אין אײַך, ייִדישע ווערטער

אין  אײַך, ייִדישע ווערטער

״אין מײַן שרײַבן בין איך געגליכן צו אַ מענטש, װאָס מע קען אים ניט פֿרעגן: ״פֿאַר װאָס האָסטו ברױנע אױגן אָדער שװאַרצע אױגן?״ איך בין געבױרן געװאָרן אין ייִדיש. איך האָב געלעבט אין ייִדיש, איך האָב דערפֿילט און געװוּסט, אַז די ערשטע שורה מײַנע אין אַ ליד איז אױף ייִדיש…

רבֿקה באַסמאַן בן־חײם איז די עלטסטע ייִדישע פּאָעטעסע פֿונעם לעגענדאַרן דור ייִדישע מחברים, די שטילע פֿרױ מיט אױסטערלישער ביאָגראַפֿיע. זי איז געבױרן געװאָרן אין 1925, אין װילקאָמיר, ליטע. דאָרטן האָט זי זיך געלערנט אין אַ ייִדישער װעלטלעכער שול, געלײענט און הנאה געהאַט פֿון דער פּאָעזיע און פּראָזע פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, װאָס האָט געמאַכט אױף איר אַ גרױסע השפּעה. איר מאַמע איז געשטאָרבן װען רבֿקה איז געװען אַלט 5 יאָר. דער טאַטע איז אומגעקומען אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער און דעם אײנציקן ברודער, אַרעלע האָבן די דײַטשן דערהרגעט, װען ער איז אַלט געװען נאָר אַכט יאָר.

רבֿקה איז במשך פֿון צוויי יאָר געװען אין װילנער געטאָ. דערנאָך האָט מען זי געשיקט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער קיין לעטלאַנד. אינעם לאַגער האָט זי צוזאַמען מיט נאָך צוויי פֿרױען אָרגאַניזירט די קינסטלערישע פּראָגראַמען און דערמיט דערהױבן בײַ די אַסירים די שטימונג, געהאָלפֿן זיי אָפּצוהיטן דאָס געפֿיל פֿון זעלבסטװירדע אין שרעקלעכע באַדינגונגען. דאָרטן האָט רבֿקה אָנגעהױבן שרײַבן לידער.

נאָך דער מלחמה האָט זי געוווינט צוויי יאָר אין בעלגראַד, יוגאָסלאַװיע, װוּ זי האָט געטראָפֿן מולה בן־חײם (1916 – 1993) און האָט מיט אים חתנה געהאַט. זי האָט אים געהאָלפֿן אַהינצוברענגען ייִדן פֿון מיזרח־אײראָפּע און זײ אַריבערפֿירן קײן פּאַלעסטינע.

צוזאַמען מיט מולהן איז זי געקומען צו פֿאָרן קיין ישֹראל אין 1947,  געוווינט ערשט אין אַ קיבוץ המפּיל. מולה בן־חײם האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט אין דער מלחמה פֿאַר ישֹראלס אומאָפּהענגיקײט. רבֿקה האָט דעמאָלט זיך געלערנט אױף צו װערן אַ לערערקע און געלערנט מיט די קינדער. אין דער זעלבער צײַט האָט זי געשריבן און געדרוקט אירע פּאָעטישע װערק, איז געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער װיכטיקער קינסטלערישער גרופּע יונג ישֹראל. רבֿקה און מולה האָבן געװױנט אין אַ קיבוץ במשך פֿון 16 יאָר.

אין 1963 – 1965 האָט זי געוווינט אין מאָסקװע װײַל איר מאַן האָט דעמאָלט געאַרבעט אין דער ישֹראלדיקער אַמבאַסאַדע. אין דער צײַט האָט רבֿקה פֿאַרפֿעסטיקט אירע פּראָפֿעסיאָנעלע און פּערזענלעכע באַציִונגען מיט די סאָװעטישע ייִדישע שרײַבער.

רבֿקה האָט אַרױסגעגעבן 15 ביכער פּאָעזיע. איר ערשט בוך ״טױבן בײַם ברונעם״ האָט זי פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1959. איר בוך ״אײביקע װעגן״ האָט זי אַרױסגעגעבן אין 2018. איר מאַן מולה האָט אילוסטרירט אַלע אירע ביכער ביז זײַן טױט אין 1993. עס פֿילט זיך אַן עכטע האַרמאָניע פֿון רבֿקהס פּאָעזיע און איר מאַנס שאַפֿונג. נאָך זײַן טױט האָט רבֿקה צוגעגעבן צו איר נאָמען זײַן לעצטן נאָמען און איז געװאָרן רבֿקה באַסמאַן בן־חײם.

רבֿקה איז אַ באַזינגערין פֿון דער נאַטור און פֿונעם מענטש. איר פּאָעזיע איז עלעגיש און ליריש. זי האָט געװוּנען עטלעכע ליטעראַרישע פּרעמיעס. זי שרײַבט פּאָעזיע עד־היום און איז זײער אַקטיוו אינעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן אין תּל־אַבֿיבֿ.


״אַ מאָל האָט מיך אײנער שאַרף געפֿרעגט: ״פֿאַר װאָס שרײַבסטו ניט אױף עבֿריתּ?״, װײַל אַ סך אַקטיװיטעטן האָבן מיר אין בײדע שפּראַכן. מײַן גליק, אַז איך בין אין בײדע. און איך האָב געעענטפֿערט און פֿאַרשריבן מײַן ענטפֿער. ״איך לעב עבריתּ אין איר דערהױבנקײט און שײנקײט און ס׳אָטעמט ייִדיש אין מײַן יעדן גליד איןאיר אײגענער אַלײנקײט״.


״ כאָטש פֿון פֿאַך בין איך געװען אַ לערערקע אין עבֿריתּ, אָבער מײַנע שילער האָבן געהערט ייִדיש פֿון מיר און פֿאַרשטאַנען דעם ניגון פֿון ייִדיש און דאָס איז עס!


רבֿקה באַסמאַן בן־חײם

צו אַ פֿרײַנד

פֿאַר נחמה ליפֿשיץ

וויל איך קומען הײַנט צו דיר –

ווייס איך ניט דײַן שוועל,

וויל איך ברענגען דיר אַ בלום –

זײַנען בלעטער געל.

וויל איך זאָגן דיר אַ וואָרט –

לאָזט מיך ניט דער ווינט,

וויל איך הערן ווי דו זינגסט,

זינג זשע, זינג, מײַן קינד.

נעם מײַן ליבשאַפֿט ווי אַ בלום,

נעם מײַן וואָרט צו דיר,

זיכער, זיכער וועלן זיי

קומען צו דײַן טיר.

ווער האָט געזען

ווער האָט געזען

זיך קושן אַ צווײַג מיט אַ צווײַג?

אַ ליבשאַפֿט אַזאַ איז ניט צו געפֿינען.

דער גליקלעכער ווינט

רוימט אײַן דעם באַגינען

אַז רויִק זאָל ווערן.

אַ פֿויגל אַנטלויפֿט

און לאָזט זיי זיך ליבן,

שטיל ווערט,

ווי גאָט וואָלט פֿאַרטריבן

די וואָלקנס

ס׳זאָל קיינער ניט שטערן

אין טיפֿן געשווײַג

דעם קוש

פֿון אַ צווײַג

מיט אַ צווײַג.

***

אין  אײַך, ייִדישע ווערטער,

קום איך צוריק צו זיך,

מיט אײַך, ייִדישע ווערטער,

בליט מײַן פֿרילינג אין בליק.

און אַלץ וואָס קומט בליִען

רעדט ייִדיש מיט מיר:

אַ בלום און אַ בלאַט

און אַ ליד וואָס דערשפּירט

און טוט אַ דערמאָן

אין זאַפֿטיקן ייִדיש־גערייד,

וווּ אַלץ הייבט זיך אָן

און וואָס קיין מאָל פֿאַרגייט.

איר קלאַנגיקע ייִדישע ווערטער

מיט היים וואָס געדענקט

אויך ליכטיקע טרערן

ייִדיש פֿאַרבענקט.

30.06.2017

און ווידער

דורך הימלען געלאָפֿן,

דורך טרוימען געגאַנגען

און די ניט געטראָפֿן,

צו דיך ניט דערגאַנגען.

געקניט צו בעריאָזעס,

גערופֿן צו שטערן,

געבעטן בײַ גראָזן,

אַז דו זאָלסט דערהערן.

נאָר ווערטער צערונען

און טרוימען צעגאַנגען,

און ווידער באַגינען –

טרוים און פֿאַרלאַנגען.

2018

***

וואָס טוט אַ מענטש מיט זײַנע נײַנציק יאָר?

ער הערט זיי אויף צו ציילן, ווי אויף אַ פֿאָדעם קרעלן,

און זיך אַליין דערציילן

וואָס איז ניט צום גלייבן:

די קרובֿישאַפֿט פֿון לעבן מיט דעם טויט.

טאָ וואָס דערציילט אַ מענטש צו נײַנציק יאָר?

ווען יאָרן ווילן ניט, ווי זאַמד, פֿאַרמעקן טריט –

דאַן ווערן ווערטער פֿונקען אין זכּרון

און אין האַרץ – אַ ליד.

***

די נאַכט קען פֿאַרהיילן אַ ווייטיק,

די נאַכט קען באַהאַלטן אַ טרער.

עס טרעפֿט, אַז נאָך מער איז נייטיק

דער טאָג מיט זײַן פֿולן באַגער.

נעם איך מײַן פּען די געטרײַע

און לאָז אין פּאַפּיר טאָן אַ גלעט,

און וואַרט די נאַכט זאָל באַנײַען

דעם מאָרגן, אַלץ וואָס ער רעדט,

רעדט פֿון אַ טאָג וואָס געווען,

וואָס איז בעל־פּה אין געדאַנק ניט פֿאַרבליבן,

און מיך האָט געבעטן די פּען

אַ שורה זאָל ווערן פֿאַרשריבן.

פֿאַראַן אין די שורות אַ סוד

וואָס וואַרט מען זאָל אים פֿאַרשרײַבן;

אַפֿילו אין טאָג, וואָס אַנטלויפֿט –

די שורה זאָל בלײַבן.

***

פֿאַרשליס די טיר,

נעם מיט דעם שליסל

און שפּאַן אַרויס אין וועג,

גיי אויף צו געניסן

פֿון יונגע טעג.

וואָס קענען יונגע טעג דיר געבן?

שיך אַ פּאָר, זאָל זײַן באַקוועם,

און צוזאָגן פֿאַר דיר דאָס לעבן.

פֿרעג ניט וויפֿל, נעם!

פֿאַרשליס די טיר

נעם מיט דעם שליסל

און גיי אַרויס אין וועג.

וועסט קומען צו דעם חלום,

געניסן דאָרט

פֿון יונגע טעג.

2016

https://yiddishpoetry.commons.gc.cuny.edu/page/2/

http://blogs.yiddish.forward.com/rivka-basman-ben-haim

https://www.youtube.com/watch?time_continue=1934&v=Epeawwf1V6A

https://www.youtube.com/watch?v=pjmJ71DtEVY

https://www.youtube.com/watch?v=OJLlEneQc8s

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *