ייִדישע גליקן

ייִדישע גליקן

ישועת־השם כּהרף־עין, די הילף פֿון גאָט קומט אין איין אויגנבליק.

פֿון אַ תּפֿילה

מיכאל פֿעלזענבאַום איז געבוירן געוואָרן אין 1951 סטן יאָר אין וואַסילקאָוו, אוקראַיִנע. אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש שטעטל פֿלאָרעשט, בעסאַראַביע. געוווינט און געאַרבעט אין רוסלאַנד, רומעניע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און שווייץ.

עולה געווען אין 1991.

מיכאל פֿעלזענמאַום איז דער מחבר פֿון 21 ביכער אויף ייִדיש, – פּאָעזיע, פּראָזע און דראַמאַטורגיע, וועלכע זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף בערך צוואַנציק שפּראַכן.

 

״פּינטעלע״ געהערט צו יענעם סאָרט ווערטער, וועלכע זעען אויס גאַנץ פֿאַרשטענדלעך אַפֿילו דעם לעצטן נאַר, און באַלד, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן דאָס זעלבסט־חשיבֿות קנאַקט מען אַרויס, – דאָס פּינטעלע ייִד. און, ווי עס פֿלעגט זיך אויסדריקן מײַן באָבע, אונדז צו לאַנגע יאָרן, – מזל־טובֿ, געטראָפֿן… מיטן פֿינגער אין פּופּיק ארײַן! און ווײַטער, גיי און דערקלער אַ נאַר אַ טיפּש, אַז ״דאָס פּינטעלע ייִד״, איז אַ ייִד אַ למדן, אַ בקי אין די ״שוואַרצע פּינטעלעך״, אין די ווירטועלע נקודות, וועלכע ליגן בסתר, ממש אומזעעוודיק, באַהאַלטן אין די ספֿרי־תּורות. און אַ קליין ווירטועל פּינטעלע ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ צעגליטן פֿלעק, וואָס בריט די נשמה, פֿאָדערט אַ שטיקל נקמה און רײַסט זיך אַרויס אויף דער העלער וועלט מיט כּלערליי אומגעריכטע טאַטן. מיט איין וואָרט, פֿון אַ ״פּינטעלע עם־האָרץ״ ווערט מען אַ פּינטעלע אַוואַנטוריסט״, וועלכער הערט ניט אויף צו זוכן דעם פֿאַראַיאָריקן שניי, און … אן אַוואַנטורע ווערט דאָס פּינטעלע פֿון זײַן לעבן, פֿון זײַן חיות, פֿון זײַן גאַנצן יש. אַחוץ אַן אַוואַנטורע פֿאַרמאָגט ער ניט קיין זאַך בײַ דער נשמה. ס׳איז אַ ביסל איבערגעטריבן צו זאָגן ״גאָרניט״. זיכער, אַז אַן אַוואַנטוריסט מוז האָבן אַ פֿאַמיליע, חבֿרים, קינדער, אייניקלעך, אַ שאַרף צינגל, אָנגעשפּיצטע נאַקעטע נערווען, אַ ראָמאַנטיש געוויסן און אומבאַדינגט – אַ ״חכם־בלילה״־פּינטעלע. מיט איין וואָרט, – אַן אַוואַנטוריסט קען ניט שפּילן שאַך, ווײַל ער פֿאַרשפּילט די פּאַרטיע נאָך איידער ער רירט אָן די ״ע־צוויי־פּעשקע״ און שטעלט זי איבער אויפֿן ״ע־פֿיר־קעסטל״. ״ע־צוויי״ –  ״ע־פֿיר״ איז אַלץ וואָס עס געדענקט זײַן קאַלטער ״פּינטעלע קאָפּ״. ווײַטער הייבט אָן צו שפּילן דאָס שמייכלדיקע געפֿיל און די אַוואַנטורע אַליין. אַן אַוואַנטוריסט שעמט זיך ניט זיך מודה צו זײַן, אַז ער ווייסט גאָרניט, אָבער היט זיך צו זאָגן, אַז ער פֿילט גאָרנישט. באַהיט זאָל מען ווערן פֿון אַזאַ מין אַוואַנטורע מצד אַן איינפֿאַכן נאַיִוון מענטשן, – צו זאָגן דעם אַוואַנטוריסט, אַז ער פֿילט גאָרניט. ער, דער נאַיִווינקער, וועט שוין פֿאַרשטעלן יענע רגע, ווען דער ניט־גוטער האָט אים אַ צי געטאָן בײַ דער צונג. אַן אַוואַנטוריסט איז אַ געבוירענער אַרטיסט. און נאָך איידער ער איז געבוירן געוואָרן, האָט ער זיך אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך, און ער גלייבט, אַז ער איז שטענדיק טראָגעדיק און מיט אַ צאַפּלעניש אין האַרצן וואַרט ער אויף אַ געגאַרט קינד, – אויף אַן אַוואַנטורע. און תּמיד, יעדעס מאָל – פֿון יעדער נײַ־געבוירענער אַוואַנטורע לאָזט זיך אויס אַ בוידעם, אַ טשיריק אָן אַ ציבעלע. ער, דער אַוואַנטוריסט, האָט שוין חרטה, ער עסט זיך אויף דאָס האַרץ און לעבער, אָבער… איז ווײַטער גרייט צו ״סמיקען״, ס׳הייסט – ער איז ווידער טראָגעדיק און טראָגט זיך אַרום מיט אַ נײַער אַוואַנטורע אין האַרצן.

כ׳האָב לאַנג געקלערט, פֿון וועמען האָב איך אָנגעשטעקט מיטן אַוואַנטורע־ווירוס, און נאָר ניט לאַנג צוריק בין איך געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק – פֿון דער באָבע מילכּה, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן. בײַ פֿופֿצן יאָר האָט מען זי חתונה געמאַכט מיט מײַן זיידן שכנא, און אין משך פֿון צוואַנציק יאָר האָט די באָבע ניט אויפֿגעהערט צו קינדלען. קיין גרויסע געלערנטע איז זי ניט געווען, אַפֿילו לייענען און שרײַבן האָט זי ניט געקענט, נאָר ״תּהילים״ האָט זי געקענט אויף אויסווייניק און געהאַלטן אין קאָפּ דעם גאַנצן ייִדישן לוח. נאָך די שרעקלעכע פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, אין אַכציקער יאָרן פֿון נײַנצנטן יאָרהונדערט, איז דער עלטסטער ברודער אירער אַוועקגעפֿאָרן קיין בראַזיליע, איין שוועסטער אירע – קיין אַמעריקע און נאָך איין שוועסטער האָט חתונה געהאַט אין אָדעס. מיט איין וואָרט, אָנשטאָט צו פֿאַראייניקן זיך אין אַמעריקע, איז די משפּחה געוואָרן צעטיילט און צעשפּרייט איבער דער וועלט, נאָר קיין מאָל ניט פֿאַרלוירן די האָפֿענונג, אַז אַמאָל וועט מען זיך זען. נאָר געשען איז טאַקע קאַפּויער און פֿאַרקערט, — ווען מײַן באָבע איז געווען טראָגעדיק מיט מײַן מאַמען, איז דער עלטסטער פֿעטער מײַנער אוועקגעפֿאָרן קיין אַרגענטינע און פֿון דאָרטן קיין אורוגווײַ. אַז מײַן מאַמע איז געבוירן געוואָרן, איז קיין אַרגענטינע אוועקגעפֿאָרן דער צווייטער פֿעטער, דער דריטער פֿעטער איז אַוועק דינען אין דער רומענישער אַרמיי, דער פֿערטער פֿעטער מיט זײַן כּלה האָבן געגנבֿעט די סאָוועטישע גרענעץ און אָנשטאָט דעם האָניק־חדוש האָבן זיי באַקומען לאַנגע יאָרן תּפֿיסה אין דער סיבירער טײַגע. און אויב דאָס איז ניט גענוג, טאָ אָט קומט דער 1939סטער יאָר מיטן ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו־פּאַקט, און די סאָוועטן האָבן באַלד אָקופּירט צפֿון־בוקאָווינע. די זיידע־באָבע מיט די קינדער זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון טשערנאָוויץ צוריק אין דער רומענישער בעסאַראַביע. אָבער אין גיכן איז אויך בעסאַראַביע אָקופּירט געוואָרן דורך די סאָוועטן, און מײַן פֿעטער ברוך איז געוואָרן דער ערשטער און, עס ווײַזט אויס, דער איינציקער קרבן פֿון יענער אינוואַזיע… אַ שיינע סיטואַציע, אויף אַלע אונדזערע שֹונאים קעפּ… מעסיע אַלעקסאַנדער דיומאַ, מיט אַלע זײַנע מוסקעטערן און מאָנטע־קריסטאָס, דערגרייכט ניט אַפֿילו די הקדמה פֿון דעם לעבעדיקן אַוואַנטוריסטישן משפּחה־סוזשעט, אין וועלכן עס זײַנען אַרײַנגעוואָרפֿן געוואָרן מײַנע זיידע־באָבע און זייערע קינדער.

איך האָב געהאַט דאָס מזל צו וווינען מיט דער באָבע מילכּה אין איין צימער, כּמעט ביז דער בר־מיצווה. יעדעס יאָר בין איך געגאַנגען מיט איר אויף קבֿר־אָבֿות קיין טשערנאָוויץ און קיין סאָראָקע, געגאַנגען נאָך אַ ברכה צו דעם ריבניצער צדיק ר׳ חיים־זאַנוול. און , אַז מע איז די גאַנצע צײַט אונטער וועגן, ווער פֿרעגט אוין וועגן דעם אַוואַנטורע־ווירוס?…

אָבער דאָס וויכטיקסטע, ווי כ׳האָב זיך דערוווּסט אַ סך שפּעטער, איז באַשטאַנען אין דעם, אַז די באָבע מילכּה איז געווען ״אַ לעבעדיקער טעלעגראַף״. איך געדענק, אַז יעדן חודש פֿלעגט צו אונדז אָנקומען עפּעס אַ נײַער פֿרעמדער מענטש, — אַ שליח, — און דעמאָלט פֿלעגט די באָבע מיך אָפּשיקן אין דרויסן צו שפּילן זיך מיט די קינדער, און פֿלעגט שטענדיק אָנזאָגן, אַז ווען כ׳וועל צוריקקומען, זאָל איך מיט זיך קיינעם ניט מיטברענגען.

–     פֿאַר וואָס?

–     פֿאַר דאָס!

–     און ווער איז דאָס אָנגעקומען?

–     ווער, ווער… אַ גוטער מענטש.

הײַנט ווייס איך, אַז דער באָבע מילכּהן פֿלעגט מען פֿאַרטרויען אינפֿאָרמאַציע וועגן די ייִדישע משפּחות אין דרום־ און צפֿון־אַמעריקע, און די באָבע מילכּה פֿלעגט זי איבערגעבן די פּאַסיקע מענטשן פֿון גאַנץ בעסאַראַביע, בוקאָווינע און פּאָדאָליע, ס׳הייסט די ייִדן, וועלכע האָבן ניט געהאַט און ניט געקענט האָבן קיין דירעקטע פֿאַרבינדונגען מיט זייערע אויסלענדישע נאָענטע קרובֿים. בײַ די ״סאָוועטן״ האָט עס געשמעקט מיט שפּיאָנאַזש און טורמע. אונדזער פֿאַמיליע האָט מען ניט געטשעפּעט, ווײַל דער באָבע מילכּהס עלטסטער זון, מײַן פֿעטער בערל גרויסמאַן, איז געווען דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון די אורוגווײַער פּראָפֿאַראיינען און אויך דער רעדאַקטאָר פֿונעם קאָמוניסטישן ״אונדזער פֿרײַנד״.

ווי זאָגט איר, ר׳ ייִד?… אַז מע לעבט דערלעבט מען. גאָט האָט געגעבן און אין אָנהייב זעכציקער יאָרן, אין מאָסקווע, איז פֿאָרגעקומען אַ וועלט־קאָנגרעס פֿון די אַרבעטער־פּאַרטייען און פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען. דעם אורוגווײַער אַרבעטער־קלאַס האָט פֿאָרגעשטעלט דער פֿעטער בערל, און נסים־ונפֿלאָות, — מע האָט אים דערלויבט צו טרעפֿן זיך אין טשערנאָוויץ מיט זײַן מאַמען, וועלכע האָט אים ניט געזען לאַנגע פֿינף און דרײַסיק יאָר.

בײַ דעם פֿליפֿעלד האָט זיך אויסגעסטרויעט די גאַנצע טשערנאָוויצער נאַטשאַלסטווע, מיט די פּרעכטיקע אויטאָס, מיט די וועכטערס, נאַשפּיץ זײַנען געשטאַנען אַ פּאָר שיינע שיקסעלעך מיט אַ לאַבן ברויט און זאַלצמעסטל אויפֿן שיינעם טאַץ… מיט איין וואָרט – אַ גאַנצער פּאַראַד. די באָבע מילכּה, אַ קליינוווּקסיקע, אויסגעפּוצט אין שבתדיקע מלבושים, מיט אַ יום־טובֿדיקער פֿאַטשיילע אויפֿן קאָפּ, איז געשטאַנען לעבן מיר און געהאַלטן מיך בײַ דער האַנט.

דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט. די טשערנאָוויצער נאַטשאַלסטווע האָט זיך אויסגעשטעלט לויטן ראַנזשיר. פֿון דער ווײַטנס, אַרום אַ גוטע פּאָר הונדערט מעטער, האָבן מיר דערזען ווי צום עראָפּלאַן שטעלט מען צו די טרעפּלעך. עס האָט זיך אויפֿגעמאַכט די טיר און די ערשטע פּאַסאַזשירן האָבן אָנגעהויבן אַראָפּצוגיין אויפֿן פֿליפֿעלד. כ׳האָב דערפֿילט אַ שטאַרקן שטויס אינעם אַקסל, און אַיידער כ׳האָב באַוויזן צו פֿאַרשטיין וואָס און ווער, איז שוין די באָבע מילכּה געלאָפֿן איבערן פֿליפֿעלד צום עראָפּלאַן… און הינטער אירע פּלייצעס האָבן זיך קוים געשלעפּט די טויזנטער שלאָפֿלאָזע פֿאַרוויינטע נעכט…

די פֿאַרוויינטע קרישקעלעך ברויט

ווען עס קומט די שיינע צײַט צווישן פּורים און פּסח, כאַפּ איך זיך שטענדיק בײַ אַ געדאַנק, אַז יעדן טאָג, סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט דערמאָן איך זיך אין מײַן באָבע מילכּה, אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל  זי האָבן. ווען האָט עס זיך אָנגעהויבן, ווי אַזוי און פֿאַר וואָס, ווייס איך ניט, אָבער דער אמת איז, אַז איך דאַרף ניט האָבן קיין לוח כּדי צו וויסן, אַז מיר זײַנען צווישן ״פּרשת צו״ און דעם כּשרן יום־טובֿ פּסח. אָבער אַנומלטן איז געשען עפּעס גאָר אַ מאָדנע זאַך. אַזוי ווי יעדן אינדערפֿרי האָב איך אָנגעקלונגען מײַן מאַמען, אָבער פּלוצעם, אָן אַ כּוונה און אומגעריכט, איז אונדזער געשפּרעך איבערגעשפּונגען פֿון געוויינטלעכע – ווי פֿילסטו זיך, ווי איז הײַנט דער צוקער, אאַז״וו – צו גאָר ווײַטע, אָבער זייער פֿרישע זכרונות פֿון מײַן מאַמען וועגן איין שרעקלעכן טאָג אין סטאַלינגראַד, צווישן פּורים און פּסח אין 1942. און ווער אויב ניט די באָבע מילכּה, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט אָנגעפֿירטן מיטן זכּרון פֿון מײַן מאַמען?…

… סוף יוני 1491 האָבן די זיידע־באָבע מיט צוויי פֿון זייערע קינדער זיאַמע און פּערל, באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון סאָראָקע, ווען די דײַטשן זײַנען שוין אַרײַן אינעם שטעטל. און אַזוי, אָן דאָקומענטן, אָן אַ שפּראַך, נאָר מיט אַ פּאַק גרויסע צרות, זײַנען זיי סוף דעצעמבער אָנגעקומען קיין סטאַלינגראַד און געוואָרן אָנערקענט ווי אַן עוואַקויִרטע משפּחה. דער פֿעטער זיאַמע, זאָל זיך מיִען, דעמאָלט אַ זעכצן־יאָריק בחורל האָט אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ טראַקטאָריסט אין עפּעס אַ קאָלכאָז הינטער סטאַלינגראַד, אָבער מײַן מאַמע פּערל, אַריכת־ימים זאָל זי האָבן, אַ צוועלפֿיאָריק מיידל, האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט דעם פֿינפֿטן קלאַס פֿון אַ ייִדישער שול, און ניט געקענט קיין איין וואָרט רוסיש, דעריבער איז זי געוואָרן די הויפּט־באַהעלפֿערין אין דער משפּחה, – כּדי צו באַקומען דאָס שפּײַזפּעקל האָט מען געדאַרפֿט אָפּשטיין אין אַ ריי, אַ מאָל אַ מעת־לעת און אַ מאָל נאָך לענגער. דערציילן וועגן דעם רוסישן ווינטער, מיין איך, איז איבעריק. אָבער, אין יאַנואַר פֿון 42סטן איז געוואָרן נאָך ערגער, ווײַל דער זיידע שכנא איז געוואָרן זייער קראַנק און געלעגן אין שפּיטאָל, און פּונקט אין דעם אָ פּעריאָד האָבן די דײַטשן אָנגעהויבן מיט די אַזוי גערודענע טעפּעך־באָמבאַרדירונגען. הקיצור, די באָבע מילכּה פֿלעגט אויסגעריסן ווערן פֿון דער לויפֿעניש צווישן שפּיטאָל, כּדי מיטצוהעלפֿן איר מאַן, און דעם פּראָדוקטן־פּונקט, וווּ אויפֿן פֿראָסט איז געשטאַנען איר טאָכטער און געוואַרט אויפֿן פּאַיאָק – אַ לאַבן ברויט מיט זעגעכץ און אַ שקאַרמיץ גרויפּן מיט ווערעם. אין איינעם אַ טאָג, ווען די באָבע מילכּה איז געלאָפֿן פֿונעם שפּיטאָל, געווויר צו ווערן וואָס ס׳הערט זיך בײַ דער טאָכטער, וועלכע איז געשטאַנען אין דער ריי, האָט זיך אָנגעהויבן אַ שרעקלעכע באָמבאַרדירונג. איין באָמבע איז געפֿאַלן לעבן דעם עק פֿון דער ריי, און פֿון דער לאַנגער ריי זײַנען לעבעדיק געבליבן נאָר אַ צענדליק מענטשן, וואָס זײַנען געשטאַנען אינעם קאָרידאָר פֿונעם שפּײַזפּונקט, און צווישן זיי – מײַן מאַמע. מיט דעם האָט זיך פֿאַרענדיקט מײַן מאַמעס שטיין אין די רייען, און דער זיידע שכנא איז געוואָרן דער הויפּט־ברויטגעבער פֿון דער משפּחה, – פֿון די קאַרגע פּאָרציעס עסן פֿלעגט ער אָנזאַמלען אַ פּאָר שטיקלעך ברויט מיט אַ פּאָר קאַרטאָפֿליעס, און דאָס פֿלעגט די באָבע אַהיימברענגען, און פֿון דעם האָט מען געלעבט אַ וואָך.

אין אַ וואָך אַרום האָט די באָבע מילכּה ווידער באַקומען פֿונעם זיידן אַ קלומיקל שפּײַז און גלײַך אַהיימגעלאָפֿן. אין מיטן וועג האָט זי דערזען זיצן אויף אַ באַנק עפּעס אַ באַקאַנטע פֿרוי, און זי האָט זיך צוגעזעצט צום איר און אויסגעפֿרעגט וואָס, ווער, וווּ… דאָס קלומיקל איז דערווײַל געלעגן לעבן איר אויף דער באַנק. געלעגן און איז נעלם געוואָרן…

עס זײַנען אַוועק יאָרן און יאָרן און נאָר איצט, נאָך דעם ווי מײַן מאַמע האָט מיר דערציילט אָט די אָ געשיכטע, האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס עס האָט געהאַט אין זינען די באָבע מילכּה, ווען זי פֿלעגט אָפּשפּאַרן מיט דער דלאָניע פֿונעם טיש די ברויטקרישקעס און געמאַכט אַ ברכה אויף די ״פֿאַרוויינטע קרישקעלעך ברויט״.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *