נאָך איין טריט צו דער אורעלטסטער טראַדיציע

נאָך איין טריט צו דער אורעלטסטער טראַדיציע

 

דער חודש סיװן איז זײער װיכטיק אינעם ייִדישן לוח, װײַל מיר פּראַװען דעם יום־טובֿ שבֿועותדער טאָג, װען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה. אין צען טעג אַרום נאָך שבֿועות איז פֿאַר די ביראָבידזשאַנער תּושבֿים ביכּלל און פֿאַר דער אָרטיקער קהילה בפֿרט, פֿאָרגעקומען נאָך אײן פֿרײלעכער, אױסטערלישער יום־טובֿ

דער קהילה־קאָמפּלעקס איז באַרײַכערט געװאָרן מיטן א נײַעם בנין, וואָס האָט באַפּוצט אײנע פֿון די ערשטע און עלטסטע ביראָבידזשאַנער גאַסן – אויף לענין־גאַס האָט מען געעפֿנט אַ יוגנט־צענטער און אַ כּשר־רעסטאָראַן.

די מיקװה, וואָס געפֿינט זיך אינעם דאָזיקן בנין, װעט מען עפֿענען שפּעטער, מע פּלאַנירט, אַז סעפּטעמבער־חודש. דעם צענטער און די מיקווה האָט מען אױפֿגעבױט און אױסגעשטאַט מיט דער שטיצע פֿון ייִדן פֿון רוסלאַנד און אױסלאַנד. טאַקע אינעם צענטער װעלן די קינדער און יונגוואַרג פֿון דער ייִדישער הױפּטשטאָט אויפֿן װײַטן מיזרח אָנהײבן זיך באַקענען מיט דער ייִדישער טראַדיציע, רעליגיע און שפּראַכן.

אױף דער עפֿענונג פֿונעם צענטער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט ניט נאָר די ביראָבידזשאַנצעס. עס זײַנען געקומען צו פֿאָרן די רבנים פֿון פֿאַרשידענע רעגיאָנען פֿונעם לאַנד, דער הױפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד בערל לאַזאַר און ייִדישע געשעפֿטסלײַט.

פֿאַרן יום־טובֿ  איז פֿאָרגעקומען די טרעפֿונג פֿון בערל לאַזאַר און גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט אַלעקסאַנדער לעװינטאַל. זײ האָבן אַרומגערעדט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער אַנטװיקלונג פֿונעם ייִדישן לעבן אינעם רעריאָן.

פֿאַר דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע פֿון דער עפֿענונג האָט בערל לאַזאַר זיך געטראָפֿן מיט דער ייִדישער יוגנט און מיט די פֿאָרטרעטער פֿון די פּראָגראַמען ״עװראָסטאַרס״ און ״ענערדזשו״.

אױף דער טרעפֿונג האָט דער הױפּט־רבֿ געענטפֿערט אױף די פֿראַגעס און נאָך אַ מאָל באַטאָנט דעם אוניקאַלן און אײגנאַרטיקן סטאַטוט פֿון דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט.

בשעת־מעשׂה האָט מען זיך געגרײט צו דער פֿײַערלעכער עפֿענונג.

די געסט האָבן זיך אױסגעטױשט מיט זײערע אײַנדרוקן, באַגריסט אײנער דעם אַנדערן. ס׳איז קלאָר געװען, אַז סײַ די יונגע, פֿאַר װעמען מע האָט אױפֿגעבױט דעם צענבטער, סײַ די עלטערע קהילה־מיטגלידער, סײַ סתּם ביראָבידזשאַנצעס האָבן זיך געפֿרײט מיט דער עפֿענונג פֿונעם יוגנט־צענטער.

ס׳האָט געעפֿנט די צערעמאָניע דער גובערנאַטאָר אַלעקסאַנדער לעווינטאַל. ער האָט באַדאַנקט אַלע, װאָס האָבן אָנטײלגענומען אין בױונג, און זיך געװענדט צו די, װעלכע וועלן אײַנװױנען דעם בנין.

דאָס איז נישט דער ערשטער בנין, װאָס דער הױפּט־רבֿ עפֿנט אין ביראָבידזשאַן. פֿריִער האָט ער געעפֿנט די בנינים פֿון קהילה־צענטער, שול און איצט, אגבֿ דעם ערשטן ייִדישן יוגנט־צענטער אין רוסלאַנד.

דער היגער אָנפֿירער פֿון דער ייִדישער יוגנטלעכער באַװעגונג טאַטיאַנאַ כײַדוקאָװאַ האָט באַדאַנקט אַלע מעצענאַטן און איבערגעגעבן אַ דאַנק־בריװ דעם אָרטיקן רבֿ, עלי ריס, דעם אָרגאַניזאַטאָר און באַגײַסטערער פֿון דער ייִדישער יוגנט־באַװעגונג אין ביראָבידזשאַן.

מע האָט געבױט דעם צענטער במשך פֿון צװײ יאָרן, מיט דער הילף פֿון די שטיצערס. אגבֿ, דרײַ פֿון זײ זײַנען געװען בײַ דער פֿײַערלעכער עפֿענונג און עלי ריס האָט זײ אויך איבערגעגעבן די דאַנק־בריװ פֿאַר זײער שטיצע און אַ גרױסער אַרבעט אױפֿצובױען אַזאַ שײנעם און מולטיפֿונקציאָנעלן בנין.

באַגריסונגען, װוּנטשן און שאַפֿערישע מתּנות צו אַלע אָנטײלנעמערס פֿונעם יום־טובֿ. אַ פֿרײלעכער חסידישער טאַנץ האָט צוגעגעבן שטימונג צו די געסט, װאָס זײַנען געקומען צו פֿאָרן קײן ביראָבידזשאַן צום ערשטן מאָל און זײַנען געװאָרן באמת פֿאַרחידושט, װי אַזױ מע היט אָפּ און אַנטװיקלט דאָ די ייִדישע קולטור. דער יוגנט־צענטער איז נאָך אײן מעגלעכקײט זיך אומקערן צו די עכטע ייִדישע װערטן און װאָרצלען.

און אָט איז געקומען דער פֿײַערלעכער מאָמענט פֿונעם יום־טובֿ, װען דער רוסלענדישער הױפּט־רבֿ און געגנטלעכער גובערנאַטאָר האָבן איבערגעשניטן די טראַדיציאָנעלע סטענגע און אַזױ אַרום געעפֿנט די טירן פֿונעם צענטער צו אַלע, װאָס שטרעבן נאָך דער ייִדישער דערציִונג און קולטור.

ביראָבידזשאַנער רבֿ עלי ריס האָט אַרױסגעדריקט די געפֿילן פֿון אַלע, וועלכע האָבן געגרייט און געװאַרט אויף אָט דעם מאָמענט.

דער יום־טובֿ האָט זיך מיט דעם נישט געענדיקט.

נאָך איין עפֿענונג האָט געװאַרט אױף אַלע געסט – די עפֿענונג פֿונעם כּשר־רעסטאָראַן. באַגלײט מיט די פֿײַערלעכע טרומײט־סיגנאַלן האָבן דער בורגמײַסטער אַלעקסאַנדער גאָלאָװאַטי, דער פֿאָרזיצער פֿון  דער קהילה ראָמאַן לעדער און דירעקטאָר פֿונעם רעסטאָראַן יעלענאַ קוזמענקאָ געעפֿנט צו ביראָבידזשאַנצעס און געסט פֿון דער שטאָט דעם װעג אין דער װעלט פֿון כּשרע און באַטעמטע מאכלים. ריכטיקער געזאָגט – עס האָט דערנעענטערט אַלע, װאָס װילן, צו נאָך איין ייִדישער טראַדיציע – צו כּשרות.

דער יום־טובֿ האָט ממשיך געװען לעבן דעם קהילה־צענטער – לידער און טענץ האָבן דערהױבן די שטימונג.  מע האָט פֿאַרבעטן אַלעמען צום טיש מיט כּלרליי כּשרע מאכלים.

אַלע, ווער עס האָט געוואָלט, זײַנען געגאַנגען אױף אַן עקסקורסיע איבערן ייִדישן יוגנט־צענטער.

רבֿ בערל לאַזאַר מיינט, אַז דער צענטער גיט אַ גוטע מעגלעכקייט פֿאַר די איניציאַטיווע און שאַפֿערישע יונגע לײַט צו פֿאַרווירקלעכן זייערע אידייען און פּראָיעקטן.

רבֿ לאַזאַר באַטאָנט, אַז אַ כּשר־רעסטאָראַן  איז איין רינג פֿון פֿאַרשידנאַרטיקער ייִדישער טראַדיציע, דאָס הייסט, אַז פֿאַר אַלע ייִדן, איז דאָס נאָך איין טריט צו דער אורעלטסטער קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

מיט אַזעלכע  אויסטערלישע געשעענישן און מתּנות האָט מען פֿאַרגעדענט דעם חודש סיוון.


 פֿון יעלענאַסאַראַשעווסקאַיא

בילדער: אָלעג טשערנאָמאַז

 

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *