער קינדער זיך באַקענען מיט פּערסאָנאַזשן פֿון אַ נײַ ייִדיש־רוסיש ביכל.

באָריס סאַנלער

דעם דעמבס חלום

לאָפֿט דער דעמב און זעט אַ חלום,

אַז די פֿיש אויף צווײַגן זיצן

און זיי שווײַגן, ווי נאָר קענען,

לאָזן נישט אַרויס קיין פּיפּס.

                                 

כאַפּט דער דעמב זיך אויף פֿון שוידער,

הערט: קוקאַווקע ציילט זיך אירס,

פּיקט זײַן שרויט דער שיינער פּיקהאָלץ,

און דער ווינט די קרוינען קעמט…

דאַנקען גאָט, אַזאַ מין שטילקייט

איז צום האַרץ דעם אַלטן דעמב.

העליקאָפּטער און אלי קאָפּטער

הענגט אין לופֿטן העליקאָפּטער,

ווי צום הימל צוגעשמידט.

פֿאָכעט מיט די פֿליגלען, זשומעט,

ווערט די שטאָט פֿון אים אַזש מיד.

אלי קאָפּטער, הייסט מײַן חבֿר,

שפּיל איך זיך מיט אים אין הויף.

שווער איז מיר נאָך אים זיך יאָגן,

פֿײַל־אויס־בויגן, ווען ער לויפֿט.

פּלוצעם בלײַבט ער שטיין אַנטוישטער,

פֿרעג איך אים: ״געשען וואָס איז?״ –

הייבט דעם קאָפּ ער אויף און זאָגט מיר:

״ער האָט פֿליגלען, איך – בלויז פֿיס!״

 

 

מײַן משפּחה

וואָס משפּחה מיינט? – כ׳וועל זאָגן:

טאַטע, מאַמע, שוועסטער אסתּר,

הינטל, איך און נאָך דערצו –

שפּילעכלעך אַ פֿולער וואָגן.

מיינט דאָס אַלץ – משפּחה האָבן!

בילדער: סאָניע פֿיליפּקינאַ

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *